ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך טאמבל סאס »

די קינות איז פיהל מיט די ווערק פון ר' אלעזר הקליר. זיץ איך מיך אזוי אין שוהל און איך זאג מיך זיינע פיוטים - זיי זענען פיהל מיט דיטעיל און זעהר גראפיש. ער שמועסט אויס די צרות, די גורמים וכו'. איך טראכט צו מיר, פילייכט איז ער פון ירמיהו'ס צייטן - בייגעוואוינט די חורבן. אפשר אביסל שפעטער אבער די וואונדן זענען נאך פריש. מאך איך א שטיקל גוגל זוך און איך געפין אז אין די ימי הביניים האט מען געמיינט אז ער האט געלעבט בזמן התנאים, מאנכע האבן געזאגט אז ער איז ר' אלעזר בן ר' שמעון אדער ר' אלעזר בן ערך אבער היינט ווייסט מען אז ער איז פון ארום ענדע 6טן - אנהויב 7טן יארהונדערט אין אר"י. 500-550 יאר נאכדעם וואס דער חורבן האט פאסירט!

פרעג איך מיך מיט וואונדער, פון וואו האט ער געוואוסט צו מצייר זיין אלץ וואס האט פאסירט מער פון וואס ירמיהו אליינס פארציילט?? האט ער געהאט עפעס מקורות און קבלות וואס איז מיט די יארן פארלוירן געגאנגען אזוי אז מיר היינט האבן עס נישט? בכלל, ווי אזוי קען מען קלאגן צו די דעגרי וואס ער טוט קלאגן און נאך צו מחבר זיין אזויפיהל פיוטים דערויף, אזויפיהל יארן נאך ווען דער איווענט האט פאסירט? איך ברויך מיט איינהאלטן נישט צו שמייכלען ווען איך באגעגן עמיצן אין תשעה באב און ווען נישט איך טראג די קאראנע מאסק וואלט מיין קלון אנטדעקט געווארן. ווי אזוי האט ר' אלעזר מצליח געווען צו האלטן דער טרויער פריש אזוי לאנג נאך דער חורבן? אימעדזשין איך קום היינט און מאך פיוטים איבער די שפאנישע אינקוויזיציע...

איינער פליז עקספלעין?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

האסט אמאל דורכגעליינט מדרש איכה? כ'ווייס נישט אויב אלעס איז ממש דארט, אבער גאר אסאך פון די צרות וואס ער דערמאנט.

ס'איז אויך מעגליך געווען אנדערע פיוטים און קינות פון פריעדיגע צייטן וואס זענען פארלוירן געגאנגען במשך הדורות, וויבאלד קליר'ס קינות זענען געווען שענער געשריבן האט מען עס ריפלעיסד מיט זיינס.

ועוד, מ'האט נישט אמאל געמיינט אז ער האט געלעבט בימי התנאים און שפעטער אנטדעקט אז נישט, נאר מ'ווייסט נאך היינט נישט קלאר. תוס' און אנדערע ראשונים האלטן ער איז געווען א תנא, און אנדערע דינגען זיך. געוויסע שאצן אז ער האט געלעבט 900 יאר נאכן חורבן. געוויסע גדולי הדורות לערנען פשט אין די תוס' אין חגיגה אז ער האט געהאט א ניצוץ פון נשמת רבי אלעזר בן שמעון.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך טאמבל סאס »

בשעתן זאגן די קינות האב איך געטראכט אז אפשר האט ער עקספיריענסד פערסעקיושען אין זיינערצייט אויכעט וואס האט אגב אויפגעברענגט פריש די אור אלטע צרות. און טאקע, ווען איך האב ריסוירטשד האב איך געטראפן דאס
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... prov=sfla1
וואס קוקט אויס צוהאבן פאסירט אין זיין צייט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך זעקעל »

מיסטער טאמבל סאס, סאיז בכלל נישט אזוי ציניקעל ווי די לייגסט עס אראפ, נעם א משל פון די פאלעסטיניער (חס ושלום אז איך בין אויף זייער זייט), זייער נאקבא (קאטעסטראפע) האט פאסירט 48׳ איבער 73 יארע צוריק, אויב וועט א ציווילער פאליסטיניער היינט צוטאגס וואס וואוינט אין גאזה שרייבן א פיוט איבער זייערע מיטמאכענישען ווי למשל אלעס וואס האט פאסירט פאר דער אלגעמיינער אראבער דארט, זייט 48׳, וואלט עס ווען געמאכט די זעלבע סענס ווי א פיוט געשריבן פון א פאליסטיניער אין גאזה אין יאר 48׳, אין די זעלבע איז גילטיג 500 יאר ארום אויכט, אויב די סיטואציע וועט זיך נישט טוישן אין יעדע פאר יאר וועט זיין א מלחמה, דאס ווערט גערופן continuation of tragedy
ביטע זייט וויסן אז זייט די חורבן הבית ביז ווען די אידן האבן באקומען אייגענע רעכטן אדער צוריק גענומען ישראל איז געווען ביטער שווער פאר אידן, אין וועגן דעים ליינט מען טאקע פון אנדערע צרות ווייל סאיז אלץ א continuation of tragedy ווידעראום אז מיסטער טאמבל סאס וואס זיצט אויפן ביעטש טשיער געניסען׳דיג פון freedom of speech זאל שרייבן היינט צוטאגס א פיוט איבערן inquisition מאכט טאקע נישט צופיל סענס

Sent from my iPhone using Tapatalk
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך תוהו ובוהו »

זעקעל האט געשריבן:ביטע זייט וויסן אז זייט די חורבן הבית ביז ווען די אידן האבן באקומען אייגענע רעכטן אדער צוריק גענומען ישראל איז געווען ביטער שווער פאר אידן, אין וועגן דעים ליינט מען טאקע פון אנדערע צרות ווייל סאיז אלץ א continuation of tragedy
Sent from my iPhone using Tapatalk

ווי ארויסגעברענגט איז די עיקר תמיהה אויפן גראפישן חלק און די אלע א.ג. געשיכטעס וואס ווערן ארויסגעברענגט אין די פיוטים, וואס עס אנצונעמען אלס אן אמת'ע היסטארישע איבערזיכט וואלט ער געדארפט האבן מקובל די געשיכטעס.

ופשוט הוא שכך דרכו של פייטן ולא עלה על דעתו שיקחו דבריו כסיפור היסטורי כלשהו

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אז מ’וועט אננעמען אז די אלע פיוטים זענען געשריבן געווארן דורך בעלי רוח הקודש שטימט שוין פון ווי ער האט אלעס געוויסט.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך תוהו ובוהו »

תרמב האט געשריבן:אז מ’וועט אננעמען אז די אלע פיוטים זענען געשריבן געווארן דורך בעלי רוח הקודש שטימט שוין פון ווי ער האט אלעס געוויסט.
ריכטיג.
מ'וועט נאר דארפן וויסן פון ווי מ'ווייסט דעס..[emoji3]

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

די וואס האלטן אז ס’איז געשריבן ברוח הקודש זענען אליינס בעלי רוח הקודש, און אלעס שטומט.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אין די קינות המפורש איז צו געצייכנט מקורות פון מדרשים און גמרות אויף כמעט אלע גראפישע שטיקלעך אינעם קינות. ע"ש ותמצא נחת.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך טאמבל סאס »

די מדרש אידאך אויך פון נישט צופיהל פריער אדער אפ' אביסל שפעטער פון ר' אלעזר הקליר, איז דאך אויפדעם די זעלבע שווער.
אגב, זינט מען האט געפינען די קאירא גניזה ווייסט מען יא ווען ר' אלעזר הקליר האט געלעבט און אפילו וואו ער האט געוואוינט - טבריה.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך טאמבל סאס »

תרמב האט געשריבן:די וואס האלטן אז ס’איז געשריבן ברוח הקודש זענען אליינס בעלי רוח הקודש, און אלעס שטומט.
מיינסטו מסתמא דיך..אהא [emoji848]

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך טאמבל סאס »

זעקעל האט געשריבן:מיסטער טאמבל סאס, סאיז בכלל נישט אזוי ציניקעל ווי די לייגסט עס אראפ, נעם א משל פון די פאלעסטיניער (חס ושלום אז איך בין אויף זייער זייט), זייער נאקבא (קאטעסטראפע) האט פאסירט 48׳ איבער 73 יארע צוריק, אויב וועט א ציווילער פאליסטיניער היינט צוטאגס וואס וואוינט אין גאזה שרייבן א פיוט איבער זייערע מיטמאכענישען ווי למשל אלעס וואס האט פאסירט פאר דער אלגעמיינער אראבער דארט, זייט 48׳, וואלט עס ווען געמאכט די זעלבע סענס ווי א פיוט געשריבן פון א פאליסטיניער אין גאזה אין יאר 48׳, אין די זעלבע איז גילטיג 500 יאר ארום אויכט, אויב די סיטואציע וועט זיך נישט טוישן אין יעדע פאר יאר וועט זיין א מלחמה, דאס ווערט גערופן continuation of tragedy
ביטע זייט וויסן אז זייט די חורבן הבית ביז ווען די אידן האבן באקומען אייגענע רעכטן אדער צוריק גענומען ישראל איז געווען ביטער שווער פאר אידן, אין וועגן דעים ליינט מען טאקע פון אנדערע צרות ווייל סאיז אלץ א continuation of tragedy ווידעראום אז מיסטער טאמבל סאס וואס זיצט אויפן ביעטש טשיער געניסען׳דיג פון freedom of speech זאל שרייבן היינט צוטאגס א פיוט איבערן inquisition מאכט טאקע נישט צופיל סענס

Sent from my iPhone using Tapatalk
סאוי דו ווילסט זאגן אז ביז 550 יאר פונעם חורבן האבן אידן אין אר"י געלעבט אונטער נאכאנאנדע אינטערדריקונג און פערסעקיושען? איך מיין אז דאס איז נישט אמת. חוץ מזה האסטו שוין אמאל געהערט די פראזע פון צרות האחרונות משכחות הראשונות? ער וואלט בעיקר געזאלט קלאגן איבער די דעמאלטיגע צרות. נישט פארקערט..

אגב, כבין נישט געווען ציניקעל. איים סארי אויב דו האסט אזוי ארויסגענומען.

מפיל קינד האט געשריבן:האסט אמאל דורכגעליינט מדרש איכה? כ'ווייס נישט אויב אלעס איז ממש דארט, אבער גאר אסאך פון די צרות וואס ער דערמאנט.

ס'איז אויך מעגליך געווען אנדערע פיוטים און קינות פון פריעדיגע צייטן וואס זענען פארלוירן געגאנגען במשך הדורות, וויבאלד קליר'ס קינות זענען געווען שענער געשריבן האט מען עס ריפלעיסד מיט זיינס.

ועוד, מ'האט נישט אמאל געמיינט אז ער האט געלעבט בימי התנאים און שפעטער אנטדעקט אז נישט, נאר מ'ווייסט נאך היינט נישט קלאר. תוס' און אנדערע ראשונים האלטן ער איז געווען א תנא, און אנדערע דינגען זיך. געוויסע שאצן אז ער האט געלעבט 900 יאר נאכן חורבן. געוויסע גדולי הדורות לערנען פשט אין די תוס' אין חגיגה אז ער האט געהאט א ניצוץ פון נשמת רבי אלעזר בן שמעון.

דראמאטיש און קריעיטיוו אפשר. אבער אויב 'שענער געשריבן' ווייס איך נישט. די שפעטעריגע פייטנים און בלשנים, ווי למשל דער אבן עזרא און שד"ל האבן אסאך ארויסצוזעצן געגן ר' אלעזר. אפערענטלי האט ער אין זיינע יצירות, אסאך ליבערטי גענומען אין די לענגוויטש, און אין די געזעצן אוויזוי צו מאכן פיוטים. איך רעד שוין נישט פון די יונישע ווערטער און זייערע גראממאר רולס, וואס ער האט אינטרעדוסד אין זיינע חרוזים. אנדערש ווי די פריעדיגע מחברי התפילה, איז זייער שווער אים צו פארשטיין.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

טאמבל סאס האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן:מיסטער טאמבל סאס, סאיז בכלל נישט אזוי ציניקעל ווי די לייגסט עס אראפ, נעם א משל פון די פאלעסטיניער (חס ושלום אז איך בין אויף זייער זייט), זייער נאקבא (קאטעסטראפע) האט פאסירט 48׳ איבער 73 יארע צוריק, אויב וועט א ציווילער פאליסטיניער היינט צוטאגס וואס וואוינט אין גאזה שרייבן א פיוט איבער זייערע מיטמאכענישען ווי למשל אלעס וואס האט פאסירט פאר דער אלגעמיינער אראבער דארט, זייט 48׳, וואלט עס ווען געמאכט די זעלבע סענס ווי א פיוט געשריבן פון א פאליסטיניער אין גאזה אין יאר 48׳, אין די זעלבע איז גילטיג 500 יאר ארום אויכט, אויב די סיטואציע וועט זיך נישט טוישן אין יעדע פאר יאר וועט זיין א מלחמה, דאס ווערט גערופן continuation of tragedy
ביטע זייט וויסן אז זייט די חורבן הבית ביז ווען די אידן האבן באקומען אייגענע רעכטן אדער צוריק גענומען ישראל איז געווען ביטער שווער פאר אידן, אין וועגן דעים ליינט מען טאקע פון אנדערע צרות ווייל סאיז אלץ א continuation of tragedy ווידעראום אז מיסטער טאמבל סאס וואס זיצט אויפן ביעטש טשיער געניסען׳דיג פון freedom of speech זאל שרייבן היינט צוטאגס א פיוט איבערן inquisition מאכט טאקע נישט צופיל סענס

Sent from my iPhone using Tapatalk
סאוי דו ווילסט זאגן אז ביז 550 יאר פונעם חורבן האבן אידן אין אר"י געלעבט אונטער נאכאנאנדע אינטערדריקונג און פערסעקיושען? איך מיין אז דאס איז נישט אמת. חוץ מזה האסטו שוין אמאל געהערט די פראזע פון צרות האחרונות משכחות הראשונות? ער וואלט בעיקר געזאלט קלאגן איבער די דעמאלטיגע צרות. נישט פארקערט..

אגב, כבין נישט געווען ציניקעל. איים סארי אויב דו האסט אזוי ארויסגענומען.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk

יא. לערן היסטערי וועסטו זעהן אז די ערשטע 500 יאר פון חורבן האט מען קוים געלאזט אטעמען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס: איך האב בעצם זייער שטארק ליעב אידישע (און אפילו ענגלישע) פאעזיע. ספעציעל יוצרות. ווען איך פארשטיי אויף וואס דער פייטן באציעט זיך. איך האב אליין אפגעשריבן (אלס יונגער בחור) עטליכע פיוטים אין לשה"ק. נאר בד"כ האביך נישט קיין געדולד צו פאעטרי. דא אין קאווע שטיבל סקיפ איך רוב פאעטרי באשרייבונגען. פשוט מכח חוסר סבלנות. א שטיקל מוז זיין גאר גוט און ציענד אז איך זאלל עס איבערליינען...!

מיין פעטער. מיין טאטנ'ס ברודער, ע"ה, א איד א גרויסער תלמיד חכם האט געמאכט א ספר/פירוש אויף די מערסטע יוצרות וואס אונז זאגן...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

Nanach האט געשריבן:יא. לערן היסטערי וועסטו זעהן אז די ערשטע 500 יאר פון חורבן האט מען קוים געלאזט אטעמען

עפעס לאזט זיך מיר נישט גלייבן אז דורכאויס א תקופה אין וואס ארץ ישראל האט זיך צוריקגעבויעט גענוג שטארק צו -- האבן עטליכע רעוועלוציעס, אינקלודינג די פעימעס בר כוכבא רעוואלט, מרד הרקליוס און מרד גאלוס און אזוי אויך אנגעהויבן -- צוריק צובויען די ביהמ"ק השלישי (בזמן יוליאנוס) פאר א קורצע וויילע; אין א תקופה ווען מען האט מצליח געווען צו חותם זיין א משניות, מחבר זיין א תלמוד ירושלמי און קובע זיין די לוח, זאל נישט האבן געווען קיין גוטע צייטן פאר די ארטיגע אידן אויכעט??!!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

טראכט אזוי: די האלאקאוסט איז געשען 80 יאר צוריק? איינער מאכט נאך פאעטרי וועגן דעם (חוץ אפאר לאנגווייליגע מענטשן אויף אנליין פארומס)? ניין! אויב וועט חלילה געשעהן נאך א האלאוקוסט אין 50 אדער אפילו אין 100 יאר ארום וועט קיינער אין די ווייטע פיוטשער נישט געדענקען די 150-200 יאר אינצווישן ווען מיר האבן געהאט מכל טוב וטב און געלעבט א חיים טובים אויף די פרעס טישן אין אמעריקע'ס רעסטאראנטן. אבער מיין אייניקל וואס וועט מאכן די פאעטרי אויף די נעקסטע האלאוקאוסט וועט יא וויסן פון די גוטע צייטן אינצווישן. ער וועט מסתמא דערמאנען די פריעדיגע האלאוקוסט אבער נאר אויף צו ארויסברענגען די נקודה אז ס'חזר'ט זיך שטענדיג איבער. ער וועט נישט הויערן אויף דעם. (דאס טוהען נאר נאוועליסטס, סענטימענטעליסטס און נאסטאלדזשיסטס אדער מענטשן וואס די הוה גייט זיי אזוי גוט אז צו וויינען מוזן זיי אויסבאקן צרות אויף אונזערע זיידעס אדער וועלן זיי לאדענען פינקי זאל זיי ארויסצוויבלען אפאר טרערן פון די אויגן..)
אבער אז איינער זאל, אין די ווייטע פיוטשער אונז אויפוועקן פון קבר, וועלן מיר שוין איינמאל ווייסן צו באריכטן איבער די ר' ישעי'לע געפרעסאַכטס און ר' מיילעך געפאָראַכטס וואס מיר האבן מיטגעלעבט..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס. איך ווילל דיר געבן א האלבן לייק. אויב ס'איז מעגליך. ווייל איך בין מסכים בד"כ מיט דעם וואס דו זאגסט. אויסער דעם ר' ישיע'לען געפרעסאכטץ און ר' מיילעך געפארעכטץ. כלשונך. ווייל די זאכן זענען פון די דברים העומדים ברומו של עולם. דאס געפארעכץ און געעסעכטץ ביי רי ישעי'לע איז נישט סתם געפרעסאכטץ. נאר איז אן ענין פון זיך מתדבק זיין במידותיו פון דעם גרויסן צדיק ופועל ישועות.

איך ווייס פון א פאל . (איינס פון עטליכע) וואו א בעה"ב פון א רעסטאראנט האט געטיילט אומזיסטע סענדוויטשעס און קאפי ביומא דהילולא פון דעם גרויסן צדיק יסוד עולם ר' ישעי'לע מ'קרעסטיר. איך האב מיך געוואלט משתתף זיין מיט געבן א הונדערטער. האט ער בשו"א נישט געוואלט...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אמת, גערעכט.

איך וויל עס פארריכטן אבער כ'האב מורא אז מענטשן וועלן נישט פארשטיין אויף וואס דו באציהסט זיך..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך פארשטיי נישט, עס שטייט דאך אין איכה די אלע שרעקליכע זאכן וואס איז געשען, למשל אז פרויען האבן אפגעקאכט זייער אייגענע קינדער איז נישט געניג אכזריותדיג פאר דיר? עס לאזט דיך נישט שלאפן ביינאכט צו מען האט ציגעלייגט א צרה צוויי? ר' טאמבעל איר זאלט מיר מוחל זיין באט עס קומט מיר צו ברעכן פון דיין אשכול, סאיז בערך אזויווי איינער וועט שרייבן, בעצם האבן די יודן אין אוישוויץ דעהאט א חיים טובים און געהאקט ווארשטלעך מיט ביר, או די גאנצע דרמא איז נאר ריין פראפעגאנדע, איך מיין אז יעדע יודישע הארץ וואלט ציקלעמט געווארן הערן אזעכע דיבורים. סא ווייל מען רעד פון 2000 יאהר צוריק ווערט די יסורים און צרות קלענער??
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

[tag]סמבטיון[/tag]: האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די ערשטע צד פון די ספק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וועלכע קינות זענען פין קליר? די ציון'ס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ר' אלעזר הקליר - א גוטע דמיון אדער א פארלוירענע קבלה?

שליחה דורך טאמבל סאס »

סמבטיון האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, עס שטייט דאך אין איכה די אלע שרעקליכע זאכן וואס איז געשען, למשל אז פרויען האבן אפגעקאכט זייער אייגענע קינדער איז נישט געניג אכזריותדיג פאר דיר? עס לאזט דיך נישט שלאפן ביינאכט צו מען האט ציגעלייגט א צרה צוויי? ר' טאמבעל איר זאלט מיר מוחל זיין באט עס קומט מיר צו ברעכן פון דיין אשכול, סאיז בערך אזויווי איינער וועט שרייבן, בעצם האבן די יודן אין אוישוויץ דעהאט א חיים טובים און געהאקט ווארשטלעך מיט ביר, או די גאנצע דרמא איז נאר ריין פראפעגאנדע, איך מיין אז יעדע יודישע הארץ וואלט ציקלעמט געווארן הערן אזעכע דיבורים. סא ווייל מען רעד פון 2000 יאהר צוריק ווערט די יסורים און צרות קלענער??
עקטזעקטלי. איז נישט גענוג וואס ס'שטייט אין איכה אז מען דארף צולייגן? גראדע שטייט נישט אזוי סאך אין איכה. זיכער נישט גראפיש. ירמיהו איז נישט געווען אינטו די נצח קדושים סטאף..מען טאר נישט פארגעסן אז דער עיקר צרה איז דאס פארלירן דאס לאנד און דעם ביהמ"ק.

פארשפארט