וואס די אהבת ישראל קען אויסלערנען די היינטיגע רבנים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Nanach האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:א שאד אז איך האב נישט געכאפט קיין פיקטשער דערפון. קענסט זיך נאכפרעגן ביי די וויזשניצע חסידים וועסטו הערן.

און וואס דו זאגסט לגבי דעם רב און דער מנהל, איך ווייס דיר באמת נישט וואס צו זאגן, אבער אפילו העטעך ווען יא האבן געווען א צרה-לייט, איז דאס דען די שפראך וואס מען נוצט פאר א קינד??

קיין ענגליש איז נישט דא דארט מער ווי א שעה און א האלב א טאג וואס א דריי פערטל דערפון גייט אוועק פאר פלוס מיינוס און ארויסרייסן גוי׳שע פיקטשערס פון די ׳סמעלינג׳ בוק.

איך ווייס נישט וועלכע מוסדות דאס איז. אבער מיינע קינדער לערנען אין וויזניץ און מלערנט היינט ענגליש דארט, אסאך בעסער ווי אמאל. אפשר רעדסטו פון א לאנגע צייט צוריק.

ווען איך בין געוועהן א קינד האט מען טאקע נישט געהעריג געלערנט קיין ענגליש. עכ״פ מהאט נישט געלייגט קיין דגוש אבער היינט איז אנדערש.

אלס א מאנסי געבוירענע און איינער וואס האט געלערנט אפאר יאר אין וויזניץ קען איך באשטעטיגן וואס @מאך זיכער טענה’ט אז אהבת ישראל אין וויזניץ מאנסי פאר פרעמדע איז ערגער ווי אנדערע פלעצער.
ווייטער לגבי די טענה פון ענגליש געדענק איך ווי ר’ בערל די פרינסיפל האט געזאגט אז די רבי האט אים אנגעזאגט אז די שעה אהאלב וואס מען לערנט ענגליש זאל ער זיין שטרענג מען זאל טאקע לערנען, און איך געדענק אין ישיבה האב איך טאקע געקענט ענגליש בעסער ווי מיין סאטמערע חברים

ר' בערל אליין קען נישט ליינען און שרייבן קיין טעקסט מעסעדזש (און ער איז געווען דער פרינסיפל)
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

מאך זיכער האט געשריבן:

אה”נ איך מיין די ווייסט אליין אז ר’ בערל איז געווען אויף דרך ארץ, משמעת וכו’ און ר’ משה פערל אויף די לימודים. איך ווייס נישט וויפיל ר’ משה קען, אבער ער קען גענוג פאר די לעוועל וואס מען לערנט.
עס איז דא גענוג טענות (אהבת ישראל צו פרעמדע, רעבישע אייניקלעך, מנהלים וואס טויגן נישט וכו’) און האסט פונקט אנגעכאפט א זאך וואס זיי שטייען בעסער פון אסאך היימישע מוסדות.
אמת איז די וויכטגסטע, זיי אויפריכטיג וואס איז אמת איז אמת, און וואס נישט נישט. אז די ביסט פארווייטאגט (פארשטענדליך) ברענג ארויס אמת’ע טענות וועסטו האבן אסאך סימפאטיע, ווען מען כאפט דיר בייא ליגנט גלייבט מען שוין גארנישט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט ר' משה פערל און נישט ר' בערל וואלטן דורכגעליינט אן ענגליש ווארט פון פינף בוכשטאבן גלאטיג. איך ווייס נישט וואו דו ביסט אנגעקומען בכלל צו ליגנט, מיין ווייטאג אויף וויזשניץ איז דירעקט נישט אזוי ווייט אויף די לימודי חול אפטיילונג, נאר אויב דו זאגסט אז וויזשניץ שטייט בעסער ווי אלעמען אין ענגליש, דאן איז א בראך וואו אלע אנדערע מוסדות שטייען.

נאר אז בערל מאשקאוויטש און משה פערל זענען פרינסיפל'ס, ניינצן יעריגע ראצער'ס מיט בעקישע'ס זענען נורסערי רבי'ס, און אכציג יעריגע יודן זענען כיתה ג' ד' מלמדים, שטייט וויזשניץ אויף גאר א נידריגע פלאץ.

און אז מען רעדט שוין פון וויזשניץ בכלליות, האב איך אין מיין געזיכט א אייביגע געדענקסמאל פון א קאראטי זעץ וואס איך האב געכאפט פון דעם כיתה ט' מלמד נאך א סכסוך. דאס גייט נישט אראפ פון מיר. הלואי וואלט איך געהאט דאס שכל איינצושפארן דעם אכזר.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

מאך זיכער האט געשריבן:נישט ר' משה פערל און נישט ר' בערל וואלטן דורכגעליינט אן ענגליש ווארט פון פינף בוכשטאבן גלאטיג. איך ווייס נישט וואו דו ביסט אנגעקומען בכלל צו ליגנט, מיין ווייטאג אויף וויזשניץ איז דירעקט נישט אזוי ווייט אויף די לימודי חול אפטיילונג, נאר אויב דו זאגסט אז וויזשניץ שטייט בעסער ווי אלעמען אין ענגליש, דאן איז א בראך וואו אלע אנדערע מוסדות שטייען.

ר’ משה קען ליינען בעיסיק ענגליש.
דאס אז די אנדערע מוסדות איז א בראך איז אמת.
עס איז קלאר אז מען האט נישט געלערנט עדווענסד ענגליש, אבער א אינגל וואס האט געוואלט מיטהאלטן נישט האבן פאן האט געקענט ארויסגיין מיט basic math (נישט קיין algebra) basic English ( נישט עדווענסד) בעיסיק ספעלינג (נישטוויאזוי צו ספעלן unconscious אבער יא yes, no, don't, correct, etc) און פון דא קען מען זיך שוין אליינס ריקען ווייטער.
אין אנדערע מוסדות (נישט אלע) וועלן קינדער רעדן ענגליש ערגער ווי די מעקסיקאנא אימיגראנטן און נישט קענען ספעלן yes
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאך זיכער און נאנאכ: איך ווילל נישט קומען לידי חשד פון גיאות. אבער איך מוז מגיב זיין צו נאנאכ'ס רייד (אן קענען מיך פערזענליך. נאר שטעללן אויף די חזקה.) אז איך קען נישט אפליינען געהעריג א ווארט אין ענגליש פון 5 בוכשטאבן (אותיות, בלע"ז).

ביי מיר איז ענגליש שוין די 6'סטע שפראך. איך האב מכח כמה וכמה סיבות געוואוינט אין עטליכע מדינות וואו מ'רעדט פארשידענע שפראכן. און איך האב מיך זיי דערלערנט, (ב"ה) אלס יונגל. די איינציגע 3 ווערטער וואס איך האב געקענט פון ענגליש זענען געווען.."פליעס, טהענקיו, און הארס"...!
ווען איך און מיין משפחה זענען געקומען וואוינען קיין מאנטריאל, קענעדע האט מיין טאטע, ע"ה געדונגען פאר אונז (3 ברודערס און 2 שוועסטערס. אוקעי. נאר די יונגלעך. ווייל די מיידלעך האבן אויפגעכאפט ענגליש אין סקול.) א פרייוועט ,,..."טיטשער"...! און דעם 2'טן טאג האמיר שוין געקענט בעסער ענגליש פון איהם...לאל...!

איך האב א סאך געליינט דעם ענגליש'ן וועבסטער דיקשיאנערי. אויך די לאקאלע ענגלישע צייטונג..."מאנטריאל סטאר"...! אזוי אז איך קען מיך, ב"ה פארהערן אין ענגליש מיט סיי וועלכן חסיד'ישן (און ליטווישן) איד דא אויף קאווע שטיבל.

אויסער ענגליש, קען איך רעדן און שרייבן אין פראנצויזיש, ספאניש און אונגאריש. איך לייען (זייער שטאאט) א ביסל רוסיש. נישט פארשטייענדיג וואס איך זאג...!

איך האב מיך עס דערלערנט אלס בחור. ליינענדיג אין וועבסטער דיקשיאנערי די רוסישע (סירריליק) אלפאבעט...!
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

berlbalaguleh האט געשריבן:מאך זיכער און נאנאכ: איך ווילל נישט קומען לידי חשד פון גיאות. אבער איך מוז מגיב זיין צו נאנאכ'ס רייד (אן קענען מיך פערזענליך. נאר שטעללן אויף די חזקה.) אז איך קען נישט אפליינען געהעריג א ווארט אין ענגליש פון 5 בוכשטאבן (אותיות, בלע"ז).

ביי מיר איז ענגליש שוין די 6'סטע שפראך. איך האב מכח כמה וכמה סיבות געוואוינט אין עטליכע מדינות וואו מ'רעדט פארשידענע שפראכן. און איך האב מיך זיי דערלערנט, (ב"ה) אלס יונגל. די איינציגע 3 ווערטער וואס איך האב געקענט פון ענגליש זענען געווען.."פליעס, טהענקיו, און הארס"...!
ווען איך און מיין משפחה זענען געקומען וואוינען קיין מאנטריאל, קענעדע האט מיין טאטע, ע"ה געדונגען פאר אונז (3 ברודערס און 2 שוועסטערס. אוקעי. נאר די יונגלעך. ווייל די מיידלעך האבן אויפגעכאפט ענגליש אין סקול.) א פרייוועט ,,..."טיטשער"...! און דעם 2'טן טאג האמיר שוין געקענט בעסער ענגליש פון איהם...לאל...!

איך האב א סאך געליינט דעם ענגליש'ן וועבסטער דיקשיאנערי. אויך די לאקאלע ענגלישע צייטונג..."מאנטריאל סטאר"...! אזוי אז איך קען מיך, ב"ה פארהערן אין ענגליש מיט סיי וועלכן חסיד'ישן (און ליטווישן) איד דא אויף קאווע שטיבל.

אויסער ענגליש, קען איך רעדן און שרייבן אין פראנצויזיש, ספאניש און אונגאריש. איך לייען (זייער שטאאט) א ביסל רוסיש. נישט פארשטייענדיג וואס איך זאג...!

איך האב מיך עס דערלערנט אלס בחור. ליינענדיג אין וועבסטער דיקשיאנערי די רוסישע (סירריליק) אלפאבעט...!

דאס האט מיט א חוש
אבער איך כאפ נישט דיין פוינט וואס די ווילסט ארויסברענגען צום שמועס, איך האב געוואלט ארויסברענגען אז ווען מען וויל ארויסברענגען די פראבלעמען פון וויזניץ מאנסי איז עדיוקעישען נישט נאמבער 1, עס איז דא אסאך פראבלעמען פארדעם. און אין דעם זענען זיי בעסער ווי אנדערע היימישע מוסדות (טאקע נישט פערפעקט)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאנאכ: מיין נקודה איז אז אין מיינע צייטן (אין די '60ער און '70ער יארן) האט מען א סאך בעסער געלערנט ענגליש. אפילו אין חסיד'ישע ישיבות, אויסער סאטמאר. למשל. איך האב געלערנט אין פאפא. ווייל די עלטערן זענען געווען אינטרעסירט אז מ'זאלל לערנען גוט ענגליש.

ס'איז נאר אין די לעצטע פאר יאר געווארן א ..."טרענד"...אז ענגלישע און וועלטליכע לימודים זענען ..."טמא"...!

ומעשה שהיה. מיין ברודער. אן עכט חסידי'שער/כניאק'ישער יונגערמאן, (אבער ער קען גוט ענליש) איז געווען אן ענגליש טיטשער אין א חסיד'ישע ת"ת אין וויליאמסבורג,. האט ער באמערקט אז איין יונגל אין קלאס איז א גרויסער מחוצף. און ער שטערט די גאנצע קלאס. האט ער איהם ארויפגערופן און געפרעגט פארוואס נער פיהרט זיך אזוי אויף. האט דער יונגל געענטפערט (משיח לפי תומו) אז זיין טאטע האט געזאגט אז פאר'ן ענגליש טיטשער דארף מען נישט האבן קיין דרך ארץ ווייל ער איז א שייגעץ...!

נאכדעים וואונדערט מען זיך פארוואס אזעלכע ברואים ווי נפתלי מאסטער ( ה' ישלם שכרו במיטב. אם לא ישוב.) וועלכע זענען אמת'ע שונאים פאר דעם ערליכן ישיבה חינוך האבן א מקום לתפוס צו ארומגיין העצן אקעגן אלע ישיבות...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בערל מאשקאוויטש און משה פערל קענען טאקע נישט קיין ענגליש לכאורה. און סקען זיין אז אין מאנסי-וויזניץ טויג נישט די ענגליש לימודים, צי פונקט איינער, א פרעמדער האט זיך נישט געטראפן דאס פלאץ, געפיהלט אומבאקוועם וכדומה. דאס איז אבער נאך נישט קיין ראי׳ אז היינטיגע וויזניץ בכלליות לערנט נישט קיין לימודי חול, און האבן נישט קיין אהבת ישראל צו פרעמדע. איך האב געלערנט אין וויליאמסבורג, און מיינע קינדער לערנען אין ב”פ און סאיז א אנדערע ווירטשאפט דארט אינגאנצן ווי מאנסי.

אין אנדערע ווערטער. אויב איינער ברענגט א ראי׳ פון מאנסי-וויזניץ. איז עס נאר אין מאנסי. און האט גארנישט צוטוהן מיט וויזניץ אויף די גאנצע וועלט.

יא! קען זיין מאנסי מוסדות האט נישט קיין אהבת ישראל. דאס מיינט אז ר׳ דוד פון לאנדאן איז נישט קיין אוהב ישראל? ק׳מאן?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן:בערל מאשקאוויטש און משה פערל קענען טאקע נישט קיין ענגליש לכאורה. און סקען זיין אז אין מאנסי-וויזניץ טויג נישט די ענגליש לימודים, צי פונקט איינער, א פרעמדער האט זיך נישט געטראפן דאס פלאץ, געפיהלט אומבאקוועם וכדומה. דאס איז אבער נאך נישט קיין ראי׳ אז היינטיגע וויזניץ בכלליות לערנט נישט קיין לימודי חול, און האבן נישט קיין אהבת ישראל צו פרעמדע. איך האב געלערנט אין וויליאמסבורג, און מיינע קינדער לערנען אין ב”פ און סאיז א אנדערע ווירטשאפט דארט אינגאנצן ווי מאנסי.

אין אנדערע ווערטער. אויב איינער ברענגט א ראי׳ פון מאנסי-וויזניץ. איז עס נאר אין מאנסי. און האט גארנישט צוטוהן מיט וויזניץ אויף די גאנצע וועלט.

יא! קען זיין מאנסי מוסדות האט נישט קיין אהבת ישראל. דאס מיינט אז ר׳ דוד פון לאנדאן איז נישט קיין אוהב ישראל? ק׳מאן?

די ראיה פון מאנסי איז ווייל דארט איז די יסוד.
אין אנדערע פלעצער זענען די מוסדות נישט Pure וויזשניץ נאר זענען היפש מושפע פון די אלגעמיינע קולטור (וויזשניץ וויליאמסבורג זיכער אזוי..).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מאנסי איז נישט די יסוד פון וויזניץ- קיינמאל נישט געוועהן. די מאנסיער רבי איז געוועהן מאנסי-וויזניץ. א הייבריד פון וויזניץ און סאטמאר.

די יסוד פון וויזניץ איז די צמח צדיק מיט זיינע אייניקלעך די סב”ק, דער אהבת ישראל, אנטוניער רבי, די הייליגע דמשק אליעזר, און די הייליגע אמרי חיים.

דאס איז וויזניץ!

וויליאמסבורג וויזניץ און בארא פארק וויזניץ האט גארנישט צוטוהן מיט קיין פרעמדע! וויליאמסבורג ווערט געפירט דורך משפחת ניימאן- עכטע מארמארישע וויזניצער חסידים פאר דורות, אין מיינע צייטן איז דארט געוועהן די מנהל הרב רבי ישראל שנעבאלג, א בוקעווינער וויזניצער פאר דורות. זיין זיידע איז געוועהן די דיין אין שטאט וויזניץ. היינטיגער צייטן ווערט עס געפירט דורך ש”ב הרב ר’ חיים מאיר פוקס- זוהן פון הרה״ג ר’ זושע פון לאנדאן און אייניקל פון דעם גרעסטען וויזניצער חסיד הגה”צ רבי מרדכי חנא פוקס מ’ווילחאוויץ.
אין בארא פארק ווערט געפירט די מוסדות דורך משפחת הנגיד ר’ לייבל איינהארן ז”ל און זיין זוהן הנגיד ר’ אברהם איינהארן. וויזניצער חסידים פון אינדערהיים. די מנהל איז דארט ר’ אברהם יצחק מערמעלשטיין. פון א ווינזיצער משפחה נאך פון אינדעהיים. זוהן פונעם באוואוסטען בדחן ר’ חיים מנדל- מחסידי וויזניץ.

כבעט דיך רעדט נישט קייו שטותים...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די היינטיגע חסידים פון מאנסי-וויזניץ זענען ע”פ רוב אפשטאמיגער פון וויזניצער חסידים פון אינדערהיים. אדער זענען זיי געווארן וויזניצער נאכן קריג ביים דמשק און די אמרי חיים.

אבער רבי מאטעלע’ס דרך איז נישט געוועהן אינגאנצן וויזניץ!
נאכדערצו צוזאגן אז ער איז גאר געוועהן די “יסוד” פון וויזניץ?

רבי מאטעלע איז געוועהן א ערליכער איד, א אמתער מענטש, א מתמיד, נישט מסיח דעת געוועהן פונעם אייבערשטען. אבער קיין “וויזניצער בלוט” האט ער נישט געהאט! ער איז געוועהן מעהר ענדליך צו די טשערנאבילער גזע. אפילו ער האט זיך געקאכט אין זיין זיידען דער אהבת ישראל. האט ער עס נישט געהאט די מעלות פון זיינע זיידעס.

די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער זענען געוועהן אויסערגעווענטליכער קלוגע, געשמאקע, פראקטישע מענטשען. זיי האבן פארשטאנען יעדען נפש, געקענט רעדן צו יעדען זייער שפראך. זיי זענען געוועהן שטארק אין נגינה און נוסח, דאווענען.

האסט אמאל געהערט רבי מאטעלע זינגן כל מקדש?

יעדער איד וואס איז אריינגעקומען צום אהבת ישראל און אמרי חיים זענען ארויס מיט א שמייכל. מיט חיזוק צוגיין ווייטער. ביסט אמאל אריין צו א קוויטל צום תורת מרדכי???

א וויזניצער רבי האט קיינמאל נישט מוחה געוועהן אויף קיינעם! קיינער פון די וויזניצער רביס זענען נישט געוועהן קיין קנאים!

א וויזניצער רבי האט אמאל געהאט א פראבלעם מיט בילדער? די אהבת ישראל האט געשמייכעלט צו די בילדער!

די סאטמארער רב האט געהאט א פראבלעם מיט בילדער! די אלטע סקווירער רבי האט געהאט א פראבלעם מיט בילדער! קיינער אין וויזניץ אויסער רבי מאטעלע האט געהאט א פראבלעם מיט בילדער!

איך מאך נישט אוועק רבי מאטעלע און זיין דרך.
נאר איך זאג אז זיין דרך איז נישט געוועהן די עכטע- וויזניצער דרך. און ער האט נישט רעפרעזענטירט די אלטע שטייגער פון וויזניץ. נאר ער האט גענומען וויזניצער חסידים פון אינדעהיים און זיי געמאכט פאר סיגוט, מונקאטש, בעלזא און צאנז. נישט די אריגינעלע רוזין און וויזניץ!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן:מאנסי איז נישט די יסוד פון וויזניץ- קיינמאל נישט געוועהן. די מאנסיער רבי איז געוועהן מאנסי-וויזניץ. א הייבריד פון וויזניץ און סאטמאר.

די יסוד פון וויזניץ איז די צמח צדיק מיט זיינע אייניקלעך די סב”ק, דער אהבת ישראל, אנטוניער רבי, די הייליגע דמשק אליעזר, און די הייליגע אמרי חיים.

דאס איז וויזניץ!

וויליאמסבורג וויזניץ און בארא פארק וויזניץ האט גארנישט צוטוהן מיט קיין פרעמדע! וויליאמסבורג ווערט געפירט דורך משפחת ניימאן- עכטע מארמארישע וויזניצער חסידים פאר דורות, אין מיינע צייטן איז דארט געוועהן די מנהל הרב רבי ישראל שנעבאלג, א בוקעווינער וויזניצער פאר דורות. זיין זיידע איז געוועהן די דיין אין שטאט וויזניץ. היינטיגער צייטן ווערט עס געפירט דורך ש”ב הרב ר’ חיים מאיר פוקס- זוהן פון הרה״ג ר’ זושע פון לאנדאן און אייניקל פון דעם גרעסטען וויזניצער חסיד הגה”צ רבי מרדכי חנא פוקס מ’ווילחאוויץ.
אין בארא פארק ווערט געפירט די מוסדות דורך משפחת הנגיד ר’ לייבל איינהארן ז”ל און זיין זוהן הנגיד ר’ אברהם איינהארן. וויזניצער חסידים פון אינדערהיים. די מנהל איז דארט ר’ אברהם יצחק מערמעלשטיין. פון א ווינזיצער משפחה נאך פון אינדעהיים. זוהן פונעם באוואוסטען בדחן ר’ חיים מנדל- מחסידי וויזניץ.

כבעט דיך רעדט נישט קייו שטותים...

די גאנצע שמועס דא (אנגעהויבן אויפן פאריגן בלאט) באציהט זיך צו וויזשניץ מאנסי (כ'האב דערפאר געשריבן וויזשניץ און נישט וויזניץ :lol:)..
וויזשניץ מאנסי'ס הויפטקווארטיר איז אין מאנסי...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליעב צו וויסן. דו ביסט גערעכט. נאר (צו שבת אחים). לפי ידיעתי איז ר' חיים מענדל מערמלשטיין ע"ה געווען א מונקאטשער חסיד...!
פארשפארט