איינער האט שוין אנגעמערקט אז עס קומט פין מדרש, ווען די שרייבסט דיין פשט'ל אויף מדרש וואלט עס מן הסתם געמאכט מער סענס, פיוטים שרייבען אמאהל אייגענע חידושים, אבער בדרך כלל איז עס מדרש. שרייבסט אויך נישט וועלכע פיוט האט דיך געמאכט טראכטען, חוץ טאמער די מיינסט גאנץ קינות, און דעמאלטס קומט זיך דיר א בראווא פאר זאגן גאנץ קינות.
אבער אפילו זאכן וואס זענען געוועהן ביי חורבן בית שני וואס איז נאנט צו זמן כתיבת הקינות, זענען לאוו דווקא די מעשה וואס איז טאקע געשעהן, די עשרה הרוגי מלכות זענען כידוע נישט געוועהן אויף דער נוסח וואס עס שטייט דארט. ממילא דארף מען נישט קריכען צו מעשיות פין בית ראשון וואס מען קען נישט וויסן.
ווי אויך איז וויכטיג, אז איכה איז א נביאות, און איז געוועהן געשריבען פאר די חורבן, ממילא זוכן די מדרשים מסביר צו זיין די נביאות דערפין, ווי אויך ירמיה הנביא שרייבט אלץ וואס ער סטראשעט. און מדרשים פראבירן זאגן אויף וואס ארויף ער האט נביאות געזאגט אויף. ווי אויך מוזן נישט אלע דברי נביאות האבן געשעהן, כידוע אז א נביאות לרעה מוז נישט געשעהן.
און איך וואלט זעהר געוואלט וויסן וועלכע קינה אדער קינות האבן דיר געגעבן א קיצל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
סמבטיון האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, עס שטייט דאך אין איכה די אלע שרעקליכע זאכן וואס איז געשען, למשל אז פרויען האבן אפגעקאכט זייער אייגענע קינדער איז נישט געניג אכזריותדיג פאר דיר? עס לאזט דיך נישט שלאפן ביינאכט צו מען האט ציגעלייגט א צרה צוויי? ר' טאמבעל איר זאלט מיר מוחל זיין באט עס קומט מיר צו ברעכן פון דיין אשכול, סאיז בערך אזויווי איינער וועט שרייבן, בעצם האבן די יודן אין אוישוויץ דעהאט א חיים טובים און געהאקט ווארשטלעך מיט ביר, או די גאנצע דרמא איז נאר ריין פראפעגאנדע, איך מיין אז יעדע יודישע הארץ וואלט ציקלעמט געווארן הערן אזעכע דיבורים. סא ווייל מען רעד פון 2000 יאהר צוריק ווערט די יסורים און צרות קלענער??
סמבטיון: דו האסט נישט ריכטיג אפגעליינט טאמבל סאס'ס נקודה. ס'נישט אז ער האלט אזוי. אדער בארעכטיגט עס. נאר ער רעדט פון א מעגליכקייט. אז אויב ס'וועט (ח"ו) זיין א צווייטער האלאקאוסט, היל"ת, וועללן מענטשן מיט די צייט פארגעסן די ערשטע. און מ'וועט נישט זיין קאנעקטעד צו דעם.
אין די גמ' (מס' סנהדרין) איז אויך דא אזא קאנסעפט די גמ' זאגט פאר אז בעיקבתא דמשיחא וועללן זיין (ח"ו) אזעלכע צרות אז ..."האחרונות משכחין את הראשונות"...!
טאמבל סאס האט געשריבן:..מען טאר נישט פארגעסן אז דער עיקר צרה איז דאס פארלירן דאס לאנד
ריכטיג
טאמבל סאס האט געשריבן:און דעם ביהמ"ק.
איים נאט סאו שאר אבאט דיס וואן..
אין איכה ווערט דאכצעך בכלל נישט דערמאנט דעם ביהמ''ק.. (אפילו הר ציון ששמם שועלים הלכו בו מיינט לכאורה נישט דעם הר הבית)
פון איכה קוקט אויס די עיקר צרה די נאציאנאליסטישע פארלוסט און די פיזישע צרות.. (א ביהמ''ק קען מען בויען איבעראל, און דאכצעך מ'האט געבויעט)
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
אויך אין מלכים ביי די סיפור פונעם חורבן, און אין ירמי' (די ערשטע מאל) ווערט בכלל נישט דערמאנט דער בית המקדש. נאר אין דברי הימים און אויך סוף ירמי' (וואס איז בפשטות א הוספה) דערמאנט מען אז דער בית המקדש איז פארברענט געווארן
א. אין לויף פון די יארן נאכ׳ן חורבן, פאר די רבנים האבן ממציא געווען דעם איסור פון שחוטי חוץ, האבן אידן אויפגעבויט א צאל בתי מקדשות. נאכ׳ן חורבן זענען א טייל אידן אנטלאפן קיין מצרים (ירמיה מג ז) וואו זיי האבן אויפגעבויט א בית המקדש וואו אויסער הוי״ה האט מען אויך געדינט נאך געטער. ירמיה הנביא האט זיי טאקע מוסר געזאגט פארוואס זיי דינען אנדערע געטער (פרק מד), און פון דעם אליינס אז ער האט זיי נישט פארגעהאלטן פאר׳ן מקריב זיין שחוטי חוץ זעהסטו אז אין יענע צייטן האט מען נאכנישט געהאט אויפגעקומען מיט דעם הלכה. אויך די פאלאשן פון קהילת ביתא ישראל (וואס אפיציעל זענען נאך דארט מזמן בית ראשון) פלעגן מקריב זיין קרבנות (פון וואו האבן זיי געדארפט צו וואוסן אז אפאר רבנים אין בבל האבן אפגעמאכט אז ס׳איז אסור?) שפעטער איז געווען נאך א בית המקדש אין מצרים, בית חניו, און אין גמרא טוט זיך א מחלוקת צו מ׳מעג מקריב זיין קרבנות דארט, ד.ה. אז אפילו נאך שפעטער אין די גמרא׳ס צייטן איז די הלכה נאכנישט געווען הונדערט פראצענט אויסגע׳פסק׳נט. בכלל אויב געדענק איך גוט האט בר כוכבא צוריק אויפגעבויט די בית המקדש אין ירושלים וואו ס׳האט אנגעהאלטן א יאר צוויי ביז די רוימער ימ״ש האבן דאס אויך חרוב געמאכט, און באמת אפילו לויט די היינטיגע ארטאדאקסישע הלכה איז די הלכה אז מקריבין אף על פי שאין בית, הגם היינט איז די אפיציעלע תירוץ אז די מקום המזבח דארף זיין דורך א נביא און מ׳איז נישט זיכער וואו פונקטליך די מזבח איז געווען אבער נאכ׳ן חורבן האט מען נאך זיכער געדענקט. עכ״פ זעהט מען אז אין יענע צייטן איז די מזבח און קרבנות נישט געווען די אישו, שפעטער ווען אידן האבן זיך אונטערגעגעבן צום גלות געפיל און אפיציעל אנגענומען אזא ציגיינערישע גלות מענטאליטעט און ס׳איז זיי שוין נישט אנגעגאנגען די פאטריאטישע געפילן האט מען געמאכט אן עמערדשענסי אסיפה וואו מ׳האט אינעם לעצטן מינוט ערזעצט די פאטריאטישקייט מיט׳ן בית המקדש און מיט דעם געראטעוועט דעם אזוי וויכטיגן תשעה באב פון פארגעסן ווערן (אזויווי ס׳געשעהן מיט ט״ו באב).
ב. די צוגעלייגטע פסוקים פון סוף ירמיה זענען מיין איך א קאפי פעיסט פון ספר מלכים כדי צו געבן די היסטארישע קאנטעקסט פאר די געשעהענישן אינעם ספר, אזויווי די צוגעלייגטע קאפיטלען לז-לט צווישן ספר ישעיה פון פסעוודא-ישעיה וואס איז אויך קאפי-פעיסטעד פון מלכים צו געבן די היסטארישע קאנטעקסט.
''מקריבין אע''פ שאין בית'' איז שוין נאכן האבן דעם שחוטי חוץ איסור און טאקע נאר וויבאלד קידשה לעתיד לבוא, בזמן החורבן איז לכאורה געווען ''מקריבין בכל מקום ובכל זמן''
תוהו ובוהו האט געשריבן:''מקריבין אע''פ שאין בית'' איז שוין נאכן האבן דעם שחוטי חוץ איסור און טאקע נאר וויבאלד קידשה לעתיד לבוא, בזמן החורבן איז לכאורה געווען ''מקריבין בכל מקום ובכל זמן''
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו: איך מיין אז מ'מישט דא אויס 2 פארשידענערליי טערמינען. די ...."שחוטי חוץ"...פון וואס די גמ' רעדט איז אז בשעת דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען נישט געמעגט מקריב זיין קרבנות אויסער ירושלים. און די 2'טע איז נישט מער ווי א מליצה. אבער הויפטזעכליך מאטיווירט דורך פינאנציעלע אינטרעסן...!