שמעון וואלף האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:שושן פורים האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:ביז יעצט האט @שטאדעלע גארנישט אויפגעוויזן איז עס געווען א ווארט קייגען א ווארט
אבער אז ער ברענגט א ראי' דאן איז ער גערעכט
און דאס וואס ר' געציל איז עס געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' מיינט ביי מיר אז ר' געציל איז זיך סותר מיני' ובי', זיין קרעדעביליטי איז געפאלן.....
פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת
א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.
ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.
ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.
אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?
איך פארשטיי נישט דו פרעגסט מיר אפ ?
ער שרייבט אז ר' געציל'ס גיין צום לוי' ווייזט אז ער האלט אים נישט פאר א פורץ גדר אדער מרבה ממזרים ווייל טאמער יא וואלט ער נישט געגאנגן. (צו ר' שלמה גורן'ס לוי' וואלט ער נישט געגאנגן). ר' געציל פארשטייט אז אן אנדערע רב האט א רעכט זיך צו קריגן און טאמער מעג ער זיך קריגן מעג און דארף זיין קהילה אים פאלגן. ר' געציל זאגט זיין פסק פאר זיין קהילה.
הה"ד הא לן והא להו
נו דאס האב איך טאקע געמיינט מיט'ן זאגן אז זיין קרעדיביליטי איז געפאלן