סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

שמעון וואלף האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ביז יעצט האט @שטאדעלע גארנישט אויפגעוויזן איז עס געווען א ווארט קייגען א ווארט

אבער אז ער ברענגט א ראי' דאן איז ער גערעכט

און דאס וואס ר' געציל איז עס געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' מיינט ביי מיר אז ר' געציל איז זיך סותר מיני' ובי', זיין קרעדעביליטי איז געפאלן.....

פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת

א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.

ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.

ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.

אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?

איך פארשטיי נישט דו פרעגסט מיר אפ ?

ער שרייבט אז ר' געציל'ס גיין צום לוי' ווייזט אז ער האלט אים נישט פאר א פורץ גדר אדער מרבה ממזרים ווייל טאמער יא וואלט ער נישט געגאנגן. (צו ר' שלמה גורן'ס לוי' וואלט ער נישט געגאנגן). ר' געציל פארשטייט אז אן אנדערע רב האט א רעכט זיך צו קריגן און טאמער מעג ער זיך קריגן מעג און דארף זיין קהילה אים פאלגן. ר' געציל זאגט זיין פסק פאר זיין קהילה.

הה"ד הא לן והא להו

נו דאס האב איך טאקע געמיינט מיט'ן זאגן אז זיין קרעדיביליטי איז געפאלן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@מיליאנער אויב ס'איז אזוי ווי דו זאגסט וואלט ר' געציל אויף קיין וועג נישט געטארט צוריק האלטן דאס גיין צו חתונות

אויב האלט דער דיין אז די זאך איז זאוי הארב אז מ'דארף צוריק האלטן מענטשן פון גיין צו זייערע קרוביםס חתונה דאן וואלט ער נישט געטארט גיין צו א לוי' פון אזא איינעם

און מיט דעם וואס דער דיין איז יא געאנגען ווייזט ער פאר מיר עכפ אז די גאנצע זאך איז א זשאוק

במחילת כבוד תורתו
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאנצל: איך בין נישט מסכים מיט דיר. לפענ"ד ווייזט דאס אויף די גדלות פון דעם דיין ר' געציל שליט"א. דעם פסק הלכה וואס ער האט געגעבן אלס דיין פון די קהילה איז געווען זייער ריכטיג. אבער אין די זעלבע צייט ווייזט ער ארויס אז ער האט גרויס אפשאצונג פאר א איד א גרויסן תלמיד חכם און מרביץ תורה...!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

berlbalaguleh האט געשריבן:גאנצל: איך בין נישט מסכים מיט דיר. לפענ"ד ווייזט דאס אויף די גדלות פון דעם דיין ר' געציל שליט"א. דעם פסק הלכה וואס ער האט געגעבן אלס דיין פון די קהילה איז געווען זייער ריכטיג. אבער אין די זעלבע צייט ווייזט ער ארויס אז ער האט גרויס אפשאצונג פאר א איד א גרויסן תלמיד חכם און מרביץ תורה...!

צו הרב קוק ז"ל'ס לויה וואלט ער אויך געגאנגען?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

berlbalaguleh האט געשריבן:גאנצל: איך בין נישט מסכים מיט דיר. לפענ"ד ווייזט דאס אויף די גדלות פון דעם דיין ר' געציל שליט"א. דעם פסק הלכה וואס ער האט געגעבן אלס דיין פון די קהילה איז געווען זייער ריכטיג. אבער אין די זעלבע צייט ווייזט ער ארויס אז ער האט גרויס אפשאצונג פאר א איד א גרויסן תלמיד חכם און מרביץ תורה...!

זאל דער דיין לאזן פאר אלע חסידים ווייזן גדלות ....

בקיצור אויב דער דיין אליין גייט צו חרדים -וואס אגב מיט דעם אנערקענט ער דעם קהלו נפרדות טענות- צו די לוי' מאכט ער פון זיין 'שטרענגע' פסק א חוכא וטלולא
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

גאנצל האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת

א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.

ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.

ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.

אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?

איך פארשטיי נישט דו פרעגסט מיר אפ ?

ער שרייבט אז ר' געציל'ס גיין צום לוי' ווייזט אז ער האלט אים נישט פאר א פורץ גדר אדער מרבה ממזרים ווייל טאמער יא וואלט ער נישט געגאנגן. (צו ר' שלמה גורן'ס לוי' וואלט ער נישט געגאנגן). ר' געציל פארשטייט אז אן אנדערע רב האט א רעכט זיך צו קריגן און טאמער מעג ער זיך קריגן מעג און דארף זיין קהילה אים פאלגן. ר' געציל זאגט זיין פסק פאר זיין קהילה.

הה"ד הא לן והא להו

נו דאס האב איך טאקע געמיינט מיט'ן זאגן אז זיין קרעדיביליטי איז געפאלן

מיטן שרייבן "הא לן והא להו" האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז ר' געציל איז א פליפ פלאפער. געמיינט האט עס אז זיין פסק איז געזאגט פאר זיין קהילה וואס האט אויפגענומען מר"א אלץ מרא דאתרא און זיי (די קהילות שנפרדו) זאלן טון ווי זייערע רבנים הייסן.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אזוי ווייט האלט מען שוין?! מען פארשטייט שוין נישט די חילוק פון אסר'ן צו גיין צו א חתונה שלא כהלכה ביזן גיין צו יענעמ'ס לוי'?וואס איז בכלל די דמיון? ווען האט ר' געציל געהייסן אדער אפילו געשטיצט דאס פירן א פריוואטע ברוגז מיט די פורצי גדר? ער האט אמאל געזאגט אז מען טאר נישט גיין צו זייערע אנדערע שמחות וואס זיי מאכן? אדער זייערע לויות? חס ושלום!

מען גלייכט עס נאך צו הרב קוק? איר פארשטייט נישט אז הרב קוק איז געווען א אפיקורס וואס האט געוואלט אפפארן כלל ישראל און להבדיל ר' שמעון משה איז געווען א ערליכע איד וואס האט געהאט שארפע מיינונגס פארשידענהייטן בעניני הנהגה וסידור קידושין?

ווען די רבי ז''ל איז געגאנגען צו די לוי' פון הרב קאטלער אדער געגאנגען באזוכן די מתירי והולכי לבחירות וואס האבן מכשיל געווען טויזענטער אידן מיט שלש חמורות ווי די רבי איז מברר איז ער אויך געווען א פליפ פלאפ?

יא, ר' געציל האלט אז מיט דעם וואס רש''מ האט מסדר קידושין האט ער פורץ גדר געווען, און ער איז טאקע נישט געגאנגען ווען ער האט איינמאל חתונה געמאכט אין יענעם זאל, אבער רש''מ איז קיינמאל נישט געווען קיין מחוצף ער האט קיינמאל נישט געפירט קיין מערכות, בלויז מיינונגס פארשידענהייטן איבער ענינים וואס ר' געציל האלט עס איז זייער הארב און ר' שמעון משה האט געהאלטן עס איז מותר.

און ר' געציל אנשטאט פירן א ברוגז אז ער האט זיך אריינגעפיפן אין זיין פסק, וואס יעדער פארשטייט אז אפילו ער זאל נישט מיינען ערנסט זיין אייגענע פסק וואלט פאר סתם א מענטש געבאדערט אז מען פייפט זיך אריין אין זיין פסק, און אנשטאט דעם איז ער געגאנגען צו זיין לוי'! מיט דעם האט זיך זיין קרעדיבילעטי געהויבן! מיט דעם ווייזט ער אז ער מיינט אמתדיג זיין פסק און ס'איז נישט בלויז פריוואטע נגיעות און אויב איינער פאלגט נישט ווערט ער אויפגערעגט אויף יענעם...

דאס איז די שענסטע זאך!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

הונדערט פראצענט, אויב די רבי ז"ל זאל ווען האבן באמת געהאלטן אז זיך משתתף זיין בבחירות איז ממש פונקט ווי די ג' חמורות, וואלט ער נישט געגאנגען באזוכן אדער צו די לויה פון אזא איינעם, און דאס אז ער איז יא געגאנגען ווייזט אז ער האט נישט באמת געהאלטן אזוי, ער האט פשוט גענוצט א שארפע אויסדרוק צו ווייזן אז ער האלט אז די זאך איז זייער הארב.

הרב קוק איז געווען א אפיקורס וואס האט געוואלט אפפירן כלל ישראל? גיוו מי עי ברעיק .
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שושן פורים האט געשריבן:הונדערט פראצענט, אויב די רבי ז"ל זאל ווען האבן באמת געהאלטן אז זיך משתתף זיין בבחירות איז ממש פונקט ווי די ג' חמורות, וואלט ער נישט געגאנגען באזוכן אדער צו די לויה פון אזא איינעם, און דאס אז ער איז יא געגאנגען ווייזט אז ער האט נישט באמת געהאלטן אזוי, ער האט פשוט גענוצט א שארפע אויסדרוק צו ווייזן אז ער האלט אז די זאך איז זייער הארב.

הרב קוק איז געווען א אפיקורס וואס האט געוואלט אפפירן כלל ישראל? גיוו מי עי ברעיק .

אן זאגן א מיינונג צו רב קוק איז א אפיקורס אדער אויב די רבי ז"ל זאל ווען האבן באמת געהאלטן אז זיך משתתף זיין בבחירות איז ממש פונקט ווי די ג' חמורות, איז גוט צו זען אז די זעלבע וואס האלטן אז רב קוק איז נישט א אפיקורס און אז די רבי ז"ל האט באמת נישט געהאלטן אז זיך משתתף זיין בבחירות איז ווי די ג' חמורות, די זענן וואס האלטן אז מהר"א איז נישט רב אין קר"י

עס איז זייער פארשטענדליך די צאמשטעל
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיליאנער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

(כ'האב פשוט צוריק גענטפערט פאר "מיליאנער" און "שושן פורים" :lol: :lol:)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

שאלה, האט דער דיין בכלל געזאגט נישט גיין צו קיין חתונות?

וואס פונקטליך איז זיין לשון,

אויב איינער קען מיר ביטע אנצייגן. שכוח.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפיל קינד האט געשריבן:עס גייט טאקע נישט אריין אין קאפ. נישט נאר וואס ר' געצל גייט צו די לוויות פון די פורצי גדר, נאר זיינע מענטשן פארשפרייטן די נעמען און טעלעפאן נומער פון די פורצי גדר איבער די גאסן פון שטאט.

יעדע חתן כלה פון די פורצי גדר ווערן פארשריבן מיט גאלדענע אותיות אינעם פנקס לעד ולנצח. זיי ווערן באגריסט אויף די גאסן, דאס מיינט נהגו כבוד זה לזה!

אבער די זאליס און סקרוקים פארשטייען נישט וואס ס'מיינט נוהג כבוד זיין. זיי מיינען אז פאר פורצי גדר דארף מען ווארפן פאשקעווילן. קרומע קעפ.

איך מיין אז די וועד קדושת העיר זאל צושטעלן א סערוויס פון געבן לעקציעס אויף נוהג כבוד זיין פאר די וואס פארשטייען נעבעך נישט.

און די לעקציעס וועללן שוין העלפן...?! אז איינער ווילל נישט פארשטיין וועט איהם גארנישט העלפן...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאלד האט געשריבן:שאלה, האט דער דיין בכלל געזאגט נישט גיין צו קיין חתונות?

וואס פונקטליך איז זיין לשון,

אויב איינער קען מיר ביטע אנצייגן. שכוח.

דער דיין האט דאס קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן , ברבים וואס מווייסט עכ"פ, אבער צוליב פרנסה אנגעלעגנהייטן קען דער דיין עס נישט אפלייקענען ווען די אפיציעלע קהילה פארשפרייט צעטלעך אז דאס איז דער פסק פינעם דיין,
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

אינטרעסאנט ווען ער איז געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' האט ער נישט געטראכט פון פרנסה...?

ווער איז דעי פרנסה וואס ער האט מורא? לויט מיין אינפארמאציע איז שוין מער ווייניגער די עולם בכלל נישט אינטרעסירט אין קיין מערכה, עס איז בלויז ר' געציל וואס געט נישט אויף און פארפירט, אזויווי מ'זעט קלאר אז די ארוינים זענען שא שטיל ס'איז בלויז געווען די אסיפה ווי די דיין האט משמיע געווען דעתו.

אדרבה לאמיר הערן פון דיר ווער פונקטליך שטייט דא און מאכט זיכער אז ר' געציל פארפירט ווייטער, און עס איז בידו אוועקצונעמען זיין פרנסה? און פארוואס טוט יענער גארנישט ווייטער? ער לאזט ר' געציל אפזאגן זיין מיינונג און ער לאזט עס לויפן, ער קעשט עס נישט איין?

איך מיין אז יעדער זעט אז ר' געציל איז געגאנגען דא קעגן די ארוינישע עסטעבלישמענט, און די גאנצע רעאקציע מצד די ארוינים איז געווען איין איינציגע אסיפה ווי ר' געציל האט משמיע געווען דעת תורתו.

איז לאמיר הערן ווער דא ווייסט וואס וואלט געשען ווען ר' געציל איז ווען שטיל יעצט? ער וואלט געווארן אויס דיין? און דעמאלטס וואלטן די ארוינים געווען צופרידן אז זיי האבן מער נישט ר' געציל?

און אגב פארוואס איז ר' געציל נישט ארוסגעקומען מיט א איסור קעגן א בית המדרש וואס ווארפט זיך נישט אינטערן מרא דאתרא? איך בין זיכער ער וואלט באקומען א פעסטן רעיס פאר אזא איסור?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיליאנער: איך בין שוין (מענטללי) עקזהאוסטעד. ערשעפט, בלע"ז. ווייל מ'קייעט שוין איבער די זעלבע שטותים איבער א מיליאן מאל.

דאס וואס דער דיין ר' געציל גייט נישט ארויס מיט אן איסור אקעגן א ביהמ"ד. (יהיה מי שיהיה. אפילו די בני יואל אויב זיי רודערן נישט צופיהל ארום.). איז ווייל קרית יואל איז נישט סקווירא. דא האט מען נישט מורא פאר קאמפעטישן. מ'לאזט א יעדן איינעם אדער גרופ אויפמאכן א ביהמ"ד. דער אויסנאם איז ענייני גיטין וקידושין. און שטאטישע כשרות...!

עודך. וועקטס מיך ביטע אויף ווען דער אשכול וועט האלטן ביי 500 בלעטער... יישר כח...!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

בערל: איך ווייס אויך די ענטפער! איך האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט, באט נעווער מיינד...

אבער איך וויל דו זאלסט מיר שוין זאגן די נאמען פון דעם פארברעכער וואס שטייט העכער דיר מיט א רעוואלווער און צווינגט דיך אריינצוקומען אין דעם אשכול... מיין הארץ גייט אויס פאר דיר..

העכער דעי אשכול שטייט קלאר איבער וואס די נושא איז דא און יעדער וואס וויל גריבלען אין דעי נושא איז דא די פלאץ דערפאר, אויב דו פלאצט שוין קענסטו נעמען א ברעיק אזויווי איך וואס כ'האב נישט אריינגעטרעטן דא פאר פיר וואכן און יעצט בין איך צוריקגעקומען מיט אויסגערוטע אויגן און רויטע באקן...

אגב וויל איך נישט בארגן דיין פאון די מינוט ווען דעי אשכול קומט אן צו 500 בלעטער....
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:שאלה, האט דער דיין בכלל געזאגט נישט גיין צו קיין חתונות?

וואס פונקטליך איז זיין לשון,

אויב איינער קען מיר ביטע אנצייגן. שכוח.

דער דיין האט דאס קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן , ברבים וואס מווייסט עכ"פ, אבער צוליב פרנסה אנגעלעגנהייטן קען דער דיין עס נישט אפלייקענען ווען די אפיציעלע קהילה פארשפרייט צעטלעך אז דאס איז דער פסק פינעם דיין,

שכוח. כאב נאר געפרעגט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיליאנער האט געשריבן:בערל: איך ווייס אויך די ענטפער! איך האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט, באט נעווער מיינד...

אבער איך וויל דו זאלסט מיר שוין זאגן די נאמען פון דעם פארברעכער וואס שטייט העכער דיר מיט א רעוואלווער און צווינגט דיך אריינצוקומען אין דעם אשכול... מיין הארץ גייט אויס פאר דיר..

העכער דעי אשכול שטייט קלאר איבער וואס די נושא איז דא און יעדער וואס וויל גריבלען אין דעי נושא איז דא די פלאץ דערפאר, אויב דו פלאצט שוין קענסטו נעמען א ברעיק אזויווי איך וואס כ'האב נישט אריינגעטרעטן דא פאר פיר וואכן און יעצט בין איך צוריקגעקומען מיט אויסגערוטע אויגן און רויטע באקן...

אגב וויל איך נישט בארגן דיין פאון די מינוט ווען דעי אשכול קומט אן צו 500 בלעטער....

מיליאנער: מ'קען האבן רויטע באקן פון ווערן אויסגעפאטשט...!

האמת אגיד ולא אבוש. איך בין געבוירן אונטער דעם מזל ..."ליברא"... וואגשאל. מ'זאגט (אזוי זאגן די אסטראלאגן) אז ווער ס'איז געבוירן אונטער דעם מזל האט א שטארקן סענס פאר גערעכטיגקייט. און איך קען זייער שטארק נישט דערליידן עוולות, און אומ יושר. דאס איז דער איינציגער טעם פארוואס איך בין בכלל דא. ס'נישט אז איך וואלגער מיך אונטער'ן טיש ביי מהר"א שליט"א און איך קלייב די ברעקלעך שיריים וואס פאללן ארונטער...!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אין א פרישע שריט להרמת כח הקדושה וכח ההנהגה אין די גלילות פון קרית יואל האט מהר''א געשיקט א שליחות צו וויליאמסבורג וויזניצע רבי וועלכע האלט זיך אויף אין בלומינגראוו (דאכט זיך מיט די ישיבה) אז די מנהג המקום אין קרית יואל איז צו האלטן שבת ביזן זמן רבינו תם אין צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.

וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס אבער ער האט פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן עס מסדר צו זיין און דערווייל זאל מען אים לאזן ווייטער אנגיין.

חסידי מהרז''ל זענען זייער אויפגעברויזט מיטן טענה אז די אמתע מרא דאתרא וואס איז בראש פון אלע הנהגת העיר האט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט און מיט דעם וואס וויזניץ שטעלט זיך צו צו מהר''א אנערקענט ער אפיציעל אז מהר''א איז מרא דאתרא.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מיליאנער האט געשריבן:צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.

וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס

אזעלכע שקרים. קיין איין ווארט שטימט נישט.

וויזניץ ענדיגט מעריב אסאך נאכן 72. די איינציגסטע פראבלעם איז די לעכט ביים טיש פאר די תורה וואס מ'לייגט ביים 60...
פארשפארט