פרויען ביי חרדים
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
פרויען ביי חרדים
אין ליכט פין דער לעצטיגע שאו, ווי אונז חרדים ווערען אראפגעלייגט ווי אזעלכע וואס טוהן דערנידערן פרויען פאר צווייטע קלאס.
אסאך האלטען אז זאכן איז דער שאו זענען איבערגעטריבן, עס קען זיין אמת, איך וויל דא רעדן נאר וועגן דער פרויען חלק, דאס וואס פרויען זענען ביי אונז צווייטע קלאס.
קודם אפאר שאלות.
א. איז עס אמת? זענען פרויען ביי אונז צווייטע קלאס?
ב. אויב יא, וואס קען מען טוהן דאס צו טוישן?
ג. אויב נישט, זענען דאס עיקרי הלכה?

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי: לפענ"ד איז עס נישט א רעליגיעזע זאך (א זאך וואס די רעליגיעזע טראדיציע פאדערט.). ווייל אפילו אין די גמרא איז דא אזא אויסדרוק ווי..."המכבד את אשתו יותר מגופו"...! נאר לויט די היינטיגע (און נעכטיגע) סטענדערדס פון פעמיניזם, זענע פארהאן ארבעטן וואס ס'פאסט נישט צו טון פאר פרויען. דער צוריקהאלט איז אדער אז ס'פאדערט מער כח און פיזישע שטארקייט. אדער ווייל ס'איז א בזיונ'דיגע פאזיציע. און מ'ווילל פארשוינען דעם כבוד פון פרויען. נאר לויט די פעמיניסטישע סטענדערט זענען די יוצרות פארדרייט געווארן.
לאמיר נעמען א משל ביי די פאליס. אמאל האט מען געוואוסט אז כדי צו ווערן א פאליציאנט האט מען געדארפט זיין (אפילו א מאנספארשוין) א הויכער, ברייטביינערדיגער מענטש. און רוב פרויען זענען פיזיש נישט זייער הויך אדער ברייטביינער'דיג. איצט לאמיר זיך פארשטעלן אז א פרוי א פאליציאנט'קע וועלכע איז (עוורידזש) 5 פוס מיט 4 אינטשעס דארף אקעגנגיין א רויבער וועלכער איז אריבער 6 פוס די הייעך. און וועגט ארום 300 פונט. דער רויבער קען איהר דאך אוועקבלאזן אין א סעקונדע. משא"כ ווען ער טרעפט זיך אן מיט א פאליציאנט וועלכער איז נאך העכער און ברייטער פון איהם אליינס. ציטערט ער אוועק. און ס'זענען דא ווייניגער אויסזיכטן אז ער זאלל זיך דארפן באנוצן מיט זיין געווער...!
אין אנדערע פעלער, ווי ווייט חשוב דער מאן האלט זיין ווייב ווענדט זיך אין איהם אליין. אויב ער איז א חי' דאמאלס באהאנדלט ער זיין ווייב ווי א חיה פון וואלד. אבער דאס האט גארנישט צו טון מיט רעליגיע...!
לאמיר נעמען א משל ביי די פאליס. אמאל האט מען געוואוסט אז כדי צו ווערן א פאליציאנט האט מען געדארפט זיין (אפילו א מאנספארשוין) א הויכער, ברייטביינערדיגער מענטש. און רוב פרויען זענען פיזיש נישט זייער הויך אדער ברייטביינער'דיג. איצט לאמיר זיך פארשטעלן אז א פרוי א פאליציאנט'קע וועלכע איז (עוורידזש) 5 פוס מיט 4 אינטשעס דארף אקעגנגיין א רויבער וועלכער איז אריבער 6 פוס די הייעך. און וועגט ארום 300 פונט. דער רויבער קען איהר דאך אוועקבלאזן אין א סעקונדע. משא"כ ווען ער טרעפט זיך אן מיט א פאליציאנט וועלכער איז נאך העכער און ברייטער פון איהם אליינס. ציטערט ער אוועק. און ס'זענען דא ווייניגער אויסזיכטן אז ער זאלל זיך דארפן באנוצן מיט זיין געווער...!
אין אנדערע פעלער, ווי ווייט חשוב דער מאן האלט זיין ווייב ווענדט זיך אין איהם אליין. אויב ער איז א חי' דאמאלס באהאנדלט ער זיין ווייב ווי א חיה פון וואלד. אבער דאס האט גארנישט צו טון מיט רעליגיע...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אפילו ווען די רעדסט וועגן דיין ווייב, פארוואס דארף די גמרא זאגט המכבד אשתו יותר מגופו, נישט המכבד בעלה יותר מגופו? און וואס זאגט יא די גמרא? איזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.
דער אשכול איז נישט געווידמעט צו דן זיין גמרות אויב זיי זענען משפיל פרויען, עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.
דער שאלה איז צו עס איז מעגליך צו טוישען.
א. מיידלעך זאלען באקומען דער זעלבע עדיוקאציע אין גמרא און הלכה ווי בחורים. און בחורים דארפען אויך א תיקון, אבער איך רעד וועגן דער רמה, דער לעוועל, פרויען זאלען קענען פסק'נען אליין הלכה, נישט מען זאל זיי קענען איינרעדן א קאץ אין בויך.
ב. פרויען זאלען האבן דער זעלבע רעכט ווי מענער אין בית המדרש. עס איז נישט צו עקספעקטען אז ביי חרדים זאלן פרויען זיך קענען דרייען צוזאמען מיט מענער, און זיין בעלי תפלה, עס איז דא צופיל הלכה'דיגע פראבלעמען וואס מען דארף עוקר זיין. און פין א פראקטישע שטאנדפונקט גייט עס נישט געשעהן. וואס יא? אפשר זאלען זיי האבן אייגענע מנינים, אייגענע בתי מדרשים ווי זיי וועלען זאגען קדיש ליינען און דאווענען פונקט ווי מענער ַַווי אויך האבן אייגענע פרויען רבנים וואס זאלען באמת קענען לערנען.
ג. הלכות וואס מוזן נישט זיין אמת לגבי פרויען זאל מען עוקר זיין. מענער דיסיידען היינט הלכות לגבי פרויען, און אסאך פין די הלכות האבן נישט קיין מקורות, און זענען געהעריג בל תוסיף. איינמאהל פרויען וועלען קענען לערנען וועלען די הלכות טפילות בטל ווערן אליין. למשל, בורט קאנטראל, שערען האר מיט א ראזיר, ועוד ועוד ועוד.

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
א חלק פון דעם געדאנק איז די מהלך פון אפענע ארטאדאקסיע. והיינו, לגבי ארויפברענגען די שטאנד פון פרויען ברעליגיע און נאך אלס בתוך די ראמען פון ארטאדאקסיע.
לגבי פונקט א). דאס איז ווי אזוי דער בני בנים (ח״ג סימן יב) פירט אויס זיין היתר כהיום פאר נשים ללמוד תלמוד.
לגבי פונקט ב). דער בני בנים (ח״ב סימן ז) איז מתיר אז נשים זאלן זאגן קדיש אין עזרת נשים, אבער א מנין למעשה איז נאר דא פון עשרה גברים.
ואגב, דאס איז ווי אזוי ער פירט אויס מאמר ו אין ח״א.

- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
אישתישבי האט געשריבן:אפילו ווען די רעדסט וועגן דיין ווייב, פארוואס דארף די גמרא זאגט המכבד אשתו יותר מגופו, נישט המכבד בעלה יותר מגופו? און וואס זאגט יא די גמרא? איזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.
דער אשכול איז נישט געווידמעט צו דן זיין גמרות אויב זיי זענען משפיל פרויען, עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.
דער שאלה איז צו עס איז מעגליך צו טוישען.
א. מיידלעך זאלען באקומען דער זעלבע עדיוקאציע אין גמרא און הלכה ווי בחורים. און בחורים דארפען אויך א תיקון, אבער איך רעד וועגן דער רמה, דער לעוועל, פרויען זאלען קענען פסק'נען אליין הלכה, נישט מען זאל זיי קענען איינרעדן א קאץ אין בויך.
ב. פרויען זאלען האבן דער זעלבע רעכט ווי מענער אין בית המדרש. עס איז נישט צו עקספעקטען אז ביי חרדים זאלן פרויען זיך קענען דרייען צוזאמען מיט מענער, און זיין בעלי תפלה, עס איז דא צופיל הלכה'דיגע פראבלעמען וואס מען דארף עוקר זיין. און פין א פראקטישע שטאנדפונקט גייט עס נישט געשעהן. וואס יא? אפשר זאלען זיי האבן אייגענע מנינים, אייגענע בתי מדרשים ווי זיי וועלען זאגען קדיש ליינען און דאווענען פונקט ווי מענער ַַווי אויך האבן אייגענע פרויען רבנים וואס זאלען באמת קענען לערנען.
ג. הלכות וואס מוזן נישט זיין אמת לגבי פרויען זאל מען עוקר זיין. מענער דיסיידען היינט הלכות לגבי פרויען, און אסאך פין די הלכות האבן נישט קיין מקורות, און זענען געהעריג בל תוסיף. איינמאהל פרויען וועלען קענען לערנען וועלען די הלכות טפילות בטל ווערן אליין. למשל, בורט קאנטראל, שערען האר מיט א ראזיר, ועוד ועוד ועוד.
איך גלייב נישט אז זיי מיינען צווייטע קלאס אזוי ווייט אין הלכהדיגע רעכטן אדער רבנישע פאסטןס.
גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.)
די גאנצע מהלך אין אסאך שטובער איז אז די מאן איז די קעניג, און אוטאמאטיש איז די פרוי אויף א נידריגערע דרגה.
מען האט נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז אפשר זעהן א טויש אין לימודים אדער פוסקי הלכה.
ביי די ארטאדאקס און מאדערן ארטאדאקס איז דאס נישט אזוי איינגעריסן, אבער עס זעהט זיך נאך אלץ אן.
.I got voices in my head.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
עס האט נישט קיין סאך מיט וואס א פרוי מעג אדער נישט די בליק אויף פרויען איז אז זיי זענען א מיטל פאר מענערישע תאות און נישט קיין מענטשן פינקט ווי מיין חבר פון בית המדרש
אויף פרויען טאר מען נישט קוקען מען טאר נישט סתם אזוי רעדן צו א פרוי מה שאין כן ביי א מאן
עס איז א זאך וואס האט לכאורה נישט קיין לייזונג און די ”היימישע’’ סיסטעם ווייל א מאן איז נישט אויסגעשטעלט זיך צו באקענען מיט פרויען ביז זיין חתונה און דעמולטס איז ער שוין געדעמיטשט פאור לייף

נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אישתישבי האט געשריבן:עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.
און אז דאס איז ביי דיר שוין א דבר ברור, פארוואס פרעגסטו?
אישתישבי האט געשריבן:א. איז עס אמת? זענען פרויען ביי אונז צווייטע קלאס?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
די שאלה איז וואס פינקטליך מיינט צוויטע קלאס אבער אויב סמיינט פשט כפשוטו זאג מיר האסט שוין אמאל געזען א היימישע פרוי זיצן אין פארנט סיטס אויף א ב’’פ וויליאמסבורג באס
אבער ווער זאגט אז דאס איז א פראבלעם ווער זאגט אז די אלגעמיינער בליק אויף די צעטיילונג פון די genders איז די ריכטיגע איך מיין אז 99% פרויען זענען מער ווייניגער צופרידן באופן כללי
די היימישע גאס איז זייער שטארק אויסגעשטעלט פאר פרויען נעם פאר א ביישפיל 13’ט אוועני’ רוב געשעפטן זענען מער אהערגעשטעלט פאר פרויען איך רעד שוין נישט פון קליידער סטארס און סאלאוונס נאר אפי’ סתם רעסטעראנטס טוי סטארס אא”וו
פארוואס זאלן זיי וועלן פינקט די זאכן וואס איז מער מענעריש ווי זיין רבנים ורביים אנטשילדיגט רבנית ורביית עס איז אזוי די פרויען וואס זיכען צו זיין פייער לעשער
יעדער דארף וויסן ווי זיי שטייען א מאן ביי די מענער און א פרוי ביי די פרויען
אבער ווער זאגט אז דאס איז א פראבלעם ווער זאגט אז די אלגעמיינער בליק אויף די צעטיילונג פון די genders איז די ריכטיגע איך מיין אז 99% פרויען זענען מער ווייניגער צופרידן באופן כללי
די היימישע גאס איז זייער שטארק אויסגעשטעלט פאר פרויען נעם פאר א ביישפיל 13’ט אוועני’ רוב געשעפטן זענען מער אהערגעשטעלט פאר פרויען איך רעד שוין נישט פון קליידער סטארס און סאלאוונס נאר אפי’ סתם רעסטעראנטס טוי סטארס אא”וו
פארוואס זאלן זיי וועלן פינקט די זאכן וואס איז מער מענעריש ווי זיין רבנים ורביים אנטשילדיגט רבנית ורביית עס איז אזוי די פרויען וואס זיכען צו זיין פייער לעשער
יעדער דארף וויסן ווי זיי שטייען א מאן ביי די מענער און א פרוי ביי די פרויען
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
הקטן האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.
און אז דאס איז ביי דיר שוין א דבר ברור, פארוואס פרעגסטו?אישתישבי האט געשריבן:א. איז עס אמת? זענען פרויען ביי אונז צווייטע קלאס?
זאג וואס די האלסט וועגן דער נידון, וועל איך פארענטפערן דיין הארבער רמב"ם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מי אני האט געשריבן:א חלק פון דעם געדאנק איז די מהלך פון אפענע ארטאדאקסיע. והיינו, לגבי ארויפברענגען די שטאנד פון פרויען ברעליגיע און נאך אלס בתוך די ראמען פון ארטאדאקסיע.
לגבי פונקט א). דאס איז ווי אזוי דער בני בנים (ח״ג סימן יב) פירט אויס זיין היתר כהיום פאר נשים ללמוד תלמוד.
לגבי פונקט ב). דער בני בנים (ח״ב סימן ז) איז מתיר אז נשים זאלן זאגן קדיש אין עזרת נשים, אבער א מנין למעשה איז נאר דא פון עשרה גברים.
ואגב, דאס איז ווי אזוי ער פירט אויס מאמר ו אין ח״א.
דאס איז וויכטיג, פרויען מעגן אויך זאגן קדיש נאך עלטערען, פונקט ווי מענער.
אבער לגבי זיין פראבלעם פין מנין, צריך ביאור.
אמת, די גמרא זאגט אז א מנין איז נאר צען מענער, אבער פארוואס איז קדיש אסור צו זאגן ביחידות? איך טאר נישט זאגן יתגדל ויתקדש?
מיט וואס ווערט עס מער דבר שבקדושה ווי זאגן פרייטאג צו נאכטס מלך קדוש?
מיילא קדושה, אויף דעם זאגט עס די גמרא, אבער קדיש?
ועוד והוא העיקר. פונקט ווי פרויען מעגן מאכן ברכות כאטש זיי זענען נישט מצווה, וואלטן זיי געברויכט מעגן זאגן קדושה מיט א מנין פין פרויען, אדער אהן א מנין, נאר מענער האבן א איסור פין זאגן א דבר שבקדושה אהן א מנין פין מענער, אבער פרויען פאר זיך מעגן אלעס. אויב זענען זיי נישט בכלל א מנין, זענען זיי נישט בכלל האיסור.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בן נון האט געשריבן:די שאלה איז וואס פינקטליך מיינט צוויטע קלאס אבער אויב סמיינט פשט כפשוטו זאג מיר האסט שוין אמאל געזען א היימישע פרוי זיצן אין פארנט סיטס אויף א ב’’פ וויליאמסבורג באס
אבער ווער זאגט אז דאס איז א פראבלעם ווער זאגט אז די אלגעמיינער בליק אויף די צעטיילונג פון די genders איז די ריכטיגע איך מיין אז 99% פרויען זענען מער ווייניגער צופרידן באופן כללי
די היימישע גאס איז זייער שטארק אויסגעשטעלט פאר פרויען נעם פאר א ביישפיל 13’ט אוועני’ רוב געשעפטן זענען מער אהערגעשטעלט פאר פרויען איך רעד שוין נישט פון קליידער סטארס און סאלאוונס נאר אפי’ סתם רעסטעראנטס טוי סטארס אא”וו
פארוואס זאלן זיי וועלן פינקט די זאכן וואס איז מער מענעריש ווי זיין רבנים ורביים אנטשילדיגט רבנית ורביית עס איז אזוי די פרויען וואס זיכען צו זיין פייער לעשער
יעדער דארף וויסן ווי זיי שטייען א מאן ביי די מענער און א פרוי ביי די פרויען
האסט שוין אמאל געזען א היימישע פרוי זיצן אין פארנט סיטס אויף א ב’’פ וויליאמסבורג באס
אוודאי, עס געשעהט גענוג אפט, און זיי ווערען פארשריגן.
גראדע לגבי דעם בין איך יא מסופק, ווייל היות אונז האבן היינט גדרי הצניעות וואס טיילט אפ מענער און פרויען, מער ווי עס איז געוועהן זייט אידישקייט, קען זיין אז עס האט מיט די גדרים און נישט מיט צווייטע קלאס.
אבער הא גופא, דער משוגעת פין דערווייטערן פרויען איז קיינמאל נישט געוועהן, תולדות אהרן און גער האבען עס אנגעהויבן ומאלה נפוצו, עס איז געווארען א נייע אידישקייט, ווייל דער הפרדה האט פארמירט אידישקייט צו א נייע אנדערע לעוועל. אלעס דרייט זיך ארום דער הפרדה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דאס ווענדט זיך צו די separate but equal דאקטרינע ווערט גערעכנט אלס ראסיסטיש, למעשה היינטיגע צייטן אין אמעריקע איז עס אומלעגאל, לויט דעם זענען חרדישע פרויען צווייטע קלאס.אישתישבי האט געשריבן:א. איז עס אמת? זענען פרויען ביי אונז צווייטע קלאס?
כח היחיד (עיין ערך רחי פרייער)אישתישבי האט געשריבן:ב. אויב יא, וואס קען מען טוהן דאס צו טוישן?
יעדעס מאל די מושג פון עיקרי הלכה קומט ארויף אין א שמועס ווערט די גאנצע שמועס זייער murky און אומקלאר. לעצטנס צ.ב. האט איך געשמועסט מיט א ליטווישע רב וואס האלט זיך אביסל ״אויפגעקלערט״ אזוי צו זאגן, האט ער זיך גערעגט אז ער איז געווען ערגעץ שבת און ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט גענוצט די שבת עלעוועיטאר און ווען ער האט געפרעגט מענטשן פארוואס זיי נוצן עס נישט האבן זיי געזאגט אז ״ס׳פאסט נישט״ און ער פארשטייט נישט וואס די פראבלעם איז ווייל מעיקר הדין איז נישט דא קיין שום ענין דערביי. האב איך איהם געפרעגט פארוואס גיין מיט א קאפל פארשטייט ער יא פארוואס מ׳איז אזוי מקפיד, אמער, דער גר״א זאגט דאך אז ״מעיקר הדין״ דארף מען נישט גיין א קאפל? זאגט ער מיר אז נאך אלעם ווערט די מושג פון צודעקן די קאפ שוין דערמאנט אין גמרא איז עס נישט ממש דומה צו שבת עלעוועטאר, האב איך איהם געפרעגט און וואס איז מיט עסן חולין בטהרה וואס ווערט אויך דערמאנט אין גמרא, פארוואס ווערט דאס נישט גערעכנט אלס עיקר הלכה? שוין, איז ער געבליבן מיט׳ן צונג אינדרויסן. פארשטייסטו, די מושג פון עיקר הדין האט נישט קיין שום קאנסיסטענט דעפינישן, יעדער פאנטאזירט זיך אויס אן אייגענעם ״עיקר הדין״ און ווער ס׳מער מחמיר פון איהם איז א פארפרומטער שוטה און ווער ס׳איז זיך מער מקיל איז א קאלטער ליידיגגייער, וואו בלייבט נאך איבער פלאץ פאר דיאלאג?אישתישבי האט געשריבן:ג. אויב נישט, זענען דאס עיקרי הלכה?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
בת קול האט געשריבן:איך גלייב נישט אז זיי מיינען צווייטע קלאס אזוי ווייט אין הלכהדיגע רעכטן אדער רבנישע פאסטןס.
גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.
דא האסטו דעם חכם אויף LinkedIn בנוגע ״בודזשעטן״ ס׳ווייב...
https://www.linkedin.com/posts/chaim-hi ... 95232-PHai
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
אישתישבי האט געשריבן:גראדע לגבי דעם בין איך יא מסופק, ווייל היות אונז האבן היינט גדרי הצניעות וואס טיילט אפ מענער און פרויען, מער ווי עס איז געוועהן זייט אידישקייט, קען זיין אז עס האט מיט די גדרים און נישט מיט צווייטע קלאס.
אבער הא גופא, דער משוגעת פין דערווייטערן פרויען איז קיינמאל נישט געוועהן, תולדות אהרן און גער האבען עס אנגעהויבן ומאלה נפוצו, עס איז געווארען א נייע אידישקייט, ווייל דער הפרדה האט פארמירט אידישקייט צו א נייע אנדערע לעוועל. אלעס דרייט זיך ארום דער הפרדה.
קומט אויס אז מען דארף קודם פארשטיין וואס מיינט צוויטע קלאס ווייל אויב איז יעדער צופרידן אחוץ אפאר אומפצורידענע וואס זיי גייען און רייסן אונז ארופ לעיני העמים איז די נידן נישט רעלעוואנט ווייל קיינער ”פילט” זיך נישט צוויטע קלאס
בדרך אגב די צזאמשטעל פון גער מיט תולדות אהרן איז אביסל שעטנ”ז צוויי אנדערע מהלכים פאר די פרויען אליין אבער די פוינט איז אמת און עס האט זיך לכאורה אנטוויקלט נאך די מלחמה ווען די יודן האבן געהאט פארלוירן די אישיות און נאר געוואלט זיין א חלק פון א פארטיי דהיינו פילען אז מעבאלאנגט ערגעץ
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אישתישבי האט געשריבן:דאס איז וויכטיג, פרויען מעגן אויך זאגן קדיש נאך עלטערען, פונקט ווי מענער.
אבער לגבי זיין פראבלעם פין מנין, צריך ביאור.
אמת, די גמרא זאגט אז א מנין איז נאר צען מענער, אבער פארוואס איז קדיש אסור צו זאגן ביחידות? איך טאר נישט זאגן יתגדל ויתקדש?
מיט וואס ווערט עס מער דבר שבקדושה ווי זאגן פרייטאג צו נאכטס מלך קדוש?
מיילא קדושה, אויף דעם זאגט עס די גמרא, אבער קדיש?
ועוד והוא העיקר. פונקט ווי פרויען מעגן מאכן ברכות כאטש זיי זענען נישט מצווה, וואלטן זיי געברויכט מעגן זאגן קדושה מיט א מנין פין פרויען, אדער אהן א מנין, נאר מענער האבן א איסור פין זאגן א דבר שבקדושה אהן א מנין פין מענער, אבער פרויען פאר זיך מעגן אלעס. אויב זענען זיי נישט בכלל א מנין, זענען זיי נישט בכלל האיסור.
א גוטע הערה. עס איז מעגליך דאס אפצולערנען אז עס איז נישט ״אסור״ צו זאגן אָן א מנין; גיי זאג קדושה ביחידות עס איז דאך בעצם נישט מער ווי פסוקי תנ״ך (מ׳זאגט עס דאך אפילו ביחידות ביי יוצר וקדושה דסידרא/ובא לציון, ועיין ברמ״א בסימן נט סעיף ג ובסימן קלב סעיף א). נאר אז דו ווילסט עס זאל האבן דעם רעליגיעזן ״חלות״ און אימפּאָרט אשר בשם ״קדושה״ יכונה ביי תפלה דאן פעהלט אויס א מנין עשרה; די ״ואין אומרים״ בסימן נה איז לגבי נישט צו זאגן בתורת דעם ״חלות״ פון ״קדושה״ וה״ה קדיש; אנדערש איז עס נאר א ״סיפור דברים״ (כמו ביוצר ובקדושה דסידרא). און די מנין עשרה איז נאר בגברים.
ואפילו מען זאל עס יא באטראכטן אלס אן ״איסור״ צו זאגן קען מען אבער פארענטפערן דיין צווייטע קשיא אז די איסור איז נישט אויפ׳ן גברא/מענטש צו זאגן, וואס דאן קענסטו זאגן אז רק מי שבא לכלל ״מנין״ בא לכלל האיסור בלא מנין לאפוקי נשים, נאר די געדאנק איז אויפ׳ן חפצא/דיבור פון קדיש/קדושה - דאס ווערט נישט געזאגט בלי מנין עשרה גברים. די דמיון פון ברכות איז נישט לגמרי דומה וויבאלד דארט איז ל״ד דא אן ״איסור״ דערויף.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: פרויען ביי חרדים
מי אני האט געשריבן:ואפילו מען זאל עס יא באטראכטן אלס אן ״איסור״ צו זאגן קען מען אבער פארענטפערן דיין צווייטע קשיא אז די איסור איז נישט אויפ׳ן גברא/מענטש צו זאגן, וואס דאן קענסטו זאגן אז רק מי שבא לכלל ״מנין״ בא לכלל האיסור בלא מנין לאפוקי נשים, נאר די געדאנק איז אויפ׳ן חפצא/דיבור פון קדיש/קדושה - דאס ווערט נישט געזאגט בלי מנין עשרה גברים.
פשוט שכך הוא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:אין גמרא און הלכה קען מען זיך דרייען און פרייען אהין און צוריק, און אויפקומען מיט אלע מיני פשט'לעך, מען דארף אבער בכלל נישט גיין אהין.. די פאקט אז אפאר חרדי'שע מענער האלטן אן א פעלזן פעסטע איסור פאר פרויען דרייווערס, פארציילט ליידער "אלעס".
און וואס וועסטו זאגן אויף די משפחות וואס די מענער טארן אויך נישט דרייוון א שטייגער ווי רעבישע אדער אלטרא פרום
די קענסט זאגן אז די פרומע וועלט מענער און פרויען צוגלייך ווילן נישט אז פרויען זאלן דרייוון
און ווען די מענער דארפן דרייוון זייער פרויען פאר שאפינג יעדע מאנטאג און דאנעשטאג וועסטו זאגן אז מענער זענען צווייטע קלאס ווייל זיי זענען די בעלי עגלה פאר די ווייב
אלא מאי א ענין של צניעות יש כאן און עס האט נישט מיט קלאסן
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
בן נון האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:אין גמרא און הלכה קען מען זיך דרייען און פרייען אהין און צוריק, און אויפקומען מיט אלע מיני פשט'לעך, מען דארף אבער בכלל נישט גיין אהין.. די פאקט אז אפאר חרדי'שע מענער האלטן אן א פעלזן פעסטע איסור פאר פרויען דרייווערס, פארציילט ליידער "אלעס".
און וואס וועסטו זאגן אויף די משפחות וואס די מענער טארן אויך נישט דרייוון א שטייגער ווי רעבישע אדער אלטרא פרום
די קענסט זאגן אז די פרומע וועלט מענער און פרויען צוגלייך ווילן נישט אז פרויען זאלן דרייוון
און ווען די מענער דארפן דרייוון זייער פרויען פאר שאפינג יעדע מאנטאג און דאנעשטאג וועסטו זאגן אז מענער זענען צווייטע קלאס ווייל זיי זענען די בעלי עגלה פאר די ווייב
אלא מאי א ענין של צניעות יש כאן און עס האט נישט מיט קלאסן
דער אלגעמיינער המון עם (סיי מענער און סיי פרויען) וואלטן קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט אזא איסור (עס מיט "הלכות" צניעות בערך וויפיל איך האב מיט נאנאש..).
וואסזשע דען..?
אין אנהייב איז דרייוון געווען "אזא סארט" אראפגעקוקטע זאך פאר סיי וועמען (ס'ליגט מיר אין קאפ עפעס א דרשה פונעם דבר"י קעגן אינגעלייט דרייווערס), נאר ווי יעדע זאך וואס האט נישט קיין עכטע איסור אונטער זיך, האט די צורך גורם געווען אז ס'זאל ווערן נארמאל (חוץ טאקע ביי די וואס קומען פון הייליגע Genes וואס ביי זיי איז עס נאך עד היום אפגעפרעגט)
משא"כ פרויען וואס האבן דאך נישט קיין גלייכע רשות הדיבור אין אונזער קרייז און די רבנים טראכטן דעריבער גאנץ ווייניג פון זייער זייט, זענען זיי טאקע געבליבן שטעקן ביים אלטן.
BTW די זעלבע זאך האלט אינמיטן געשעהן מיט הלכות סמארטפאונס ואכמ"ל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:אפילו ווען די רעדסט וועגן דיין ווייב, פארוואס דארף די גמרא זאגט המכבד אשתו יותר מגופו, נישט המכבד בעלה יותר מגופו? און וואס זאגט יא די גמרא? איזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.
דער אשכול איז נישט געווידמעט צו דן זיין גמרות אויב זיי זענען משפיל פרויען, עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.
דער שאלה איז צו עס איז מעגליך צו טוישען.
א. מיידלעך זאלען באקומען דער זעלבע עדיוקאציע אין גמרא און הלכה ווי בחורים. און בחורים דארפען אויך א תיקון, אבער איך רעד וועגן דער רמה, דער לעוועל, פרויען זאלען קענען פסק'נען אליין הלכה, נישט מען זאל זיי קענען איינרעדן א קאץ אין בויך.
ב. פרויען זאלען האבן דער זעלבע רעכט ווי מענער אין בית המדרש. עס איז נישט צו עקספעקטען אז ביי חרדים זאלן פרויען זיך קענען דרייען צוזאמען מיט מענער, און זיין בעלי תפלה, עס איז דא צופיל הלכה'דיגע פראבלעמען וואס מען דארף עוקר זיין. און פין א פראקטישע שטאנדפונקט גייט עס נישט געשעהן. וואס יא? אפשר זאלען זיי האבן אייגענע מנינים, אייגענע בתי מדרשים ווי זיי וועלען זאגען קדיש ליינען און דאווענען פונקט ווי מענער ַַווי אויך האבן אייגענע פרויען רבנים וואס זאלען באמת קענען לערנען.
ג. הלכות וואס מוזן נישט זיין אמת לגבי פרויען זאל מען עוקר זיין. מענער דיסיידען היינט הלכות לגבי פרויען, און אסאך פין די הלכות האבן נישט קיין מקורות, און זענען געהעריג בל תוסיף. איינמאהל פרויען וועלען קענען לערנען וועלען די הלכות טפילות בטל ווערן אליין. למשל, בורט קאנטראל, שערען האר מיט א ראזיר, ועוד ועוד ועוד.
אישתישבי: בד"כ ביסטו גערעכט. אבער נישט מיט אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט ביניך מסכים. ווייל ס'זענען פארהאן געוויסע הלכה'דיגע צוריקהאלטן. אויב נישט וועללן מיר האבן אזא פנים ווי ראביי אבי ווייס. וועלכער צוברעכט אינגאנצן די אידישע טראדיציע. און אפילו זיין אייגענע (מאדערן ארטאדאקס) רבנ'ישע ארגאניזאציע האט איהם געווארנט אז אויב ער שטעלט זיך נישט אפ מיט צוברעכן די אידישע הלכה/טראדיציע וועללן זיי איהם מוזן אויסשליסן פון זיין א מעמבער אין אן ארטאדאקסישע ארגאניזאציע . (נאר ער וועט פאררעכנט ווערן אלס קאנסערוואטיוו.)...!