שוד ושבר: 3 בחורים אומגעקומען אין אוקריינא עראפלאן קראך
שוד ושבר: 3 בחורים אומגעקומען אין אוקריינא עראפלאן קראך
א שרעקליכע בשורה פארשפרייט זיך יעצט אז א קליינע עראפלאן האט געקראכט אין אוקריינא און היימישע אידן זענען געוועהן אויף דעם.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
שרעקליכע טראגעדיע: דריי בחורים אומגעקומען אין ערעפלאן קראך
ווידער שטייט מען אויף צו שווערע נייעס קוים זיך ארויסזעהנדיג פון די פריעדיגע טראגעדיעס.
דריי היימישע ישיבה בחורים זענען ליידער אומגעקומען אין א קליינע ערעפלאן קראך אין אוקריינע ה"י
דריי היימישע ישיבה בחורים זענען ליידער אומגעקומען אין א קליינע ערעפלאן קראך אין אוקריינע ה"י
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ליידער א שרעקליכע טראגעדיע.
מ’דארף זיין געווארענט קיינמאל נישט צו פארן מיט קיין קליינע פליגערס. נישט פון קיין גרויסע קאמפעניס. נאכדערצו אין א דריטע וועלט לאנד ווי די היינטיגע אוקריינא!
כהאב געלערנט אין איין קלאס מיטן פאטער פון הב’ עמרם פראמאוויטש.
הרב חיים מאיר (לרפו”ש) פון מאנסי איז א זוהן פון ר’ אברהם אלטר פראמאוויטש מ’וויליאמסבורג בן ש”ב הגה”צ רבי משה אליעזר פראמאוויטש אב”ד צייסלהיים, מגדולי חסידי וויזניץ. שפעטער געוואוינט אין וויליאמסבורג. א דוגמא פון פארצייטישער ווילחאוויצער-וויזניצער חסיד. זיין דאווענען איז געוועהן אומבאשרייבליך. זיי זענען געוועהן אייניקלעך די באוואוסטע משפחת פוקס פון ווילחאוויץ. זיי זענען אייניקלעך פון ש”ב ר’ חיים פוקס פון ווילחאוויץ- מגדולי חסידי וויזניץ, ברודער פון הגה”צ רבי מרדכי חנא.
פון די מאמעס זייט, זענען זיי אויך ווילחאוויץ. די בחור’ס מאמע איז א טאכטער פון ר’ שמואל דוד טויב מחסידי וויזניץ-מאנסי. זיין פאטער איז נישט געוועהן קיין וויזניצער, אבער ער האט געשיקט אלע זיינע קינדער קיין וויזניץ. ווייל ר’ שמואל דוד’ס מוטער איז געוועהן א הייסע וויזניצער חסידתטע און זי האט געוואלט אלע אירע קינדער זאלן זיין אזויווי איר פאטער ווזיניצער חסידים. איר פאטער איז געוועהן די באוואוסטע וויזניצער חסיד פון ווילחאוויץ הרה”ג רבי נחמן איינהארן באקאנט אלץ “רבי נחמן ציצת מאכער”. זיין זוהן האט נאך די מלחמה געפענט די ספרים געשעפט אויף ליע עווניא “איינהארן’ס ספרים געשעפט” וואס שטייט נאך עד היום הזה און ווערט געפירט דורך הרב נחמן טויב און זיינע קינדער מחסידי וויזניץ ב”ב.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
וואולקאן עראפציע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:זיין פאטער איז נישט געוועהן קיין וויזניצער, אבער ער האט געשיקט אלע זיינע קינדער קיין וויזניץ. ווייל ר’ שמואל דוד’ס מוטער איז געוועהן א הייסע וויזניצער חסידתטע און זי האט געוואלט אלע אירע קינדער זאלן זיין אזויווי איר פאטער ווזיניצער חסידים.
אין מיינע אויגן איז עס א חוצפה פון א פרוי דאס צו פאדערן. דארף מען וויסן אויב איר מאן האט געהאט התנגדות צו איר רצון. אבער אין אן אשכול פון אזא טראגעדיע איז א שאד צו רעדן פון אזעלכע זאכן.
נאך וועמען האט דער נפטר געהייסן?
אפשר טאקע נישט די פאסיגע אשכול. זייטס מיר מוחל.
ער איז געוועהן א פאפענער תלמיד נישט געהאט קיין התנגדות אז זיינע קינדער זענען געווארן “וויזנצער חסידים”. די פאטער אליינס פלעגט ימים טובים קומען דאווענען קיין וויזניץ. איך געדענק אים גוט. אלע זיינע זיבן (אדער אכט) זוהן מיט זייערע קינדער זענען געווארן פייערדיגע וויזניצער חסידים. נישט סתם נאר זיינע קינדער זענען געווארן די גרעסטע וויזניצער מאכערס. איינע פון זיינע זוהן איז די משגיח יאהרן לאנג אין וויזניץ בני ברק. די אנדערע איז ר׳ מאיר פון די גבאים פון די תורת מרדכי זי”ע און פון די מנהלי המוסדות וויזניץ אין ב”פ, איין זוהן ר’ אהרן הערש איז די גבאי אין מאנסי- וויזניץ בארא פארק און פירט די גאנצע רעדל דארט פאר יאהרן לאנג.
אין וויזניץ פארציילט מען אלץ א אינטערסאנטע מעשה. הנגיד המפואר פון באבוב ר’ אברהם אהרן לעזער און זיינע ברידער. זייער מאמע איז געקומען פון זייער א הייסע וויזניצער משפחה, די גבאי פון די אמרי חיים אין גרויסווארדיין נאך פארן קריג. און זי פלעגט פארן יעדע חודש גאנץ תשרי קיין בני ברק. און איר מאן פלעגט גיין קיין באבוב. ווען מ’האט געדארפט שיקן די קינדער אין ישיבה האט זי פארלאנגט אז מזאל זיי שיקן לערנען אויף וויזניץ. אדער כאטש א חלק פון אירע קינדער האט זי געוואלט זאלן לערנען אין וויזניץ. און דער טאטע האט איר געזאגט לאמיר גיין פרעגן דעם וויזניצער רבין די אמרי חיים, און וואו ער וועט זאגן דארט וועל איך שיקן די קינדער. זי האט מסכים געוועהן. זיי זענען אריין צום אמרי חיים, און די אמרי חיים האט געזאגט אז ביי די זאכן גייט מען לויט די מאן, און אז די מאן וויל מזאל שיקן קיין באבוב זאלן זיי שיקן קיין באבוב. אבער ביי משפחת טויב האט די אמרי חיים געזאגט אז מזאל יא שיקן קיין וויזניץ. פאר א ווערטל זאגט מען אין וויזניץ. “די אמרי חיים האט געמאכט א טעות, ער וואלט געדארפט לאזן טויב אין פאפא און ברענגן לעזער קיין וויזניץ”...
אקעי צוריק צו די נושא.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius