Jackie mason ני"ו [ע"ה]
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
Jackie mason ני"ו [ע"ה]
עס קומט מיר אויס זייער אסאך נהנה צו זיין פון אונזער חשוב'ען רב
מורינו ר' יעקב {משה} מעסאן שליט"א יר"ה
גערופן ביי די נעבעכ'ס גוים Jackie mason
זיין טאטע איז געווען א חשוב'ער רב דא אין אמעריקא
און זיינע ברודערס האבן אלע גענומען די סמיכה פאר רבנות
ער איז ווי מען זאגט געכאפט א גליטש
און אויסגעוואקסן גאר א גוטער קאמידיען, אנגעהויבן נאך אין די כ' יארן.
בעיקר אבער האט ער מצליח געווען די לעצטע 20 יאר פון 85' ביז 05'
ווי ער האט געהאט א שאו אויף בראדוויי וואו מען האט זיך אונטערגעהאלטן פון אים.
ער האט גאר אן אייגענארטיגער דרך, פון ליצנות.
ער איז זייער קלוג, ברענגט ארויס א זאך זייער שארף
דאס האט אים שוין פארשאפט פיל קאפוויי ווען ער האט צולייגט מענטשן
איינע פון זיינע בעסטע טאפיקס איז אידן, ער רעדט מיט א קאפל {קוקט גוט וועט איר זעהן}
ער ברענגט ארויס דעם איד אייזן און דער עולם קען נישט אטעמען
ער האט זיינע בלאגס אויף יו טוב אין די לעצטע צייט וועגן פאליטיק
ער איז פרא איזראעל,
און קעגן ליבעראליזם בכלל
אבאמא איז זיין פעיוואריט צו האקן און חוזק מאכן
אבער ער פלעגט אלץ זיין ביזי מיט פאליטיק
לאמיר הערן וואס זאגט דער עולם איבער אים.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אויס מענטש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איין שורה? רעד אביסל פון זיין כאראקטער, פון וועמען ער שטאמט . זיין רבנישע פאמיליע. זיין פארגאנגעהייט, קאריערע, אביסל וויצלעך, נושאים פון וועלכע ער האט ליב ארומצוקייען, ווי צום ביישפיל חוזק מאכן פון די אידן לגבי דזשענטייל'ס, . נישט סתם געב א שיס און דעטס אלל..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
מעיסען האט פארפאסט א ביך מיט'ן נאמען "שמאקס"! Schmucks
דענק איך אז סעוועדזש האט אינטערוויוד מעיסען איבער דעם ביך, ביי די ענד פונעם אינטערוויאו געט סעוועדזש א שריי אויס פאר זיינע צוהערער: "גייטס קויפן דזשעקי'ס נייעם ביך! There is a Schmuck in every book store..." מעיסאן האט אויסגעפלאצט!!

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
זיין טאטע איז געווען א רב אין די בראנקס זיין ברודער ווייס איך נישט
ער אליינס איז א שטיק צייט אויך געווען א ראביי
ער זאגט אז ביי זיינע שיעורים זענען געווען מער גוים ווי אידן
סאו ער איז געווען א "דזשואיש רעביי פאר דעזשנטייס"...
איך גלייך זייער זיין וועג פון צולייגן אזאך
ער אליינס איז א שטיק צייט אויך געווען א ראביי
ער זאגט אז ביי זיינע שיעורים זענען געווען מער גוים ווי אידן
סאו ער איז געווען א "דזשואיש רעביי פאר דעזשנטייס"...
איך גלייך זייער זיין וועג פון צולייגן אזאך
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
אין אן אנדערע קליפ מאכט ער חוזק פון דאקטארים. ער זאגט:
- דאקטארים גייען מיט מאסקעס מען זאל נישט זעהן זייער פנים
- דאקטארים גייען מיט הענטשקעס מען זאל נישט כאפן זייער פינגער-אפדריקן
- נאר דאקטארים און אפטייקערס קענען לייענען רעצעפטן ווייל עס שטייט דארט: איך האב שוין געמאכט מיין געלד, יעצט מאך דו דיינס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
boxcover האט געשריבן:ס'קען זיין אז עס דאכט זיך מיר נאר, אבער כ'מיין אז ער רעדט אין אידיש אויף די קליפ:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6aJ63JhvpTA[/youtube]
ביי 0:59 זאגט ער: ער זיצט אזוי.
זיכער רעדט ער יודיש.
ער ווארפט אסאך אריין יודישע ווערטער אין זיינע אויפטריטן ווי "אוי, א בראך" "ער שטייט אזוי" וכדו'
אין פאקט, ס'איז געווען א גאנצע קאנטראווערסיע איבער זיין אנרופן מעיאר דינקינס "א פענסי שווארצער מיט א מאסטאדזש [וואנצע]". אבאמא האט ער אויך אנגערופן אזוי.
-----
boxcover האט געשריבן:איינע פון זיינע בעסטע טאפיקס איז אידן, ער רעדט מיט א קאפל {קוקט גוט וועט איר זעהן}
בלויז קלארצושטעלן די פאקט: ער גייט געווענליך נישט מיט א קאפל. (נאר ווען ער טרעט אויף אין א"י אדער ווען ער פראוועט א סדר...)
----
דא איז א געוואלדיגער קליפ פון אן אויפטריט אין זיינע יונגע יאהרן http://www.youtube.com/watch?v=wYYKKEe9CLY
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
קרעמער1 האט געשריבן:boxcover האט געשריבן:ס'קען זיין אז עס דאכט זיך מיר נאר, אבער כ'מיין אז ער רעדט אין אידיש אויף די קליפ:
ביי 0:59 זאגט ער: ער זיצט אזוי.
זיכער רעדט ער יודיש.
ער ווארפט אסאך אריין יודישע ווערטער אין זיינע אויפטריטן ווי "אוי, א בראך" "ער שטייט אזוי" וכדו'
איך האב נישט גערעדט פון די יודיש וואס יעדער האלבע יוד און גאנצע גוי רעדט.
-----
קרעמער1 האט געשריבן:boxcover האט געשריבן:איינע פון זיינע בעסטע טאפיקס איז אידן, ער רעדט מיט א קאפל {קוקט גוט וועט איר זעהן}
דו האסט עפעס אויגעמישט די קוואוטס. דאס קומט פון [tag]אויס מענטש[/tag].
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 7
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 04, 2012 7:33 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
שמואל הלוי האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:זיין טאטע איז געווען א חשובע רב דא אין אמעריקא
און זיינע ברודערס האבן אלע גענומען די סמיכה פאר רבנות
ווי איז זיין טאטע געווען א רב? און ווי זענען זיינע ברודער היינט צוטאגס משמש ברבנות?
זיין טאטע האט געהייסן הרב אליהו מרדכי הכהן מזאה (1896-1954) און איז געקומען פון מינסק.
ווי דזשעקי (יעקב משה) איז מעיד שטאמט ער פון דורי דורות רבנים.
ער איז מעגליך קודם געווען אין וויסקאנסין וויבאלד דזשעקי איז דארט געבוירן.
ער איז געווען אקטיוו אין ניו יארק און ער האט ארויסגעגעבן אפאר ספרים מחזק צו זיין אידישקייט
איינע פון זיי "דער שול און דער פרעזידענט" http://yi.m.wikisource.org/wiki/%D7%93% ... %98_%D7%90
זיינע דריי זיהן זענען געווען רבנים:
1) הרב יוסף http://www.geni.com/people/Rabbi-Joseph ... 2962528509
2) הרב גבריאל איז געווען רב אין לאנג איילענד. ער האט ריטייערט אין 03 http://www.geni.com/people/Rabbi-Gabrie ... 9627499705
3) הרב בערנארד (בערני) איז געווען רב אין א יאנג איזרעאל אין נ"י ער האט ארויסגעגעבן א בוך איבער די שואה http://www.amazon.com/Poured-Power-Powe ... rnard+maza
דזשעקי אליין האט באקומען סמיכה און איז געווען א ראביי אין פענסלוועניע פאר דריי יאר
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
טיכטיגער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער פיגור. איינער קען אביסל פארברייטערן איבער זיין ביאגראפיע?
ער איז געווען פרום? (ס'מאכט נישט קיין חילוק, סתם נייגעריג) ער האט קינדער? וויאזוי ווערט מען פון א רב צו א קאמידיען וועלכער איז געווען באקאנט פאר מיליאנען. אן אינטערעסאנטער כאראקטער.
איך הער זאגן אז די מאמענט גייט עים באשרייבן נעקסטע וואך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
- האט שוין געלייקט: 134 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
טיכטיגער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער פיגור. איינער קען אביסל פארברייטערן איבער זיין ביאגראפיע?
ער איז געווען פרום? (ס'מאכט נישט קיין חילוק, סתם נייגעריג) ער האט קינדער? וויאזוי ווערט מען פון א רב צו א קאמידיען וועלכער איז געווען באקאנט פאר מיליאנען. אן אינטערעסאנטער כאראקטער.
נישט געווען פרום גארנישט געהאלטן. ער האט געהאט איין טאכטער אבער ער האט געלייקענט אז סעאיז זיינס
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
טיכטיגער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער פיגור. איינער קען אביסל פארברייטערן איבער זיין ביאגראפיע?
ער איז געווען פרום? (ס'מאכט נישט קיין חילוק, סתם נייגעריג) ער האט קינדער? וויאזוי ווערט מען פון א רב צו א קאמידיען וועלכער איז געווען באקאנט פאר מיליאנען. אן אינטערעסאנטער כאראקטער.
דא האט איר א לאנגע אינטערוויו פון דזשעקי מעיסאן מיט “לחיים” ער זאגט אז ער איז מלכתחילה געווארן א רב ווייל זיין גאנצע משפחה איז אזוי געוועהן. אבער מיט די צייט האט ער איינגעזעהן אז סאיז נישט געמאכט פאר אים. און ער איז געווארן מעהר און מעהר סקעפטיש איבער די רעליגיע.
אינטערסאנט. ער זאגט אז זיינע עלטערן האבן נישט געוואוסט אז ער איז נישט פרום. און זיי האבן ניטאמאל געוואוסט אז ער איז א Hit on Broadway. זיינע עלטערן האבן נישט געהאט קיין טעלעוויזע און נישט געליינט קיין צייטונגען. פון וואו האבן זיי געדארפט וויסן?
און ער האט נישט געוואלט זיי זאלן וויסן דערוועגן. ער זאגט אסאך מאל דארף מען זאגן א קליינע ליגענט למען השלום, ווי למשל אז דו גייסט באזוכן די אלטע מומע אין שפיטאל וואס האלט ל”ע ביים שטארבן, און זי פרעגט “נו וויאזוי קוק איך אויס?” וועט א נארמאלע מענטש נישט זאגן “איר קוקט אויס ווי ער גייט אט אט שטארבן!”... זיינע געשוויסטער האבן יא עפעס געוואוסט זאגט ער. אבער זיי האבן אלע צוגעמאכט א אויג. ווילאנג ער האט געברענגט פאר די פאמיליע פעטע ענוועלאפס מיט קעש זענען זיי אלע שטול געוועהן.
L'Chayim: Jackie Mason
https://m.youtube.com/watch?v=tUHiDCHFgQQ
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טיכטיגער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער פיגור. איינער קען אביסל פארברייטערן איבער זיין ביאגראפיע?
ער איז געווען פרום? (ס'מאכט נישט קיין חילוק, סתם נייגעריג) ער האט קינדער? וויאזוי ווערט מען פון א רב צו א קאמידיען וועלכער איז געווען באקאנט פאר מיליאנען. אן אינטערעסאנטער כאראקטער.
טיכטיגער: וואסי...? דו מיינסט ער האטציך צולאכט אין מיטן זיין שבת הגדול דרשה. מיין רבי שליט"א ביי איהם איז די שבת הגדול דרשה מער ערנסט ווי די שבת שובה דרשה. דארט זאגט ער מוסר פאר'ן עולם. און לאזט א פאר טרערן. ביי די שבת תשובה דרשה רעדט ער זייער קאלט. ער זאגט זיך אפ זיין פשט'ל. רעכנט אויס די געוויינליכע ב.ש. איבער אינטערנעט, סמארטפאון און אנדערע טמא'נע כלים... און מ'גייט דאווענען מנחה..לאל...!