רעכטע און לינקע דעבאטע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

רעכטע און לינקע דעבאטע

שליחה דורך שבת אחים »

(אפגעטיילט)

berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די באקאנטער קאמעדיען רבי יעקב משה מזא”ה ז”ל באוואוסט אלץ “דזשעקי מעיסאן”
בן הרה”ג הרבני רבי אלי' מרדכי הכהן מזא”ה ז"ל.

געקומען פון א פרומע שטוב, א רבנישע שטוב. ער אליינס איז געוועהן א רב פאר א קורצע צייט. און איז דערנאך געווארן פון די גרעסטער קאמאדיענס אין די וועלט.

זיין אייגענארטיגע קאמעדיע סטייל און סאציאל-קריטיסיזם האט אפגעשפיגלט די אמעריקאנע איד און די אידישע קולטור אין אמעריקע.

לכאורה פון די ערשטע אט”ד’ס אין די חרדישע וועלט נאכן קריג.

שבת אחים: יא. ער האט געהאט גאטס. ווען דינקינס איז געלאפן פאר מעיאר פון נ.י. סיטי. און א יעדער האט (נאך) געמיינט אז ער איז די זאך. האט דזשעקי מעיסאן איהם מגדיר געווען אלס..."א פענסי שווארצער מיט א מאסטעש"...! די שחורים און ליבעראלע אידן זענען געווען געפערליך בייז אויף איהם. זיי האבן געלייגט פרעשור אז ער זאלל חוזר זיין. און זיך אנטשולדיגן. אבער האט זיך אויסגעלאכט פון זיי.

ס'איז טאקע געווען סופו מוכיח על תחילתו. ס'האטציך ארויסגעשטעלט, ביי די קאמפיין פון די שווארצע אקטיוויסטן, אזוי ווי שארפטאן, ימ"ש אקעגן די קארעאנער גראסערי. און שפעטער ביי די ראיאטן אין קראונהייטס אז ער איז געווען גארנישט מער ווי א פוסטער, אויפגעבלאזענער זאק. וואס האט געצויגן צו זיינע שווארצע (קרימינאלע) ברודערס...!

כ'האלט פונקט ווי אייך אז דינקינס איז נישט געוועהן קיין גוטע מעיאר. כ'בין גענוג אלט צו געדענקען די שרעקליכע ראיאטן אין קראונהייטס, און די רעספאנס פון דעם מעיאר.

אבער כ'בין מחולק מיט אייך אז דזשעקי מעיסאן האט געטוהן ריכטיג און רופן דינקינס "א פענסי שווארצער מיט א מאסטעש"...! ווייל יעדער מעג טאקע אטאקירן א צווייטן לויט די הלכות פון “פרי ספיטש”, אבער וואס מ’טאר נישט איז רעדן קעגן א גאנצע מינארעטי! איך (און די ליבעראלע אידן ווי דו רופסט זיי) פירן זיך אויף לויט די Golden rule פון רבי הלל הזקן. איך וואלט נישט געוואלט א שווארצע קאמעדיען זאל זאגן אויף עליעט שפיצער “א אריסטאקראט איד וואס איז א פאליטישאן כדי צו קענען רייכער ווערן אויף די חשבון פון די ארימע”.

איך האב נישט קיין שום פראבלעם אויב איינער זאגט די זעלבע סטעיטמענט אן די ווארט “איד”. ווילסט רעדן קעגן איינעם, געזונטערהייט. לאז ארויס זיין משפחה, זיין גענעטיקס, זיין שטאט, און זיין עטנישע גרופע.

די שווארצע האבן גענוג געליטן. זיי זענען געוועהן פארשקלאפט פאר הונדערטער יאהרן פאר די ווייסע. גענוג געוועהן! זיי זענען אויך מענטשן.

דאס איז די וועג וויאזוי איך זעה עס. איך בין מיט די ליבעראלע!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן:אבער כבין מחולק מיט אייך אז דזשעקי מעיסאן האט געטוהן ריכטיג און רופן דינקינס "א פענסי שווארצער מיט א מאסטעש"...! ווייל יעדער מעג טאקע אטאקירן א צווייטן לויט די הלכות פון “פרי ספיטש”, אבער וואס מ’טאר נישט אז רעדן קעגן א גאנצע מינארעטי! איך (און די ליבעראלע אידן ווי דו רופסט זיי) פירן זיך אויף לויט די Golden rule פון רבי הלל הזקן. איך וואלט נישט געוואלט א שווארצע קאמעדיען זאל זאגן אויף עליעט שפיצער “א אריסטאקראט איד וואס איז א פאליטישאן כדי צו קענען רייכער ווערן אויף די חשבון פון די ארימע”.

דאס איז די וועג וויאזוי איך זעה עס. איך בין מיט די ליבעראלע!

במחכ"ת אבער די Golden rule איז די Opposite פון די ליבעראלע מהלך המחשבה...

וואס האט צולאזן שווארצע באראבעווען און פלינדערן, א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט צווינגען מאסקס (נאכן וואקסין...) א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט באראבעווען געלט פון Tax payers צו פאנדן אלע סארטן נערישע דעפארטמענטס (Big government) א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט גיבן ווייניגער Government programs פאר ארימע ווייסע ווי פאר מינאריטעטן (Progrmas for minority owned businesses Etc) א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט צונעמען געלט פון די וואס ארבעטן און עס גיבן פאר די פוילע, א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט "נישט צולאזן אז מענטשן זאלן אליינס קענען אינוועסטירן זייער SSI אדער Retirement נאר עס דווקא לאזן ביי די Government" א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט "נישט צולאזן School choice פאר ארימע איינוואונער מיט פאדארבענע פאבליק סקולס", א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט צונעמען געלט (reparations) פון אומשולדיגע ווייסע וואס נישט זיי און נישט זייערער עלטערן האבן געהאט סיי וואס פארא שייכות אין אונטערדריקן די שווארצע, א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט באשולדיגן די מערב וועלט און אירע בירגער אויף אלע חסרונות פון די וועלט, א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט צווינגען מענטשן צו טוהן קעגן זייער רעליגיע (Gay wedding cake Etc) א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט Cancelen מענטשן אין די מאסן ווייל זיי האבן 10 יאר צוריק עפעס געטוויט, א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט צולאזן (שטארקע...) מענער אין די פרויען Sports teams (מיט די תירוץ אז "יעצט" זענען זיי פרויען...), א שייכות מיט די Golden rule?
וואס האט אטאקירן Israel בעת וואס סוריא, איראן און כינע באקומען א Free pass, א שייכות מיט די Golden rule?
ועל כולם!!
וואס האט דאס איגנארירן די מאסן שווארצע טויטע (פיל מאל גענצליך אומשולדיג) אין די Inner cities, און נאר פאקוסן אויף די 2 (טיילווייז שולדיגע?) פאליציי געהארגעטע, א שייכות מיט די Golden rule?

די תירוץ אויף דעם אלעם איז איינס..
"מה דעלך סאני לחברך לא תעביד", איז בכלל נישט די וועגווייזער דא..

זאכן וואס איז גוט אדער שלעכט איז געבויעט אויף א קאמפליצירטע סיסטעם פון אידענטיטעט פאליטיקס און Virtue signaling.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליב צו וויסן. אבי גערעדט אין די וועלט אריין.
קודם, קיינער צווינגט נישט צוגיין מיט קיין מאסקעס נאכן וואקסין.

איך קען דיר ווייזן אויף יעדע זאך אז דו רעדסט שטותים מיט הבלים, און דיר ווייזן די לינקע זענען יא אלעמאל מיט די golden rule און די רעכטע קלאר נישט!

קלאר! אלע זייערע פאליסיס האט צו טוהן מיט רעליגיע און ראסיזם. און אלע לינקע פאליסיס אין אמעריקע זענען די ווילן פון רוב אמעריקאנער! נאר די רעכטע האבן אסאך פאוער אין די סענאט ווייל די אלע קליינע לענדער ווי מיסיסיפי, נארט און סאוט דעקעטא, יוטא, מאנטענא וכו' וכו' באקומען די זעלבע 2 וואוטס ווי די גרויסע שטעט ווי ניו יארק און ניו דזשערזי און קארליפאניע.
רוב פון די רויטע שטעט זענען קליינע שטעט (אין צאל פון מענטשן, נישט קיין שטח).

יעדע איינציגסטע פאליסי פון די היינטיגע לינקע האט די שטיצע פון “רוב אמעריקאנער” לויט אלע פאולס.

איך האב אדורכגעליינט דיין גאנצע תגובה און איך זעה גארנישט וואס זאל מיך באדערן.

די רעכטע זענען די גרעסטע היפאקריטן וואס איז דא. און איך בין מסכים מיט די באוואוסטע פראפעסאר און חכם נועם כאמסקי אז די republicans are the most dangerous group among humans, זינט די וועלט שטייט.

זיי האבן אריינגעשלעפט אמעריקע אין מלחמות איינס נאכן צווייטן. אריינגעשליידערט מיליאנען שווארצע און שפאנישע אין תפיסה פאר מינדערוויכטיגע קרימינאלע פארברעכן. פונקט גלייך נאך וואס די שווארצע האבן באקומען די רעכטן האבן זיי פלוצלינג אנגעפאנגן מיט א war of drugs ווי מ'האט אריינגעשליידערט מענטשן פאר לייף פאר מאריוואנע... זיי גענוצט פאר Slave labor.

די רעפובליקאנער גייען נישט מיט די אמת און זענען קעגן סייענס. זיי לייקענען די פאקט וואס אלע חכמים אין די וועלט זאגן אז אונז מענטשן קענען זיך אליינס חרוב מאכן מיט די ענווייראמענט. און זיי לייקענען די עפעקט וואס CO2 האט מיט גלאובעל ווארמינג. טראמפ און זיינע רעכטע קראוניס האבן זיך ארויסגעצויגן פון די קלימאט-סאמיט ווי אלע נארמאלע לענדער אויף די וועלט האבן זיך באטייליגט, ובתוכם נארט קארעא. אבער די רעכטע אמעריקע גלייבן נישט אין קיין סייענס. און ביי זיי איז חכמה וואס קומט נישט פון זייער רעליגיע, ליגענט און שטותים... די רעכטע האבן א גרויסע גאט. יאשקע פונדריק. און ער גייט זיי העלפן. ער גייט זיי ארויסשלעפן ביי די פיאות פון גיהנום...

אונז זענען היינטיגע טעג “סופער הומאנס” אנטקעגן אונזערע זיידעס. א דאנק די גרויסע חכמים ווי די גריכן, און אזעלכע חכמים ווי אייזיק ניוטאן, Galileo, מייקל פאראדעי, וכו', קענען אונז קאנטראלירן נאטור זאלן ארבעטן פאר אונזערע געברויכן. און יעדער האט א סמארטפאן ביי זיך אין טאש ענליך צו די איידיע (להבדיל) פון די “אורים ותומים”. א דאנק צו די איין פרינציפל פון ארויסווארפן אלע גלייבונגען, נגיעות מיט וואס א מענטש איז געפראגרעמט און קוקן נאר אויף נומבערס, און זאכן וואס יעדער איינער קען אליינס מאכן א Scientific experiment און זיך אליינס איבערצייגן אז סאיז אמת. א דאנק דעם זענען מענטשן וואס האבן נישט געוואוסט מיט אפאר הונדערט צוריק אז די וועלט איז רינדעכיג, און אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון, און אז ס'איז דא מעהר שטערנס און וועלטן ווי מ'קען ציילן... מענטשן אן קיין טוילעטס און קיין עלעקטעריק, אן קיין אינטערנעט, אן קיין קאמיוניקעישן, אן קיין מעדיצין -- בעסיקלי “האלבע מאנקיס”... צו מענטשן וואס פארמאגן nuclear weapons, און מענטשן וואס האבן ארויסגעשיקט א robot אינדרויסן פון אונזער solar system, און קענען ארויסקוקן ביז צו די עק פון די אוניווערס - וואס נעמט צו פארן צענדליגער ביליאנען יאהרן מיט די ספיד אף לייט. און די lifespan פון די הומענס האט זיך געדאפעלט זינט דאן. ווען א מענטש פון 500 יאהר צוריק וואלט זיך היינט אויפגעוועקט וואלט ער געזאגט אויף די היינטיגע מענטשן אז זיי זענען געטליך און האבן “הימלישע כוחות”...

איך האלט אז אמעריקע דארף זיך צוטיילן אין צוויי. אלע בלויע שטאטן זאלן ווערן איין מדינה, און אלע רויטע שטאטן זאלן ווערן א צווייטע מדינה. און מ'זאל געבן א יאר צייט פאר יעדן בירגער מחליט צו זיין אין וועלכע אמעריקע זיי ווילן וואוינען. ס'גייט זיין בעסער פאר ביידע.

די בלויע אמעריקע גייט זיין די רייכסטע לאנד אין די היסטאריע אויף די וועלט. אלע חכמים, גרויסע דאקטורים, סייענטיסן, און אלע טעכנאלאגיע גייט קומען פון די בלויע לאנד ווי silicon Valley וכו', אלע Ivy League קאלעדזשעס אויף די בלויע זייט. די רעכטע זייט גייט זיין גרויס מיט וואקסן קארן און פאטעיטאס און somehow נאכאלץ נישט מאכן קיין געלט... ווייל פאר די לעצטע טויזנט יאהר דארף די פעדעראל גאווערמענט זיי נאכאלץ געבן ביליאנען אין הילף אז די פארמער זאלן נישט אינטערגיין...

די רעכטע וועלן זיך שיסן ווייטער, לעבן א פארצייטישע לעבן אן קיין סייענס! חדש אסור מן התורה. זאלן זיי הענגען געיס אין די גאסן, פייניגן מינארעטיס און שווארצע, און מיין מדינה וועט אויסקוקן ווי אלע היינטיגע ליבעראלע לענדער. שווייץ, שוועדן, דענמארק, פינלאנד, דייטשלאנד, קאנדא, אסטראליע, יאפאן, עסטרייך, בעלגיע וכו'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מ'דארף פארשטיין נאך א זאך וועגן “פרי ספיטש”.

אין אמת'ן אריין, פארוואס אין אזא סאסייעטי ווי אמעריקע ווי “פרידאם אף ספיטש” איז איינע פון זייערע יסודות, זאל מען טאקע נישט טארן רעדן קעגן א געוויסע מינארעטי?
פארוואס פונקט דא שטעלט מען זיך אפ? פארוואס טאר איך נישט יעצט זיך אויפשטעלן מיט א מייק אין טיימס-סקווער און שרייען אז שווארצע זענען מאנקיס אדער פארוואס זאל נישט די היינטיגע רעכטע אמעריקאנער-נאציס מעגן אפן פרעדיגן אנטיסעמיטיזם אין פובליק?

נאר אין אמת'ן אריין, לדעתי מעג טאקע יעדער ביי זיך אינדעהיים אדער אין קליינע סביבה רעדן קעגן יעדען איינעם. אבער אין פובליק איז עס א צווייטע מעשה.
מ’מוז נישט געבן קיין פלאטפארמע פאר יעדען וואס טוט פרעדיגן האסע קעגן א גאנצע גרופע פון מענטשן - נישט קיין חילוק וועלכע גרופע פון מענטשן.

ווייל למעשה שטעלט זיך א קשיא וויאזוי האבן מיליאנען ציוויליזירטע דייטשען געקענט פאר אכציג יאר צוריק צומאכן די אויגן און לאזן סיסטעמאטיש אויס'הרג'ענען צענדליגער מיליאנען מענטשן. אפאר מיליאן פון זיי קינדער, דערשטיקט מאמעס וואס האבן געהאלטן זייערע קליינע קינדער אין די הענט, מיט שעדליכע Zyklon B גאז. אידישע און פוילישע עדות וואס האבן געארבעט ביי די טרויעריג-בארימטע Sonderkommando (די מענטשען וואס האבן אריינגעלייגט די טויטע מענטשען נאכן פארגאזן אין אויווען אריין רח”ל) ווי אויך געוויסע נאציס שרייבן דאס אין זייערע דייעריס. אז מהאט ארויסגעהערט פון די גאז-קאמערן קולות וברקים פון מאמעס און קינדער שרייען אז זיי דערשטיקן זיך צום טויט, צווישן צוואנציג און פערציג מינוט נאכן אריינלייגן די גאז. די וואס זענען געשטאנען אין די גאז קאמערן אינמיטן פון די צימער זענען שנעלער פארגאזט געווארן. ביי די עקן פון די צימער האט גענומען לענגער די גאז זאל אנקומען.... פארן פארגאזן אידן האבן זיי געשאסן מיליאנען מענטשן אין מאסן-קברים. בעיקר די פוילישע און סלוואקישע אידן. די ערד האט זיך געשאקעלט פאר אפאר טאג!

וויאזוי האבן הויכע קלאסישע דייטשען מיט א רייכע קולטור פון ליטעראטור, און אזעלכע שיינע פאלקס-לידער געקענט נעמען, אידן, רוסן, פאלאקן, און מענטשל פון צענדליגער אנדערע עטנישע גרופעס און זיך אויפצופירן צו זיי גרויזאם, וואס אפילו פאר א קאץ פון די גאס טאר מען דאס נישט טוהן?

די תירוץ איז אז ס'איז נישט געגאנגען פון איין טאג אויפ'ן צווייטן. ס'איז צעהן יאהר פון ברעינוואשינג אין זייער מידיעא, זייער פראפאגאנדע מאשין, און פון היטלער'ס רעדעס.

ממילא האט זיך די וועלט אויסגעלערענט אז לא זו הדרך. רעדן קעגן אנדערע מענטשן האט געקאסט די וועלט א “צווייטע וועלט מלחמה” ווי אלעס אינאיינעם זענען איבער 50 מיליאן מענטשען אומגעברענגט געווארן און די גאנצע וועלט האט געברענט, מיליאנען קינדער האבן זיך געטראפן אן קיין עלטערן, און מיליאנען מענטשן געשעדיגט. גאנצע שטעט און גאנצע לענדער חרוב געווארן פון באמבאדירונגען וכו'.

יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז א זאך וואס קען לייגן אין סכנה אונזער גאנצע עקזיסטענץ, און די וואוילזיין פאר די human species, זאל מען נישט מעגן אין פובליק רעדן קעגן קיין שום גרופע, אדער ראסע.

אמאליגע צייטן האט איין מענטש נישט געקענט איבעררעדן קיין סאך מענטשן, ווייל ס'איז כמעט נישט געוועהן מעגליך. די דייטשן האבן געהאט א אייגענע רעגירונג און מאכט. אבער א יחיד האט נישט געקענט איבעררעדן קיין הונדערטער טויזנטער מענטשן. אבער היינט מיט די אינטערנעט און Social Media איז יא דא א מעגליכקייט אז א נייע היטלער זאל איבערדרייען די וועלט ח"ו.

פארדעם האלט איך אז ווען ס'קומט צורעדן קעגן א מינארעטי. אין פריוואט זאל יעדער מעגן זאגן וואס ער וויל, א מענטש מעג זאגן אין זיין סירקול, פאר זיינע חברים אז אין אמת'ן דארף מען פארטרייבן פון דא אלע ספאנישע קיין מעקסיקא. אבער אין פובליק בשום אין פנים ואופן. ס'איז א סכנה פאר די מענטשהייט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

צו ענטפערן אויף אלע דיינע רייד ברויך מען א באזונדערע אשכול..
אזויפיל יא, ווי ביסטו אנגעקומען צו די רעכטע???
איינער האט גערעדט פון די רעכטע דא?
האסט געזאגט אז דו גייסט מיט די Golden rule וויבאלד ליבעראל וכו וכו, האב איך דיר צוגעוויזן אפאר פון זייערע נאבעלע פאליסיס און אז די היינטיגע ליבעראלע האבן מיט די Golden rule קיין שייכות.

און בנוגע וואס דו דערמאנסט די Majority... (אן אריינגיין צו ס'איז אמת אז זיי האבן די Majority).
זינט ווען האט Majority א שייכות מיט די Golden rule?
אויב וואלט די Majority בארעכטיגט Slavery וואלט עס געשטימט מיט די Golden rule?
ווען די נאציס האבן די Majority (זיי האבן מעגליך געהאט..) וואלט עס געשטימט מיט די Golden rule?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת, מעגליך אז דו ווייסט נישט וואס די Golden rule איז...

די Golden rule איז:
טוה נישט פאר יענעם וואס דו וואלסט נישט געוואלט מען זאל טוהן פאר דיר (אדער טוה פאר יענעם נאר וואס דו וואלסט געוואלט מען זאל טוהן צו דיר..)

וואלסטו געוואלט אז ווען דו האסט א Store זאל קיינער נישט גיבן קיין .... אז דו ווערסט באראבעוועט אין נאמען פון BLM?
וואלסטו געוואלט אז ווען דו ביסט אין א Room מיט נאך 2 מענטשן זאלן זיי קענען וואוטען אוועקצונעמען דיין געלט (ווייל זיי זענען די Majority..)?
וכו וכו
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

שבת אחים האט געשריבן:נאר די רעכטע האבן אסאך פאוער אין די סענאט ווייל אז די אלע קליינע לענדער ווי מיסיספי, נארט און סאוט דעקעטא, יוטא, מאנטענא וכו׳ וכו׳ באקומען די זעלבע 2 וואוטס ווי די גרויסע שטעט ווי ניו יארק און ניו דזשערזי און קארליפאניע.
רוב פון די רויטע שטעט זענען קליינע שטעט (אין צאל פון מענטשן, נישט קיין שטח)

יעדע איינציגסטע פאליסי פון די היינטיגע לינקע האט די שטיצע פון “רוב אמעריקאנער” לויט אלע פאולס.

טאקע פאר דעם זענען די רעבפוליקענס אויך געווען אין קאנטראל פון 'קאנגרעס' פאר 8 פון די לעצטע 10 יאר, (2010 ביז 2018). דאס האט שוין נישט מיט שטעט ווי אין סענאט, נאר מיט די צאל מענטשן...

קאליפארניע יוכיח אויב די איינוואוינער ווילן צוריק דעם דעמאקראטישן גאווערנאר. פאר א סיבה אנטלויפט מען פון אלע דעמאקראטישע שטעט. פון ניו יארק קיין פלארידע און פון קאליפארניע קיין אריזאנע. (עי' בצענזוס). דאס מיינט אז די לינקע געזעצן זענען נישט פאפולער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מפיל קינד האט געשריבן:

ווער אנטלויפט פון די דעמאקראטישע שטעט?

וואס האקסטו אין קאפ?

יעדע דעמאקראטישע שטאט וואקסט אויף הייווען. דריי א קאפ פאר דיין באבען. קארליפאניע און ניו יארק סטעיט ווערן גרעסער און גרעסער. סאיז שוין געווארן צי גרויס. קוק אויף די נומבערס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליב צו וויסן האט געשריבן:שבת, מעגליך אז דו ווייסט נישט וואס די Golden rule איז...

די Golden rule איז:
טוה נישט פאר יענעם וואס דו וואלסט נישט געוואלט מען זאל טוהן פאר דיר (אדער טוה פאר יענעם נאר וואס דו וואלסט געוואלט מען זאל טוהן צו דיר..)

וואלסטו געוואלט אז ווען דו האסט א Store זאל קיינער נישט גיבן קיין .... אז דו ווערסט באראבעוועט אין נאמען פון BLM?
וואלסטו געוואלט אז ווען דו ביסט אין א Room מיט נאך 2 מענטשן זאלן זיי קענען וואוטען אוועקצונעמען דיין געלט (ווייל זיי זענען די Majority..)?
וכו וכו

קיינער האט נישט געפלינדערט קיין שום סטארס אין נאמען פון בל”מ!!! דאס איז רעכטע פראפאגאנדע!

מענשטען וואס קעירן נישט, האבן אויסגענוצט די גלעגענהייט פון כאאס און באגאנבעט מענטשען.

בד”וו unfortunately די אידן ווען סקומט צו גניבה זענען זיי גרעסערע קרימיניאלן ווי די שווארצע. דער שווארצער גאנבעט א סענדוויטש. דער איד בערני מעידאף גאנבעט ביליאנען... רוב גנבי ישראל זאגן שוין די חז”ל. די גרעסטע מאפיאנערן אין די היסטאריע וועלט האבן אלע געהאט אידן וואס האבן זיי געהאלפן א שטייגער ווי די באוואסטע מאיר לאנסקי און באגזי סיגל וכו׳

דאס וואס דו זאגסט אויף שווארצע שרייען אלע רעכטע אנטיסמיטן אויף די אידן! זיי זענען די גרעסטע גנבים! זיי צאלן נישט קיין טעקס. זיי באגאנבען יעדען איינעם.

מרעדט דא פון רעכטע און לינקע פאליסיס.

די רעכטע פאליסיס זענען געבעיסט אויף ראסיזים און רעליגיע נישט אויף קיין לאגיק.

איבער הונדערט מאל האבן זיי פרובירט אוועק צונעמען פון 25 מיליאן ארימע מענטשען זייער העלטקעיר!

די רייכסטע לאנד אויף די וועלט! בשעת יעדע האלב נארמאלע לאנד גיבט היינט דאס פאר אלע בירגער! די ארימע סלאוויניע גיבט דאס פאר יעדען בירגער! אמעריקע וואס טיילט ביליאנען פאר די גאנצע וועלט האט געוואלט צונעמען פון מיליאנען אמעריקאנער זייער העלטקעיר, בתוכם טויזנטער קינדער וואס האבן קענסער!!!! פשט?

איך וועל דיר זאגן פשט.

די רעכטער זאגט מיינע טעקסעס וועט גייען פאר די ניגער און איד? דאס איז פשט!

איבער הונדערט מאל!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

שבת אחים האט געשריבן:
ווער אנטלויפט פון די דעמאקראטישע שטעט?

וואס האקסטו אין קאפ?

יעדע דעמאקראטישע שטאט וואקסט אויף הייווען. דריי א קאפ פאר דיין באבען. קארליפאניע און ניו יארק סטעיט ווערן גרעסער און גרעסער. סאיז שוין געווארן צי גרויס. קוק אויף די נומבערס.

[justify]האסטו א קוואוט פון די AP

California has been steadily losing people to other states for years. From 2010 to 2020, about 6.1 million people left for other states and only 4.9 million arrived from other parts of the country, according to an analysis of census data by the Public Policy Institute of California.

אן אריינגיין פונקטליך אין אייער גאנצע געמיש פון במחילת כבודך דברי הבל ורעות רוח, ווארפט דאס א שטיקל ליכט אויף אייערע ווערטער, פון געבן א ווארף א פאקט, אן טון די מינימאלע ריסערטש.[/justify]
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שבת אחים האט געשריבן:
בד”וו unfortunately די אידן ווען סקומט צו גניבה זענען זיי גרעסערע קרימיניאלן ווי די שווארצע. דער שווארצער גאנבעט א סענדוויטש. דער איד בערני מעידאף גאנבעט ביליאנען... רוב גנבי ישראל זאגן שוין די חז”ל. די גרעסטע מאפיאנערן אין די היסטאריע וועלט האבן אלע געהאט אידן וואס האבן זיי געהאלפן א שטייגער ווי די באוואסטע מאיר לאנסקי און באגזי סיגל וכו׳

דאס זאגט איינער וואס פארופט זיך אויפ'ן אהבת ישראל און אמרי חיים ז"ל און זייער אהבת ישראל

שעם דיך אזוי צו רעדן אויף אייגענע ברידער, דאס רופט מען סעלף העיטינג יוד

וואס וואלסטו געזאגט אויף אזא סטעיטמענט?

די וויזניצע ווען סקומט צו גניבה זענען זיי גרעסערע קרימיניאלן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:

כפארשטיי נישט פארוואס דו שרייעסט!

נאכאמל איך האב געזאגט וואס די אנטיסמיטן זאגן... קענסט נישט ליינען?

כהאב פרובירט מסביר צוזיין אז די אלע רעכטע קלעימס, און ליידער הער איך דאס אסאך פון פרומע אידן אז שווארצע זענען קרימינאלן און פארדעם דארף מען זיי פיינט האבן. אט די זעלבע קלעים זאגן אלע אנטיסמיטן.

איך און די אהבת ישראל האבן געהאלטן אז מ׳דארף ליב האבן יעדע באשעפעניש. נישט קיין חילוק וועלכע קאליר.

די אהבת ישראל האט אלץ געזאגט “איך וואלט מיך געטוישט מיט יעדען שניידער און מיט יעדען שוסטער חוץ מיטן שוחט, דאס קען איך נישט”...

אוואדי נישט! אזא ריינע נשמה....

זיי נישט בייז. קוק וואס אלע אנטיסמיטן זאגן די לעצטע פאר הונדערט יאהר אויף אידן. און אונז אידן זאלן זאגן אז שווארצע זענען קרימינאלן פארדעם זאלן מען פייניגן די שווארצע? זאג איך אויב דאס איז די קעיס, מעג מען פייניגן אלע אידן אויך!

איך האלט אז רוב אידן סיי פרומע און סיי פרייע זענען איינשטענדיגע וויואלע מענטשען. אפילו סאיז אמת אז געוויסע אידן זענען געוועהן גרויסע קרימינאלן, טאר מען קיינמאל נישט דן זיין א גאנצע מינארעטי געבעיסט אויף יחידים.
איך פרעג נאר פארוואס מעג דער אנטיסמיט נישט שרייען קיין “גנבים” אויף אידן ווען אונז שרייען די זעלבע אויף די שווארצע?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

שבת אחים האט געשריבן:ווער אנטלויפט פון די דעמאקראטישע שטעט?

וואס האקסטו אין קאפ?

יעדע דעמאקראטישע שטאט וואקסט אויף הייווען. דריי א קאפ פאר דיין באבען. קארליפאניע און ניו יארק סטעיט ווערן גרעסער און גרעסער. סאיז שוין געווארן צי גרויס. קוק אויף די נומבערס.

ס'איז געווארן אזוי גרויס אז מ'האט געמוזט אוועקנעמען קאנגרעס דיסטריקס און עס געבן פאר פלארידע, טעקסעס, און אנדערע רעפובליקען סטעיטס וואס ווערן קלענער... קוק נאך ביטע די לעצטע צענזוס רעזולטאטן.

אזוי קוקן אויס אלע דיינע שטותים.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מפיל קינד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ווער אנטלויפט פון די דעמאקראטישע שטעט?

וואס האקסטו אין קאפ?

יעדע דעמאקראטישע שטאט וואקסט אויף הייווען. דריי א קאפ פאר דיין באבען. קארליפאניע און ניו יארק סטעיט ווערן גרעסער און גרעסער. סאיז שוין געווארן צי גרויס. קוק אויף די נומבערס.

ס'איז געווארן אזוי גרויס אז מ'האט געמוזט אוועקנעמען קאנגרעס דיסטריקס און עס געבן פאר פלארידע, טעקסעס, און אנדערע רעפובליקען סטעיטס וואס ווערן קלענער... קוק נאך ביטע די לעצטע צענזוס רעזולטאטן.

אזוי קוקן אויס אלע דיינע שטותים.

אלע מיינע שטותים? דהיינו? געב מיר א משל.

וועלכע שטאט האט די מערסטע מענטשען? קארליפאניע און יעדע דעמקראטישע שטאט אויסער אילינוי איז געוואקסן אויף הייווען אין מיין לייף טייפ.

קארליפאניע איז געווארן זייער גרויס, די ריעל עסטעיט זייער טייער, האבן מענטשען זיך גערוקט אביסל צו אנדערע שטעיט אין די וועסט ווי אריזאנא און נעוועדע, נארט דעקאטא. וכו׳

יעדער לינקע שטאט און קאונטי איז רייך, יעדער רעכטע שטאט און קאונטי ארים! און זיי קלעימען אז די רעכטע פארשטיין צו די עקאנאמיע?
ממש אלע רעכטע שטעט אין אמעריקע זענען ארים ווי די נאכט!
אין טעקסט און אין פלארדיע איז געוואקסן נאר אין שטחים און אין שטעט ווי סאיז ליבעראל, א שטייגער ווי Houston and Dallas ווי די דעמקראטן געוואונען אייביג מיט צוגעמאכטע אויגן.
איך בין געוועהן אין אלע פופציג שטעט, יעדער קען זעהן גלייך די חילוק. צווישן מאנטיסעלא, ליבערטי, סוואן לעיק צו ניו יארק סיטי, באסטאן, סיעטאל, קאנעדיקוט, לאנג איילענד, ביז צו אלע רעכטע קאונטיס.

ווען מזאל צאמשטעלן אלע רעכטע קאונטיס אין א אמעריקע וואלטן זיי אויסגעקוקט ווי יוגעסלאוויע פאר דריי הונדערט יאהר צוריק. ווען מזאל צאמשטעלן אלע לינקע קאונטיס אין אמעריקע וועט עס אויסקוקן ווי שווייץ, האלאנד, דענמארק וכו׳

קארליפאניע’ס GDP איז די פערטע גרעסטע אין די וועלט! (אדער אפילו די דריטע) גרעסער ווי רוב לענדער אויפן כדר הארץ!

יעדער לינקע לאנד אויף די וועלט, וואס מעהר לינק אלץ רייכער און א בעסערע סאסייעטי.

אמעריקעס רייכקייט איז נאר צוליב וואס אונז זענען די גרעסטע אין חכמה, סייענס, מעדיצין, און טעכנאלאגיע. נישט פון האדעווען טשיקענס, חזירים, קיען, און וואקסן קארן...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת, ס'פאסט נישט פאר דיר אזעלכע נערישקייטן (אפשר יא?..)
דאס אז די בלויע סיטיס אין די רעכטע סטעיטס וואקסן, איז די גרעסטע הוכחה אז אפילו "לינקע" אנטלויפן פון די בלויע שטאטן.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת, כמנהגך ווען מען רעדט פון שלעכטע לינקע פאליסיס רייסטו דיך אויף מיט די נערישע און ליידיגע טענה אז די רעכטע זענען פשוט שלעכט, ראסיסטיש און אנטיסעמיטיש...

זאג מיר פון וועלכע שטאטן קומט ארויס מער "Charity" פון די רייכע נאבעלע פראגרעסיווע שטאטן אדער פון די ארימע שלעכטע רויטע????

די לינקע פארדארבענע Virtue signaling מענטאליטעט איז נאר דא צו באצווינגען יענעם... ווען ס'קומט צו די אייגענע טאש טוהן זיי דאס וואס דער סאציאליסט בערני טוט מיט זיינע 3 הייזער....
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליב צו וויסן האט געשריבן:שבת, כמנהגך ווען מען רעדט פון שלעכטע לינקע פאליסיס רייסטו דיך אויף מיט די נערישע און ליידיגע טענה אז די רעכטע זענען פשוט שלעכט, ראסיסטיש און אנטיסעמיטיש...

פון די לינקע.

די מערסטע צדקה געבער זענען די לינקע. ביל געיטס, ווארען בופעט, מארק צוקערבערג. דזשארזש סאראס האבן שוין אוועקגעגעבן אפאר מאל זייער גאנצער פארמעגן!!! אפאר מאל!

וואלמארט ברודער- רעכטע האבן א מיליאן ארבייטארער אינטער די poverty line. און זיי זענען די רייכעסטע פאמילע אויף די וועלט... זיי קענען דאס נאר טוהן אין אזא לאנד ווי אמעריקע. אין אייראפע און אין קיין שום נארמאלע לענדער לאזט מען דאס נישט צו. דא זענען אלע פאליטשאונס אפגעקויפט דורך די עליטע.

ווער פון די רעכטע גיבט צדקה??

מיט ראמני איז א גרויסע עושר. זיין צדקה באשטייט פון געבן פאר די נערישע מארמאן קירכע. כדאי זיי זאלן קענען בויען ריזיגע שיינע קירכעס פאר אין לאס וועגס פאר פיר הונדערט מיליאן דאללער. קיין ארימע מענטשען האבן נישט קיין הנאה פון זיין צדקה. נאכדערצו אז ער רעכענט עס אראפ פון געבן שטייערן...

א מענטש וואס גיבט נאר צדקה פאר זיין קאמיונטי איז די שוואכסטע לעוועל פון צדקה. די לינקע געבן צדקה פאר אפריקע! פיל מיט ווייסע לינקע אין האליוואוד האבן אריינגענומען שווארצע קינדער פון אפריקע וואס וואלטן געשטארבן דארט פאר הונגער. אין זייער שטוב און זיי אויפגעהאדעוועט ווי אייגענע קינדער. די לינקע געבן די מערסטע פאר צו פארבעסערן די לעבן פון חיות. איינע פון די באוואוסטער האליוואד עקטערס האבן לעצטענס געגעבן הונדערט מיליאן דאללער פאר די צוועקן פון העלפן באשעפענישן וואס זענען ניטאמאל קיין מענטשען- ענק רעכטע לאכן פון דעם. אבער יעדער מענטש וואס האט געטראכט זאגט אז דאס איז די גרעסטע מדריגה פון צדקה.

ביטע זאג מיר ווער פון די רעכטע געבן צדקה פונקטליך?

די זעלבע מענטשען וואס האלטן נישט ביים באצאלן קיין שטייערן?

שעלדאן עדעלסאן. האט נאר געגעבן פאר זיינע צוועקן, צן שמירן פאליטשאונס. נישט פאר קיין ארימע מענטשען.

איך בין געוועהן אין גאנץ אמעריקע אין רעכטע און לינקע Territories.

די רעכטע זענען די ערגסטע מענטשען וואס איז פארהאנען אויף די וועלט! די ווייסע אומגעלערנטע רעדנעקס, זענען חיות בצורת אדם!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליב צו וויסן האט געשריבן:שבת, ס'פאסט נישט פאר דיר אזעלכע נערישקייטן (אפשר יא?..)
דאס אז די בלויע סיטיס אין די רעכטע סטעיטס וואקסן, איז די גרעסטע הוכחה אז אפילו "לינקע" אנטלויפן פון די בלויע שטאטן.

וואס פארא נערישקייטן?

איך רעדט נערישקייטן? קארליפאניע איז א גרעסערע עקאנאמיע פון רוב לענדער אויף די וועלט! אמעריקע אן ניו יארק אין קאליפארניע איז גארנישט מיט נישט!

קארליפאניע זוכט נישט קיין מנין! דריי נישט קיין קאפ!

לינקע גייען אוועק קיין אריזאנא און נעוועדא ווייל די ריעל עסטעיט איז צו טייער און ענק רעכטע האבן זיך אנגעכאפט דערינען!

אבי גערעדט!

ווייז מיר וועלכע און וויפל קאונטיס אין אמעריקע וואס איז רעכט וואס דו שטאלצירסט זיך דערמיט?

און איך רעדט שטותים!

שעפעלע טייערע איך האב דאס שטודירט פאר יאהרן. ביטע ווייז מיר וואו ענק האבן מצליח געוועהן און איך וועל דיר ווייזן וואו די לינקע האבן מצליח געוועהן. דא אין אמעריקע אדער אפילו אויף די גאנצע וועלט? דיעל???

רעדן גרויס קען יעדער! לאמיר זעהן ווייז עפעס? גארנישט! ווי ענק געוועלטיגן איז צרות!!!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: איך זעה אז פון צייט צו צייט דארף איך דיר געבן דעם רעמיינדער...רעכטע, לינקע, סאציאליסטן, קאפיטאליסטן, רויטע, בלויע...דאס איז אלץ וואסער וואס איז געפלאסן אינ'ם טייך... דו ביסט (און אייביג געווען) א איד. און דאס וועסטו פארבלייבן. ס'עט דיר גארנישט העלפן. בעת פקודה (ח"ו) וועסטו שטיין אין די ליין (וועלכע זאג איך נישט.) פונקטליך אזוי ווי איך און די אלע אנדערע אידן...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך זעה אז פון צייט צו צייט דארף איך דיר געבן דעם רעמיינדער...רעכטע, לינקע, סאציאליסטן, קאפיטאליסטן, רויטע, בלויע...דאס איז אלץ וואסער וואס איז געפלאסן אינ'ם טייך... דו ביסט (און אייביג געווען) א איד. און דאס וועסטו פארבלייבן. ס'עט דיר גארנישט העלפן. בעת פקודה (ח"ו) וועסטו שטיין אין די ליין (וועלכע זאג איך נישט.) פונקטליך אזוי ווי איך און די אלע אנדערע אידן...!

דיין גרויסער מוח קען נישט דערהייבן אז איד זאל זיין א רעכטער אדער א לינקער?

שטיין אין לייען?

ווער זאגט איך בין נישט קיין איד!

א טשייניז קען נישט זיין א רעכטער אדער א לינקער?

ווד״פ זיידי?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: צוערשט. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער מיט די לעצטע ליין...לאל...!

מיין טייערער פריינט. איך האב דיר שוין געברענגט הונדערטער. (און אפשר טויזנט) משלים אז די אלע אידעאלאגיעס זענען גוט פאר דעבאטעס. אבער נישט צו זיין פארגלייבט אין זיי באמת. ווייל דו ביסט נישט דער ערשטער איד וועלכער האט זיך געטריי איבערגעגעבן פאר פארשידענע אידעאלאגיעס. אזוי ווי סאציאליזם, קאמוניזם/באלשעוויזם און טראצקי'איזם. און ביום פקודה האט עס זיי געהאלפן זירא. מיט א קעפיטל זי...!

נאר איין לעצטיגע עפיזאד. (פון בערך 2 יאר צוריק.) אין ארץ ישראל/מדינת ישראל זענען פארהאן עטליכע לינקע גרופס וועלכע זענען סאציאליסטן בלב ונפש. און זיי זענען זייער שטארק פרא-פאלעסטיניען . איז געווען א מיטינג פון די סאציאליסטישע גרופס ערגעץ וואו אין אייראפע. (כ'מיין אין דייטשלאנד). זענען זיי געפארן אהין צו מיטהאלטן דעם מיטינג. אזוי ווי זייערע ...."חברים/קאלעגעס"... האבן זיי געזעהן האבן זיי פארטריבן די איזראעלישע גרופ מיט די גרעסטע בזיונות...!

די גאנצע דעבאטע באלאנגט עכט נישט אין דעם אשכול...נאר ס'באדערט מיר זייער שטארק אז א (קלוגער) איד קען זיין אזוי פארנאר'ט...!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:שבת, כמנהגך ווען מען רעדט פון שלעכטע לינקע פאליסיס רייסטו דיך אויף מיט די נערישע און ליידיגע טענה אז די רעכטע זענען פשוט שלעכט, ראסיסטיש און אנטיסעמיטיש...

זאג מיר פון וועלכע שטאטן קומט ארויס מער "Charity" פון די רייכע נאבעלע פראגרעסיווע שטאטן אדער פון די ארימע שלעכטע רויטע????

די לינקע פארדארבענע Virtue signaling מענטאליטעט איז נאר דא צו באצווינגען יענעם... ווען ס'קומט צו די אייגענע טאש טוהן זיי דאס וואס דער סאציאליסט בערני טוט מיט זיינע 3 הייזער....

פון די לינקע.

די מערסטע צדקה געבער זענען די לינקע. ביל געיטס, ווארען בופעט, מארק צוקערבערג. דזשארזש סאראס האבן שוין אוועקגעגעבן אפאר מאל זייער גאנצער פארמעגן!!! אפאר מאל!

אפאר מאל זייער גאנצער פארמעגן. :lol:
פון ווי האבן זיי גענומען די געלט, געגאנבעט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאפ, יהא זכרו ברוך!

(איך רעד פון דעם אשכול)
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט