berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:די באקאנטער קאמעדיען רבי יעקב משה מזא”ה ז”ל באוואוסט אלץ “דזשעקי מעיסאן”
בן הרה”ג הרבני רבי אלי' מרדכי הכהן מזא”ה ז"ל.
געקומען פון א פרומע שטוב, א רבנישע שטוב. ער אליינס איז געוועהן א רב פאר א קורצע צייט. און איז דערנאך געווארן פון די גרעסטער קאמאדיענס אין די וועלט.
זיין אייגענארטיגע קאמעדיע סטייל און סאציאל-קריטיסיזם האט אפגעשפיגלט די אמעריקאנע איד און די אידישע קולטור אין אמעריקע.
לכאורה פון די ערשטע אט”ד’ס אין די חרדישע וועלט נאכן קריג.
שבת אחים: יא. ער האט געהאט גאטס. ווען דינקינס איז געלאפן פאר מעיאר פון נ.י. סיטי. און א יעדער האט (נאך) געמיינט אז ער איז די זאך. האט דזשעקי מעיסאן איהם מגדיר געווען אלס..."א פענסי שווארצער מיט א מאסטעש"...! די שחורים און ליבעראלע אידן זענען געווען געפערליך בייז אויף איהם. זיי האבן געלייגט פרעשור אז ער זאלל חוזר זיין. און זיך אנטשולדיגן. אבער האט זיך אויסגעלאכט פון זיי.
ס'איז טאקע געווען סופו מוכיח על תחילתו. ס'האטציך ארויסגעשטעלט, ביי די קאמפיין פון די שווארצע אקטיוויסטן, אזוי ווי שארפטאן, ימ"ש אקעגן די קארעאנער גראסערי. און שפעטער ביי די ראיאטן אין קראונהייטס אז ער איז געווען גארנישט מער ווי א פוסטער, אויפגעבלאזענער זאק. וואס האט געצויגן צו זיינע שווארצע (קרימינאלע) ברודערס...!
כ'האלט פונקט ווי אייך אז דינקינס איז נישט געוועהן קיין גוטע מעיאר. כ'בין גענוג אלט צו געדענקען די שרעקליכע ראיאטן אין קראונהייטס, און די רעספאנס פון דעם מעיאר.
אבער כ'בין מחולק מיט אייך אז דזשעקי מעיסאן האט געטוהן ריכטיג און רופן דינקינס "א פענסי שווארצער מיט א מאסטעש"...! ווייל יעדער מעג טאקע אטאקירן א צווייטן לויט די הלכות פון “פרי ספיטש”, אבער וואס מ’טאר נישט איז רעדן קעגן א גאנצע מינארעטי! איך (און די ליבעראלע אידן ווי דו רופסט זיי) פירן זיך אויף לויט די Golden rule פון רבי הלל הזקן. איך וואלט נישט געוואלט א שווארצע קאמעדיען זאל זאגן אויף עליעט שפיצער “א אריסטאקראט איד וואס איז א פאליטישאן כדי צו קענען רייכער ווערן אויף די חשבון פון די ארימע”.
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אויב איינער זאגט די זעלבע סטעיטמענט אן די ווארט “איד”. ווילסט רעדן קעגן איינעם, געזונטערהייט. לאז ארויס זיין משפחה, זיין גענעטיקס, זיין שטאט, און זיין עטנישע גרופע.
די שווארצע האבן גענוג געליטן. זיי זענען געוועהן פארשקלאפט פאר הונדערטער יאהרן פאר די ווייסע. גענוג געוועהן! זיי זענען אויך מענטשן.
דאס איז די וועג וויאזוי איך זעה עס. איך בין מיט די ליבעראלע!