berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אפילו ווען די רעדסט וועגן דיין ווייב, פארוואס דארף די גמרא זאגט המכבד אשתו יותר מגופו, נישט המכבד בעלה יותר מגופו? און וואס זאגט יא די גמרא? איזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.
דער אשכול איז נישט געווידמעט צו דן זיין גמרות אויב זיי זענען משפיל פרויען, עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.
דער שאלה איז צו עס איז מעגליך צו טוישען.
א. מיידלעך זאלען באקומען דער זעלבע עדיוקאציע אין גמרא און הלכה ווי בחורים. און בחורים דארפען אויך א תיקון, אבער איך רעד וועגן דער רמה, דער לעוועל, פרויען זאלען קענען פסק'נען אליין הלכה, נישט מען זאל זיי קענען איינרעדן א קאץ אין בויך.
ב. פרויען זאלען האבן דער זעלבע רעכט ווי מענער אין בית המדרש. עס איז נישט צו עקספעקטען אז ביי חרדים זאלן פרויען זיך קענען דרייען צוזאמען מיט מענער, און זיין בעלי תפלה, עס איז דא צופיל הלכה'דיגע פראבלעמען וואס מען דארף עוקר זיין. און פין א פראקטישע שטאנדפונקט גייט עס נישט געשעהן. וואס יא? אפשר זאלען זיי האבן אייגענע מנינים, אייגענע בתי מדרשים ווי זיי וועלען זאגען קדיש ליינען און דאווענען פונקט ווי מענער ַַווי אויך האבן אייגענע פרויען רבנים וואס זאלען באמת קענען לערנען.
ג. הלכות וואס מוזן נישט זיין אמת לגבי פרויען זאל מען עוקר זיין. מענער דיסיידען היינט הלכות לגבי פרויען, און אסאך פין די הלכות האבן נישט קיין מקורות, און זענען געהעריג בל תוסיף. איינמאהל פרויען וועלען קענען לערנען וועלען די הלכות טפילות בטל ווערן אליין. למשל, בורט קאנטראל, שערען האר מיט א ראזיר, ועוד ועוד ועוד.
אישתישבי: בד"כ ביסטו גערעכט. אבער נישט מיט אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט ביניך מסכים. ווייל ס'זענען פארהאן געוויסע הלכה'דיגע צוריקהאלטן. אויב נישט וועללן מיר האבן אזא פנים ווי ראביי אבי ווייס. וועלכער צוברעכט אינגאנצן די אידישע טראדיציע. און אפילו זיין אייגענע (מאדערן ארטאדאקס) רבנ'ישע ארגאניזאציע האט איהם געווארנט אז אויב ער שטעלט זיך נישט אפ מיט צוברעכן די אידישע הלכה/טראדיציע וועללן זיי איהם מוזן אויסשליסן פון זיין א מעמבער אין אן ארטאדאקסישע ארגאניזאציע . (נאר ער וועט פאררעכנט ווערן אלס קאנסערוואטיוו.)...!
ר' בערל
הא גופא רעד איך. ווען איך זוך רעדן וועגן טוישן הלכה ביסטו גערעכט. איך רעד בכלל נישט פין טוישען הלכה.
דוקא בתוך דער פרעימווערק פין הלכה, ווי שטייט אין הלכה אז פרויען טארן נישט מאכן קיין אייגענע מנינים?
ווייטער לערנען, לויט דער טריקענע הלכה טאר מען מיט פרויען גארנישט לערנען, פארוואס לערנט מען מיט זיי אויף א נוסח אז זיי קענען גארנישט יסודות'דיג?