וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די קשיא ווערט לכאורה שווער אפילו ווען מען באטראכט נישט די טובות ורעות "מאת" הקב"ה מכח א "דירעקטע" סארט מהלך, נאר אפילו ווי מער אלס אן "אינדירעקטע" סארט מהלך. והיינו, ווייל אז מען באטראכט "עונש" ווי פשוט זיין נתון תחת המקרים והסרת ההשגחה קען מען זאגן אז די רעות וואס באטרעפן דאן דארפן מעורר זיין אויף תיקון להשב ולהגיע למדריגת הדביקות וההשגחה און אז מ'זאל נישט זיין מער תחת המקרים. ווידעראום אויב גייט עס גוט איז דאס אדער מחמת דעם אז מ'איז שוין דבוק, וואס דעמאלטס דארף מען בעצם פשוט אנהאלטן דאס וואס מ'איז שוין יעצט אויף ווייטער, אדער איז דאס מחמת דעם אז מ'איז טאקע נתון תחת המקרים אבער די מקרים זענען גוטע. און ביידע פעלער איז נישט דא קיין מקום צו זאגן אז דאס זאל רופן לתיקון/"צו עפעס".
ואולי להפך בזכותו, עפ"י די "דירעקטע" סארט מהלך, קען מען זאגן עפ"י דר. דוד בענאטאר'ס אסימעטרי פון תענוג: אז העדר הרע איז טוב משא"כ העדר הטוב איז נישט רע. און אין אונזער פאל קען מען אולי זאגן אז הרב אברהם יצחק מערמלשטיין פארשטייט אז די "דרך הטוב להטיב" איז די "דיִפאָלט" פון העדר הרע והטוב (הפועל) וואס איז אויך א טוב כנ"ל. משא"כ עפעס מער אן "אויסטערלישער" טוב בקום ועשה, דאס גייט נישט דייקא אריין דערין. ודוחק, וכמו שהעיר [tag]העניך[/tag]. (אפשר קען מען צושטעלן דערצו דאס וואס דער תוס' יו"ט זאגט בברכות פ"ז מ"ג.)

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
העניך האט געשריבן:ואני עומד ומשתאה, צו וואס זאל דער באשעפער עפעס ווילן פון מיר? איז נישט דרך הטוב להיטיב? וויל נישט דער באשעפער טון גוטס פשוט ווייל ס'איז גוט צו טון גוטס? פארוואס מוז זיין אז ער וויל עפעס צוריק?
קודם לאמיר קלאר שטעלן, דער דרך הטוב להיטיב מיינט מען נישט דעם לעק אייסקרים דא אויף דעם עולם עובר. דאס איז פשוט, שטימט? און אויף דעם תכלית הטוב לעולם הבא, ולעולמי עד ולנצח נצחים בעט ער גארנישט צוריק.
יעצט, דא אויף דעם עולם השפל, פארלאנגט זיך פון א איד אן עבודה, דהיינו צו מגלה זיין דעם השגחה וואסיז באהאלטן, צו לעבן מיטן אויבערשטען. יעצט סיי וואס מ׳באקומט פון אויבן גוט׳ס אדער.... ווייסט מען אז מ׳האט דיר דירעקט געמיינט דערמיט, און ס׳פרעגט זיך פארוואס די הנהגה עליונה פירט זיך מיט מיר אזוי אדער אזוי.
ווי האט דער מלמד געזאגט אין חדר?
אז עט׳ס פארשטייט׳ס מיטן גיטנ׳ס הרי טוב ואם לאו....
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
העניך'ס קשיא זעהט אויס צו זיין גערעכט.
ויש ליישב מערמעלשטיין, לויט דער באקאנטער בעש"ט, וואס זאגט דער משל מיט דער דארפישע קינד וואס האט נישט געוואוסט וואס א מלך איז, און האט געווארפן א שטיין אויף דער קעניג. די יועצים האבן געזאגט אחת דתו, האט דער מלך אבער געזאגט, קודם וועל איך אים אריין נעמען אין פאלאץ, און אים געבן פין אלעם גוטען, און אויסלערנען וואס דאס איז א קעניג, אזוי ער זאל פארשטיין וואס ער האט דא געטוהן נישט ריכטיג.
דער ענין איז ברייט באקאנט.
לויט דעם דארף א מענטש ווען ער באקומט גוטס, טראכטען און איינזעהן דער גדלות הבורא און איינזעהן די עבירות פין נעכטען, כמבואר בהקדמת ספר דרך פקודיך ועוד.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?
אין מיין תנ''ך שטייט נישט אז גאט געבט בעצם גוטס, און שלעכטס דארף א סיבה..
אין תנ''ך שטייט מער ווייניגער; טוסט גוט באקומסטו גוטס, טוסט שלעכטס באקומסטו שלעכטס. ווער עס וויל נאר זאגן אז גאט איז בעצם גוט דארף זיך ספראווען מיט דעם און עס אריינקוועטשן אין די גבולות.
ממילא אויב פון שלעכטס קען מען ארויסלערנען אז מיר טוהן עפעס שלעכט, דאן קען מען ארויסלערנען פון גוטס אז מיר טוהן גוט.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
א מין חקירה דאס, נישט מערמעלשטיין ווייסט וואס גאט וויל, נישט העניך ווייסט וואס גאט וויל. לית מחשבה תפיסא ביה בכלל, און ווילאנג גאט האט דיר נישט בפירוש געזאגט וואס ער וויל קענסטו פילאזאפירן, פאנטאזירן, און חקר׳נען אינעם הימל אריין און מקיים זיין דעם מוציא אנרגיה לבטלה בהידור רב אויף וואס ס׳העלפט נישט קיין תשובה. פון קיין פסוקים קענען זיך ארטאדאקסישע אידן גארנישט קיין ראיה ברענגען ווייל אונז זעמער נישט קיין קראים וואס גלייבן אז וילך ראובן וישכב את בלהה פילגש אביו כפשוטו אדער אז בן חמש עשרה לגמרא כפשוטו, יעדע זאך אין וואס מ׳וויל נישט גלייבן קען מען זאגן אז ס׳איז העכערע זאכן וואס מיר פארשטייען נישט ואין קץ לדברי רוח.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א מין חקירה דאס, נישט מערמעלשטיין ווייסט וואס גאט וויל, נישט העניך ווייסט וואס גאט וויל. לית מחשבה תפיסא ביה בכלל, און ווילאנג גאט האט דיר נישט בפירוש געזאגט וואס ער וויל קענסטו פילאזאפירן, פאנטאזירן, און חקר׳נען אינעם הימל אריין און מקיים זיי
.. זאגן אז ס׳איז העכערע זאכן וואס מיר פארשטייען נישט ואין קץ לדברי רוח.
האסט דיך סתם צולאזט.
אונז גלייבען אין נביאים, האט ער יא געזאגט.
זאגסטו אז א פסוק קען מיינען אנדרעש, זאג וואס די האלסט דער פסוק מיינט.
אבער עס איז דא יסודות וואס שטייט אין ספרים וואס לויט דער מהלך גייען מיר, און עס מאכט טאטאלע סענס זיך מפלפל זיין אין איינער וואס רופט זיך א טעאלאג בדרך ברסלב-סאטמאר, צו זיינע ווערטער שטימען אדער נישט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
א שטארקע קשיא
אין מיין בליק איז די שפראך אז דער באשעפער וויל עפעס פון מיר וכדומה לשבר את האוזן און מען זאל עס קענען איבערגעבן ווייטער צו די קינדער ווייל באמת איז עס גאר אן אבסטראקט געדאנק
גאט איז מלא כל הארץ כבודו און דער מציאות פון אלעם און אין עוד מלבדו און דער מענטש אפילו מען איז טרוד מיט אלעמען דאך איז דער נאטורליכער ציהונג פונעם מענטש צום שורש פונעם קיום וואס איז גוטס
ווען מען זאגט גאט וויל עפעס מיינט מען דאס אז דער נאטורליכער עקסיסטענץ ציהט צו גוטס
אין מיין בליק איז די שפראך אז דער באשעפער וויל עפעס פון מיר וכדומה לשבר את האוזן און מען זאל עס קענען איבערגעבן ווייטער צו די קינדער ווייל באמת איז עס גאר אן אבסטראקט געדאנק
גאט איז מלא כל הארץ כבודו און דער מציאות פון אלעם און אין עוד מלבדו און דער מענטש אפילו מען איז טרוד מיט אלעמען דאך איז דער נאטורליכער ציהונג פונעם מענטש צום שורש פונעם קיום וואס איז גוטס
ווען מען זאגט גאט וויל עפעס מיינט מען דאס אז דער נאטורליכער עקסיסטענץ ציהט צו גוטס
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אישתישבי האט געשריבן:אונז גלייבען אין נביאים, האט ער יא געזאגט.
זאגסטו אז א פסוק קען מיינען אנדרעש, זאג וואס די האלסט דער פסוק מיינט.
דאס מיין איך טאקע, דער נביא זאגט חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי איז איינעם דען איינגעפאלן אז דערפאר זאל מען אויפהערן היטן שבת?! נאר וואס דען, דער מאמין וועט ווייטער גלייבן אין וואס ער וויל גלייבן און זאל זיך דער פסוק אליינס פארענטפערן. די נקודה איז פארוואס ווען מ׳פרעגט קשיות אויפ׳ן מאמין פון ספרים איז א פשוט׳ע זאך אז ס׳מיינט נישט דאס און אז די קשיות זענען מעיקרא נישט שווער אבער ווען ס׳קומט זיך ראיות צו ברענגען צו זיינע פאנטאזיעס איז די פסוק א בארג וואס מ׳קען נישט רירן? איך ווייס וואס די תירוץ איז, און דו ווייסט אויך.
אלנספאלס, כ׳האב נישט געמיינט אריינצוגיין אינעם נושא צו מערמעלשטיינ׳ס ווערטער שטימען צו נישט, מיט קרומקייט און אפאלאגעטיקע קען מען אלעס מאכן שטימען בעז״ה, נישט דאס איז די נקודה וואס שטערט מיך. וואס שטערט מיך איז אז ס׳קומט איינער און פילאזאפירט און בויט בנינים אין די לופטן און פויקט אויס זיין מיינונג קומט א צווייטער און זאגט אז איך האב אויך פילאזאפירט און איך בין צוגעקומען צו א צווייטער מסקנא ממילא איז יענער אפגעפרעגט. זאג איך, קלו וקלו דא״ח, ווען מ׳האנדלט מיט פאנטאזיעס און טשעריפיקן פסוקים און מאמרי חז״ל קען יעדער זיין גערעכט ווייל ס׳דאך נישט געבויט אויף גארנישט סייווי. נעכטן ביינאכט האב איך מיר גע׳חלומ׳ט אז איך בין מיט מיין ווייב אין קאלאראדא, מיין ווייב האט זיך געחלומ׳ט אז אונז זעמער אין די שווייץ, צופרי זעמער אויפגעשטאנען צוריק אין ברוקלין און ווען איך וואלט געווען א פילאזאף וואלט איך מיר געקענט ארומ׳טענה׳ן א האלבן טאג צו אונז זעמער באמת געווען אין קאלאראדא צו אונז זעמער באמת געווען אין די שווייץ. אז דאס איז וואס דו ווילסט טוהן מיט דיין לעבן כל הכבוד, מיר נערווירט עס אבער. פארוואס וואונדערסטו זיך אזוי אויף יענעמ׳ס בויך סברא ווען דיינ׳ס איז פונקט אזא בויך סברא, מאי חזית דסברא דחברך איצטומכא טפי, דילמא סברא דידך איצטומכא טפי?
אחרי שובי נחמתי אז ס׳קען זיין אז דער פותח האט נישט ממש געמיינט זיך צו וואונדערן און אטאקירן, באמת קען זיין אז ער פארשטייט אויך אז מערמעלשטיין האט רעכט נאר ער האט געטראפן א מקום להתגדר בו האט ער עס ארויסגעברענגט אויף אזא מין אופן, והשם הטוב יכפר.
בכל אופן האב איך יעצט געטראכט זייער א גוטע תירוץ צו פארענטפערן הרב מערמעלשטיין אפילו לשיטת העניך לויט׳ן פסוק כי בצלם האדם עשה את האלוקים, הרב מערמעלשטיין האט זיך אויסגעבויט א גאט אינספירירט פון זיינע תכונות הנפש, העניך׳ס גאט איז אינספירירט פון זיינע תכונות הנפש, און אלעס שטימט א מחיה. האדם עשה את האלוהים ישר והם ביקשו חשבונות רבים, ווילאנג א מענטש האלט זיין גאט וואס ער האט זיך אויסגעבויט פאר זיך קען עס שטימען זייער גראד אן געשמאק, ווען מ׳פאנגט אן מאכן חשבונות מיט אנדערע מענטשנ׳ס גירסאות פון גאט דעמאלטס טויג נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ל"ד. [tag]העניך[/tag] פרעגט נישט אויף די הכרת הטוב מצידינו; ער פרעגט אויפ'ן דאס אננעמען (אן ענין פון) א כוונה מצד הקב"ה ["וואס וויל מען ספעציפיש פון אים" - מער ווי סתם א "שקויעך"]. און אין די פאל איז שווערער צו מאכן אן ענליכן חילוק צו וואס דער אברבנאל ענטפערט בנוגע "תכלית" צווישן מצד הקב"ה און מצד האדם. דאס איז ווייל כנ"ל קען דער מענטש טאקע אננהענגען סיבות הרעות אין א רעליגיעזן סיבה אויף וואס עס רופט אים און מאָנט פון אים [מצידו] מה חובתו בינו להקב"ה, משא"כ ביי סיבות הטובות וואס באדארף ווען פון א רעליגיעזן/טעאלאגישן שטאנדפונקט צו זיין די דיִפאָלט כנ"ל און אלזא באדארף אים נישט צו רופן צו עפעס [אפילו מצידו].
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מי אני האט געשריבן:ל"ד. [tag]העניך[/tag] פרעגט נישט אויף די הכרת הטוב מצידינו; ער פרעגט אויפ'ן דאס אננעמען (אן ענין פון) א כוונה מצד הקב"ה ["וואס וויל מען ספעציפיש פון אים" - מער ווי סתם א "שקויעך"]. און אין די פאל איז שווערער צו מאכן אן ענליכן חילוק צו וואס דער אברבנאל ענטפערט בנוגע "תכלית" צווישן מצד הקב"ה און מצד האדם. דאס איז ווייל כנ"ל קען דער מענטש טאקע אננהענגען סיבות הרעות אין א רעליגיעזן סיבה אויף וואס עס רופט אים און מאָנט פון אים [מצידו] מה חובתו בינו להקב"ה, משא"כ ביי סיבות הטובות וואס באדארף ווען פון א רעליגיעזן/טעאלאגישן שטאנדפונקט צו זיין די דיִפאָלט כנ"ל און אלזא באדארף אים נישט צו רופן צו עפעס [אפילו מצידו].
איז אלץ הדבק במדותיו, ווען איינער טוט דיר טובות און די ווייסט נישט פארוואס, קלער נישט אריין, ווער ווייסט וואס ער וויל צוריק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
העניך האט געשריבן:רביה"ק,
פליז שפיי דיין כפירה אין אנדערע אשכולות. מיינע אשכולות לאז פאר די וואס שרייבן ווי מאמינים. א דאנק.
viewtopic.php?p=415609#p415609
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that