פאעזיע: קטלא קניא: הגיע זמן גאולתכם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

moti107 האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:כפירה מיט ליצנות פון מאמרי חז"ל ............זאל קאווע טרינקער נישט דרייען א קאפּ

קענסט אפשר אנווייזען וועלכע שורה איז כפירה?


איך האָב מיך פאָרגעשטעלט אַז אַלע תפילות זענען געצילט צו אַ צימער וואָס איז שטענדיק פאַרשלאָסן און """קיינער""" ווייסט נישט וואָס טוט זיך הינטער דער טיר
אויב דאס איז נישט כפירה דאן וואס איז יא?

"קיינער" לויט ווי איך פארשטיי גייט ארויף אויף מענטשען נישט אויף גאט. ער שרייבט דאך נאכדעם " איך האָב מיך פאָרגעשטעלט אַז אַלע תפילות זענען געצילט צו אַ צימער וואָס איז שטענדיק פאַרשלאָסן און קיינער ווייסט נישט וואָס טוט זיך הינטער דער טיר. די וואָס גלייבן דאַווענען צו אַ גאָט וואָס זיי זענען זיכער געפינט זיך אינעווייניק. די וואָס צווייפלן, אָבער דאָך דאַרפן אַ תפלה טון דאַווענען אויך און צום זעלבן טיר"

כ'מיין אז דאס איז די כפירה "האָב איך אַנדעקט אַז מען קען דאַווענען אַפילו מען איז נישט איבערצייגט אַז עס איז דאָ צו וועם"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

a1b2 האט געשריבן:
villager האט געשריבן:קטלא זאל בלייבן ווי ער איז, ער שרייבט ווי אן אפיקורס, צווישן זיינע ארטיקלעך טרעפט מען ווי ער לאכט אפ פון כביכול אליינס, פון תורה שבכתב ותורה שבעל פה, ער איז פון די וואס די משנה שרייבט אויף זיי שאין לו חלק לעולם הבא!

און יעדער איינער וואס ברענגט אהער זיינע מאמרים איז מחויב זיכער צו מאכן אז דער ארטיקל איז ריין פון ליצנות אויף די עיקרי אמונה כדי נישט מכשיל צו זיין די חברי השטיבל וואס ווילן זיין ערליכע אידן,

איך האלט אז די ... זאלן עס נישט לאזן אהערברענגען.

וויאזוי?. מען וועט פארשטעלן דעם וועג פאר די פערד און וואגן וואס וועלן עס ברענגען? פאר וועם ס'שטערט באמת זיינע מאמרים, זאל אנשטעלן דעם פילטער מיט'ן נאמען עס צו בלאקן. נו. נאכ'ן כינוס כלל ישראל האבן מיר דאך אללע געלייגט פילטערס אויף די עלעקטראנישע מאשינדלאך. :)
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

נולד מאוחר האט געשריבן:

כ'מיין אז דאס איז די כפירה "האָב איך אַנדעקט אַז מען קען דאַווענען אַפילו מען איז נישט איבערצייגט אַז עס איז דאָ צו וועם"


דער זאץ פאר זיך איז נישט קיין כפירה, עס ברענגט נאר ארויס דער טבע פון מענטשן אז מ'קען דאווענען אפילו....
פארשפארט