רעכטע און לינקע דעבאטע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:שבת, כמנהגך ווען מען רעדט פון שלעכטע לינקע פאליסיס רייסטו דיך אויף מיט די נערישע און ליידיגע טענה אז די רעכטע זענען פשוט שלעכט, ראסיסטיש און אנטיסעמיטיש...

זאג מיר פון וועלכע שטאטן קומט ארויס מער "Charity" פון די רייכע נאבעלע פראגרעסיווע שטאטן אדער פון די ארימע שלעכטע רויטע????

די לינקע פארדארבענע Virtue signaling מענטאליטעט איז נאר דא צו באצווינגען יענעם... ווען ס'קומט צו די אייגענע טאש טוהן זיי דאס וואס דער סאציאליסט בערני טוט מיט זיינע 3 הייזער....


פון די לינקע.

די מערסטע צדקה געבער זענען די לינקע. ביל געיטס, ווארען בופעט, מארק צוקערבערג. דזשארזש סאראס האבן שוין אוועקגעגעבן אפאר מאל זייער גאנצער פארמעגן!!! אפאר מאל!

ווי באמערקט שוין ביי דיין טענה אז קאליפארניע וואקסט גאר, ביסטו שטארק ברעינוואשעד און דיינע טענות האבן קיין שייכות מיט די מציאות...
אט למשל האסטו א ליסט פון די סטעיטס וואס זייערער בירגער גיבן די גרעסטע פראצענט פון זייער אינקאם און די סטעיטס מיט די מערסטע וואלונטירן
https://www.zippia.com/advice/most-generous-states/ ווי מען זעהט איז ניו יארק, ניו דזשערסי, קאליפארניע און מאסעטשוטשעס די רייכסטע סטיעטס אין אמעריקע. גאר נידריג


וואלמארט ברודער- רעכטע האבן א מיליאן ארבייטארער אינטער די poverty line. און זיי זענען די רייכעסטע פאמילע אויף די וועלט... זיי קענען דאס נאר טוהן אין אזא לאנד ווי אמעריקע. אין אייראפע און אין קיין שום נארמאלע לענדער לאזט מען דאס נישט צו. דא זענען אלע פאליטשאונס אפגעקויפט דורך די עליטע.

איך גיי מיר מיט דיר נישט פארהערן אויף יעדן אינדוווידועל רעכטער אדער לינקער פארשוין (דער וואלמארט פרעזידענט איז אויך מיר א רעכטער געווארן :lol: ער פייט פאר Free speech? ער פייט פאר Individual liberty? מיט וואס פונקטליך איז ער רעכט...?)
ווי אנגעוויזן פריער, די Average רעכטער וועט גיבן מער Charity :arrow:


ווער פון די רעכטע גיבט צדקה??


מיט ראמני איז א גרויסע עושר. זיין צדקה באשטייט פון געבן פאר די נערישע מארמאן קירכע. כדאי זיי זאלן קענען בויען ריזיגע שיינע קירכעס פאר אין לאס וועגס פאר פיר הונדערט מיליאן דאללער. קיין ארימע מענטשען האבן נישט קיין הנאה פון זיין צדקה. נאכדערצו אז ער רעכענט עס אראפ פון געבן שטייערן...

א מענטש וואס גיבט נאר צדקה פאר זיין קאמיונטי איז די שוואכסטע לעוועל פון צדקה. די לינקע געבן צדקה פאר אפריקע! פיל מיט ווייסע לינקע אין האליוואוד האבן אריינגענומען שווארצע קינדער פון אפריקע וואס וואלטן געשטארבן דארט פאר הונגער. אין זייער שטוב און זיי אויפגעהאדעוועט ווי אייגענע קינדער. די לינקע געבן די מערסטע פאר צו פארבעסערן די לעבן פון חיות. איינע פון די באוואוסטער האליוואד עקטערס האבן לעצטענס געגעבן הונדערט מיליאן דאללער פאר די צוועקן פון העלפן באשעפענישן וואס זענען ניטאמאל קיין מענטשען- ענק רעכטע לאכן פון דעם. אבער יעדער מענטש וואס האט געטראכט זאגט אז דאס איז די גרעסטע מדריגה פון צדקה.

ביטע זאג מיר ווער פון די רעכטע געבן צדקה פונקטליך?

די זעלבע מענטשען וואס האלטן נישט ביים באצאלן קיין שטייערן?

ביסט אויפן קאפ געפאלן??
שטייערן הייסט צדקה??
די אלע נערישע טריליאנען געספענט מכלומרשט אויף צו באקעמפן ארימקייט האט עפעס אויפגעטוהן??
ס'איז פאראן היינט ווייניגער מענטשן אויף פוד סטעמפס און מעדיקעיד ווי 60 יאר צוריק??
די אלע נערישע ביליאנען געספענדאכטס פון יעדע פאליטישן צו געפעלן די און יענע אקטיוויסטן הייסט צדקה??
די גאווערנמענט ווייסט נישט וואס געלט מיינט... זיי ווייסן נישט וויאזוי מען ספעלט עס...
קוק נאר אן זייער סוקסעס ראטע ביי די פאבליק סקולס, וועטעראנס האספיטאלס און די קאורט סיסטעם... (און יא אפילו די פאליציי און מיליטער, ווען מען קוקט גוט אריין)
באשולדיגן די וואס ווילן נישט גיבן שטייערן אלס "אנטי טשעריטי" איז לעכעליך און נער'יש..
אדרבא, קוק נאר אונזער קאמיוניטי ווי טשעריטי איז אויפן העכסטן פארנעם Possible (איינס פון אונזערע "מעלות" קעגן די חסרונות...) מיינט דאס אז מיר גיבן שטייערן??...


שעלדאן עדעלסאן. האט נאר געגעבן פאר זיינע צוועקן, צן שמירן פאליטשאונס. נישט פאר קיין ארימע מענטשען.

איך בין געוועהן אין גאנץ אמעריקע אין רעכטע און לינקע Territories.

די רעכטע זענען די ערגסטע מענטשען וואס איז פארהאנען אויף די וועלט! די ווייסע אומגעלערנטע רעדנעקס, זענען חיות בצורת אדם!

די ווייסע אומגעלערנטע רעדנעקס זענען גאר נישט ערגער ווי די שווארצע אומגעלערנטע אין די איננער סיטיס... אדרבא ברענג סטאטיסטיקס וויפיל שיסערייען און מערדערייען ס'איז דא ביי ביידע..


צום שלוס.
וויפיל פריוואטע Stores זענען ארויף אין פלאמען דורך די BLM און Antifa (לינקע גרופעס)
און וויפיל דורך די רעכטע ווילדע גרופעס???

וויפיל ווילדע Crime פאסירט אין די לינקע סיטיס און וויפיל אין רעכטע

יא די רעכטע זענען די שלעכטע חיות... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:כ'האלט פונקט ווי אייך אז דינקינס איז נישט געוועהן קיין גוטע מעיאר. כ'בין גענוג אלט צו געדענקען די שרעקליכע ראיאטן אין קראונהייטס, און די רעספאנס פון דעם מעיאר.

אבער כ'בין מחולק מיט אייך אז דזשעקי מעיסאן האט געטוהן ריכטיג און רופן דינקינס "א פענסי שווארצער מיט א מאסטעש"...! ווייל יעדער מעג טאקע אטאקירן א צווייטן לויט די הלכות פון “פרי ספיטש”, אבער וואס מ’טאר נישט איז רעדן קעגן א גאנצע מינארעטי! איך (און די ליבעראלע אידן ווי דו רופסט זיי) פירן זיך אויף לויט די Golden rule פון רבי הלל הזקן. איך וואלט נישט געוואלט א שווארצע קאמעדיען זאל זאגן אויף עליעט שפיצער “א אריסטאקראט איד וואס איז א פאליטישאן כדי צו קענען רייכער ווערן אויף די חשבון פון די ארימע”.

איך האב נישט קיין שום פראבלעם אויב איינער זאגט די זעלבע סטעיטמענט אן די ווארט “איד”. ווילסט רעדן קעגן איינעם, געזונטערהייט. לאז ארויס זיין משפחה, זיין גענעטיקס, זיין שטאט, און זיין עטנישע גרופע.

די שווארצע האבן גענוג געליטן. זיי זענען געוועהן פארשקלאפט פאר הונדערטער יאהרן פאר די ווייסע. גענוג געוועהן! זיי זענען אויך מענטשן.

דאס איז די וועג וויאזוי איך זעה עס. איך בין מיט די ליבעראלע!

שבת אחים: דו ביסט גערעכט. אבער סתם לידיעתך. ווען דו זאלסט הערן די געפערליכע גיפטיגע שנאה וואס (א טייל פון די שווארצע פיהרער אזוי ווי לואיס פארראקהאן און אל שארפטאן, ימ"ש. נישט דזשעסי דזשעקסאן. איך קען נאך ב"ה מבחין זיין בין טוב לרע.) נוצן אקעגן אידן. זיי פארפעלן נישט קיין געלעגנהייט צו שימפן און העצן אקעגן אידן...!

די מעשה מיט "היימיטאון"... וואס די אמעריקאנער מידיא און די אידישע ליבעראלן האבן באשולדיגט אין אנטיסעמיטיזם. ווען ער האט אמאל מאכנדיג א ווערטל, ווען מ'האט איהם געפרעגט וואו אהין ער פארט. האט ער געענטפערט "צו היימיטאון"... פי' ני יארק. ווייל א יעדער דארט הייסט היימי...! זיי האבן עס אויפגעבלאזן אינגאנצן ארויס פון א יעדע פראפארציע. ביז ער האט זיך געמוזט "אנטשולדיגן" פאר די אידישע קאמיוניטי...!

מאכן אן אומשולדיג ווערטל ווייזט נישט אויף אנטיסעמיטיזם. העצן און אויסטראכטן בלבולים אויף אידן, דאס יא...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך בין מודה אז דאס וואס כהאב געשריבן פריער אז “ווייסע רעדנעקס זענען חיות בצורת אדם” טאר מען אויך נישט שרייבן, אין אמתן אריין אין פובליק! הגם קאווע שטיבל ווערט נישט ממש פארעכענט פאר “פובליק” אבער אויף טוויטער וכו׳ וואלט איך טאקע דאס קיינמאל נישט געשריבן.

מ’מעג אטאקירן יעדע פאליטישע פארטיי און יעדע רעליגיע. אבער מ’טאר נישט אטאקירן קיין מענטשן ווייל זיי זענען געבוירן געווארן צו א געוויסע משפחה!

א אנטיסמיט מיינט איינער וואס האט פיינט א איד ווייל יענער איז געבוירן געווארן א איד. און נישט חילוק וואס ער גייט טוהן וועלן זיי האבן א שנאה צום אים. משא”כ אטאקירן א געוויסע פאליטישע פארטיי אדער א רעליגיע און זאגן אז זייער פאליסיס טויג נישט וכדומה דאס מעג מען יא. מ’הייסט נישט קיין ראסיסיט/אנטיסמיט אויב מ’גלייכט נישט יענעמס פאליסיס. איך האב פיינט די רעפובליקאנער, נישט ווייל זיי זענען געבוירן געווארן א געוויסע וועג נאר ווייל איך גלייך נישט זייער פאליסיס. אויב גייען זיי מארגן טוישן זייער פאליסיס, און זיך אויפפירן ווי “נארמאלע מענטשען” בין איך זייער בעסטע פריינד! און די זעלבע איז מיט רעליגיע.

אידן און אידישקייט איז אנדערש ווי אלע אנדערע רעליגעס ווייל אידשקייט איז סיי א עטנישע גרופע און סיי רעליגיע. אלע אידן זענען קרובים און זענען געקנויטן פון זי זעלבע טייג און שעירן די זעלבע גענעטיקס. ספעציעל די אשכנזישע אידן זענען גאר נאנטע קרובים. זיי האבן זיך געהאלטן פאר דורי דורות צוזאמען און זיך [בדרך כלל] נאר משדך געוועהן צווישן זייער אייגענע מענטשען. זיי האבן געהאט זייער אייגענע שפראך און אייגענע קולטור. ממילא טאר מען טאקע נישט רעדן קעגן קיין אידן אין פובליק, אבער קעגן אידשקייט- די אידישע רעליגע אדער אלע אנדערע רעליגעס מעג מען יא.

ווען איך האב געשריבן אויבן וועגן די “ווייסע רעדנעקס” האב איך געוואלט ארויסברענגן אז איך קען די קאנסערוועטיווע מענטשען אין די סאוט און ליידער קען איך זאגן אז זיי זענען נישט קיין גוטע מענטשען...
ספעציעל צו קיין outsiders. איינער וואס איז נישט ווי זיי. ממש ביז אפאר יאהר צוריק האט נאך דארט אין די סאוט געהאנגען שילדן “קיין אידן און קיין שווארצע ערלויבט”
און קוקטס וואס זיי האבן געטוהן מיט א קליינע אידישע קאמיונטי ווי פאסטוויל אייאווע....

די רעכטע זענען ווייניגער ציוויליזירט ווי די לינקע! א לינקער מענטש אפילו א גרויס חלק פון זיי זענען סעקיולער און באלאנגן נישט צו קיין שום רעליגיע. גלייבן זיי אבער אין עטיקס, מאראלן און ווירדן. א לינקער איז געווענטליך א מענטש וואס האט געלערנט, געליינט און געטראכט... ער פארשטייט אז סאיז פאר יעדעם איינעמס בענעפיט אז אלע מענטשען פון אלע עטנישע גרופעס, און פון אלע ראסן, זאלן זיך לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן. ער פארשטייט אז מ׳טאר קיינמאל נישט פייניגן א מענטש ווייל ער איז געבוירן געווארן א געוויסע וועג!

די לינקע זענען די אויפגעקלערטע מענטשען! און רובא דרובא פון זייערע פאליסיס איז געבעיסט אויף לאגיק, Reason and science
די לינקע פאליסיס איז געבעיסט אויף די נייע וועגן!

ווידער די רעכטע פאליסיס איז באזירט אויף מסורה, רעליגיע, און אלעס וואס איז געוועהן פאפיולער אין די “אלטע צייטן” א שטייגער ווי מורא האבן אז מענטשן פון א אנדערע ראסע-מענטשען וואס האבן א טראפ א אנדערע קאליר הויט זאלן זיך באזעצן אין זייער שטאט. און אז אויב אמאליגע צייטן איז homosexuality
געוועהן א גרויסע עבירה איז עס געבליבן א עבירה. און אז אמאליגע צייטן האט מען פארמשפט מענטשען צום טויט דארפן אונז היינט אין די גאלדענע אמעריקע אין 2021 נאכטוהן די זעלבע. אפילו קיין איין ציוויליזירטע לאנד טוט דאס מעהר נישט היינטיגע צייטן. אבער ביי זיי איז טראכטן נאר די טפל און נישט די עיקר. ביי זי ארבעט אלעס וויאזוי זייערע עלטער זיידעס האבן געטוהן... מענטשען וואס האבן נישט געוואוסט אז די וועלט איז רינדעכיג און אז זיי אטעמען אריין א געז וואס הייסט oxygen... זיי דארף מען פונקטליך נאכמאכן! און זיי פארלאנגען נאך אז אלע היינטיגע מענטשען זאלן בלייבן מיט די “פערד און וואגן” און מיט זייערע אלטע פארצייטישע, אומציוויליזירטע אידאלאגיעס...!


אקעי איך מיין אז מזאל נישט ווייטער רעדן אין די אשכול.


זייטס געזונט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך ווילל נאר דא מאכן א דזשענעראל סטעיטמענט. איך האב ערגעץ געזעהן דא אין דעם אשכול א קוואוט פון ..."חסיד פון ווילנא"... איבער דעם מאמר פון די גמרא...."רוב גנבי ישראל"...! אבער די אריגינאלע תגובה האביך נישט געטראפן...!
לויט ווי די מערסטע מענטשן (וואס איך האב ביז היינט געהערט אדער געזעהן.) האבן נישט ריכטיג פארשטאנען אט דעם מאמר חז"ל. (איך מיין אין מס' בבא בתרא. אין פ' חזקת הבתים.).ןןאס אויף ענגליש ווערט עס אנגערופן..."טעיקען אוט אוו קאנטעקסט"...!

די גמ' זאגט א מורא'דיגן סטאטיסטישן סטעיטמענט. און לויט דעם דארף דאס צו זיין א (בעקהענדעד) קאמפלימענט. ווי די גמ' זאגט..."רוב רוצחי עכו"ם. רוב גנבי ישראל...! אז (זיי האבן געהאט די סטאטיסטיקס) די מערסטע רוצחים זענען גויים. און די מערסטע גנבים זענען אידן...!

דאס קומט צו זאגן אז די אידן זענען נישט קיין רוצחים...!

איך האב עס פאראפראזירט בדרך צחות..."רוב ישראל גנבי"... אז די מערסטע אידן זענען גנבים...לאל...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

גארנישט קיין קאמפלימענט, עס איז א מציאות וואס שאפט א הלכה, וויבאלט אין פומבדיתא זענען רוב גנבים געוועהן אידן, ממילא ווען איינער האט געהאט א גניבה און די גנבים האבן געפענט די פעסער וויין, איז עס מותר, ווייל רוב גנבים זענען אידן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אישתישבי האט געשריבן:גארנישט קיין קאמפלימענט...
אין פומבדיתא זענען רוב גנבים געוועהן אידן, ממילא ווען איינער האט געהאט א גניבה און די גנבים האבן געפענט די פעסער וויין, איז עס מותר, ווייל רוב גנבים זענען אידן.

פעלט נאר אויס צי וויסן, וויפעל פרעסענט פין די איינוווינער פין פומבדיתא, זענען געווען אידן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן:איך בין מודה אז דאס וואס כהאב געשריבן פריער אז “ווייסע רעדנעקס זענען חיות בצורת אדם” טאר מען אויך נישט שרייבן, אין אמתן אריין אין פובליק! הגם קאווע שטיבל ווערט נישט ממש פארעכענט פאר “פובליק” אבער אויף טוויטער וכו׳ וואלט איך טאקע דאס קיינמאל נישט געשריבן.

מ’מעג אטאקירן יעדע פאליטישע פארטיי און יעדע רעליגיע. אבער מ’טאר נישט אטאקירן קיין מענטשן ווייל זיי זענען געבוירן געווארן צו א געוויסע משפחה!

א אנטיסמיט מיינט איינער וואס האט פיינט א איד ווייל יענער איז געבוירן געווארן א איד. און נישט חילוק וואס ער גייט טוהן וועלן זיי האבן א שנאה צום אים. משא”כ אטאקירן א געוויסע פאליטישע פארטיי אדער א רעליגיע און זאגן אז זייער פאליסיס טויג נישט וכדומה דאס מעג מען יא. מ’הייסט נישט קיין ראסיסיט/אנטיסמיט אויב מ’גלייכט נישט יענעמס פאליסיס. איך האב פיינט די רעפובליקאנער, נישט ווייל זיי זענען געבוירן געווארן א געוויסע וועג נאר ווייל איך גלייך נישט זייער פאליסיס. אויב גייען זיי מארגן טוישן זייער פאליסיס, און זיך אויפפירן ווי “נארמאלע מענטשען” בין איך זייער בעסטע פריינד! און די זעלבע איז מיט רעליגיע.

אידן און אידישקייט איז אנדערש ווי אלע אנדערע רעליגעס ווייל אידשקייט איז סיי א עטנישע גרופע און סיי רעליגיע. אלע אידן זענען קרובים און זענען געקנויטן פון זי זעלבע טייג און שעירן די זעלבע גענעטיקס. ספעציעל די אשכנזישע אידן זענען גאר נאנטע קרובים. זיי האבן זיך געהאלטן פאר דורי דורות צוזאמען און זיך [בדרך כלל] נאר משדך געוועהן צווישן זייער אייגענע מענטשען. זיי האבן געהאט זייער אייגענע שפראך און אייגענע קולטור. ממילא טאר מען טאקע נישט רעדן קעגן קיין אידן אין פובליק, אבער קעגן אידשקייט- די אידישע רעליגע אדער אלע אנדערע רעליגעס מעג מען יא.

ווען איך האב געשריבן אויבן וועגן די “ווייסע רעדנעקס” האב איך געוואלט ארויסברענגן אז איך קען די קאנסערוועטיווע מענטשען אין די סאוט און ליידער קען איך זאגן אז זיי זענען נישט קיין גוטע מענטשען...
ספעציעל צו קיין outsiders. איינער וואס איז נישט ווי זיי. ממש ביז אפאר יאהר צוריק האט נאך דארט אין די סאוט געהאנגען שילדן “קיין אידן און קיין שווארצע ערלויבט”
און קוקטס וואס זיי האבן געטוהן מיט א קליינע אידישע קאמיונטי ווי פאסטוויל אייאווע....

די רעכטע זענען ווייניגער ציוויליזירט ווי די לינקע! א לינקער מענטש אפילו א גרויס חלק פון זיי זענען סעקיולער און באלאנגן נישט צו קיין שום רעליגיע. גלייבן זיי אבער אין עטיקס, מאראלן און ווירדן. א לינקער איז געווענטליך א מענטש וואס האט געלערנט, געליינט און געטראכט... ער פארשטייט אז סאיז פאר יעדעם איינעמס בענעפיט אז אלע מענטשען פון אלע עטנישע גרופעס, און פון אלע ראסן, זאלן זיך לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן. ער פארשטייט אז מ׳טאר קיינמאל נישט פייניגן א מענטש ווייל ער איז געבוירן געווארן א געוויסע וועג!

די לינקע זענען די אויפגעקלערטע מענטשען! און רובא דרובא פון זייערע פאליסיס איז געבעיסט אויף לאגיק, Reason and science
די לינקע פאליסיס איז געבעיסט אויף די נייע וועגן!

ווידער די רעכטע פאליסיס איז באזירט אויף מסורה, רעליגיע, און אלעס וואס איז געוועהן פאפיולער אין די “אלטע צייטן” א שטייגער ווי מורא האבן אז מענטשן פון א אנדערע ראסע-מענטשען וואס האבן א טראפ א אנדערע קאליר הויט זאלן זיך באזעצן אין זייער שטאט. און אז אויב אמאליגע צייטן איז homosexuality
געוועהן א גרויסע עבירה איז עס געבליבן א עבירה. און אז אמאליגע צייטן האט מען פארמשפט מענטשען צום טויט דארפן אונז היינט אין די גאלדענע אמעריקע אין 2021 נאכטוהן די זעלבע. אפילו קיין איין ציוויליזירטע לאנד טוט דאס מעהר נישט היינטיגע צייטן. אבער ביי זיי איז טראכטן נאר די טפל און נישט די עיקר. ביי זי ארבעט אלעס וויאזוי זייערע עלטער זיידעס האבן געטוהן... מענטשען וואס האבן נישט געוואוסט אז די וועלט איז רינדעכיג און אז זיי אטעמען אריין א געז וואס הייסט oxygen... זיי דארף מען פונקטליך נאכמאכן! און זיי פארלאנגען נאך אז אלע היינטיגע מענטשען זאלן בלייבן מיט די “פערד און וואגן” און מיט זייערע אלטע פארצייטישע, אומציוויליזירטע אידאלאגיעס...!


אקעי איך מיין אז מזאל נישט ווייטער רעדן אין די אשכול.


זייטס געזונט!


שבת, קען זיין דו ביסט נישט באקאנט.. אבער די היינטיגע לינקע האבן קיין שייכות מיט די Classical liberals (איך פערזענדליך באטראכט מיר ווי א Classical Liberal ווי איידער א קאנסערוואטיווער...)
די ליבעראלס זענען אלס געגאנגען מיט די "Live and let live" מהלך(דערפאר האבן "זיי" זיך געשלאגן פאר Free speech, א רעגירונג וואס איז בלינד צו ראסע, Freedom of religion וכו וכו).
די היינטיגע Woke פראגרעסיוו מאוומענט איז דאך פונקט פארקערט פון דעם.. זיי זוכן צו קאנטראלירן Speech און וואס נישט, זיי ווילן דווקא מאכן חילוקים צווישן שווארץ און ווייס וכו וכו
(פארשטייט זיך מיט כל ערליי חשבונות פארוואס ס'איז ריכטיג, אבער זיי צוגלייכן צו די ארגינעלע ליבעראלן האט נישט קיין שום פשט...)
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

איך מיין אז דו מישסט ליבעטעריעניזם מען ליבעראליזם
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:גארנישט קיין קאמפלימענט...
אין פומבדיתא זענען רוב גנבים געוועהן אידן, ממילא ווען איינער האט געהאט א גניבה און די גנבים האבן געפענט די פעסער וויין, איז עס מותר, ווייל רוב גנבים זענען אידן.

פעלט נאר אויס צי וויסן, וויפעל פרעסענט פין די איינוווינער פין פומבדיתא, זענען געווען אידן

הקטן: וויפיהל אידן האבן זיך (ליידער) שוין פארטשעפעט מיט'ן פעטער שמואל. נישט נאר איינמאל. נאר עטליכע מאל. ס'איז שוין (אין א וועג) .."איתמחי גברא"...!

דאס שטימט שוין מיט מיין ווערטל/פאראפראזיע...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:גארנישט קיין קאמפלימענט...
אין פומבדיתא זענען רוב גנבים געוועהן אידן, ממילא ווען איינער האט געהאט א גניבה און די גנבים האבן געפענט די פעסער וויין, איז עס מותר, ווייל רוב גנבים זענען אידן.

פעלט נאר אויס צי וויסן, וויפעל פרעסענט פין די איינוווינער פין פומבדיתא, זענען געווען אידן

הקטן: וויפיהל אידן האבן זיך (ליידער) שוין פארטשעפעט מיט'ן פעטער שמואל. נישט נאר איינמאל. נאר עטליכע מאל. ס'איז שוין (אין א וועג) .."איתמחי גברא"...!

דאס שטימט שוין מיט מיין ווערטל/פאראפראזיע...!


דיין זכרון איז א פיינע גנב. כאילו עס איז דיינס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מצפצף האט געשריבן:איך מיין אז דו מישסט ליבעטעריעניזם מען ליבעראליזם


נאופ'ס...
די Liberterian philosophy איז א שטארקע Form פון
Liberalism Classical (Classical Liberalism איז עפעס אנדערש ווי Modern Liberalism)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:גארנישט קיין קאמפלימענט...
אין פומבדיתא זענען רוב גנבים געוועהן אידן, ממילא ווען איינער האט געהאט א גניבה און די גנבים האבן געפענט די פעסער וויין, איז עס מותר, ווייל רוב גנבים זענען אידן.

פעלט נאר אויס צי וויסן, וויפעל פרעסענט פין די איינוווינער פין פומבדיתא, זענען געווען אידן

הקטן: וויפיהל אידן האבן זיך (ליידער) שוין פארטשעפעט מיט'ן פעטער שמואל. נישט נאר איינמאל. נאר עטליכע מאל. ס'איז שוין (אין א וועג) .."איתמחי גברא"...!

דאס שטימט שוין מיט מיין ווערטל/פאראפראזיע...!


דיין זכרון איז א פיינע גנב. כאילו עס איז דיינס.

אישתישבי: אדרבה. ווייז מיר א גמרא אדער א תוספות וואס האלט די גירסא אז..."רוב ישראל גנבי"... וואס איז סטאטיסטיש זיכער נישט אויסגעהאלטן...לאל
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א באנדע קלאונס https://youtu.be/zFfWv0EnHQw
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

א גוט שטיקל (אין מיינע אויגן :lol: )
https://youtu.be/efA6B2EKLN4
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:א גוט שטיקל (אין מיינע אויגן :lol: )
https://youtu.be/efA6B2EKLN4


איר קענט רואיגערהייט גיין מאכן אן עפוינטמענט ביים אויגן דאקטער....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:א גוט שטיקל (אין מיינע אויגן :lol: )
https://youtu.be/efA6B2EKLN4


איר קענט רואיגערהייט גיין מאכן אן עפוינטמענט ביים אויגן דאקטער....

וואלווי: ס'א קראנקע קליפ. אבער זיי מאכן א גוטן פאוינט...!
פארשפארט