האדמו''ר מהר''א מסאטמאר דערקלערט קריג מיט וויזניץ

ס'קען זיך דאכטן אז דאס איז א אלטע העדליין פון 30 יאהר צוריק, אבער ניין דאס איז פרישע נייעס פון כ''ו אב תשפ''א!
נעכטן ביי די סעודת הילולא האט דער סאטמארע רבי מהר''א מוחה געווען קעגן וויזניצע חסידים וואס וואוינען אין די געגענט ארום קרית יואל וואס האלטן די זמן מוצאי שבת ווי.... די וויזניצער זמן!
ער האט גע'טענה'ט אין די דרשה אז זיין ציהל איז צו פארמיידען מחלוקת.

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
C/P
בושה תכסה פננו - ביומא דהילולא רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו.
ווי באקאנט פארן עולם, אז עס האבן זיך אנגעהויבן אריינציצוען חסידי ויזניץ וויליאמסבורג אין בלומענגראוו וואס איז אין די גלילות פון קרית יואל,
און ווי יעדער ווייסט איז ביי זיי וויזניץ די זמן פון מוצאי שבת פאר אינזער צייט פון רבינו תם,
וואס ווי באקאנט האט זיך אויף די זאך די בעל הילולא רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו מוסר נפש געווען אז מען זאל האלטן שבת ביז נאך רבינו תם זמן,
איז אראפ געגאנגען א חשובע דעלגעציע רבנים/ראשי הקהלה והעיר קרית יואל צו אדמו"ר מוויז'ניץ וויליאמסבורג, אים צו בעטן מיט פארשטאנד אז ער זאל מוחל זיין זיך צו שטעלן צום זמן פון רבינו תם, וואס דאס איז די מנהג המקום,
און ער האט אויף דעם געגעבן תשובה, אז ער וועט זיך איבערטראכטן,
ער האט דערנאך צוריק געריפן מיט א תשובה, אז אויב די צד פון די אנדערע סאטמאר (מהרז"ל) וועט דאס אויך פארלאנגען וועט ער זיך צושטעלן אי"ה פולי, ווי באלד אלע קינדער פון די משפחות וויזניץ בלומענגראוו לערנען ביי מוסדות מהרז"ל,
ביידע קהילת וואס ארבעטן אסאך צוזאמען ביי אנדערע רוחניות ענינים זענען צוזאמען געזיצן צו מאכן זיכער אז די זאך ווערט מסודר,
אבער ליידער צום באדויערן אפילו נאך איבערמידליכע השתדלות האבן זיי בשום אויפן נישט איינגעגאנגען אויף דעם, נאר די פירער פון קהילת מהרז"ל האבן געלאזט וויסן פאר זייערע עסקנים/הנהלה פון קרית יואל, אז מען זאל בשום אופן נישט מיטגיין מיט דעם, נאר אדרבה זיי לאזן אנגיין, טראץ דעם וואס די קינדער לערנען ביי זיי אין מוסד
אוי לנו שכך עלתה בידינו
אז אין אזאלעכע צייטן וואס איז דא אזויפיל טראגעדיעס אין כלל ישראל, וואס קימט זיכער נאר אויף זאכן וואס מען דארף פאררעכטן, נישט חס ושלום צולייגן נאך שנאת חנם,
ספעיציעל אין א זאך וואס מען שטעכט אריין א מעסער אין רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס יעדער פארשטייט אז אזא התחלה קען חס ושלום ברענגן גרויסע ווייטונגען פאר די עתיד וד"ל אויפן חשבון פון רבינו הקדוש זי"ע און אלע תלמידי רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו מיט דעם וואס וועט חס ושלום ווערן א הפקרות צו מזלזל זיין אויף די יסודות וואס רבינו הקדוש האט זיך מוסר נפש געווען,
און דאס וואלט געקענט ווען פארמיטן ווערן מיט א קלייניקייט, ווען ראשי מהרז"ל, וואלט זיך ווען צוגעשטעלט, ווייל ווי יעדער פארשטייט האט דאס גארנישט צוטוהן מיט די אינערליכע סאטמאר מחלוקה,
האבן זיי ענדערש אויסגעוועלט אז אויב קען דאס זיין א מרידה אינם מרא אתרא ר' אהרן ט"ב איז עס אלס ווערט אפילו סגייט אויפן חשבון פון בעל הילולא רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו.
רבן דקרו...

פאר די וואס כאפן נישט, די קריג איז א חלק פין די אלגעמיינע קריג צי ווייזען בעלות אין שטאט, ספעציעל אין די גלילת ווי מהאט האט זיך דערקלערט באלעבאס אויף ביז ליבערטי ועד בכלל, אין נאכדעם וואס אויף אנדערע פראנטן איז מען נישט אזוי סוקסעספעל לעצטנס, ברויך מען אביסל הייבן די זעלבסט געמיט,
ברויך מען נאר זען צי די הנהלת המוסדות וועט טאקע ארויסווארפן די קינדער, דעם רבינס אייניקלעך די יונגלעך לערנען ביי די ארונים,

- yn.NY
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
פאר די וואס כאפן נישט
די גאנצע קריג דא האט נישט קיין הענט און קיין פיס, נישט מטעם די זאלונים נישט מטעם די ארונים, ביידע מיינען דא בלויז זיך און צו ווייזען בעלות.
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ס'שטערט פאר א סאטמערער אז א וויזניצער פירט זיך ווי מנהג רבותיו?? ס"ה א סאטמארער ערעטאט "ווער ס'האלט אנדערש ווי מיר, איז א גוי מיט א ציוני בהעלם אחד"...

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?
איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)
*****
מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.
איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)
*****
מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
yn.NY האט געשריבן:פאר די וואס כאפן נישט
די גאנצע קריג דא האט נישט קיין הענט און קיין פיס, נישט מטעם די זאלונים נישט מטעם די ארונים, ביידע מיינען דא בלויז זיך און צו ווייזען בעלות.
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ס'שטערט פאר א סאטמערער אז א וויזניצער פירט זיך ווי מנהג רבותיו?? ס"ה א סאטמארער ערעטאט "ווער ס'האלט אנדערש ווי מיר, איז א גוי מיט א ציוני בהעלם אחד"...
קענסט מיר מסביר זיין פארוואס האט געבאדערט פאר ר' מאטעלע אז פרויען ווילן נישט גיין אין מקוה פאר 72?
פון אייגענע עקספיריענס
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?
איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)
ביז לעצטענס האט מען נאך געקענט זען לאקס דער וויזניצער באס דרייווער אראפארן ליע עוו יעדן מוצ"ש ווען רוב יודן האבן זיך נאך געוואשן צו של"ס (אסאך פאר 72) קיינער האט אים גארנישט געזאגט כאטש ר' מאטעלע האט געזאגט אז סאטמאר רב ז"ל איז בעה"ב אין וומסב"ג (לגבי די עירוב)
*****
מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.
ביסט טאקע א מורה הוראה אבער אנדערע פסקענען אנדערש, הער אויס מהר"א'ס דרשה וויאזוי מ' האט אינדערהיים זיך גערעכענט מיט א פסק פון ד"ח 100 מייל אוועק
אפילו צד מהרז"ל האלט/ווייסט אז ער איז גערעכט, אבער פאר פארשטענדליכע טעמים קענן זיי זיך נישט ארויסשטעלן, הנאה והתאווה וכו' מוציאין את האדם
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:
מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.
פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז דיין גאנצע פראבלעם איז איבער די גלילות, איא? איז איבער דעם וועלן מיר באלד רעדן.
לאמיר נאר פארשטיין איין זאך. דו האלטסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז א רב פון א שטאט זאל פארלאנגען פון יעדן איינעם וואס וויל זיין א תושב אין שטאט אז יענער זאל זיך צושטעלן צו די מנהגים און יסודות וואס איז געגענגען בנפשו פארן מייסד העיר?
איך רעדט פון קרית יואל גופא.
אויב האלסטו אז ס'האט נישט קיין פשט זיי מיר ביטע מסביר פארוואס.
איבער די גלילות וועלן מיר רעדן איינמאל אונז זעמיר קלאר אין דעם. (אויב דו ווילסט)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
מיליאנער האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:

א רב פון א שטאט קען פארלאנגען, אבער ווער האט אפגעמאכט ווער ס'איז מרא דאתרא אין קרית יואל?, אויב מהר''א איז די לעצטע ווארט אין שטעטל, דאן האט ער די מאכט צו מאכן די מנהגים, אבער די רגע וואס זיין גאנצע מאכט איז אונטער פראגע צייכן, פארוואס זאל וויזניץ זיך צושטעלן צו אים מער װי צו איינעם אנדערש?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 204 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
מיליאנער האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז דאס די underlying סיבה, פארוואס די זאלונים האבן זיך נישט געשטעלט אז די וויזניצע זאלן אננעמען די 72, צו ווייזן פאר די ארוינים ווער עס איז באסס.
יא, אזוי קוקט אויס פשטות.
ביטע הרב מיליאנער, גייט צירוק צו אייער אשכול און ווער עס וויל זעהן דיינע טיפע בליצן, גוטע ריענות און פיינע שטעך ווערטליך וועט אהין גיין זיך באלעקן די פינגער.
אבער ביטע לאזט איבער אנדערע אשכלות פאר די מענטשהייט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז דאס די underlying סיבה, פארוואס די זאלונים האבן זיך נישט געשטעלט אז די וויזניצע זאלן אננעמען די 72, צו ווייזן פאר די ארוינים ווער עס איז באסס.
יא, אזוי קוקט אויס פשטות.
וכן להיפוך
יעדע ארויני האט שוין מסביר געווען פשט פון מהר''א'ס פארלאנג צו וויזניץ, אין די צייט וואס קיין שום זאלי האט נאכנישט מסביר געווען די פראבלעם דערפון נאר בלויז איבערגעקייט אז ער מיינט דא צו ווייזן באס'שאפט,סארי מיינע פריינט זאגטס מיר ווער עס מיינט דא באס'שאפט, עס קוקט מיר ענדערש אויס אז די זאליס זענען אריין דא אין א טיפע פארלעגענהייט מיט מהר''א'ס שטארקע מאוו און די וועג וויאזוי ער פירט די שטאט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
קא משמע לן האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז דאס די underlying סיבה, פארוואס די זאלונים האבן זיך נישט געשטעלט אז די וויזניצע זאלן אננעמען די 72, צו ווייזן פאר די ארוינים ווער עס איז באסס.
יא, אזוי קוקט אויס פשטות.
ביטע הרב מיליאנער, גייט צירוק צו אייער אשכול און ווער עס וויל זעהן דיינע טיפע בליצן, גוטע ריענות און פיינע שטעך ווערטליך וועט אהין גיין זיך באלעקן די פינגער.
אבער ביטע לאזט איבער אנדערע אשכלות פאר די מענטשהייט.
איך פארשטיי וואס באדערט דיר...
ביטע צייג מיר ווי איך האב איינעם געשטאכן פערזענליך, און איך מעק עס שוין אויס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
עס דערמאנט זיך א מעשה, אבער איך געדענק נישט פונקט די פרטים.
אין תשס"א האט פאסירט א שרעקליכע באמבע אין א פיצה סטאר אין ירושלים, און פיר מענטשן פון א משפחה זענען געהרג'ט געווארן. איין מיידעל, אן אכט יעריגע, איז געבליבן לעבן פון די וואס זענען דארט געווען, און דער דעמאלסדיגע ראש ממשלה אריאל שרון איז איר געגאנגן באזוכן. ער האט איר געפרעגט צו זי וויל עפעס, האט זי געזאגט "יא, זאלסט היטן שבת". האט ער מסכים געווען צו היטן די נעקסטע שבת. זיין משרתים האבן נאכגעקוקט ווען שבת הייבט זיך אן און ווען ענגידט זיך עס, און בטעות האבן זיי אים געזאגט די זמן ר"ת, וואס איז נישט איינגעפירט אין ארץ ישראל.
עס קומט מוצאי שבת, רוב די מדינה איז שוין וואכעדיג, און שרון האלט נאך שבת. פלוצלונג קומט אים א טלפון קלינג, פון משה גפני. ער וויל עפעס פון אים.
היוצא לנו מכל זה, האלטן שבת ביז צוויי און זיבעציג שמעקט שטארק פון ציונות, און שומר נפשו ירחק מזה. אדער ווייניגער, אדער מער, אבער נישט 72 מינוט.
אין תשס"א האט פאסירט א שרעקליכע באמבע אין א פיצה סטאר אין ירושלים, און פיר מענטשן פון א משפחה זענען געהרג'ט געווארן. איין מיידעל, אן אכט יעריגע, איז געבליבן לעבן פון די וואס זענען דארט געווען, און דער דעמאלסדיגע ראש ממשלה אריאל שרון איז איר געגאנגן באזוכן. ער האט איר געפרעגט צו זי וויל עפעס, האט זי געזאגט "יא, זאלסט היטן שבת". האט ער מסכים געווען צו היטן די נעקסטע שבת. זיין משרתים האבן נאכגעקוקט ווען שבת הייבט זיך אן און ווען ענגידט זיך עס, און בטעות האבן זיי אים געזאגט די זמן ר"ת, וואס איז נישט איינגעפירט אין ארץ ישראל.
עס קומט מוצאי שבת, רוב די מדינה איז שוין וואכעדיג, און שרון האלט נאך שבת. פלוצלונג קומט אים א טלפון קלינג, פון משה גפני. ער וויל עפעס פון אים.
היוצא לנו מכל זה, האלטן שבת ביז צוויי און זיבעציג שמעקט שטארק פון ציונות, און שומר נפשו ירחק מזה. אדער ווייניגער, אדער מער, אבער נישט 72 מינוט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?
איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)
ביז לעצטענס האט מען נאך געקענט זען לאקס דער וויזניצער באס דרייווער אראפארן ליע עוו יעדן מוצ"ש ווען רוב יודן האבן זיך נאך געוואשן צו של"ס (אסאך פאר 72) קיינער האט אים גארנישט געזאגט כאטש ר' מאטעלע האט געזאגט אז סאטמאר רב ז"ל איז בעה"ב אין וומסב"ג (לגבי די עירוב)
*****
מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.
ביסט טאקע א מורה הוראה אבער אנדערע פסקענען אנדערש, הער אויס מהר"א'ס דרשה וויאזוי מ' האט אינדערהיים זיך גערעכענט מיט א פסק פון ד"ח 100 מייל אוועק
אפילו צד מהרז"ל האלט/ווייסט אז ער איז גערעכט, אבער פאר פארשטענדליכע טעמים קענן זיי זיך נישט ארויסשטעלן, הנאה והתאווה וכו' מוציאין את האדם
איך זאל אויסהערן מהר"א אז ער איז מרא דאתרא... ער איז נישט מיין דיין אין יורה דעה אויך נישט. ער איז אויך נישט קיין דברי חיים, כ'האף ער פארשטייט עס אליין...
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 12:36 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?
איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)
*****
מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.
אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר מסביר זיין, עס קען אויסקלאפן נישט נאר ביי מוצאי שבת לגבי טוהן א מלאכה, עס קלאפט אויך אויס לגבי א תענות אויסצופאסטן, אויב גייט וויזניצע שוהל אין בלומינגראוו דאווענען לויט זייער זמן, גייען אסאך אסאך סאטמערע אידן גיין דארט דאווענען, אין אויספאסטן פאר די זיבעציג, וואס איז אלס געווען זייער הארב אין סאטמאר.
עס האט נישט צו טוהן מיט מהר'אס מרא דאתרא'שאפט, עס איז צוויי זאכן 1) א אפענע משנה מקום שנהגו אז ווען מען פירט זיך אין א פלאץ א מנהג האט קיינער נישט קיין רעכט צו טוהן אנדערש 2)רבינו הקדש'ס מרא דאתרא'שאפט, אפילו קיינער וואלט נישט אנגענימען די זמן פון רבינו הקדוש איז דא א זאך אז אין זיין פלאץ ווי ער איז געווען רב זאל מען זיך אזוי פירען, אזוי ווי ווען א חסיד פאלט אריין אין די רמ'א שיהל דאווענט ער נוסח אשכנז, ווייל עס איז באתרה דמר.