היכי דמי האט געשריבן:וואס האט זמנים מיט א רוב? איז די זמן שב"ק ווען רוב כלל ישראל איז גרייט ארויס פון שאוער? זמנים האבן חכמים אוועקגעשטעלט אויף א געוויסע וועג, און וויזניץ האט זיך זייער מנהג מקובל מרבותיהם הקדושים. ווי קומט דא מנהג המקום? רוב? מרא דאתרא?
וואס האט ארבעטן ערב פסח ביז חצות מיט א רוב? האט עס צו טוהן ביז ווען די לעצטע שלעפער פארברענט די חמץ? ניין די משנה זאגט אז א פלאץ וואס מען האט זיך געפירט א זאך טאר מען נישט משנה זיין, 99.99% אידן פון בלומינגראוו זענען סאטמערע וואס פירן זיך צו האלטן די 72, האסטו נישט קיין רעכט משנה צו זיין, פינטל.
מעשה רב:
רביה"ק איז געפארן מיטן קאר אין ירושלים נאכן זמן כניסת השבת, און האט אפי' געכאפט שטיינער, כידוע.
דערקלערט קריג?! עה, נאר מוחה געווען, געהעריג קליקבעיט. ס׳דערמאנט פון יענע מעשה פון הרב אלישיב וואס האט גע׳טענה׳ט אז ער האט יוצא געווען מצות מחאה מיט׳ן רעדן שטרענג ביי זיין טעגליכן שיעור און פטור אן עסק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נאכן ליידן ביטערע דורכפעלער אין בני ברק און אין קרית יואל מיטן סידור קידושין -הייבט זיך יעצט אן אין ירושלים....- האט קרית יואלער רב געווען הונגעריג פאר אביסל נצחון און קאנטראל איז ער אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל נעמליך דער וויזשניצער רבי פון וויליאמבורג הרה"צ ר' יצחק יוחנן האגער שליט"א וואס איז ווי באקאנט גאר אן איידעלער ערליכער איד האט לעצטענס געעפענט זיין ישיבה גדולה אין בלומינגראוו -נאכדעם וואס ער האט לפנים משורת הדין געפרעגט און באקומען רשות פון מהר"א- האט אהרן געקלערט אז דא איז איהם אריינגעפאלן אין די הענט אריין א גרינגן געווינס, דער איז מסתם א שוואכטשיקער אויף וועם ער וועט קענען רייטן, האט ער געשיקט זיין דוד עקשטיין בעטן וויזשניץ וויליאמסבורג רבי ער זאל זיך אונטערנעמען צו האלטן די ר"ת זמן
אבער מיט איין זאך האט ער זיך פאררעכענט און דאס איז אז ביים וויזשניצער רבי ז"ל דער תורת מרדכי איז דאס געווען א זאך אויף וואס ער האט זיך געשלאגן אויף, און מיט וועם? ניין נישט מיט זיין רבי רביה"ק זי"ע -וואס האט איהם קיינמאל פרובירט משכנע צו זיין און נישט גערופן צום זיצונג ווען מ'האט באשטימט דעם ר"ת זמן וואוסענדיג אז ער טוט וויאזוי זיינע עלטערן האבן געטוהן און האלט זיך שטארק דערמיט- נאר מיט קלויזענבורגער רב
ממילא ווען די מושלחת זענען געפארן אפנעמען אן אנטווארט פון ווזשניצן רבי נאכדעם וואס ער האט זיי געבעטן צייט עס איבערצוטראכטן זענען זיי געווען שאקירט פון דעם אומערווארטענער ענטפער. דער וויזשניצער רבי האט זיי אויסגעפאקט תשובה ספרים און זיי אויפגעוויזן על פי הלכה אז גלילות איז נישט קיין זאך וואס מען קען כאפן, דער געדאנק פון גלילות איז געווען אז ארומיגע שטעטלעך האבן געהאט די רעכט צו פארלאנגען צו ווערן א חלק פונעם שטאט,
צווישן אנדערע האט ער אויך ארויפגעברענגט דאס אז דער רבי זי"ע האט אין ירושלים נישט געהאלטן די זמן כניסת השבת וואס גאנץ ירושלים האלט (און אגב האט די רבי אמאל באקומען שטיינער אויפן קאר פארן ארומפארן נאכן ירושלימער זמן האט ער זיך אנגערופן זיי דארפן ווארפן און איך מעג פארן), שוין אויב אזוי האט דוד עקשטיין געזאגט אין הכי נמי עפ"י הלכה קען מען דאס נישט פארלאנגען בעטן מיר אייך א בקשה האט דער וויזשניצער רבי געזאגט אז איך בין גרייט זיך צו צושטעלן און ארויסהעלפן מיט סיי וועלכע ענינים אנבאלאנגט אידישקייט אבער דעם זאך שפיר איך איז נישט עפעס וואס איך קען פארלאנגען פון מיין ציבור, שוין איז מען אריבערגעגאנגען צום נעקסטן פאזע פון סטראשענען, דא האט איהם שוין די רבי איגנארירט...
אויף אזאנס האבן זיך די חברה נישט געראכטן ועל זה יצא הקצף און ככלב שב אל קיאו האט דער אהרן געווידמעט 40 מינוט פון זיין דרשה כו' אב אינעם יומא דהילולא פון רביה"ק זי"ע צו באזידלען סטראשענען און טעראריזירן א געמיינדע אידן וואס האלטן נישט ביים מקבל זיין אויף זיך דער עול פונעם קאנטראל הונגעריגע מרה דאתרא, פלוצלינג איז וויזשניץ מאנסי -וואס האט מוחה געווען אויף מהרא'ס שווער פארן אויפנעמען דעם ציוניסטישן פירער- געווארן ציונים, פלוצלינג איז געווארן א פראבלעם אז די לופט אין קרית יואל וועט פארפעסטעוועט ווערן פון די הבל פיהם פון מיידלעך וואס לערנען חומש, אונטרעסאנט אז די זאכן האבן איהם נישט אינטרעסירט ווען מ'איז איהם געקומען פרעגן רשות ביים זיך ארויסצוען און ניטאמאל האט די מושלחת ארויפגעברענגט די טעמעס אויפן טיש, קוקט אויס אז אויב זיי וואלטן זיך מכניע געווען מיט'ן האלטן די שיטת ר"ת וואלט דער רבינו תם מגין געווען אז די ציונות און דאס לערנען חומש זאל נישט האבן קיין נעגאטיווע השפעה אויפן שטאט.
למעשה איז גארנישט געבליבן פון דעם שיינעם חילוק וואס דער האט אפגעטיילט צווישן דעם עירוב וואס יעדער זאל טוהן וויאזוי זיין מורה דרך פסק'נט און נישט טעראריזירן וואס אגב האט ער ביי יענעם שמועס אויך דערמאנט דאס אז מיט זמנים פירט זיך יעדער לויט זייער מנהג, משא"כ ציונות וואס איז א פראגע פון אמונה ברויכט מען יא מוחה זיין, דאסמאל איז די מעשה פארקערט מפארלאנגט די זמנים און אויב זענען זיי זיך נישט מכניע נעמט מען ארויס דעם ציוני שטעקן.
דער עיקר אז ר' אהרן איז נישט נאר קעניג פין מאנרא, נאר אויך פין די גלילות. און דער צדיק האט פראבירט מיט "דרכי נועם" פאר ער האט געהאלטען זיין דרשה.
איז די שאלה אויב ער איז גערעכט, איז עס דומה צו מאשין מצות, וואס ר' שמעון סופר האט געזאגט אז קראקע איז אתרא דמר פין דברי חיים (אויך א עקסטרעמע משוגעת)?
מאשין מצות איז א פסק פין דברי חיים, טאמער רוב שטאט טוט ווי איין שיטה איז דא א שאלה פין לא תתגודדו. נישט חומרי המקום שבא לשם, דאס איז שייך ביי מנהגים, חוץ טאמער ר' אהרן האלט אז ר"ת זמן איז נאר א מנהג. אבער היות מען רעדט פין א מחלוקת ראשונים ואחרונים, איז נישט שייך צו זאגען ביי דעם לא תתגודדו, ווייל עס איז שוין א אלטער מחלוקת ווי עס שטייט אין חינוך, און בכלל איז דא ביי לא תתגודדו גאר אסאך פרטים, און בעיקר ווייסט יעדער אז ר' אהרן גייט אהן דער לא תתגודדו אין לינקען פאה, אים באדערט איין זאך, ובלשון קדשו, "וואס דארף מען זיך קריגען זאל זיין ווי איך זאג", און ער קען נישט סובל זיין אז אין די "גלילות" פין קרית יואל האט איינער דער חוצפה צו טוהן עפעס אנדרעש ווי מען טוט אין זיין סאטמאר, זאגט ער א פשט'ל אז אים באדערט דאס וואס דער רבי זי"ע האט געטוהן אנדרעש. אים גייט אהן דער רבי זי"ע גאר ווייניג. דער עיקר איז דער אני ואפסי.
גאנצל האט געשריבן:ווי האט סאטמאר רב שליטא געזאגט אינטערסאנט פונקט די וואס ווילן מאכן קרית יואל פאר א רשות הרבים די זעלביגע ווילן מאכן וויליאמסבורג פאר א רשות היחיד
ודברי פי חכם חן
עס שיילט זיך ארויס די ביטערקייט פון די אנטי סאטמאר רב ווי קיינמאל בעפאר
חתם סופר האט געשריבן:ס'קען זיך דארטן אז דאס איז א אלטע העדליין פון 30 יאהר צוריק, אבער ניין דאס איז פרישע נייעס פון כ''ו אב תשפ''א!
נעכטן ביי די סעודת הילולא האט דער סאטמארע רבי מהר''א מוחה געווען קעגן וויזניצע חסידים וואס וואוינען אין די געגענט ארום קרית יואל וואס האלטען די זמן מוצאי שבת ווי.... די וויזניצער זמן!
ער האט גע'טענה'ט אין די דרשה אז זיין ציהל איז צו פארמיידען מחלוקת.
חת"ם סופר: נו, זיכער. וואספארא פנים האט עס ווען אין סאטמאר ביהמ"ד זינגט מען נאך ה' מלך. און אינדרויסן פארן שוין יונגעלייט ארום מיט קארס און רייכערן ציגארעטלעך. ס'איז פונקט אזוי ווי אין וויזשניץ זאלל זיך טרעפן יונגעלייט וואס פארן שבת נאכמיטאג אום 3 אזייגער ארום מיט קארס און רייכערן. אויף וואס די רבי וואלט זיכער מוחה געווען...!
ווער האט געזאגט אז אידישקייט איז א דעמאקראטיע?! אז דו וואוינסט אין מאנרא האלט זיך צו די זמנים וואס מ'האלט דא...!
פתחון פה האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט וואס געשעט אז א ישיבה מיט אפאר יחידים זענען ענדיגן שבת פריער אויף וועם גייט עס האבן א רושם ?
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
זאגסט דאך אליין ווען מ'רעדט ווען נאר פון יחידים החרשתי אבער היות זייערע פלענער איז להשתקע איז יא די א הבנה מרעיש עולמות צו זיין
גאנצל: נאכמער. דאס עצם זעהן ארומפאהרן קארס מיט חסיד'ישע יונגעלייט ווען אין ביהמ"ד האלט מען נאך ביי ה' מלך שטערט זייער שטארק. מ'רעדט דאך דא נישט פון אמשינאווער חסידים אדער ר' מרדכי'לע מ'נדבורנה וואס זייער סדר היום איז געווען אפגערוקט פון די גאנצע וועלט מיט 2 טעג...!
דער אראגאנץ איז אומגלויבליך און דער לאגיק לאכעדיג. פון א באבע מעשה מיט א מקווה אין אושפיצין און א חלום פון צאנזער רב איז א ראיה מכוח קל וחומר אז ער'ז מלך איבער זיינע גלילות און אנדערש איז מען א פורץ גדר.
נאך מער איז אן עקל אז ביי אים איז דער איינציקסטער יחוס פון אושפיצין אז ס'איז הונדערט מייל פון צאנז. אז ס'איז א מקום פון מיליאנען קדושים איז ביי אים נישט כדאי אפילו א דרך אגב. קיין ווארט נישט.
דער עיקר אז מ'דארף היטן 72 מינוט וואס איז "א הארבער חשש חילול שבת" און דער רבי זי"ע האט אויסגעטון זיין בעקעשע צו כשר'ן מיט זאמד. וואטס הי סמאוקינג?