האדמו''ר מהר''א מסאטמאר דערקלערט קריג מיט וויזניץ

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: האדמו''ר מהר''א מסאטמאר דערקלערט קריג מיט וויזניץ

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
פתחון פה האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט וואס געשעט אז א ישיבה מיט אפאר יחידים זענען ענדיגן שבת פריער אויף וועם גייט עס האבן א רושם ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

אלע אנדערע תקנת פין דעם צרידערדטע שטאט ווייסטי שוין יא? פארוואס טאר נישט מאכן א מנין ער"ש ביים זמן?
פארוואס טארן נישט גראסעריס אפען זיין שפעט?
פארוואס טאר נישט זיין קיין פליישיגע רעסטאראנטס?
פארוואס טאר מען נישט קויפן פלוני מאגאזין, אין ווען מדארף האבן דעקונג פאר א הכנסת ספר תורה מעג מען עס יא קויפן?
פארוואס דארף מען צאלן 50 אלפים פאר יעדע נייע דירה, פאר עפעס א מיסטעריעזע ארגאניזאציע?
פארוואס טאר קיינער נישט האבן קיין שנעלע אינטערנעט, אויסער די ווילידש אין די מוסדות בנינים?

איטס אלל אבאוט קאנטראל, אמאל קימט עס פינעם קעניג אליינס, אין אמאל פין די אנדערע משוגעים וואס שטייען בראש,
פון נישט פארקויפן סושי אין שטעטל האסטו פארגעסן!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

די געדאנק אז א רב קען מארקען טעריטאריע ווי א קעצי, אין פארטרייבן אנדערע חשובע אידן, שומר תורה, ווייל ער וויל זיין מושל בקיפה, מאכט מיך ברעכען. ס'איז א wakeup call און די כישוף רעדל ווי איך בין פארכאפט.

איך האב גארנישט מיט סאטמאר. נישט מיט רעכיל און נישט מיט מעכיל.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: האדמו''ר מהר''א מסאטמאר דערקלערט קריג מיט וויזניץ

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כ'פארשטיי נישט פארוואס דער עולם שטורעמט דא אזוי קעגן דעם הייליגן קרית יואל'ר רב שליט"א מרא דאתרא ד'טאון אוו פאלם טרי והגלילות, והגלילות דגלילות.

סך הכל גייט דער רב שליט"א נאך די וועגן פון זיינע אבות הקדושים ז"ל. אז ווען ס'דא א פירצה בחומת הדת מוז מען מוחה זיין בכל תוקף ועוז און אובאכט געבן אז די מחבלי הכרמים זאלן ח"ו נישט חרוב מאכן וואס די פריערדיגע האבן מיט שווייס און בלוט אוועק געשטעלט. און ווען דען אז נישט אין א טאג פון א יארצייט וואס דאן איז דער בעסטער צייט מוחה צו זיין, ווען א ריזיגער עולם קומט זיך צוזאם כאיש אחד בלב אחד.

אדרבה תורה היא וללמוד אני צריך, שיחות ת"ח צריכים לימוד, לאמיר כאפן א בליק אויף נישט אזא לאנגע צייט צוריק, און לאמיר זעהן וויאזוי זיין טאטע ז"ל דער הייליגער ברך משה האט זיך געפירט אין זיין פעטער'ס יארצייט, אין די מ'ם, נ'ן יארן ווען די שונאים און מתנגדים האבן געטוהן אלעס רח"ל אינטערצוברעכן די הנהגה פונעם הייליגן בעל ב"מ.

און ווער ס'נאך צו יונג דא צו געדענקן זאל מקיים זיין דעם שאל אביך ויגדך וזקניך ויאמר לך (אויב זיי ווילן זאגן דעם אמת) און זעהן צו אפשר איז דאס גאר א מנהג קדים ביומא דהילולא, אויסצונוצן אזאנע הייליגע מאמענטן צו בויען פעסטע מויערן ארום, כדי די מחבלי כרמים זאלן נישט קענען האבן קיין שום שליטה אויף די אידישע מלוכה און אלעס ארום.

אויב האבן זיין טאטע און למעלה בקודש אזוי זיך געפירט, דאן קען זיין א שאלה פון א נדר אויב וועט דער הייליגער מהר"א שליט"א נישט נאכטוהן. אל תיטוש תורת אמך איז עפעס אזא קלייניגקייט?! מ'קען זיך עפעס ארומשפילן דערמיט?! ס'קען זיין ס'איז אפילו ערגער פון די ג' חמורות!!

דער הייליגער מהר"א שליט"א אב"ד ד'טאון אוו פאלם טרי והגלילות והגלילות דגלילות, האט זייער גוט געטוהן! סוכ"ס איז ער דאך דער מרא דאתרא און אויך פון אלע גלילות ארום ממש ביז מאנסי ולא עד בכלל (נישט מיין געגענט) ווי ניד מאר! ואל יבוש מן המלעיגים ספעציעל פון די קאווע שטיבל לצים וואס רייסן עם אראפ! סארא חוצפה!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בדרך אגב

איז ר' מאטעלע תנצבה אויך געוועהן ענדליך צו ר' אהרן, ווען ער האט פארלאנגט אז סאטמאר זאל נישט מאכן קיין אלארם ביים זמן ערב שבת ווייל ער האלט אין מיטען דאווענען.

איינמאל אין מיטען שמונה עשרה ווען דער אלארם האט געקלינגען האט ער פארשטאפט זיינע הייליגע אויערן מיט זיינע הייליגע פינגער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: דו זאגסט אז נאר ביים יארצייט כ"ו אב זאגט מהר"א שליט"א וואס ער האט צו זאגן. און וואס טיטצעך מיט כ"א כסליו?! דארט מאכט ער אויך דעם חשבון הגדול מיט וועמען מ'דארף...!

מיין טענה איז, אז ער שפירט נאך דעם טעם ווען אנדערע מישן זיך אין זיינע געשעפטן. אזוי ווי ביים סקול דיסטריקט.

נאר דא איז דאך דער מצב א ביסל אנדערש. ווייל, סוכ"ס צו ארומפארן מיט קארס (סיי ווער) און רייכערן ציגארעטלעך באופן קבוע ווען אין ביהמ"ד האלט מען נאך אינמיטן זמירות שפירט זיך ווי געהעריגער חילול שבת. מארגן וועללן קומען רעפארמער און קאנסערוואטיוון (ס'נישט אז איך גלייך צו וויזשניצער חסידים צו יענע גרופס) און פארן מיט קארס שבת נאכמיטאג. זאגנדיג אז זייער ראביי האט עס מתיר געווען...!

נאך א נקודה. אויב ער (ר' אהרן) אדער סיי ווער ווילל מאריך זיין לענגער ווי דער זמן ר"ת קען ער אבער נישט האבן קיין טענות צו איינעם וואס פארט שוין ארום מיט קארס. דו קענסט שלעפן ווילאנג דו ווילסט. אבער דער זמן ר"ת איז וואס איז אנגענומען אין קר"י. דארף מען זיך האלטן צו דעם...!
סאדאם חוסעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך סאדאם חוסעין »

בדרך אגב, איינמאל האט ר' עמרם בלויא גערופן די דברי יואל, צו א פראטעסט אין ארץ ישראל קעגן די פרייע מחללי שבת,
האט אים די רבי גע'ענטפערט רוף מיר צו א פראטעסט קעגן די פרומע מחללי שבת וואס זענען מחלל שבת פארן זמן רבינו תם, דעמאלטס וועל איך מיר צושטעלן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

אין שלחן ערוך ווערט געפסקנט אז די זמן מוצאי שבת איז ווען מען זעהט דריי שטערנס, און עס איז נישטא קיין שום חולק דערויף אין די נושאי כלים. איינער וואס דרייט א קאפ מיט א זייגער אדער זמנים איז סתם א פיסטער עם הארץ.

עס איז נאר זייער פאני ווי פונקט די וואס ביים עירוב טעראריזירן זיי א שטאט זיך אינטערצוווארפן צו א קפידה פון זייער רבי, וועלן דא פלוצלינג ווערן טאלערירנט און פארשטיין אז מען ברויך לאזן א צווייטן לעבן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל. בארואיגט אייך, די חפץ חיים איז נישט געווען קיין ע"ה, זעה מ"ב און ביה"ל.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מיינע 2 סענט.. (דיסקלעימער.. כ'האב נישט געהערט די דרשה)

1. על דאטפת אטפוך, ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי וויזשניץ באקומט דאס וואס זיי האבן געגעבן טועם צו זיין פאר אנדערע.

2. אין תנ"ך איז פאראן צענדליגער מאל ווי מען רעדט פון מקרב זיין פרעמדע (אפגערעדט פון ואהבת לרעך כמוך וכד), און אפילו איינמאל נישט אז פאר 72 איז נאך שבת...
האט אזוי פאסירט, אז צווישן 6500 סאטמארע משפחות האט אריינגעמופט 5 צו 10 וויזשניצע משפחות.. איז אנשטאטס דער אדמו"ר זאל אויפפאדערן די חסידים זיי מקרב זיין, מאכן פילן היימיש און זעהן אז זיי זאלן שפירן באקוועם (און מיט די Disagreements העכסטנס דיעלן דירעקט מיט זייער רבי'ן..), צינדט ער אן די אש המחלוקת, מישט אריין אלע זיינע חסידים און בחורים דערין, און יאללאה.. זיין אייבישטער טאנצט פון פרייד.

איין ווארט: עקלהאפטיג!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמערל האט געשריבן:אין שלחן ערוך ווערט געפסקנט אז די זמן מוצאי שבת איז ווען מען זעהט דריי שטערנס, און עס איז נישטא קיין שום חולק דערויף אין די נושאי כלים. איינער וואס דרייט א קאפ מיט א זייגער אדער זמנים איז סתם א פיסטער עם הארץ.

עס איז נאר זייער פאני ווי פונקט די וואס ביים עירוב טעראריזירן זיי א שטאט זיך אינטערצוווארפן צו א קפידה פון זייער רבי, וועלן דא פלוצלינג ווערן טאלערירנט און פארשטיין אז מען ברויך לאזן א צווייטן לעבן.

שמערל: ס'איז די קלאסישע מעשה פון די 2 בערעלעך. אדער דער ענין פון ..."דעם רבינ'ס קוה"...!
ומעשה שהיה כך היה. ס'גייען 2 אידן אויף די גאס שפאצירן. אינמיטן קומט איינער און איז מבשר די בשורה לא מרנינה אז ר' יאסל איצקאוויטש'ס זון בערעלע איז געקראכן אויף א בוים און ער איז אראפגעפאללן און ר'האטציך, ל"ע צובראכן א פוס. נעמט זיך ר' יאסל יאמערן און קלאגן און ברעכן מיט די הענט..."אוי וויי, אוי וויי. ווער ווייסט וואספארא יסורים און צער מיין בערעלע גייט דורך. אויך. ווער ווייסט אויב ער וועט נאך אמאל קענען גיין גראד אויף זיינע פיס... האט איהם זיין חבר ר' פייוויל בערקאוויטש בארואיגט און מחזק געווען..."א איד דארף האבן בטחון. און ס'וועט אלעס זיין גוט בעז"ה.

זיי גייען ווייטער. קומט דער זעלבער שליח צוריק און זאגט. ..."כ'האב געמאכט א טעות. ס'נישט ר' יאסל'ס יונגל בערעלע. נאר ר' פייוול'ס יונגל, בערעלע. פלוצלינג נעמט זיך ר' פווייוול בערקאוויטש יאמערן און קלאפן. און ברעכן מיט די הענט . קלאגנדיג..."אוי וויי, אוי וויי. ווער ווייסט אויב מיין יונגל וועט נאך קענען אמאל שטיין אויף די פוס. ער הערט נישט אויף צו קלאגן און וויינען. פרעגט איהם זיין חבר ר' יאסל..."איך פארשטיי דיך נישט. א מינוט צוריק האסטו מיך בארואיגט זאגנדיג אז מ'דארף האבן ביטחון און אלעס וועט זיין גוט...! זאגט איהם ר' פייוול..."יא. ס'איז דאך אבער מיין בערעלע"...!

די מעשה מיט'ן רעבינ'ס קוה איז דאך באוואוסט. אמאל שבת אינדערפריה קומט א איד אריין צו לויפן אין ביהמ"ד אז א קוה איז אריינגעפאללן אין א ברונעם. אויב מ'מעג זי ארויסראטעווען. האט דער רב געפסקנ'ט אז מ'טאר נישט...! שפעטער קומט א צווייטער איד צו לויפן און זאגט אז די קוה איז דעם רבינ'ס. ווען דער רב האט דאס געהערט האט ער געזאגט..."זיכער. מ'מעג...! שטייט דארט א תמימות'דיגער איד און פרעגט..."כ'פארשטיי נישט. פריער האט די רבי געזאגט אז מ'טאר נישט. און יעצט זאג ער אז מ'מעג יא...האט מען אים געענטפערט..."ס'איז דאך דעם רעבינ'ס קוה...!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

שמערל האט געשריבן:אין שלחן ערוך ווערט געפסקנט אז די זמן מוצאי שבת איז ווען מען זעהט דריי שטערנס, און עס איז נישטא קיין שום חולק דערויף אין די נושאי כלים. איינער וואס דרייט א קאפ מיט א זייגער אדער זמנים איז סתם א פיסטער עם הארץ.

אסאך אחרונים מוטשען זיך מיט דעם מחבר, ווייל בדרך כלל גייט יא דער מחבר מיט זמן 72. עי' בנו"כ.

געוויסע ענטפערן ער רעכנט 72 אויף צוריקצואוועגס, אנדערע זאגן ווענד זיך וועלכע מדינה, ועוד תירוצים שונים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נישט אז איך רעד מיך איין אז דער מחבר אינטערעסירט איינעם בכלל (נישט רעבארן און נישט רבי יצחק יוחנן זענען מקפיד אויף סו״ז תפילה (שבת) און זיצן שמיני עצרת אין סוכה ווי ס׳שטייט אין שולחן ערוך), אבער די פשוט׳ע תירוץ אויפ׳ן מחבר איז אז ער איז מקיל אויף ביידע שיטות, ערב שבת איז ער מקיל ווי די 72 און מוצאי שבת איז ער מקיל אויף דריי שטערן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

דאס איז א פשוטע תירוץ??
דאס איז דאך א קושיא מרפסין איגרא!!
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אז ס׳שטייט אזוי שטייט דאך אזוי, אז מיר פארשטייען נישט דארפן מיר טוישן אונזער מיינדסעט, נישט דעם טעקסט, אם ריק הוא מכם הוא ריק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ריכטיג האט געשריבן:שמערל. בארואיגט אייך, די חפץ חיים איז נישט געווען קיין ע"ה, זעה מ"ב און ביה"ל.

חפשתי ולא מצאתי וואס דו מיינסט (להחמיר על הכסיף התחתון? ביים וויזשניצער זמן איז שוין שטאק פינסטער), בכלל אין סאטמער האט מען קיין משנה ברורה נישט געלערנט. אונז האט מען איינגערעדט אז דער שלחן ערוך ונושאי כליו זענען די מכריעים, נישט קיין אגודיסטישע מלקטים.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

ליב צו וויסן האט געשריבן:מיינע 2 סענט.. (דיסקלעימער.. כ'האב נישט געהערט די דרשה)

1. על דאטפת אטפוך, ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי וויזשניץ באקומט דאס וואס זיי האבן געגעבן טועם צו זיין פאר אנדערע.

2. אין תנ"ך איז פאראן צענדליגער מאל ווי מען רעדט פון מקרב זיין פרעמדע (אפגערעדט פון ואהבת לרעך כמוך וכד), און אפילו איינמאל נישט אז פאר 72 איז נאך שבת...
האט אזוי פאסירט, אז צווישן 6500 סאטמארע משפחות האט אריינגעמופט 5 צו 10 וויזשניצע משפחות.. איז אנשטאטס דער אדמו"ר זאל אויפפאדערן די חסידים זיי מקרב זיין, מאכן פילן היימיש און זעהן אז זיי זאלן שפירן באקוועם (און מיט די Disagreements העכסטנס דיעלן דירעקט מיט זייער רבי'ן..), צינדט ער אן די אש המחלוקת, מישט אריין אלע זיינע חסידים און בחורים דערין, און יאללאה.. זיין אייבישטער טאנצט פון פרייד.

איין ווארט: עקלהאפטיג!!

ר' אהרן איז נישט גערעכט פאר לייגן דריק אפילו לכתחילה. אבער איך האלט וויזניץ האט זיך באנערישט.
ווען מען איז זיי געקומען פרעגן די ערשטע מאל וואלט די ענטפער געדארפט זיין א פעסטע ניין.

די תשובה איבער זיך איבערקלערן, איז געווען אן עפענונג פאר סאטמאר צו טראכטן אז עס איז negotiable. די צווייטע ענטפער איבער די זאלוינים האט נישט געקענט ברענגען עפעס חוץ מחלוקות.
וויזניץ האט דא געדארפט זיין קלוג, נישט גערעכט. זיי האבן אן אחריות אויף זייערע משפחות וואס וואוינען דארט, און די יעצטיגע רדיפות זענען א דירעקטע תוצאה.
יעדער ווייסט אז די סאטמארע זענען באנדיטן און מען הייבט זיך נישט אן מיט זיי.
איך ווייס נישט ווי איז געווען זייער שכל.
.I got voices in my head.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

בת קול האט געשריבן:

אזא עקלדיגע און רשעות'דיגע סטעיטמענט. פוי אן עקל....
קיין ווארט נישט צו צילייגן...
סארא שאנדע....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמערל האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:שמערל. בארואיגט אייך, די חפץ חיים איז נישט געווען קיין ע"ה, זעה מ"ב און ביה"ל.

חפשתי ולא מצאתי וואס דו מיינסט (להחמיר על הכסיף התחתון? ביים וויזשניצער זמן איז שוין שטאק פינסטער), בכלל אין סאטמער האט מען קיין משנה ברורה נישט געלערנט. אונז האט מען איינגערעדט אז דער שלחן ערוך ונושאי כליו זענען די מכריעים, נישט קיין אגודיסטישע מלקטים.

שמערל: דו ברענגסט אויף א ווייטאגליכע נקודה. א קרוב מיינער וועלכער איז א פראדוקט פון דעם סאטמאר'ע חינוך מיט אלע קליפערלעך. גראדע א איד א ת"ח האטציך אמאל אויסגעדרוקט כהאי לישנא..."ווער איז ער דען געווען דער בעל משנה ברורה א מלקט, אן אגוד'יסט"...! יא. דער סקולענער רבי זצוק"ל איז אויכעט געווען א "אגודיסט". נאר דער אמעריקאנער סטעיק עסער (בלשון נקיה) וועלכער איז עובר זמן קריאת שמע כמעט א יעדן טאג. ער איז דער מבין אויף א איד וואס האטציך א יעדן טאג מקריב געווען פאר'ן באשעפער אין די קאמוניסטישע רומעניע...!
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

די פוינט איז אז איבעראל ווי עס וואוינען ארונים איז עס און די גלילות פון זיין מרא דאתרא’שאפט
עס קוקט מיר אויס ווי ער איז אויף א רעמפעיטש (rampage) פון סעלף דיסטראקשען
ער מאכט חרוב אלעס וואס ער האט אויפגעבויט די לעצטע 20 יאר מיט די אייגענע הענט
ער האט געבויט א קהלה און בני ברק און ער מאכט עס יעצט פאר א שחוק בעיני הבריות
ער האט א הערליכע אידישע שטאט קר”י ווי עס בליהט מיט אידן פול אלע אנדערע סארט סאטמערע און אפי’ סתם חסידישע קרייזן און עד שבא רוגזו של סידר קידושן ומרא דאתרא און ווען ער האט אנגעהויבן פילן אז די מרכה איז א פארלוירענער קפץ עליו ר”ת בחלום הלילה
ס’איז דא אזא זאך אז ווען א מענטש ווערט עלטער ווער אפגעשוואכט זיין כוח המעצור און עס מאכט טוהן נארישע זאכן אבער מהר’א טוט עס שוין פאר יארן וואס דאס איז וואס האט אייביג בעקפייערד אזוי דא
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

בת קול האט געשריבן:יעדער ווייסט אז די סאטמארע זענען באנדיטן און מען הייבט זיך נישט אן מיט זיי.
איך ווייס נישט ווי איז געווען זייער שכל.

פון דא

בת קול האט געשריבן:איך פערזענליך קען נישט קיין ווילדן שווארצע.
יעדע טינקל הויטיגע וואס איך האב נאר געהאט שייכות מיט, איז געווען מענטשליך, מאראליש, געלערנט, און באמת פיינע מענטשן.

איי, יעדער ווייסט אז שווארצע זענען באנדיטן? אבער ראסיזם איז נאר ווען איך באשליס...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

קומט א ראץ פאס, אן קיין נאמען, און באשולדיגט א ק''ק בישראל, מיט איבער דרייסיג טויזענט פאמיליעס, אלס באנדיטן....
דאס איז נאך נישט געהערט געווארן אין די היסטאריע....
ווען ס'וואלט ווען כאטש געווען עמיצער מיט א כזית שכל אין מוח, החרשתי! אבער ווען א געמיינער טיפוש טוט דאס, רופט עס ארויס בייז בלוט...
סארא שאנד...
באניצער אוואטאר
צפרדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 05, 2020 12:53 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך צפרדע »

וואסער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר מסביר זיין, עס קען אויסקלאפן נישט נאר ביי מוצאי שבת לגבי טוהן א מלאכה, עס קלאפט אויך אויס לגבי א תענות אויסצופאסטן, אויב גייט וויזניצע שוהל אין בלומינגראוו דאווענען לויט זייער זמן, גייען אסאך אסאך סאטמערע אידן גיין דארט דאווענען, אין אויספאסטן פאר די זיבעציג, וואס איז אלס געווען זייער הארב אין סאטמאר.

אזוי????
אין מאנסי גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?
אין וומ"ס גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?
אין ב"פ גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?

און לאמיר זאגן אז יא, איז זי מעורר די עולם נישט נאכציגיין דעם פרצה, אבער וואס ווילסטו פון דער וויזניצער, דאס איז דאך זיין זמן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מפיל קינד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:יעדער ווייסט אז די סאטמארע זענען באנדיטן און מען הייבט זיך נישט אן מיט זיי.
איך ווייס נישט ווי איז געווען זייער שכל.

פון דא

בת קול האט געשריבן:איך פערזענליך קען נישט קיין ווילדן שווארצע.
יעדע טינקל הויטיגע וואס איך האב נאר געהאט שייכות מיט, איז געווען מענטשליך, מאראליש, געלערנט, און באמת פיינע מענטשן.

איי, יעדער ווייסט אז שווארצע זענען באנדיטן? אבער ראסיזם איז נאר ווען איך באשליס...

ווען מען נעמט אינדיווידואלע מענטשען און מיט זייערע פעולות באשמירט מען א פאלק איז עס ראסיסטיש. ווען די פירער פונ'ם פאלק טוען נישט אויס געהאלטענע פעולות איז דאס נישט קיין געפארבטע ראסיזם. ס'איז די אפיציעלע מהלך פון די גאנצע גרופע. צו זאגן אז די שווארצע געמיינדע as a whole זענען "חיות" געבויט אויף מעשי יחידים, נישט קיין חילוק די פערסענטעדזש, איז ראסיזם, ווייל מ'איז דן די כלל ע"ש די יחיד. אבער דארט ווי די מנהיגות, ספעציעל די מנהיג ראשי, איז נוהג אויף א געמיינע אופן, אפילו ער זאל זיין גערעכט, איז דאס די מהלך מחשבה און וועג ווייזער פאר די ציבור כולו. אז מ'וועט דאס דארפן באקעמפן ווערט מען נישט קיין ראסיסט, ווייל די באנדיטישקייט איז די אפיציעלע ליניע.

לייג צו אז אנגעהויבען פון די מנהיגות ביז אראפ איז מען גאר שטאלץ מיט די באנדיטישקייט, און נאך מער אויב אלע יארן האט עס נאר געארבעט אזוי, דאס איז נישט א נאסע לאלעך וואס מ'האט אויס געשפרייט אויף א כלל מחמת א יחיד, און אודאי נישט ראסיזם.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט