מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

מיינסט צי זאגן אז אויב פאר מיליאן יאר ציריק וואלטן אינזערע זיידעס (די מאנקיס) געבליבן עסן גראז וואלטן סלאנעם ר'מיילעך אין אינז נישט דא געווען.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אישתישבי האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א סלונים'ר חסיד האט געזאגט פאר ר' מייליך בידרמן...

אויב 50 יאהר צוריק וואלט געוועהן ריטאלין וואלט היינט נישט געוועהן מייליך בידרמן.

האט ר' מייליך גע'ענטפערט...

אויב 100 יאהר צוריק וואלט געוועהן אנטי דיפרעסענטס וואלט קיינמאהל נישט געווארען א סלאנים'ר חסידות.


אין נאך פופציג יאהר ארום וועט מען זאגען אז אויב מיט הונדערט און פופציג יאהר צירוק וואלט געווען גראז, וואלט נישט געווען נישט קיין סלאנים און נישט קיין ר' מילך בידערמאן...


גראדע געדענק איך הערן פארקערט, אז ווען נישט גראז וואלט נישט געוועהן קיין חסידישע רבי'ס.


אלס הקדים רפואה למכה...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:איך האב געהערט א גוט ווארט...

וא"ר חלבו אמר רב הונא כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר בחמשה קולות

איז ווי אזוי מעג מען גיין? מען דארף דאך זיכער מאכען אז אדער האט מען נישט הנאה אדער מוז מען איהם משמח זיין

איז דא אן עצה.. מען ברענגט א רעדנער, א בעל דרשן, וואס דרייט א קאפ און אזוי מאכט מען זיכער אז מען האט נישט הנאה.

איז יעצט די שאלה, און וואס איז מיט די רעדנער? ער האט דאך יא הנאה

ברענגט מען א צווייטען רעדנער, אונז האבען געפלאצט, יעצט פלאץ דו אויך!


דאכט זיך אז איך האב דאס געהערט פון דער יארמער רב
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

נאך די מלחמה איז אנגעקומען קיין אמעריקא אן עלטערער איד'ל און האט זיך גע'עפענט א הארדווער געשעפט. און אלץ עדווערטייזמענט האט ער אויף-געהאנגען א גרויסען סיין מיט א בילד פון יאשקא אויף'ן צלם מיט די ווערטער "זיי האבען גענוצט גאלדמאן'ס נעגליך"

האט זיין זוהן איהם געזאגט "טאטע דו מוזט דאס טוישן, עס איז א סכנה אז די אנטיסעמיטן זאלען זיך חלילה נישט צו-ווילעוועט ווערען"

האט ער דאס געטוישט

ער האט געלייגט א בילד פון א יאשקא וואס איז ארפ-געפאלען פון דעם צלם מיט די ווערטער "זיי וואלטען ווען געדארפט נוצען גאלדמאן'ס נעגליך
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א ברסלאווער גייט אין גאס און באמערקט אז אויפ'ן דאך פון א דערנעבענדיגע בנין שטייט א איד וואס וויל זיך ל"ע אראפ ווארפען

לויפט ער ארויף און פרעגט ער ר' איד, פארוואס ווילט איהר זיך אראפ ווארפען?

זאגט ער, איך האב ניט קיין ווייב, איך האב נישט קיין קינדער איך האב נישט קיין ארבעט איך האב נישט קיין געלט איך האב נישט קיין לעבן

זאגט איהם דער ברעסלאווער, ר' נחמן זאגט אין יאוש בעולם, עס איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש ווי זיך מייאש זיין

זאגט איהם דער איד, יאוש איז אויך נישט דא? איך שפרינג שוין
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

ערב יום הק' גיי איך אין גאס און זעה ווי א בריסקער גייט אינגאנצען צוטראגען מיט אן ארפגעלאזטען נאז

פרעגט איך איהם וואס גייט פאר?

זאגט ער עס איז דאך ערב יום הקדוש אין מען דארף תשובה טאהן און וואס זאל איך טאהן? איך טראכט און טראכט און ברעך מיר די קאפ און איך קען נישט טרעפען אן עבירה אויף וואס איך דארף תשובה טאהן.

זאגט איך איהם, עס איז נאך דא א האלבע שעה ביז יום טוב, נו קלאפ אן ביי דער שכן דיינער און ווען ער עפענט די טיהר האק איהם אן די ביינער, איז דען דא א גרעסערער עבירה ווי שלאגען א איד? אין נאך דערצו ערב יום הקדוש?

זאגט יענער אאהה דאס איז א גוטען פלאן מיט איהם האב איך דאך נאך א אלטען חשבון.

דער בריסקער לויפט אהיים און קלאפט אן ביי דער שכן און יענער מאכט אויף די טיהר און דער הייבט אן צו האקען שטיקער ממש מכת אכזריות מכת רצח אן א רחמנות ער שלאגט און האקט און עס שפריצט שוין בלוט און נאך צעהן מינוט גייט ער ארויס בשמחה מיט א ריזיגען שמייכעל אויפ'ן פנים.

הערט ער ווי יענעם'ס ווייב שרייט ארויס פון פענסטער... ר' איד... איהר ווייסט נישט וואס פאר א מצוה איהר האט יעצט באקומען!!!
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סעגאל האט געשריבן:מיינסט צי זאגן אז אויב פאר מיליאן יאר ציריק וואלטן אינזערע זיידעס (די מאנקיס) געבליבן עסן גראז וואלטן סלאנעם ר'מיילעך אין אינז נישט דא געווען.

סעגאל: איך בין מסתמא געווען (3 מיליאן יאר צוריק) פון די מאנקיס וועלכע האבן געגעסן פלייש אויך. נישט נאר באנאנעס און טשאקאלאד...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איינער גייט אריין אין "קאווע שטיבל" אין בית המדרש און וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער אז עס הענגט דארט א צעטיל.

נישט אריין נעמען קאווע אין בית המדרש, עיין שו"ע יורה דעה סימן רצ"ג.

דער איד איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם, און ער פאנגט אן טראכטען וואס שטייט דארט וועגן אריין נענען קאווע אין א בית המדרש. גייט ער אריין און נעמט ארויס א שו"ע עס נאך קוקען, זעט ער א גרויסע קאווע פלעק אויפ'ן גאנצע בלאט.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איינער גייט אריין אין "קאווע שטיבל" אין בית המדרש און וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער אז עס הענגט דארט א צעטיל.

נישט אריין נעמען קאווע אין בית המדרש, עיין שו"ע יורה דעה סימן רצ"ג.

דער איד איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם, און ער פאנגט אן טראכטען וואס שטייט דארט וועגן אריין נענען קאווע אין א בית המדרש. גייט ער אריין און נעמט ארויס א שו"ע עס נאך קוקען, זעט ער א גרויסע קאווע פלעק אויפ'ן גאנצע בלאט.
בשם אומרו אייוועלט שכח פארן ברענגען
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

יעצט געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך. א הצלה אמבולאנס פליט אראפ בעדפארד עוועניו מיט אן עלטערן איד דערין און פון אונטער דעם פליט נאך אן האנדא אדעסי מיטן גאנצן קראפט . די הצלה צו-זעענדיג אין שפיגעל וואס גייט פאר שטעלט זיך אפ.

דער יונגערמאן פונעם אדעסי לויפט צו קוים וואס ער אטעמט און פרעגט...

זי לעבט נאך ???

אין ער פרעגט דו ביסט איהר זוהן? דו ווילסט מיט קומען אין שפיטאל?

ניין זאגט ער... איך וויל וויסן צי די דירה איז איז עוועליבל...
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא: ס'איז שוין גארנישט קיין דזשאוק. איך מיין אז אין פאריז, פראנקרייך איז אין א געוויסע תקופה געווען אזא מנהג אז א יונגערער מענטש האטציך אנגעטראגן צו באצאללן די רענט פאר אן עלטער'ן מענטש בתנאי אז ווען יענער שטארבט גייט די דירה אריבער צו דעם באצאלער...!

ביים היימישן עולם (אין בארא פארק) איז אין איין תקופה געווען א סקיעם אז יונגעלייט האבן באצאלט די לייף אינשורענס פאר עלטערע מענטשן.

איז געווען איינער וועלכער האט מיך שטארק געפגע'ט אז ער ווילל מאכן א לייף אינשורענס פאליסי אויף מיר. פארשטייצעך אז כ'האב איהם אפגעזאגט בכל התוקף. ווען ער פגע'ט ווייטער פרעגט ער מיך פארוואס. האביך איהם געזאגט. האלב שפאסיג (אבער גאנץ ערנסט). אויב דו מאכסט א פאליסי אויף מיר וועסטו מארגן דינגען איינעם ער זאלל מיך שיסן...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס’איז געווען א איד וואס האט געהאט אסאך פאליסיס אויף מענטשן, האט מען פארציילט אז ביים בענטשן גשם פלעגט ער אויסשרייען, למות ולא לחיים......
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז נישט געוועהן אמאהל אזא איד, און עס איז נישט קיין ווערטעל, גיי רעד מיט חי"ב פינף מינוט און די וועסט הערען ווי ער פרעגט בפה מלא פארוואס דארף א מענטש לעבען אזוי לאנג. ביי דער צייט ער וועט מאכען זיין געלט, וועט ער שוין זיין עבר ובטל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

יא יא אים האב איך געמיינט.....
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

וואס סערווירט מען אפסטעיט פאר של"ס?

סמאוקד פיש.

די וויזניצע זאלען קענען סמאוקען, און די סאטמערע זאלען עסן פיש....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלול איז ראשי תיבות אני לאומן ואשתי לעזעזעל
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א אראבער גייט אריין אין באנק אין וויל ארויסנעמען 5 טויזענט דולר.
זאגט איהם די טעללער, פיין שרייב אריין דיין אינפורמצי' און חתמה.
זאגט ער ניין, איך חתמה נישט.
זאגט זי איך קאן נישט געבן אן א חתימה
פאנגט ער אן צו מאכען קולות

דער באנק דיירעקטאר זיצענדעג ביי זיך אין אפיס הערט די קולות און רופט דעם טעללער פרעגן וואס גייט פאר.
זאגט זי אן אראבער וויל ארויסנעמען 5 טויזנט דאללער און ער וויל נישט חתמה'נן

זאגט איהר דער דיירעקטאר שיק איהם אריין צו מיר
ער קומט אריין און דער באנק דיירעקטאר פרעגט וואס ווילסטו ?
זאגט ער איך וויל 5 טוזענט דולר
זאגט איהם דער דיירעקטאר, פיל אויס דעם צעטל און חתמה
זאגט ער איך חתמה נישט

גייט צו דער דיירעקטאר און געט איהם אזא זעץ אין פיסק אז ער האט זיך דריי מאהל איבער געדרייט.

ער שטייט אויף און פרעגט ווי דארף איך חתמה'נן ?

אויפ'ן וועג ארויס פרעגט איהם דער טעללער, פאר וואס ביי מיר האסטו נישט געחתמט און ביי איהם יא?

זאגט ער, ער האט מיר מסביר געוועהן
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך תוהו ובוהו »

זייער א זיסע דזשוק.
אבער וואס האט דאס מיט אן אראבער פונקטליך??
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

תוהו ובוהו האט געשריבן:זייער א זיסע דזשוק.
אבער וואס האט דאס מיט אן אראבער פונקטליך??


פיין נישט אן אראבער... א שכר
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא: אן ענליכע מעשה ווערט פארציילט איבער א רבי מיט חסידים. והנה. ס'האטציך אמאל ארגאניזירט א גרופ חסידים צו פארן צו זייער רבי'ן פאר יו"ט. האב זיי געדינגען א בעל עגלה ער זאלל זיי פיהרן מיט זייערע פעקלעך צו די שטאט וואו די רבי וואוינט. מ'האט אפגעשמועסט א פרייז און ויסעו...!

אינמיטן וועג שטעלט דער בעל עגלה אפ דעם וואגן און זאגט צו די חסידים..."איך פאר נישט ווייטער. ביז איהר צאהלט מיר צו נאך געלט. מ'האט אנגעהויבן בעטן תחנונים. ס'האט גארנישט געהאלפן. ער פארט נישט ביז מ'צאלט איהם צו נאך געלט. אזוי האט ער געטון עטליכע מאל. ענדליך מ'קומט אן צו די הויף פון די רעבע. דער בעל עגלה זאגט ער געט נישט ארויס די פעקלעך ביז מ'צאלט איהם צו נאך געלט. ס'האט נישט געהאלפן קיין תחנונים... זענען א פאר חסידים אריין צום רבי'ן און פארציילט. זאגט די רבי, אן אלטער איד פון עטליכע ניינציג יאר. געט מיר די רעזשוואולקע און דעם שטעקן. האבן די חסידים געזאגט... ניין. די רבי זאלל נישט גיין טענה'ן צו דעם פראסטן יונג. ער קען נאך מבזה זיין דעם רבי'ן...! די רבי האטציך גע'עק'שנ'ט. ער גייט ארויס. הייבט אויף דעם שטעקן און נעמט זיך שרייען אויף דעם פראסטן בעל עגלה מיט באנומענע קולות..."דו שייגאץ. דו באנדיט. דו געסט ארויס די פעקלעך. אנישט צוברעך איך דיר די ביינער"...! דער בעל עגלה האטציך דערשראקן... און ר'האט ארויסגעגעבן אלע פעקלעך...!

שפעטער האבן די חסידים געפרעגט..."וויאזוי האט די רבי געפועל'ט ביי דעם פראסטן יונג"...?! האט ער זיי געענטפערט...עטץ האטץ נישט גערעדט זיין שפראך. האט ער נישט פארשטאנען... איך האב גערעדט זיין שפראך האט זייער גוט פארשטאנען...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

למה ביום כיפור אומרים בתפילת כל נדרי שאנחנו מתירים להתפלל עם העבריינים, ובראש השנה לא אומרים את זה?
כי בראש השנה כל העבריינים באומן...
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אם הסכין שקונים לראש השנה חותכים ביצה מבושלת בליל ראש השנה ואומרים:

וסכינני ביצה טובה מלפניך
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:למה ביום כיפור אומרים בתפילת כל נדרי שאנחנו מתירים להתפלל עם העבריינים, ובראש השנה לא אומרים את זה?
כי בראש השנה כל העבריינים באומן...

פאלאצ'ינטא: אפילו דיין ווערטל איז נישט אינגאנצן אמת. אבער איך גלייך א גוט ווערטל...!
פארשפארט