טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז ווינדערט מיר שטארק אז ס'איז נישט דא קיין "יום הולדת שמחת" (העפי בירדעי) ניגון און אידיש. היימיש אידיש celebrate נישט birthdays. אפילו די ווארט celebration איז נישט א געניצטע ווארט. מ'פייערט א זיג אבער מ'סעלעבאטירט נישט גארנישט.

טאקע נישט היימיש אידיש, אבער פארט א העפי בירדעי ניגון אויף אידיש. עס הייבט זיך אן ביי ארום 1:05.

https://www.youtube.com/watch?v=VS3g56LhdZk
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

פידלער האט געשריבן:"איטס אלל אבאוט די מיינדסעטס, מיר האבן באשאפן א מיינדסעט וואס **** באדייט"

I've had the same thought for years regarding extramarital sex. If not for the symbolic attributes we've attached to sex, many couples would have no problem deciding mutually to each have sex with other people. If sex is just sex -- a physical pleasure, animalistic -- why not enjoy the novelty of new partners? Or partners who happen to press just the right buttons for you physically? But because we (society) have attached so much weight to sex (It's love! It's commitment!), doing it with other partners is considered the ultimate betrayal.

דר. עריק ענדערסאן זאגט ענליך.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:די ווארט עקזיסטירט נישט. דאס אלעס.

א גוי ניצט לכאורה די ווארט אפאר טויזענט מאל א יאר. אבער אז א אפשערען, בר מצווה, יארצייט סעודה, כ"א כסליו איז א סעודה של מצווה און א בירטדעי פארטי איז נישטא, סעלברעיט מען טאקע נישט גארנישט. מ'איז מלאים כרימון מיט מצוות אבער ס'איז נישטא קיין individual celebration און אונזער לעקסיקאן.

די זעלבע צייט דארף ווען די גוי אדאפטירן די ווארט מזל טוב. Congratulations נעמט נישט איר פלאץ. לאמיר בייטן מיט זיי ;) :)

מזל טוב!

לויט ווי אזוי איך פארשטיי דיינע ווערטער, זאגסט אז "עקזיסטירט נישט" מיינט נישט דווקא די ווארט אלס א לשון, נאר א ווארט אלס א מציאות. אבער אפי' דו מיינסט דוקא די ווארט אלס אן אויסדרוק, איז אויך נישט אויסגעשלאסן, עכ"פ, אז די אויסדרוק איז דא אפי' אן די זעלבע ווארט.

ווערטער און לשונות זענען בדרך כלל נישט קובע א מציאות, ספעציעל ווען זיי קראסען פון איין שפראך צו צווייטען. סעלעברעישאן איז אן עקספעריענס כאילו. ווען איינער צינדט ביי זיך אינדערהיים א יארצייט ליכט "איז עס" א סעלעברעישאן פון א מאורע. די זעלבע זאך איז ביי יום הולדת, אז מ'מאכט א לחיים אינדערהיים וכדו' "ווערט" דאס א סעלעברעישאן. נאך מער, אז א חרדי'שע יוד איז מחליט נישט צו מאכן א בירדעי פארטי, און אנשטאט דעם זאגט ער תהלים, איז דאס א סעלעברעישאן דורך פרעיאר, וואס דאס איז אויך איינע פון די אפיציעלע דעפענישאנס פון סעלעברעישאן, דהיינו א ריטועל ע"ש א געשעהניש. ס'האט געארנישט מיט יודען און גוים, אדער יחיד ווס. רבים. ס'איז סך הכל אז מ'געבט אן איינדערקענונג דורך עפעס א פעולה באיזה אופן שהוא.

די זעלבע זאך איז מיט קאנגרעטיולעשאנס, וואס די אפיציעלע דעפענישאן איז וואונטשען אדער אויסרומען, דהיינו מזל טוב, וואס איז אויך בעסיקלי א וואונטש. ווערטער מאכט נישט אויס למעשה, ווייל אין א יעדע שפראך איז בכל אופן די דעפענישאן די זעלבע, און מ'נוצט די זעלבע געדאנק סיי ביי יודען און גוים, סיי ביי יחיד ורבים, סיי ביי סעלעברעישאן און פייערן, און סיי ביי מזל טוב און קאנגרעטיולעשאנס.

נ.ב. דאס איז אפיציעלע דעפענישאנס פון די דערמאנטע ווערטער.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

יתרו האט געשריבן:סאיז צייט צו עפענען אן אשכול ווי דער עולם קען מיטטיילן גוטע אדער אייגענארטיגע געדאנקען וואס פאלט זיי איין בשעת'ן דרייווען, שאוער, געשלעכט, בית הכבוד, ווען מען זעצט ביים שווער'ס טיש אדער ביי א גוטע סייקעדעליק טריפ. צומאל שפירט מען עס איז א שאד נישט מיטצוטיילן מיט חברים לדעה און הערן פידבעק. נישט יעדער איז אזא דזשעני ווי מי אני וואס קען טרעפן א פאסיגע אשכול פאר יעדע מחשבה וואס פאלט אים ביי, איז דאס א פאסיגע אשכול.
אויב דער עולם וועט זיך צושטעלן זעה איך פאר גרויסע זאכן פאר דעם דאזיגן אשכול.

ביי געשלעכט דארף מען טראכטן פון רבין זאל זיין געזונט, ניין?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין ויזניץ (שוואנצאנעס) מסתמא יא. נאר איך האב געזעהן א פיקטשער ווי די העיליגע רעבא שליט"א פאפט א פרקדן. נאר אפשר אין א עראפלאן מעג מען. אדער. די רעבא מעג. און די חסידים די שווענץ טארן נישט...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:אין ויזניץ (שוואנצאנעס) מסתמא יא. נאר איך האב געזעהן א פיקטשער ווי די העיליגע רעבא שליט"א פאפט א פרקדן. נאר אפשר אין א עראפלאן מעג מען. אדער. די רעבא מעג. און די חסידים די שווענץ טארן נישט...!

ווי אזוי קען מען ליגן פרקדן מיט א שוואנץ?
נאך דערצו א גרויסן שוואנץ...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא

שליחה דורך טאמבל סאס »

אז מען שלאפט מיט א לייכטן אבער רעבישן טלית..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

טאמבל סאס האט געשריבן:אז מען שלאפט מיט א לייכטן אבער רעבישן טלית..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאן קען זיין א שאלה פון אהל, אויב ס'העכער א טפח

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אין ויזניץ (שוואנצאנעס) מסתמא יא. נאר איך האב געזעהן א פיקטשער ווי די העיליגע רעבא שליט"א פאפט א פרקדן. נאר אפשר אין א עראפלאן מעג מען. אדער. די רעבא מעג. און די חסידים די שווענץ טארן נישט...!

ווי אזוי קען מען ליגן פרקדן מיט א שוואנץ?
נאך דערצו א גרויסן שוואנץ...

וואלווי: נישט די רבי איז דער שוואנץ. די חסידים זענען די שווענץ...!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא

שליחה דורך פאליטיקאנט »

נישט מיין אייגענע געדאנק, אבער פארט אריגינאל.

קאמפאניס זאלן איינפירן אז בשעת מ'איז אויף האָלד זאל מען קענען רעדן און שמועסן צו אנדערע קונדן אויף האָלד, אזא שטיקל קלאבהאוז..... אנשטאט די נארישע און נערווירענדע מוזיק.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

זאגט מיר נעכטן א חסידישע אינגערמאן, א שטיקל אנטי וועקסער, אז בכלל האלט ער אז די וואקסין שאט HVP, וואס איז געמאכט אז ווען איינער זינדיגט זאל ער נישט באקומען יענע מחלה פון די אינפעקשן, פארשטייט ער בכלל נישט פארוואס א איד ברויך עס געבן פאר זיין קינד, "אז מיין זון זינדיגט, זאל ער שטארבען" זאגט ער .
במושכל ראשון האב איך אנגעקוקט די טאטע ווי אן אכזר, אבער נאכער הערן אז ער אליין וואלט אויך ליברשט געוואלט שטארבן ווי איידער זינדיגען, האב איך אים מער געהאלטן פאר א נעבעך.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יתרו האט געשריבן:זאגט מיר נעכטן א חסידישע אינגערמאן, א שטיקל אנטי וועקסער, אז בכלל האלט ער אז די וואקסין שאט HVP, וואס איז געמאכט אז ווען איינער זינדיגט זאל ער נישט באקומען יענע מחלה פון די אינפעקשן, פארשטייט ער בכלל נישט פארוואס א איד ברויך עס געבן פאר זיין קינד, "אז מיין זון זינדיגט, זאל ער שטארבען" זאגט ער .
במושכל ראשון האב איך אנגעקוקט די טאטע ווי אן אכזר, אבער נאכער הערן אז ער אליין וואלט אויך ליברשט געוואלט שטארבן ווי איידער זינדיגען, האב איך אים מער געהאלטן פאר א נעבעך.

זיין מאמע האט נישט געוויסט פון abortions צו זאגען...?

מ'וואלט געקענט שפארן די זינד פון אב ובנו...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יתרו האט געשריבן:זאגט מיר נעכטן א חסידישע אינגערמאן, א שטיקל אנטי וועקסער, אז בכלל האלט ער אז די וואקסין שאט HVP, וואס איז געמאכט אז ווען איינער זינדיגט זאל ער נישט באקומען יענע מחלה פון די אינפעקשן, פארשטייט ער בכלל נישט פארוואס א איד ברויך עס געבן פאר זיין קינד, "אז מיין זון זינדיגט, זאל ער שטארבען" זאגט ער .
במושכל ראשון האב איך אנגעקוקט די טאטע ווי אן אכזר, אבער נאכער הערן אז ער אליין וואלט אויך ליברשט געוואלט שטארבן ווי איידער זינדיגען, האב איך אים מער געהאלטן פאר א נעבעך.

און וואס טוט זיך אויב זיין קינד'ס מאן אדער ווייב זינדיגט, וויל ער אויך אז זיין אומוואקסינירטער קינד וקדוש מרחם זאל עס איבערכאפן אויף א כשר אופן ביים אונתה לא יגרע און אפשטארבן? וכן להיפך, אויב זיין קינד זינדיגט יא און איז לשטיתו נידון למיתה, לא מורידין ולא מעלין סטיל, וויל ער נישט עכ"פ אפראטעווען זיין שניר/איידעם שלא טעמו טעם חטא? וואס זענען זיי שולדיג אז ער ווארפט זיך אזוי מיט מיתה בי"ד שמים? אויף דעם חכם פרעגט דאך שוין די גמרא, טוביה חטא וזיגוד מינגד?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פאליטיקאנט האט געשריבן:נישט מיין אייגענע געדאנק, אבער פארט אריגינאל.

קאמפאניס זאלן איינפירן אז בשעת מ'איז אויף האָלד זאל מען קענען רעדן און שמועסן צו אנדערע קונדן אויף האָלד, אזא שטיקל קלאבהאוז..... אנשטאט די נארישע און נערווירענדע מוזיק.

איך ווארט נישט מיין וואש מאשין זאל זיך צוברעכן. איך גיי לכתחילה אין דע ווילעדזש....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יתרו האט געשריבן:זאגט מיר נעכטן א חסידישע אינגערמאן, א שטיקל אנטי וועקסער, אז בכלל האלט ער אז די וואקסין שאט HVP, וואס איז געמאכט אז ווען איינער זינדיגט זאל ער נישט באקומען יענע מחלה פון די אינפעקשן, פארשטייט ער בכלל נישט פארוואס א איד ברויך עס געבן פאר זיין קינד, "אז מיין זון זינדיגט, זאל ער שטארבען" זאגט ער .
במושכל ראשון האב איך אנגעקוקט די טאטע ווי אן אכזר, אבער נאכער הערן אז ער אליין וואלט אויך ליברשט געוואלט שטארבן ווי איידער זינדיגען, האב איך אים מער געהאלטן פאר א נעבעך.

יתרו: כ'האב דיר געוואלט געבן א לייק. אבער אזוי ווי דו האסט מיך עניוועי אין ד'רערד, מוזסטו ווארטן ביז איך קריך ארויס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:נישט מיין אייגענע געדאנק, אבער פארט אריגינאל.

קאמפאניס זאלן איינפירן אז בשעת מ'איז אויף האָלד זאל מען קענען רעדן און שמועסן צו אנדערע קונדן אויף האָלד, אזא שטיקל קלאבהאוז..... אנשטאט די נארישע און נערווירענדע מוזיק.

איך ווארט נישט מיין וואש מאשין זאל זיך צוברעכן. איך גיי לכתחילה אין דע ווילעדזש....

וואלווי: דאס איז זייער אן עמקות'דיגע פשט'ל. דו דארפסט בעסער מסביר זיין כדי דער עולם זאלל לאכן...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:

ווי אזוי האט אתריה דמר געזאגט? דער וואס פארשטייט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

איך האב געהערט א שיינע טייטש פונעם שווער דעם יום טוב, איך קען זיך עס אבער נישט דערמאנען, וה׳ הטוב יכפר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יתרו האט געשריבן:איך האב געהערט א שיינע טייטש פונעם שווער דעם יום טוב, איך קען זיך עס אבער נישט דערמאנען, וה׳ הטוב יכפר.

ביסט געבליבן מיט א שיינע שווער אן די טייטש...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

יתרו האט געשריבן:איך האב געהערט א שיינע טייטש פונעם שווער דעם יום טוב, איך קען זיך עס אבער נישט דערמאנען, וה׳ הטוב יכפר.

מיין שווער האט געזאגו אזא חידוש, ער האט געפרעגט, מען זאגט "והשיאנו ה' אליקנו" דאס טייטש אזוי: דער אייבישטער זאל אונז אנלאדענען, אויף דעם האט ער געפרעגט וואסארא מין גערעדאכטס איז דאס"אנלאדענען? וואס מיינט דאס ער זאל אונז אנלאדענען? זענען מיר אקסן צו וואס וואס מען לאדענט אן? נאר וואס דען האט ער געזאגט אזוי, זאגט ער זייער שיין, זאגט ער אזוי זאגט ער, יא יא ער זאל אונז אנלאדענען טאקע ממש ווי מען לאדענט אן א שטיר אן אקס ממש אזוי זאל ער אונז אנלאדנען מיט שמחה און ששון און כל מילי דמטיב. אז מען טראכט אריין ליגט אין דעם אסאך אמת.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בענדזשאמין פרענקלין: ס'איז א שיינער טייטש און א גוט ווערטל. און אויך א גוטער וואונטש. (כמעט רעביש).

אבער נישט דאס איז דער ריכטיגער טייטש פון דעם ווארט..."והשיאנו"...ס'איז ענדערש א בקשה צו השי"ת אז ער זאלל אונז דערהייבן אז אונז זאללן פארשטיין די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון דעם יו"ט...!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:איך האב געהערט א שיינע טייטש פונעם שווער דעם יום טוב, איך קען זיך עס אבער נישט דערמאנען, וה׳ הטוב יכפר.

מיין שווער האט געזאגו אזא חידוש, ער האט געפרעגט, מען זאגט "והשיאנו ה' אליקנו" דאס טייטש אזוי: דער אייבישטער זאל אונז אנלאדענען, אויף דעם האט ער געפרעגט וואסארא מין גערעדאכטס איז דאס"אנלאדענען? וואס מיינט דאס ער זאל אונז אנלאדענען? זענען מיר אקסן צו וואס וואס מען לאדענט אן? נאר וואס דען האט ער געזאגט אזוי, זאגט ער זייער שיין, זאגט ער אזוי זאגט ער, יא יא ער זאל אונז אנלאדענען טאקע ממש ווי מען לאדענט אן א שטיר אן אקס ממש אזוי זאל ער אונז אנלאדנען מיט שמחה און ששון און כל מילי דמטיב. אז מען טראכט אריין ליגט אין דעם אסאך אמת.

זאגסט, האסט עס געהערט פונעם ״ שווֶר״ וואס איז די לשון יחיד פון ״שוורים״… :D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

berlbalaguleh האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין: ס'איז א שיינער טייטש און א גוט ווערטל. און אויך א גוטער וואונטש. (כמעט רעביש).

אבער נישט דאס איז דער ריכטיגער טייטש פון דעם ווארט..."והשיאנו"...ס'איז ענדערש א בקשה צו השי"ת אז ער זאלל אונז דערהייבן אז אונז זאללן פארשטיין די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון דעם יו"ט...!

איר וועט אוודאי וויסן פונעם אלט אידיש ווערטל.
אתה בחרתנו, דו האסט אונדז געמאכט פאר בחורים. יעצט והשיאנו, מאך אונז חתונה...
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
פארשפארט