א גריס פונעם מאגן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

א גריס פונעם מאגן

שליחה דורך שמואל הלוי »

געגעסן האב איך במשך פון אכט טאג
ארעמע ברויט געבאקן מיט פלאג
וואס זאל איך אייך זאגן
אט הערט וואס עס דערציילט מיין מאגן

געווען בין איך מלא צער ויגון
געמיינט האב איך אז איך וועל עס נישט פארטראגן
איך בין דאך צוגעוואוינט צו עסן צו דער זעט
און אצינד אויסגעדארט ווערן מ'וועט

וועל איך דען זיין צופרידן און זאט
פון דעם איינגעדארטן מצה'לע דל ומעט
און אויסער מצה איז דאך כמעט אלעס אסור
קוים וואס מ'מעג נאך עסן א שטיקל בשר

זינט די פורימ'דיגע האלאפצעס גייט שוין אן די זארגן
ווארטענדיג מיט שרעק אויפן מארגן
וואס א טאג מער אריין אין ניסן
האט מען פון מיר שטיקער פלייש געריסן

מיינע מאלצייטן זענען געווארן ווייניגער און שיטערער
און אויפן הארצן איז געווארן זויערער און ביטערער
פון טאג צו טאג האט מען מער און מער געצוימט די מאכלים
און מיטן ביטערן מצב האב איך בשום אופן נישט געקענט שליסן שלום

אבער יעצט ווען אלעס איז שוין אריבער
קען איך מיט פרייד דערציילן פארן ציבור
אז די רעדל האט זיך געגעבן א דריי איבער צום גוטן
אוי איז דאס פיין געווען די שמורה חיטין

די דארע דינע מצה'לעך האבן געזעטיגט אויף כח
איך האב אזוינס זיך נישט פארגעשטעלט אין מיין מח
דערצו איז נאך צוגעקומען אייער, שמאלץ, קארטאפל, און טשיקן
אוי האט מען אין די 8 טאג געטוהן ריקן

איך בין געווארן דיק און פעט און אויפגעבלאזן
ס'דערקענט זיך אז ס'איז געווען לשובע ולא לרזון
איך האב פון די חג המצות גארנישט דערלייגט
אדרבא נאך א שיינע פראצענט צוגעלייגט

עד כאן וואס מיין מאגן טוט דערציילן
וויאזוי זי האט די טעג פון פסח געטוהן פארוויילן
דאס אלעס טוה איך באשטעטיגן ברור כשמש
איידער איך נעם זיך צום פרישן חמץ'דיגן קרעמעש
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

Re: א גריס פונעם מאגן

שליחה דורך אךשמח »

א הערליך שטיקל ר' שמואל הלוי!!
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

Re: א גריס פונעם מאגן

שליחה דורך משה געציל »

ר' שמואל פיין געשריבן,
א דייערי פון פסח צוזאמקעגליבן,
נאר פון די באליבטע בארשט,
גענצליך פארגעסען און אויסגעלאזט,
איך מיין אז דו קענסט נאך טוהן תשובה,
אין אויפען בארשט אליינטס שרייבען א תגובה,
כ'מיין מיר וועלען אלע קוועלען,
ווען ר' שמואל וועט זיך צום בארשט נעמען.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט