העניך האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער געדאנק האב איך געהערט, און כ'בין נייגעריג צו הערן דעם עולמ'ס רעאקציעס און ענטפערס. ווען אימער עס קומט ארויס א ווידעא וועגן אונז, א סעריע, א פילם, א דאקומענטאר, זענען מיר געווענליך אומצופרידן וויאזוי מיר ווערן פארגעשטעלט. און ס'איז באמת טאקע שווער פאר א מענטש אדער א געמיינדע זיך צו זען אפגעשפילט אין א פילם, ווייל קיינער פארשטייט אונז נישט אזוי גוט ווי אונז אליין.
יעצט אויב זאל איינער וועלן מאכן א דאקומענטאר וועגן אונז, וויאזוי וואלטן מיר פארגעשלאגן אז ער אדער זי זאל דאס אויסשטעלן אויף וואס זאל ער פאקוסירן? מ'דארף געדענקען אז קיינער איז נישט אינטערעסירט צו מאכן א דאקומענטאר וואס האט נישט קיין שום אנגעצויגנקייט, סטראגלס, טשאלענדזשעס, סתירות, וכו'. איינער וואס גייט מאכן א פילם וועגן אונז וויל ווייזן אונזער מענטשליכע זייט, אונזערע בליינד ספאטס, וכו וכו'. אלזא, וואס וואלט איר פארגעשלאגן וואלט געווען א פאסיגע וועגן וויאזוי אונז צו שילדערן?
סאיז זייער נעריש און אומריכטיג צו מאכען א דאקמענטרי איבער א קאממיונוטיס כאראקטער.
צו מיינסטו אז אלע אמיש זענען די זעלבע?
זיי האבען געוויסע טראודישענס וואס זיי פירען זיך, וואס זיי האבען אנגענומען, און לכבוד דעם האבען זיי א געוויסע מקור הפרנסה א געוויסע אייגענארטיגע מקור החיים,
אבער ווען עס קומט צו קערעקטער,מידות, סטופידי,אנטי הומען אויפפירונג,עביוז, ליב האבען האבען קינדער, ליבע און זייער מערידזש, געבען די קינדער א פרייליכע לעבן, געבן אפפורטיניטיס פון פרנסה פאר די קינדער.
דיע אלע זאכען האבען צוטוהן מיט די פערזענדליכע מענטש, און סאיז נישט געבינדען דירעקט מיט די קולטור און טראדיציע פון די מענטשהייט,
אוודאי איז עס אומדירעקט אסאך געבינדען אבער סאיז נישט קיין פעקטאר, און סאיז זייער ענדליך צו ״ראסיזים״ צו גיין אנשמירען א קאממיונוטי מיט מענטשליכע אומרעכטען, ווען די אמת איז אז רובא דרובא עקסטרימיוזים איז א דבר פרטי וואס האט צוטוהן מיט פריוואטע פאנאטיקייט און לאו דווקא מיט די קאמיונוטי.
ומטעם זה האב אויך נישט ליב געהאט די דעפענדערס פון די קאמיונוטי וואס זענען געווען פארנומען שרייבען וואו הערליך אונזער קאמיונוטי איז,
סאיז אוכט א גרויסע שקר,
אמת סאיז דא שיינע וואולע אויפריכטיגע מענטשען ביי אונז,
סאיז אבער ליידער דא ביי אונז גאר גאר גאר פארדארבענע רשעים, וואס פרייען זיך צוטאנצען אויף א צווייטענס בלוט, (א טייל פון זיי געפינען זיך און די חדרים און די ישיבות אפיסעס).
הכלל די טענה איז אזוי,
א קאמיוניטי איז א לייף סטייל,
איך וויל דא וואונען ווייל,
איך וויל עהרליכע איניסענט קאנסערוועטיווע קינדער וואס ווערען אויפגעצויגען מיט פאמיליע פרינציפען.
איך בין א געטרייע עהרליכע רעליגיעזע יוד און פאר מיר איז דיע קאממיונוטי א פלאץ וואו איך קען אויפברענגען קינדער מיט אונזער רעליגיע.
איך האב ליב די נעטווארקינג און שארפקייט וואס דיע קאמיונוטי האט,סאיז דא ביי אונז אסאך מענטשען (זיי שרייען געווענטליך נישט זייער הויעך סאו סאיז שווערער זיי צו טרעפען) וואס זענען זייער נישט פאנאטיש זיי האבען א אפענע קאפ צו דעבאטירען א נושא לכאן ולכאן, נישט פארקויפט פאר אגענדאס פון רעכטע אדער לינקע באוועגונגען,
איך האב ליב די צופרידענקייט און רואיגקייט וואס איך קען געבן פאר מיינע קינדער און פאר מיר דורך די אלע סערוויסעס און פיינע מענטשען וואס איך קען.
אבער איז דיע קאממיונוטי גוט אדער שלעכט?
סאיז דא בא אונז ביידע.
אזוי וואו איבעראל.