יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך בין נאכנישט זיכער עס איז מיין טעות, דו דארפסט קלערן עס איז אויך דא א צד עס איז דיין טעות. אבער לאמיר בעסער פארשטיין די מציאות.
אויב וועסטו נאך דיין חקירה אנקומען אז (כמעט) אלעס וואס מען האט דיר אויסגעלערנט איז אמת, וועסטו לעבן ווייטער צופרידן, מאכט סענס.
וואס טוסטו אויב 50 פראצענט איז אמת? אויב גארנישט איז אמת?
אויב אלעס איז אמת וועל איך לעבן זייער צופרידן
אויב 50 פראצענט איז אמת וועל איך דארפן אויסארבעטן א מהלך וויאזוי צו עס איבערגעבן פאר די קינדער און וויאזוי צו טוהן וואס איז ריכטיג אן צו וויי טון די ארום (בעיקר די עלטערן, וואס דאס איז א מצווה שכלי אויך)
פון די מעגליכקייט אז גארנישט איז אמת וויל איך נישט טראכטען (איך ווייס אז עס איז היפאקראטיק אבער דאס איז די מציאות)
ווי איך האלט יעצט ווייס איך אז די פרעפערענסעס וואס מען איז אונז מחנך איז נישט ריכטיג אפילו לויט די תורה, און דאס טריי איך צו טוישן