ענטפערס אין אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך בין נאכנישט זיכער עס איז מיין טעות, דו דארפסט קלערן עס איז אויך דא א צד עס איז דיין טעות. אבער לאמיר בעסער פארשטיין די מציאות.

אויב וועסטו נאך דיין חקירה אנקומען אז (כמעט) אלעס וואס מען האט דיר אויסגעלערנט איז אמת, וועסטו לעבן ווייטער צופרידן, מאכט סענס.

וואס טוסטו אויב 50 פראצענט איז אמת? אויב גארנישט איז אמת?

אויב אלעס איז אמת וועל איך לעבן זייער צופרידן

אויב 50 פראצענט איז אמת וועל איך דארפן אויסארבעטן א מהלך וויאזוי צו עס איבערגעבן פאר די קינדער און וויאזוי צו טוהן וואס איז ריכטיג אן צו וויי טון די ארום (בעיקר די עלטערן, וואס דאס איז א מצווה שכלי אויך)

פון די מעגליכקייט אז גארנישט איז אמת וויל איך נישט טראכטען (איך ווייס אז עס איז היפאקראטיק אבער דאס איז די מציאות)

ווי איך האלט יעצט ווייס איך אז די פרעפערענסעס וואס מען איז אונז מחנך איז נישט ריכטיג אפילו לויט די תורה, און דאס טריי איך צו טוישן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Nanach, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

Nanach האט געשריבן:אויב נישט וויל איך נישט אויסלערנען מיינע קינדער שטותים

דו! בוסט מיין עווידענ׳ס...!
כמוך ירבו בישראל
---
לגופו של ענין; לערן אויס דיינע קינדער אלעס וואס אויב זיי וועלן וועלן מחזיק זיין ביהדות, זאלעס נישט זיי זיין שווער אויף דער עלטער... ס׳איז אייביג דא א געלעגנהייט צו זאגן פאר קינדער ווען זיין זענען שוין אויפגעוואקסן, הער זיך איין מיין טייערע איך האב נישט פרוף אז אלעס וואס כ׳האב דיר אויסגעלערנט איז 100% אמת. אויב ווילסטו עס אפלאזן טו וויאזוי דו פארשטייסט... (איך מיין אז דאס איז פשוט פשט אין די ברכה ׳ברוך שפטרני מענשו שלזה׳).

משא״כ פארקערט צו אנהויבן א תורה טרייע לעבן אויף דער עלטער איז גאנישט אזו פשוט...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:

לגבי די עווידענס אז איך וויל נישט אויסלערנען שטותים איז נישט קיין ראיה, ווייל מיין טאטע האט מיר יא אויסגעלערנט שטותים, און אין כמעט יעדע דור בפרט ביי גרויסע טשעינדזשעס אין כלל ישראל זענען געווען וואס האבן געשריגן אויף אונזער אידישקייט עטץ פארפארטץ (צדוקים, נוצרים, קראים, רעפארמער/משכילים...) און וואס איז געווען פאר written history ווייסן מיר נישט, הגם אין נ”ך זעהט אויס אז רוב צייט זענען רוב אידן נישט מיטגעגאנגן מיט די נביאים.

לגבי חינוך איז אה”נ טאקע פארדעם בין איך דערווייל מחנך מיינע קינדער 95% די זעלבע ווי מען האט מיר מחנך געווען
באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך באר מים »

Nanach האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:you-had-a-revelation
זייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש

איך האלט ביי די גרעסערע האלב, דערווייל איז עס בעיסיקלי שיין מסביר געווען די באוויסטע חינוך/רמב”ן/רמב”ם שלשלת הקבלה
אבער נישט קיין גרויסע חידושים
אבער דאס פארענטפערט בכלל נישט מיין קשיא מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול

יעצט גענדיגט די צווייטע האלב, צום סוף רירט ער אן מיין קשיא אבער ער פארענטפערט עס מיט איגנארענס

איך האב עס אויסגעהערט און איך האב א הערה אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע ווי מען קען פרעגן
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

באמת האלט איך אז קיין שום טאטע (בדרך כלל) וויל נישט איבערגעבן די קינדער שטותים, נאר צוביסליך כאפט זיך אריין שטותים און עולם גולם כאפט ניטאמאל וואסערע שטותים זיי זענען מוריש לבניו. אבער באופן כללי האמיר א ריינע מסורה וואס איז נמשך איש מפי איש ביזן מעמד הגדול והנורא ביים הר סיני...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:באמת האלט איך אז קיין שום טאטע (בדרך כלל) וויל נישט איבערגעבן די קינדער שטותים, נאר צוביסליך כאפט זיך אריין שטותים און עולם גולם כאפט ניטאמאל וואסערע שטותים זיי זענען מוריש לבניו. אבער באופן כללי האמיר א ריינע מסורה וואס איז נמשך איש מפי איש ביזן מעמד הגדול והנורא ביים הר סיני...

איך וויל נישט דא אויף א פאבליק פארום אריין גיין אין די קשיות דערויף באריכות, אבער נאר בקיצור די מעשה פון יאשיהו המלך האט געטראפען א ספר תורה מיט חידושים, עזרא ”הסופר” האט דערמאנט די תורה ביי הקהל, ווי ווערט דערמאנט אז רות א ארטאדאקסישע גיור, נ”ך איז פול מיט אזעלכע נעמען ווי אוריה ”החותי” אן קיין גיור מיט נאך אסאך אזעלכע זאכען וואס פאר אונז איז יסודות, די עיקר נקודה אז אין נ”ך איז דא א תקופה פון ארום 400 יאר וואס עס איז דא איין ספר שופטים אין עס איז איבערגעחזרט בקיצור אין דברי הימים, אבער די חתימות התנ”ך איז געווען בערך 600 יאר שפעטער

אבער אדרבה איך האף צו צוריק אנקומען נאך אלעם צו די מסקנה (וואס דאס מאכט מיר טראכטן אז איך בין נישט גענוג אבדשזעקטיוו, און דא גיי איך אריין אין א לאך וואס ענדיגט זיך נישט)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

Nanach האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:באמת האלט איך אז קיין שום טאטע (בדרך כלל) וויל נישט איבערגעבן די קינדער שטותים, נאר צוביסליך כאפט זיך אריין שטותים און עולם גולם כאפט ניטאמאל וואסערע שטותים זיי זענען מוריש לבניו. אבער באופן כללי האמיר א ריינע מסורה וואס איז נמשך איש מפי איש ביזן מעמד הגדול והנורא ביים הר סיני...

איך וויל נישט דא אויף א פאבליק פארום אריין גיין אין די קשיות דערויף באריכות, אבער נאר בקיצור די מעשה פון יאשיהו המלך האט געטראפען א ספר תורה מיט חידושים, עזרא ”הסופר” האט דערמאנט די תורה ביי הקהל, ווי ווערט דערמאנט אז רות א ארטאדאקסישע גיור, נ”ך איז פול מיט אזעלכע נעמען ווי אוריה ”החותי” אן קיין גיור מיט נאך אסאך אזעלכע זאכען וואס פאר אונז איז יסודות, די עיקר נקודה אז אין נ”ך איז דא א תקופה פון ארום 400 יאר וואס עס איז דא איין ספר שופטים אין עס איז איבערגעחזרט בקיצור אין דברי הימים, אבער די חתימות התנ”ך איז געווען בערך 600 יאר שפעטער

איך בין נישט באקאנט אין די זאכן וואס דו צייכנסט דא אן בקיצור, אויב ווילסטו מיר מסביר זיין מער באריכות וויל איך הערן. קענסט קומען אין אישי אויב ווילסט נישט דא ברבים...

נו, אפשר לייגסטו ארויף דאס זעקל אופן פלייצע, נעמסט דעם שטעקן אין האנט אריין און לאזט דיר ארויס אויף א רייזע איבערן גארער וועלט. לעב אפאר יאר אינדערפרעמד ביז דו ווערסט באקוועם, דערנאך אויב דו וועסט מחליט זיין אז אונז זעמיר יא קלאר אויסגעהאלטן העסטו מאכן א ריינעם דעסישען... :P

ערענסט גערעדט; מ׳קעניש אפלאזן דעם אמת ווייל מ׳וויל מאכן זיכער אז מ׳האט נישט קיין נגיעה... דער פאר וועם ס׳באשערט צו געבוירן ווערן אין א חרדי׳שע פאמיליע אריין, האט נישט קיין ברירה נאר זיך צו פארלאזן אויף די פיל בעלי תשובה און גרים וואס מאכן מיט שבעה מדורי גיהנם און טוישן זייער לייף סטייל מן הקצה אל הקצה.

איך זיך נישט צו מאכן קיין קשיות פאר ווער עס האט נישט, אז די האסט נישט פארשטאנען בקיצור פעלט דיר לכאורה ידיעות אין תנ”ך און אין היסטאריע

אזוי סעלפיש?! פארגינסט נישט דעם אמת פאר א צווייטן....?
לאמיתו של דבר האבעך נישט מורא פאר קשיות ווייל איך בין ׳איבערצייגט׳ אז כלל ישראל האט פארמאגט אין אלע דורות צדיקים גדולים, גאר גרויסע חכמים ונבונים און אויף זייערע פלייצעס טוה איך זיך פארלאזן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:באמת האלט איך אז קיין שום טאטע (בדרך כלל) וויל נישט איבערגעבן די קינדער שטותים, נאר צוביסליך כאפט זיך אריין שטותים און עולם גולם כאפט ניטאמאל וואסערע שטותים זיי זענען מוריש לבניו. אבער באופן כללי האמיר א ריינע מסורה וואס איז נמשך איש מפי איש ביזן מעמד הגדול והנורא ביים הר סיני...

אבער אדרבה איך האף צו צוריק אנקומען נאך אלעם צו די מסקנה (וואס דאס מאכט מיר טראכטן אז איך בין נישט גענוג אבדשזעקטיוו, און דא גיי איך אריין אין א לאך וואס ענדיגט זיך נישט)

נו, אפשר לייגסטו ארויף דאס זעקל אופן פלייצע, נעמסט דעם שטעקן אין האנט אריין און לאזט דיר ארויס אויף א רייזע איבערן גארער וועלט. לעב אפאר יאר אינדערפרעמד ביז דו ווערסט באקוועם, דערנאך אויב דו וועסט מחליט זיין אז אונז זעמיר יא קלאר אויסגעהאלטן העסטו מאכן א ריינעם דעסישען... :P

ערענסט גערעדט; מ׳קעניש אפלאזן דעם אמת ווייל מ׳וויל מאכן זיכער אז מ׳האט נישט קיין נגיעה... דער פאר וועם ס׳באשערט צו געבוירן ווערן אין א חרדי׳שע פאמיליע אריין, האט נישט קיין ברירה נאר זיך צו פארלאזן אויף די פיל בעלי תשובה און גרים וואס מאכן מיט שבעה מדורי גיהנם און טוישן זייער לייף סטייל מן הקצה אל הקצה.

באמת איז נישט דא אזא זאך ווי א ריינע דעסישען פאר א היומען ביאינג ווען עס איז נוגע למעשה
די ראיה וואס די ברענגסט זאגט גארנישט

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אזוי סעלפיש?! פארגינסט נישט דעם אמת פאר א צווייטן....?

איך האלט נישט ביים אמת, איך זיך נאך, ווען איך וואלט געווען איבערצייגט אויף עפעס וואלט איך מיטגעטיילט, עס קען זיין צום סוף וועל איך קומען צו א ריכטיגע תירוץ אבער איך וועל אריין ווארפן מענטשן די קשיא, אן זיי זאלן פארשטיין/הערן די תירוץ
כרגע בין איך נישט קלאר אין גארנישט, און הלכה למעשה פיר איך מיר אויף סטטוס קווא
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

Nanach האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:באמת האלט איך אז קיין שום טאטע (בדרך כלל) וויל נישט איבערגעבן די קינדער שטותים, נאר צוביסליך כאפט זיך אריין שטותים און עולם גולם כאפט ניטאמאל וואסערע שטותים זיי זענען מוריש לבניו. אבער באופן כללי האמיר א ריינע מסורה וואס איז נמשך איש מפי איש ביזן מעמד הגדול והנורא ביים הר סיני...

אבער אדרבה איך האף צו צוריק אנקומען נאך אלעם צו די מסקנה (וואס דאס מאכט מיר טראכטן אז איך בין נישט גענוג אבדשזעקטיוו, און דא גיי איך אריין אין א לאך וואס ענדיגט זיך נישט)

נו, אפשר לייגסטו ארויף דאס זעקל אופן פלייצע, נעמסט דעם שטעקן אין האנט אריין און לאזט דיר ארויס אויף א רייזע איבערן גארער וועלט. לעב אפאר יאר אינדערפרעמד ביז דו ווערסט באקוועם, דערנאך אויב דו וועסט מחליט זיין אז אונז זעמיר יא קלאר אויסגעהאלטן העסטו מאכן א ריינעם דעסישען... :P

ערענסט גערעדט; מ׳קעניש אפלאזן דעם אמת ווייל מ׳וויל מאכן זיכער אז מ׳האט נישט קיין נגיעה... דער פאר וועם ס׳באשערט צו געבוירן ווערן אין א חרדי׳שע פאמיליע אריין, האט נישט קיין ברירה נאר זיך צו פארלאזן אויף די פיל בעלי תשובה און גרים וואס מאכן מיט שבעה מדורי גיהנם און טוישן זייער לייף סטייל מן הקצה אל הקצה.

באמת איז נישט דא אזא זאך ווי א ריינע דעסישען פאר א היומען ביאינג ווען עס איז נוגע למעשה
די ראיה וואס די ברענגסט זאגט גארנישט

דעריבער פארלאז איך זיך אויף די צדיקים קדושים וטהורים כמלאכים אשר בכל דור ודור. יא דער באשעפער ווארפט צו א בלעם וכדו׳ פאר די גוים דא דארט אבער ס׳איז הימל אין ערד...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דעריבער פארלאז איך זיך אויף די צדיקים קדושים וטהורים כמלאכים אשר בכל דור ודור. יא דער באשעפער ווארפט צו א בלעם וכדו׳ פאר די גוים דא דארט אבער ס׳איז הימל אין ערד...

די קאטאליק זאגט אויך אזוי: ווי קומען די אידישע רבנים צו צו אונזערע סעינטס עפ"ל
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

Nanach האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דעריבער פארלאז איך זיך אויף די צדיקים קדושים וטהורים כמלאכים אשר בכל דור ודור. יא דער באשעפער ווארפט צו א בלעם וכדו׳ פאר די גוים דא דארט אבער ס׳איז הימל אין ערד...

די קאטאליק זאגט אויך אזוי: ווי קומען די אידישע רבנים צו צו אונזערע סעינטס עפ"ל

וואס ווייסן זיי איבער אונז? און איך בין גרייט צו זעין זייער היסטאריע להבדיל... ווייז מיר צו ווי דו ביזט אזוי נתפעל געווארן פון זייערע סעינטס.
שרייב מיר נישט אז ווילסט מיר נישט אריינלייגן אין ספיקות, ווייל דאן וואלסטו מיר נישט געדארפט זאגן אפילו בקיצור וברמיזה...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

Nanach האט געשריבן:דאס אז איך האב נישט קיין צווייטע זאך אויפן וואגשאל מיינט נישט אז איך דארף נישט זוכן

Nanach האט געשריבן:די קאטאליק זאגט אויך אזוי: ווי קומען די אידישע רבנים צו צו אונזערע סעינטס עפ"ל

איז יא דא עפעס אויף דיין וואגשאל אדער נישט :?:
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

איך לאך פון זייערע סעינטס כאטש וואס זיי נעמען עס ערנסט, נישט ווייל איך בין קליגער פין זיי נאר ווייל איך בין געבוירן אין א אנדערע חינוך
זיי לאכן פון די רבנים און גלייבן אין זייערע סעינטס ווייל אזוי זענען זיי מחונך
די עיטיעסט לאכט פון ביידע ווייל אזוי איז ער מחונך
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

דאס איז קלאר אז רוב מענטשן בלייבן דארט ווי זיי זענען געבוירן און טאקע דערפאר דאנק איך דעם בורא עולם שהבדילנו מן התועים...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דאס איז קלאר אז רוב מענטשן בלייבן דארט ווי זיי זענען געבוירן און טאקע דערפאר דאנק איך דעם בורא עולם שהבדילנו מן התועים...

איך האב מיר באצויגן צו דיין פריעדיגע 2 תגובות, און איך האב ארויסגעברענגט אז איך האב נישט קיין קאטאליזם אויפן וואגשאל (דרך אגב איך האב אנגעכאפט דווקא קאטאליזם וואס איז די נערישטע פון אלע קריסטן) נאר איך זאג אז דאס אז איך פארלאז מיר אויף די פריעדיגע זאגן אלע גלויבנס, און עס זאגט גארנישט
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

Nanach האט געשריבן: נאר איך זאג אז דאס אז איך פארלאז מיר אויף די פריעדיגע זאגן אלע גלויבנס, און עס זאגט גארנישט

האביך אויף דעם דיר געזאגט אז איך ווייס נישט וואס זיי זאגן, איך ווייס נאר אז מיין ק(ל)יינע השגה וואס איך האב אין די גדולי ישראל אשר בכל דור ודור וואס מ׳הערט איבער זיי און וואס מ׳זעט געשריבן פון זיי אליינס איז ביי מיר לאות ולמופת...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Nanach האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דאס איז קלאר אז רוב מענטשן בלייבן דארט ווי זיי זענען געבוירן און טאקע דערפאר דאנק איך דעם בורא עולם שהבדילנו מן התועים...
(דרך אגב איך האב אנגעכאפט דווקא קאטאליזם וואס איז די נערישטע פון אלע קריסטן)

איך מיין ח״ו נישט אריינצוהאקן אין דעם זיסן שמועס אבער לויט דיין מעסטער איז קאטהאליסיזם דאס ווייניגסטע נאריש ווייל זיי האבן א דירעקטע מסורה ביז די ערשטע בישאף פון רוים סעינט פיטער וואס האט באקומען סמיכה פון יאשקע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דאס איז קלאר אז רוב מענטשן בלייבן דארט ווי זיי זענען געבוירן און טאקע דערפאר דאנק איך דעם בורא עולם שהבדילנו מן התועים...
(דרך אגב איך האב אנגעכאפט דווקא קאטאליזם וואס איז די נערישטע פון אלע קריסטן)

איך מיין ח״ו נישט אריינצוהאקן אין דעם זיסן שמועס אבער לויט דיין מעסטער איז קאטהאליסיזם דאס ווייניגסטע נאריש ווייל זיי האבן א דירעקטע מסורה ביז די ערשטע בישאף פון רוים סעינט פיטער וואס האט באקומען סמיכה פון יאשקע.

אויב אזוי האבן אונז א דירעקטערע מסורה
זיי האבן אזוי פארדרייט די ערשטע 500 יאר און נאכדעם איז אריינגעקומען די השפעה פון רוימישע ע”ז פאר ד נעקסטע 500 יאר אז די גריכן האבן זיך אפגעטיילט און היינט איז עס אזוי פארדרייט אז עס האט נישט קיין שייכות צו קיין שום אמת
פארשפארט