ענטפערס אין אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שוין ווייטער מיט די אפיקורסישע קריטיקל טינקינג. און וואס אונז האבן פארדרייט ווייסטו אויך? די השפעות אויף אידישקייט פון זורואסטריאניזם, גריכישע פילאזאפיע, אייראפעאישע מיסטיסיזם, סופיזם, ווייסטו אויך? און וואס איז מיט די שומרונים און קראים וואס האבן זיך אפגעטיילט פון אונז? אז דו גייסט שוין יא מיט קריטיקל טינקינג פארוואס עס נישט נוצן אויף ביידע וועגן, מה נפשך?

אגב פון וואו נעמסטו דאס אז די great schism האט געהאט עפעס שייכות מיט רוימישע ע״ז? לויט ווי איך געדענק האבן זיי זיך אפגעטיילט ווייל זיי האבן נישט געוואלט אננעמען די אויסשליסליכע אויטאריטעט פונעם בישאף פון רוים ווען ער האט זיך דערקלערט אלס פויפסט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שוין ווייטער מיט די אפיקורסישע קריטיקל טינקינג. און וואס אונז האבן פארדרייט ווייסטו אויך? די השפעות אויף אידישקייט פון זורואסטריאניזם, גריכישע פילאזאפיע, אייראפעאישע מיסטיסיזם, סופיזם, ווייסטו אויך? און וואס איז מיט די שומרונים און קראים וואס האבן זיך אפגעטיילט פון אונז? אז דו גייסט שוין יא מיט קריטיקל טינקינג פארוואס עס נישט נוצן אויף ביידע וועגן, מה נפשך?

אה”נ דאס וואס די זאגסט האט מיר געמאכט די קשיות אויף אונז
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אגב פון וואו נעמסטו דאס אז די great schism האט געהאט עפעס שייכות מיט רוימישע ע״ז? לויט ווי איך געדענק האבן זיי זיך אפגעטיילט ווייל זיי האבן נישט געוואלט אננעמען די אויסשליסליכע אויטאריטעט פונעם בישאף פון רוים ווען ער האט זיך דערקלערט אלס פויפסט.

די מחלוקת איז געווען איבער פסלים און די פויפסט האט געפסקנט אז עס איז מותר, און זיי האבן נישט געוואלט אננעמען די פסק וכו’
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

[tag]רביה"ק זי"ע[/tag]: דרך אגב אז די ערלויבסט זיך יא צו שרייבן וואס איך ערלויב זיך נישט, פארוואס השפעה פון זורואיסטיניזום? פארוואס נישט א דירעקטע תוצאה/תולדה
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווייל ס׳ווענדט זיך וויאזוי מ׳דעפינירט ״דירעקטע תוצאה״ און פאר די סעיק פון דעם שמועס דא פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין דיעס חקירה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

Nanach האט געשריבן:... יאשיהו המלך האט געטראפען א ספר תורה מיט חידושים, עזרא ”הסופר” האט דערמאנט די תורה ביי הקהל, ווי ווערט דערמאנט אז רות א ארטאדאקסישע גיור, נ”ך איז פול מיט אזעלכע נעמען ווי אוריה ”החותי” אן קיין גיור מיט נאך אסאך אזעלכע זאכען וואס פאר אונז איז יסודות, די עיקר נקודה אז אין נ”ך איז דא א תקופה פון ארום 400 יאר וואס עס איז דא איין ספר שופטים אין עס איז איבערגעחזרט בקיצור אין דברי הימים, אבער די חתימות התנ”ך איז געווען בערך 600 יאר שפעטער

קוק נאך אין
דורות הראשונים
פין הרב יצחק אייזיק הלוי רבינוביץ
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

הקטן האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:... יאשיהו המלך האט געטראפען א ספר תורה מיט חידושים, עזרא ”הסופר” האט דערמאנט די תורה ביי הקהל, ווי ווערט דערמאנט אז רות א ארטאדאקסישע גיור, נ”ך איז פול מיט אזעלכע נעמען ווי אוריה ”החותי” אן קיין גיור מיט נאך אסאך אזעלכע זאכען וואס פאר אונז איז יסודות, די עיקר נקודה אז אין נ”ך איז דא א תקופה פון ארום 400 יאר וואס עס איז דא איין ספר שופטים אין עס איז איבערגעחזרט בקיצור אין דברי הימים, אבער די חתימות התנ”ך איז געווען בערך 600 יאר שפעטער

קוק נאך אין
דורות הראשונים
פין הרב יצחק אייזיק הלוי רבינוביץ

שכוח
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך זיך נישט צו מאכן קיין קשיות פאר ווער עס האט נישט, אז די האסט נישט פארשטאנען בקיצור פעלט דיר לכאורה ידיעות אין תנ”ך און אין היסטאריע

אזוי סעלפיש?! פארגינסט נישט דעם אמת פאר א צווייטן....?
לאמיתו של דבר האבעך נישט מורא פאר קשיות ווייל איך בין ׳איבערצייגט׳ אז כלל ישראל האט פארמאגט אין אלע דורות צדיקים גדולים, גאר גרויסע חכמים ונבונים און אויף זייערע פלייצעס טוה איך זיך פארלאזן


פון נ"ך -אין מערערע פלעצער- איז קלאר אז אידישקייט איז נישט א קלארע מסורה טאטע צו זוהן..
(Just פאר א Taste, זעה שופטים פרק ב פסוק י)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:פון נ"ך -אין מערערע פלעצער- איז קלאר אז אידישקייט איז נישט א קלארע מסורה טאטע צו זוהן..
(Just פאר א Taste, זעה שופטים פרק ב פסוק י)

איך ווייס באמת נישט וואס דו ווילסט פון דארט, כ׳אבעס נאכגעקוקט און כ׳זע נישט קיין ראי׳ קעגן מסורה און זיכער נישט קיין קלארע (דאס וואס דו ווילסט דארט אריינטייטשן איז קלאר נישט פשוט פשט). דער פראבלעם דא אין ק״ש איז אז היות מ׳טאר דא נישט רעדן קיין כפירה איז דא געוויסע וואס וועלן רעדן ברמיזה אבער ווען ס׳קומט צו גיהעריג דיסקאסירן איז שוין נישט שייך...

ווייסט וואס, לאמיר דיר געבן א טעיסט וויזוי מ׳קען לערנען תנ״ך און עס פארשטיין פשוט פשט...
מאכט סענס דעם פאלגענדן סטעיטמענט אויף אונזערע קינדער?

״ס׳איז אויפגעשטאנען א דור וואס האט נישט געוואוסט פון קיין טעראר צו זאגן און האבן זיך געפריידט ווען ביידן האט ארויסגענומען די יו.עס. טרופס פון אפגאניסטאן״
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

י וְגַם כָּל-הַדּוֹר הַהוּא, נֶאֶסְפוּ אֶל-אֲבוֹתָיו; וַיָּקָם דּוֹר אַחֵר אַחֲרֵיהֶם, אֲשֶׁר לֹא-יָדְעוּ אֶת ה', וְגַם אֶת-הַמַּעֲשֶׂה, אֲשֶׁר עָשָׂה לְיִשְׂרָאֵל.
יא וַיַּעֲשׂוּ בְנֵי-יִשְׂרָאֵל אֶת-הָרַע, בְּעֵינֵי ה'; וַיַּעַבְדוּ, אֶת-הַבְּעָלִים. רע?!? תינוקות שנשבו!!!
יב וַיַּעַזְבוּ אֶת ה' אֱלֹקי אֲבוֹתָם, הַמּוֹצִיא אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיֵּלְכוּ אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים מֵאֱלֹהֵי הָעַמִּים אֲשֶׁר סְבִיבוֹתֵיהֶם, וַיִּשְׁתַּחֲווּ לָהֶם; וַיַּכְעִסוּ, אֶת ה'.
יג וַיַּעַזְבוּ, אֶת ה'; וַיַּעַבְדוּ לַבַּעַל, וְלָעַשְׁתָּרוֹת.
יד וַיִּחַר-אַף ה' בְּיִשְׂרָאֵל [ פארוואס עפעס??? - תינוקות שנשבו!!! וואס ווייסן בכלל נישט פין אֶת-הַמַּעֲשֶׂה, אֲשֶׁר עָשָׂה לְיִשְׂרָאֵל ], וַיִּתְּנֵם בְּיַד-שֹׁסִים, וַיָּשֹׁסּוּ אוֹתָם; וַיִּמְכְּרֵם בְּיַד אוֹיְבֵיהֶם, מִסָּבִיב, וְלֹא יָכְלוּ עוֹד לַעֲמֹד לִפְנֵי אוֹיְבֵיהֶם.
טו בְּכֹל אֲשֶׁר יָצְאוּ, יַד ה' הָיְתָה בָּם לְרָעָה, כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה',[צי וועם? ווען? אפשר מיינט ער די ספר התורה וואס יאשיהו המלך האט געטראפן?!? ] וְכַאֲשֶׁר נִשְׁבַּע ה' לָהֶם [ווען?!?, נ"ך סירקולט כסדר צוריק צו תורת משה, און פרי-סעפאסט די ליינער ווייסט דערפין]; וַיֵּצֶר לָהֶם, מְאֹד.


נ"ך איז פיל דערמיט...

און דברי הימים ואתה שלמה בני דע את אלקי אביך ועבדהו, וואסערע גערעדעכטס איז דאס?
וואס מיינט דאס "דע"???
אויב דוד האט אים געזאט איז ער א "דע" ???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 9 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איך ווייס נישט וואס מיט דיר אבער איך האב נישט באקומען א מסורה אויף ׳ידיעת׳ ה׳, אדרבה לפי מיין מסורה דארף איך הארעווען דערויף (די פסוקים וואס דו ברענגסט איז גראדע זייער רעלעוונעט צו אונז ובפרט יעצט אין אלול...)
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליב צו וויסן האט געשריבן:פון נ"ך -אין מערערע פלעצער- איז קלאר אז אידישקייט איז נישט א קלארע מסורה טאטע צו זוהן..
(Just פאר א Taste, זעה שופטים פרק ב פסוק י)

מ׳קען אריינלערנען בדרך אפשר (לשיטת הקטן בדרך וודאי) ווי ס׳דא וואס זאגן אויף די פסוק ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף אז עשה עצמו כאילו לא ידע, איז דא אויך עשו עצמם כאילו לא ידעו. ווי יענער האט געזאגט פאר זיין זוהן וואס איז ברעינוואשד געווארן דורך קריסטליכע מיסיאנערן, הער מיר אויס מיין זוהן, לאדיך אפ פון דעם יאשקע פאנדראק, ס׳נאר דא איין גאט און מיר גלייבן נישט אין איהם…

יעדנפאלס בין איך בכלל נישט אנציקט פון דעם מהלך, טראץ וואס ס׳איז אמת (לויט׳ן נאראטיוו פון תנ״ך עכ״פ, אז מ׳וויל אינגאנצן לייקענען אינעם היסטארישן אויסגעהאלטענקייט פונעם תנ״ך איז עס א באזונדערע שמועס מיט אנדערע כללים). ס׳פיל פשוט׳ער, גרינגער, און מוכרח צו מאכן אן ארגומענט אז מיר האבן יא א קלארע מסורה, און די מסורה איז אז מ׳מעג טוישן די מסורה און אז די תורה און שולחן ערוך זענען נישט מחייב ווי מיר האבן שוין פיל מאריך געווען. ווי דער רבי האט געזאגט, איך טוה פונקט וואס מיין טאטע האט געטוהן, ער האט נישט נאכגעמאכט זיין טאטע און איך פיר מיך אויך אזוי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

הקטן האט געשריבן:י וְגַם כָּל-הַדּוֹר הַהוּא


כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט מיט דיינע שיינע פשט'לעך..
די ז' עממים פארשטייסטו יא פארוואס זיי האבן געטוהן "שלעכטס"?
און חוץ מזה זייט ווען האט די תורה אן אישו מיט "תינוקות שנשבו"..? ביי אן עיר הנדחת האט ער עפעס נישט די אישו...

איין זאך איז קלאר (וויאזוי דו ווילסט עס נישט דרייען):
ס'איז געווען לאנגע תקופות אין היסטאריע וואס וויסן און האלטן די תורה איז נישט געווען א נחלת הכלל.
קומען זאגן אז עס איז דא א מסורה פון 600,000 מענטשן טאטע צו זוהן ביז אונז, איז א געלעכטער.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

האסט מיר נאכאלץ נישט געוויזן ווי ס׳איז געווען אזאנע תקופות (דינען עבודה זרה איז בכלל נישט געווען א סתירה מיט אנהאלטן די אנדערע מצוות) אבער אפילו לשיטתך שטימט עס נישט אז out of the blue האבן די פאר יחידים געברענגט א ניי זאך....
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:פון נ"ך -אין מערערע פלעצער- איז קלאר אז אידישקייט איז נישט א קלארע מסורה טאטע צו זוהן..
(Just פאר א Taste, זעה שופטים פרק ב פסוק י)

איך ווייס באמת נישט וואס דו ווילסט פון דארט, כ׳אבעס נאכגעקוקט און כ׳זע נישט קיין ראי׳ קעגן מסורה און זיכער נישט קיין קלארע (דאס וואס דו ווילסט דארט אריינטייטשן איז קלאר נישט פשוט פשט). דער פראבלעם דא אין ק״ש איז אז היות מ׳טאר דא נישט רעדן קיין כפירה איז דא געוויסע וואס וועלן רעדן ברמיזה אבער ווען ס׳קומט צו גיהעריג דיסקאסירן איז שוין נישט שייך...

ווייסט וואס, לאמיר דיר געבן א טעיסט וויזוי מ׳קען לערנען תנ״ך און עס פארשטיין פשוט פשט...
מאכט סענס דעם פאלגענדן סטעיטמענט אויף אונזערע קינדער?

״ס׳איז אויפגעשטאנען א דור וואס האט נישט געוואוסט פון קיין טעראר צו זאגן און האבן זיך געפריידט ווען ביידן האט ארויסגענומען די יו.עס. טרופס פון אפגאניסטאן״


ווילסט גיין ווייטער? זעה שופטים פרק ג פסוק ו (און דו האסט געמיינט אז אידן האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעמישט, הא?..)

אין עני קעיס.. אויב ווילסטו באמת קענען די היסטאריע און זעהן ווי ווייט "דיין" אידישקייט און מסורה איז פון נ"ך'ס, דאן לערן פשוט דורך נ"ך פסוק ביי פסוק (כמובן מיט אן אפענע קאפ, צו זעהן "וואס נ"ך שרייבט" נישט וואס "דו ווילסט" ס'זאל ווען האבן געשריבן..).
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:האסט מיר נאכאלץ נישט געוויזן ווי ס׳איז געווען אזאנע תקופות (דינען עבודה זרה איז בכלל נישט געווען א סתירה מיט אנהאלטן די אנדערע מצוות)


ערעב איד, דאס גרעניצט זיך מיט...

בלויז אין די פאר פסוקים אין שופטים:
דינען עבודה זרה, חתונה האבן מיט די גוים.
אבער דו טראכסט נאך אלס אז הלכות שעטנז און בשר בחלב האבן זיי יא געהאלטן... שיין שיין.

(דאס איז חוץ מזה וואס אין עזרא זעהט מען אין BTW נאוט אז פון יהושע ביז אים האט מען נישט געהאלטן קיין סוכות וכו וכו)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אפילו לשיטתך שטימט עס נישט אז out of the blue האבן די פאר יחידים געברענגט א ניי זאך....

How about out of the red? :P lol
בילד
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אז מ׳רעדט שוין, סתם א זייטיגע חקירה וואס איך האב שוין פונלאנג. מיר ווייסן אז יעדע קשיא האט א תירוץ און יעדע ראיה האט א פירכא און מ׳קען גארנישט אויפווייזן אויף הונדערט פראצענט, אבער דאך, וואס איז גרינגער צו פארענטפערן, אמונה אדער כפירה? לאמיר זאגן אז ס׳דא צוויי אידן, איינער שוויצט אין די היצן שבת נאכמיטאג ווייל די עירקאנדישן האט זיך בטעות פארלאשן, און א צווייטער לאכט זיך אויס פון אלעם און צינדט און לעשט ווי ס׳שמעקט איהם, צו ער איז אן ארטאדאקסישער איד וואס האלט ווי דער מהרש״ג, צו ער איז א רעפארמער וואס פארט שבת אין שול, צו סתם א חילוני וואס שיכורט און שפרינגט אין באר אגאנצן פרייטאג-צונאכטס. און לאמיר זאגן אז ס׳קומט יעצט א מענטש וואס האט היינט אויסגעפינען אז ער איז א איד און ווייסט גארנישט פון אידישקייט און רעליגיע צו זאגן און ער וויל וואוסן פשט פארוואס דער טוט אזוי און דער טוט אזוי און ווי וועם ער זאל זיך פירן, און מ׳דארף איהם יעצט אלעס מסביר זיין פון אנפאנג, אברהם אבינו, שיעבוד מצרים, מתן תורה, תקנות חז״ל, וכו׳, וועם וועט זיין גרינגער אוועקצושטעלן א קעיס איבערצוצייגן דעם מענטש אז ער זאל זיך פירן ווי איהם?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:האסט מיר נאכאלץ נישט געוויזן ווי ס׳איז געווען אזאנע תקופות (דינען עבודה זרה איז בכלל נישט געווען א סתירה מיט אנהאלטן די אנדערע מצוות)


ערעב איד, דאס גרעניצט זיך מיט...

בלויז אין די פאר פסוקים אין שופטים:
דינען עבודה זרה, חתונה האבן מיט די גוים.
אבער דו טראכסט נאך אלס אז הלכות שעטנז און בשר בחלב האבן זיי יא געהאלטן... שיין שיין.

(דאס איז חוץ מזה וואס אין עזרא זעהט מען אין BTW נאוט אז פון יהושע ביז אים האט מען נישט געהאלטן קיין סוכות וכו וכו)

איך בין בכלל נישט דא אויף א מישען צו פארענטפערן דיינע קשיות, און פאר מיר איז אמונה פשוטה אויך גוט און אפילו בעסער, איך בין צופרידן צו זיין א נער אין גלייבן, אבער דאך קענעך באשטיין צו וויסן די קשיות וואס עגבערן די קארפן קעפ (פשוט ווייל בשיטה בינעך קעגן די בת היענה טעקניק), און א גרויסע למדן וידען בינעך אויך נישט איז ביטע ביטע אויב ווילסטו מיר צו-ווייזן אלע פלעצער און ראיות... אישי איז אויך גוט.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין, סתם א זייטיגע חקירה וואס איך האב שוין פונלאנג. מיר ווייסן אז יעדע קשיא האט א תירוץ און יעדע ראיה האט א פירכא און מ׳קען גארנישט אויפווייזן אויף הונדערט פראצענט, אבער דאך, וואס איז גרינגער צו פארענטפערן, אמונה אדער כפירה? לאמיר זאגן אז ס׳דא צוויי אידן, איינער שוויצט אין די היצן שבת נאכמיטאג ווייל די עירקאנדישן האט זיך בטעות פארלאשן, און א צווייטער לאכט זיך אויס פון אלעם און צינדט און לעשט ווי ס׳שמעקט איהם, צו ער איז אן ארטאדאקסישער איד וואס האלט ווי דער מהרש״ג, צו ער איז א רעפארמער וואס פארט שבת אין שול, צו סתם א חילוני וואס שיכורט און שפרינגט אין באר אגאנצן פרייטאג-צונאכטס. און לאמיר זאגן אז ס׳קומט יעצט א מענטש וואס האט היינט אויסגעפינען אז ער איז א איד און ווייסט גארנישט פון אידישקייט און רעליגיע צו זאגן און ער וויל וואוסן פשט פארוואס דער טוט אזוי און דער טוט אזוי און ווי וועם ער זאל זיך פירן, און מ׳דארף איהם יעצט אלעס מסביר זיין פון אנפאנג, אברהם אבינו, שיעבוד מצרים, מתן תורה, תקנות חז״ל, וכו׳, וועם וועט זיין גרינגער אוועקצושטעלן א קעיס איבערצוצייגן דעם מענטש אז ער זאל זיך פירן ווי איהם?

נאר דריי אפציעס האסטו פאר אים... ;)

אגב; קעניך א בעל תשובה וואס האט אנגעהויבן ביי ליובאוויטש כנהוג און ער האט מיר נישט געקענט מסביר זיין פ״וו ער האט געסוויטשט צו סאטמאר...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מן הסתם קען ער יא מסביר זיין נאר ער וויל נישט, אויב ווייסט ער טאקע נישט קען ער גיין צו א גוטע פסיכאלאג וואס וועט אפשאצן פארוואס זיין נאטור ציעט צו סאטמאר.

און אז מ׳רעדט שוין פון פסיכאלאגיע און אמונה. איך מיין אז וואס שטערט באמת דעם פותח האשכול (ביז ממש לעצטנס האט עס מיר אויך געשטערט) איז וויאזוי קען זיין אז טויזענטער מענטשן, צווישן זיי זייער קלוגע מענטשן, קענען זיך אזוי שווער מאכן דאס לעבן אין נאמען פון גאט פאר גארנישט און פאר נישט, ס׳מוז זיין אז ס׳ליגט עפעס דערין. און אפילו ער ווייסט מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט אז ס׳נישט דא קיין שום סיבה זיך צו פירן אזוי וועט איהם אבער דיעס קשיא אלץ נודשען אין קאפ און נישט לאזן קיין מנוחה. לעצטנס אבער האב איך גערעדט מיט א מענטש, גראדע א היימישער איד, וואס האט מיר מסביר געווען די ענין פון comfort zone, און ער האט מיר אויפגעוויזן אז מענטשן וועלן ענדערש לעבן אין misery לנצח נצחים אויב דאס איז וואס איז familiar פאר זיי. דאס איז אויך די סיבה פארוואס אליעזר קרויס גייט נישט מצליח זיין, פארוואס מענטשן ווערן דערציטערט ווען ס׳קומט זיי אויף אויפ׳ן געדאנק אז למשל אפשר דארף מען נישט לייגן קיין תפילין, און נאך טויזענט זאכן. דער מענטש פילט פשוט וואו ער גייט אריין אין unexplored unfamiliar teritory and his subconscious automatically reatreats to its familiar comfort zone (ווערט געזוכט אן איבערזעצער :D ) ס׳האט מיר געדויערט א לאנגע צייט צו כאפן ווי ווייט דאס גייט, איינמאל מ'כאפט דאס ווערן אאאללעעעעעע קשיות פארענטפערט, נישט נאר אין אידישקייט.

אליעזר קרויס שרייט אויף מענטשן וואסערע טפשים זיי זענען אז זיי ווילן נישט קומען מיט איהם קיין פלארידע, פארוואס לעבט עטץ אין misery אינעם פארשטינקענעם ניו יארק מיט די קראנקע לינקע, קומטס מיט מיר קיין פלארידע וואו מ'צאלט קיין income tax, נישטא קיין קראנקע ליבעראלע געזעצן, אינוועסטן אין ריעל עסטעיט איז פיל גרינגער, קענסט ארבעטן אביסל און קויפן אפאר רענטעל פראפארטיעס און לעבן ווי א מלך מיט גענוג געלט צו פליען קיין ניו יארק צו יעדע בר מצוה און חנוכה פארטי, יא יא, אויסער אפאר אויבערחכמים און adventure ליעבהאבער גייט קיינער נישט מיטגיין פאר די פשוט'ע סיבה ווייל ס'איז unfamiliar פאר מענטשן, די רעשט וועלן ענדערש עסן גארבידש און בלייבן סטאק מיט פוד סטעמפס און סעקשאן 8 ווי ארויסגיין פון זייער comfort zone. דער חכם וואונדערט זיך און פארשטייט באמת נישט, וואס ער כאפט אבער נישט איז אז ער איז פונקט אזוי סטאק אין זיין comfort zone מיט זיינע זאכן. די מענטשן וואס מאכן חוזק פון איהם מוטשען זיך מיט הויעכע רענט, ער מוטשעט זיך מיט'ן הוט און רעקל אין די זוממער, יעדער מיט זיין story אין קאפ.

כלפי מה דברים אמורים, רבינו הקדוש קען שרייבן וויפיל אשכולות ער וויל, שלום דין קען שרייבן וויפיל ביכער ער וויל, נעטפליקס קען ארויסגעבן וויפיל טעלעוויזיע סעריעס זיי ווילן, ס׳עט זיי גאאארנישט העלפן. קענסט אויפוויזן פאר א מענטש מיט אותות ומופתים אז ס׳נישט דא קיין שום סיבה צו פירן א חרדישע לעבנסשטייגער, אבער אויסער אפאר אויבערחכמים, adventurists, און מענטשן וואס האבן אסאך self esteem און גלייבן אז ס׳קומט זיך זיי א בעסערע לעבן ווי זייערע עלטערן וועט קיינער נישט ארויסטרעטן פון זייער comfort zone. מ׳וועט ענדערש בלייבן אינעם געטאו און פארפאטשקענען דאס לעבן מיט חקירות איבער גלילות קרית יואל און פרי שבת און קומען און גיין פון מחאות צו בר מצוות ווייל דאס איז וואס איז familiar, און ביז ס׳וועט נישט קומען דער מענטש וואס וועט ארויסשטופן די מענטשן פון זייער comfort zone וועט אלעס בלייבן ביים אלטן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך טמיר »

האסט גענומען די געדאנק פון comfort zone א סטעפ ווייטער. דהיינו (געגנבעט פון @מי אני), אז אפילו אין קאפ איז אויך דא אזא מושג. למשל, קיינער גייט נישט וויסן אז איך נעם יעצט א קאווע אדער אז כהאב געפיקסט די שבת זייגער, אבער אויב איך טו עס גיי איך ארויס פון מיין קאמפארט זאון און איך דארף מיך ספראווען מיט אינערליכע ראנגלענישן צי איך בין גערעכט

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ׳האב מער געמיינט די ענין פון familiarity ווי comfort zone, ס׳אינגאנצן נישט אן ענין אין קאפ, ס׳איז אזא סארט הרגשה פון unstability אז אויב מעג מען אנשטעלן שבת זייגערס וואס קומט נעקסט? לאמיר נעמען דיין ביישפיל וועגן פיקסן א שבת זייגער, ווען א מענטש ווערט פארגעשטעלט אן ארגומענט פארוואס מ׳זאל מעגן אנשטעלן א שבת זייגער, יעצט די מושג אז ס׳זאל זיין אזא מעגליכקייט פון אנשטעלן שבת זייגערס איז unfamillar פאר זיין subconscious, און די מינוט וואס ער פרובירט צו פארשטיין דעם מושג און זיין subconsciuos פילט דעם unfamiliar state of mind מאכט עס אויטאמאטיש א ריקצוג און שטעלט אראפ א mental blockage אז דער מענטש זאל ח״ו נישט נאכאמאל קענען אנקומען צו דעם unfamiliar פלאץ וואו מ׳שטעלט אן זייגערס אום שבת. די אינערליכע ראנגלענישן איז ווייטער די זעלבע story אין קאפ וואס דער מענטש האלט טייער ווייל דאס איז וואס איז familiar פאר איהם, אוועקווארפן דעם story איז אריינגיין אין unfamiliar teritory וואס די מוח האט נישט ליעב.

הגה בעצמך, פיקטשער דיך אויס אין קאפ ווי דו זעהסט א איד עסן חזיר, עסן אום יום כיפור, פירן א קאר שבת, א.ד.ג., וואס מאכט עס דיר פילן? פון דעם געפיל רעד איך, דו פילסט ווי דאס באדן ווערט ארויסגעשלעפט פון אונטער דיינע פיס, דו פילסט ungrounded, דו ווייסט נישט וואס קומט נעקסט, ס׳פילט זיך unfamiliar.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט