..."גלילות"...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
..."גלילות"...!
ליינענדיג דאס קעפל אין ..."דער בלאט"... פון די פארגאנגענע וואך (פ' שופטים, תשפ"א לפ"ק) האביך באמערקט ווי ווייט מהר"א שליט"א האט מדגיש געווען די אויטאריטעט פון זיין קהילה מיט אלע איהרע תקנות ומנהגים אויף די ארומיגע, שכנות'דיגע יישובים פון קרית יואל.
שטעלט זיך איצט א שאלה. ווי ווייט גייט די השפעה פון א קהילה ארויס פון זייערע גרעניצן. און וועלכע שטעט און יישובים זענען מחוייב זיך אונטערצווארפן אונטער די תקנות פון דער (הויפט) שטאט.
אזוי ווי ס'זענען דא (ב"ה) צווישן אונז גרויסע תלמידי חכמים און היסטארישע ידענים, וויל איך בעטן אז ווער ס'קען און ווייסט פון הלכה'דיגע און היסטארישע פרעצעדענטן וואו א קהילה און זייער מרא דאתרא האבן אויסגעשפרייט זייער השפעה און כח אויף די ארומיגע שטעט. אנגעהויבן פון די תקופת התלמוד. דורך די צייטן פון די ראשונים וגדולי הפוסקים פון די אחרונים. אזוי ווי די גמ' ברענגט אזא אויסדרוק..."באתריה דמר"...! אויך די אגדתא (אין אנהייב מס' פסחים) וואו די גמ' פארציילט די מעשה מיט דעם גוי וואס האט געוואוינט אין נציבין און ער איז א יעדעס יאר געגאנגען קיין ירושלים. און ר'האט זיך געציילט מיט א חבורה צו עסן פון דעם קרבן פסח. ביז ר' יהודה בן בתירא האט איהם אריינגענארט און מ'האט אויפגעדעקט זיין אמת'ע פנים אלס גוי...!
אין די שפעטערע יארן איז אויך געווען גרויסע קהילות (אדער גלילות פון קהילות) אזוי ווי שו"ם (שפייערן, ווירמיזא, מאינץ) און אה"ו (אלטונא, המבורג, ואנדסבעק.) וואו ר' יעקב עמדין איז געווען דער רב.
נאך איין בקשה. ביטע נישט שרייבן קיין ליצנות אדער סארקאסטישע באמערקונגען. אזוי ווי געוויסע פון אונז קענען ב"ה זייער גוט. ווייל דער ציל פון דעם אשכול איז מברר צו זיין די הלכה'שע און היסטארישע עפעקטן פון די ארומיגע שטעט פון א קהילה. און ווי ווייט ס'איז נוגע היינטיגע צייטן...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אז די דערמאנסט דער יעב"ץ, איז דא א ספר פין יעב"ץ ווי ער שרייבט א גאנצע אריכות זיך צו פארענטפערן וועגן א דין תורה וואס האט גענומען זייער לאנג (אפאר יאר) וואס ער איז געוועהן דער שליש, און ער שרייבט דער מעשה כהוויתו פארוואס עס האט גענומען לאנג, נישט צוליב זיין שולד.
וואס איז געוועהן דער דין תורה? גלילות!! צוויי גרויסע שטעט האבן זיך געשלאגן בנוגע גלילות וכו'. ווער עס האט צייט צו זוכן אויף היברובוקס און לינקען איז געבעטן צו לייגן. אויב איך וועל האבן צייט וועל איך עס אפיר זוכן.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מצפצף האט געשריבן:ר' יעקב עמדין איז נישט געווען רב אין אה"ו.
ר' יהונתן איז געווען דער רב דארטן, דער יעב"ץ איז געווען א פשוטע תושב דארט.
מצפצף: ייש"כ. לויט ווי איך בין אינפארמירט איז ר' יעקב עמדין, דער יעב"ץ יא געווען א געוויסע תקופה רב אין אה"ו. דער צונאמען ..."עמדין"... וואס דער פולער נאמען איז ..."מ'עמדין/פאן עמדין"...זאגט אונז נאר פון וואו ער האט געשטאמט.
איך וועל יעצט נישט אריינגיין בעובי הקורה אין דעם ויכוח אויב ער איז יא , אדער נישט געווען רב אין די שטעט אה"ו. איך האב עס נאר געברענגט אלס משל פון שטעט וועלכע זענען היסטאריש געווען אין די זעלבע גלילות...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מען קען זעהן דער גלילות דין תורה דא
לפי זכרוני איז ער קיינמאל נישט געווארען רב, ער שרייבט וועגען דעם, ער האט יא געוואלט נישט געוואלט, זיי האבען אביסל יא געוואלט, און אסאך נישט געוואלט. ער איז געוועהן וואס ער איז געוועהן.
אין דער לינק וואס איך געב אהן, קען מען גראדע זעהן, אז דער יעב"ץ איז טאקע געוועהן א קארעקט מענטש, און דאס איז אים געשטאנען פאר אלעס, און די חברה האבען פין אים דא געמאכט א חוזק אויף א גרויסע פארנעם, און זייענדיג דער טיפ מענטש וואס ער איז געוועהן, האט ער נישט געוויסט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבען מיט זיי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אישתישבי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:אז די דערמאנסט דער יעב"ץ, איז דא א ספר פין יעב"ץ ווי ער שרייבט א גאנצע אריכות זיך צו פארענטפערן וועגן א דין תורה וואס האט גענומען זייער לאנג (אפאר יאר) וואס ער איז געוועהן דער שליש, און ער שרייבט דער מעשה כהוויתו פארוואס עס האט גענומען לאנג, נישט צוליב זיין שולד.
וואס איז געוועהן דער דין תורה? גלילות!! צוויי גרויסע שטעט האבן זיך געשלאגן בנוגע גלילות וכו'. ווער עס האט צייט צו זוכן אויף היברובוקס און לינקען איז געבעטן צו לייגן. אויב איך וועל האבן צייט וועל איך עס אפיר זוכן.
אישתישבי: ייש"כ. אדרבה. אויב דו קענסט צו לינקן און ברענגען נאך פון מערערע מקורות און היסטארישע פרעצעדענטן וואו מ'האט דן געווען איבערן דעם כח פון א רב אדער קהילה צו זיין אויסגעשפרייט אין מערערע שטעט.
נאך א שאלה, וועלכע האט מעגליך גאר שטארקע אימפליקאציעס פאר אונז אין די היינטיגע טעג איז, אויב דער שטח און תחום פון גלילות איז נאכמער אויסגעשפרייט ווי אמאל. ווייל היינט פארט מען מער פון איין שטאט צו די צווייטע און ממילא זענען די מענטשן פון די (ווייטערע) שטעט מער אויסגעשטעלט צו די כח און השפעה פון די (הויפט) געגנט...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איך גלייב נישט אז ר' אהרן איז גערעכט מיט זיין גלילות טענה הלכה'דיג, אמאהל איז געוועהן גלילות דער פשט אז דער קליינער שטאט האט באקומען סערוויסעס פין דער גרויסע, און דאס האט געמיינט גלילות, און ממילא האט דער רב געדארפט פסק'נן די שאלות פין די מענטשען פין די קליינע שטאט, אדער אנדערע רבני'שע הצטרכות, און דער קהל געלט פין די מענטשען פין די קליינע שטאט איז געגאנגען צו די גרויסע. ר' אהרן רעדט זיך איין אז וויבאלט א שטאט איז אין די גלילות פין קרית יואל טארען זיי נישט מאכען קיין סידור קדושין וכו', און זיינע כח תקנות זענען חל אויף די קליינע שטאט בעל כרחם. זיי האבען גארנישט פין ר' אהרן'ס רבנות חוץ עגמת נפש, מאן יימר זיי זענען משועבד צו זיינע פסקים און קוריאזען?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: נאך א נקודה וואס מ'דארף ברייטער אויסשמועסן דא, איז אויב געוויסע ..."אינטערנאציאנאלע"... שטעט אזוי ווי מאנסי, וויליאמסבורג און בארא פארק וכדומה. אויב ס'איז ביי זיי שייך בכלל דאס ענין פון גלילות. משא"כ קרית יואל אדער שיכון סקווירא. וועלכע זענען דייקא יא שטעט וועלכע זענען נתייסד געווארן דורך איין קהילה אדער חסידות...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:איך גלייב נישט אז ר' אהרן איז גערעכט מיט זיין גלילות טענה הלכה'דיג, אמאהל איז געוועהן גלילות דער פשט אז דער קליינער שטאט האט באקומען סערוויסעס פין דער גרויסע, און דאס האט געמיינט גלילות, און ממילא האט דער רב געדארפט פסק'נן די שאלות פין די מענטשען פין די קליינע שטאט, אדער אנדערע רבני'שע הצטרכות, און דער קהל געלט פין די מענטשען פין די קליינע שטאט איז געגאנגען צו די גרויסע. ר' אהרן רעדט זיך איין אז וויבאלט א שטאט איז אין די גלילות פין קרית יואל טארען זיי נישט מאכען קיין סידור קדושין וכו', און זיינע כח תקנות זענען חל אויף די קליינע שטאט בעל כרחם. זיי האבען גארנישט פין ר' אהרן'ס רבנות חוץ עגמת נפש, מאן יימר זיי זענען משועבד צו זיינע פסקים און קוריאזען?
אישתישבי: לאמיר יעצט לייגן אין א זייט דאס ענין פון סידור קידושין (וואס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן לאורכה ולרחבה אין א צווייטן אשכול.). נאר די עיקר מערכה אויף וואס ר' אהרן האטציך פארלייגט אין די לעצטע וואכן און חדשים איז דער פאקט אז עטליכע יונגעלייט וועלכע טענה'ן אז זיי באלאנגען צו קהילת וויזשניץ/מאנסי. און זיי וואוינען אין די "אויטסקוירטס"... פון קרית יואל וואס פארן ארום מיט קארס און טוען אנדערע מלאכות בפרהסיא פאר דעם זמן מוצאי שבת עפ"י שיטת ר"ת, וועלכע מ'האלט אין קרית יואל. אויב ער (ר"א) האט א רעכט זיי צוריקצוהאלטן פון טון מלאכות בפרהסיא אין זייער געגנט, נוצנדיג דעם כח פון "גלילות"... ווייל דאס קען האבן שטארקע (נעגאטיווע) רעזולטאטן פאר זיין אייגענע שטאט.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: לאמיר יעצט לייגן אין א זייט דאס ענין פון סידור קידושין (וואס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן לאורכה ולרחבה אין א צווייטן אשכול.). נאר די עיקר מערכה אויף וואס ר' אהרן האטציך פארלייגט אין די לעצטע וואכן און חדשים איז דער פאקט אז עטליכע יונגעלייט וועלכע טענה'ן אז זיי באלאנגען צו קהילת וויזשניץ/מאנסי. און זיי וואוינען אין די "אויטסקוירטס"... פון קרית יואל וואס פארן ארום מיט קארס און טוען אנדערע מלאכות בפרהסיא פאר דעם זמן מוצאי שבת עפ"י שיטת ר"ת, וועלכע מ'האלט אין קרית יואל. אויב ער (ר"א) האט א רעכט זיי צוריקצוהאלטן פון טון מלאכות בפרהסיא אין זייער געגנט, נוצנדיג דעם כח פון "גלילות"... ווייל דאס קען האבן שטארקע (נעגאטיווע) רעזולטאטן פאר זיין אייגענע שטאט
דאס וואס דו שרייבסט:
וואס פארן ארום מיט קארס און טוען אנדערע מלאכות בפרהסיא פאר דעם זמן מוצאי שבת עפ"י שיטת ר"ת, וועלכע מ'האלט אין קרית יואל.
פון ווי ווייסטו דאס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאנימיינדעד: דער זמן מוצ"ש פון קהילת וויזשניץ איז בערך 15 מינוט פאר'ן זמן ר"ת וועלכע איז איינגעפיהרט אין קרית יואל. און ס'זענען דא "געשיקטע"... אינגעלייט וועלכע פארן מיט די קארס תיכף ומיד ווען זייער זמן ערלויבט. און זיי פארן (פאטענציאל) אריין/אדורך קרית יואל מיט פייפערייען און גערודער בעת מ'האלט נאך אינמיטן זמירות לשבת.
דאס איז מעגליך דער אנהייב פון צוברעכן די שמירת זמן ר"ת. ווייל לאקאלע אינגעלייט וועלן זיך אויך ערלויבן צו טון די זעלבע. אויך, מ'קען נישט בעטן ביי איינער וואס פארט מיט א קאר פאר דעם אפיציעלן זמן מוצ"ש זיין איי. די. אויב ער איז א וויזשניצער אדער א סאטמאר'ער.
ועוד. מדינא ד'גמרא איז דא אזא זאך ווי "נותנין עליו חומרי המקום שהלך לשם"...!
דאס איז מעגליך דער אנהייב פון צוברעכן די שמירת זמן ר"ת. ווייל לאקאלע אינגעלייט וועלן זיך אויך ערלויבן צו טון די זעלבע. אויך, מ'קען נישט בעטן ביי איינער וואס פארט מיט א קאר פאר דעם אפיציעלן זמן מוצ"ש זיין איי. די. אויב ער איז א וויזשניצער אדער א סאטמאר'ער.
ועוד. מדינא ד'גמרא איז דא אזא זאך ווי "נותנין עליו חומרי המקום שהלך לשם"...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 01, 2021 6:30 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מאנימיינדעד: דער זמן מוצ"ש פון קהילת וויזשניץ איז בערך 15 מינוט פאר'ן זמן ר"ת וועלכע איז איינגעפיהרט אין קרית יואל. און ס'זענען דא ..."געשיקטע"...אינגעלייט וועלכע פארן מיט די קארס תיכף ומיד ווען זייער זמן ערלויבט. און זיי פארן (פאטענציאל) אריין/אדורך קרית יואל מיט פייפערייען און גערודער בעת מ'האלט נאך אינמיטן זמירות לשבת.
עס איז טאקע נישט כדי צו פארדרייען די אשכול איבער די "פאקטן" פון וויזשניץ אין גלילות קרית יואל, עס איז דא אן עקסטרע אשכול דערפאר.
לויט ווי איך פארשטיי איז דער ציל דא נאר אויסצשמועסן די חלק הלכה צו "בלומינגראוו" געהערט צו "קרית יואל" אלץ גלילות. אזוי אויך צו איז בכלל שייך צו זאגן אין קרית יואל "גלילות".
אבער אזוי ווי איך זעה האסט געשריבן פשוטע שקר וויל איך דיר דאס אויפקלערן אלץ מילתא דעבודא לאגלויי. (זעט אויס אז די וואוינסט נישט אין קרית יואל אדער א פשוטע שקרן)
עס זענען נישט פארהאן קיין ...געישקטע... אינגעלייט וואס פארן אין קרית יואל בעפאר זמן ר"ת.
נאכמער עס איז בכלל נישט קיין וויזניצע ...אינגעלייט... וואס וואוינען כעת אין בלומינג-גראוו אדער בכלל ארום קרית יואל. ער האט בס"ה א ישיבה מיט בחורים וואס דרייון נישט, אלע איינגעשטעלטע קומען צו פארן טעגליך פון מאנסי וכדו'. אדער זענען דאס סאטמארע אידן וואס וואוינען אין קרית יואל.
עס איז בלויז פארהאן איין איינציגער וויזשניצער וואס וואוינט יא דא הרה"ג ר' חיים מאיר האגער שליט"א דער ראש ישיבה בן כ"ק אדמו"ר ר' יצחק יוחנן האגער שליט"א מוויזשניץ וומ"ס. (אגב זיינע זון שיקט ער אין מוסדות סאטאר מהרז"ל. וע"ז יתא הקצף).
לפי ידיעתי דרייווט ער נישט. און אוודאי נישט פון די ...געשיקטע...
יא! פלענער האבן זיי אסאך. אבער דערווייל וואוינט מען נישט דא.
נישטא פייפערייען און גערודער בעפאר זמן ר"ת.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואסער: דו קענסט מיך רופן שקרן אדער סיי וואס. אבער די מציאות בלייבט אז אויב דער זמן מוצ"ש איז אנדערש (פריער) ווי דער זמן מוצ"ש וואס מ'האלט אין קר"י איז א קליינע חילוק אויב כהיום פארט מען יא אדער נישט. אבער מ'קען פארן. ווייל אויב א מענטש אדער א גרופ האלטן א פריער'דיגן זמן וועללן זיי טון סיי וועלכע מלאכה וואס מ'טאר נישט טון אום שבת. רייכערן ציגארעטלעך איז פונקט אזוי אסור לשיטת די וואס האלטן א שפעטער'דיגן זמן...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל