מאך זיכער האט געשריבן:ר' גרשון ניימאן ע"ה פון מאנסי. ס'איבריגע זאל שבת אחים דערציילן.
מקען שרייבן א גאנצער בוך אויף אזא ווארימע, פארצייטישע תמימותדיגער-חסידישער איד און אזא איש החסד ווי הרה”ח ר’ גרשון בן הרה”ח הנכבד, המפואר ר׳ שלמה ניימאן ז”ל פון מאנסי
און בכלל קען מען אסאך שרייבן וועגן די גאנצע משפחת ניימאן (אייניקלעך פון הרבני החסיד ר’ אברהם ניסן ניימאן פון מיטעל-ווישעווע- מגדולי חסידי וויזניץ)
זיי זענען געוועהן ממש פון די געציילטע ערליכער, היימישע, חסידישע אידן דא אין אמעריקע פארן קריג וואס האבן זיך נישט אוועקגערירט פון די מסורה. סאיז געוועהן א גרויסע חידוש אין יענע צייטן.
זייער געטריישאפט און שייכות צו וויזניץ איז ממש נישט צום באשרייבן. זיי האבן אויפגעשטעלט די וויזניצער מוסדות דא אין אמעריקע. זיי זענען געוועהן פון די ערשטע צעהן מענטשען זיך אריבערצוציען פון ברוקלין קיין מאנסי מיט די תורת מרדכי.
אבער למעשה לויט ווי איך פארשטיי זענען ענק שוין אלע נמאס ומאוס פון מיינע מעשיות.
איינער האט געשריבן דא מיט אפאר חדשים צוריק אז איך בין פשוט אבסעסט מיט וויזניץ.
איך האב געטראכט פאר א לאנגע צייט צי ער האט רעכט.
אבער למעשה מיין איך אז די טייטש פון אבסעסיע מיינט א משוגעת ווי למשל איינער וואס וואשט זיך איבער די הענט טויזנט מאל ווייל ער האט עפעס א פאביע. אין אנדערע ווערטער אז איך וואלט געוועהן א וויזניצער חסיד פון ר’ מענדל פון מרכז און איך וואלט געזאגט מודה אני פאר די הייליגע רבי יעדען צופרי דעמאלטס פארשטיי איך עס. אבער נישט איינער וואס קאכט זיך אין אזעלכע Superhumans ווי די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער וואס יעדער אין די גאנצע אידישע וועלט האט מודה געוועהן אז די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער האבן נאר געטוהן גוטס. און געלייגט יענעם פאר זיך. און סאיז ווערט איבערצוזאגן זייערע מאמרים און זייערע תורת און גייען אין זייערע וועגן.
און לאמיר זאגן איך האב יא אן אבסעסיע צו דעם.
אלעס אויף די וועלט איז אבסעסיעס!
איינער איז פארנומען זיין גאנץ לעבן צו שטודירן די לעבן פון דזשארזש וואשינגטאן. און אבסעסט מיט יעדע ווארט וואס ער האט געזאגט. איינער איז אבסעסט מיט אלע נייע מאדעס פון קארס און קען זיך אויס מיט יעדע דיטעיל, און פונקטליך וויאזוי יעדע קאר ווערט געבויעט. און וואספארא נייע משוגעתן ס’קומט ארויס מארגן.
איינער איז אבסעסט מיט קריכן אויף הויכע אייזבערג, ווי די רוח זאגט א גוטע נאכט. און זיך איינשטעלן זייער לעבן. איינער איז אבסעסט מיט Fungi און קריכט שוין אין וועלדער די לעצטע דרייסיג יאהר טרעפן נייע ספישעס פון מאשרומס וואס דאס גייט ברענגן רפואה פאר קענסער און ממש ראטעווען הומענטי. דער אנדערער איז אבסעסט מיט ספורטס און האלט מיט פונקטליך יעדער געים, און יעדער אינטערוויו פאר די געים און נאך די געים- און אפילו די שפילער זאגן בדרך כלל פאר די מידיעא די זעלבע אויסגעדראשענע פזמון נאכמאל און נאכמאל- “היינט האבן מיר טאקע פארלוירן אבער מארגן וועלן מיר נאכמאל ארויסגעקומען און אונז וועלן געבן אונזער בעסטער שאט, אונז וועלן שפילן מיט אחדות”... בלא בלא בלא... און דער נער הערט צו די זעלבע שטותים יעדען טאג כאילו דאס איז עפעס מוראדיג וויכטיג און קלוגע רייד, און אויף דעם שטייט ממש די וועלט.
נאכדעם איז דא מוראדיגע חשובע אבסעסיס ווי “ווידעא געימס” און “גאנס” מענטשען וואס לעבן ממש אויף אז דו ווייזט זיי עפעס א אלטע רעוואלווער פון די צייטן פון אחשוורוש.
און זיי האבן א קאלעקציע פון דריי טויזנט פון די “על חרבך תחיה’ס” און קענען קוים ווארטן אז די וויקענד זאל שוין קומען, ווען זיי גייען אויף א “ספעציעלע מיסיע” מיט זייערע אנדערע אומציוויליזרטע רעדנעקס שיסן הערשן- נישט עס צו עסען אדער צוגעבן פאר מענטשען אין אפריקע וואס שטארבן פאר הונגער... בכלל נישט! פשוט ווייל איך בין א מענטש און דו ביסט א חי׳ און איך בין מענטש וואס האט נישט בעסערס וואס צוטוהן אין די סאוט ווי שיסן הערשן פאר Fun...
און לאמיר נישט רעדן וועגן זייער אבסעיס מיט זייער רעליגיע און זייער נביא שקר יאשקע. ווי האט נאר דזשארזש קארלין געזאגט
"People I Can Do Without: Anyone who mentions Jesus more than 300 times in a two minute conversation."
אלעס איז אבסעסיעס. דער ברעסלעווער איז אבסעסט מיט רבי נחמן. דער גורער מיט די בית ישראל. די חבדסקער מיט די לעצטער רבי. די סאטמערער מיט רבי יואליש, דער בעלזער מיט די היינטיגער רב. דער איד אין וויליאמסבורג וואס גייט שוין 65 יאהר מיט די זעלבע מצה שטריימל אין דעשער ביהמ”ד צו שאלשישידעס עסען “וויינבערגער הערינגס”- ווייל “וויינבערגערס איז פארט די בעסטע”. איז אויך אן אבסעסיע.
אן אבסעסיעס איז נישטא קיין סיבה צולעבן... אן אבסעסיעס איז נישטא גארנישט! נישטא קיין חתונה...
איך קען כאטש מסביר זיין מיין אבסעסיע פאר יעדען איינעם מיט לאגיק און זיי אויפווייזן אז די איידיעס פון די אהבת ישראל האט געהאלפן פאר צענדליגער טויזנטער אידן אינדערהיים. און סאיז ווערט אנצוהאלטן. און דאס אויסלערנען פאר די קומענדיגע דור.
איין זאך בין איך יא מודה. נישט אין יעדע אשכול דארף מען רעדן פון די נושא. דאס גייט שוין יא אריין בגדר אבסעסיע! און איך האב טאקע רובא דרובא געשריבן אין א באזונדערע אשכול. און ווער ס׳וויל נישט הערן דערוועגן זאל טאקע נישט אריינגיין דארט. איך צוווינג נישט קיינעם מיך אויסצוהערן. קיינמאל נישט!
עניוועי כבין אריינגעקומען דא אין דעם אשכול ווייל איך האב געוואלט שרייבן אז הרה”ח רבי אורי טייטלבוים- שיכון וויזניץ בני ברק- משב”ק האמרי חיים איז נפטר געווארן.
ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער און אייניקלעך. צווישן זיי איז באוואוסט ר’ הערשי טייטלבוים פון צפת. א אפענער שטוב פאר יעדען איינעם. א גרויסע מכניס אורח. ווי אויך האט ער דא אין בארא פארק צוויי זוהן. הרה”ח ר’ שמואל דוד- א געטרייע הצלה מעמבער יאהרן לאנג. און ר’ חיים מאיר טייטלבוים (איך גלייך די נאמען...) ווי אויך האט ער א איידעם אין בארא פארק זיידא-א נעפיו פון הרה”ג ר’ יענקל זיידא-דומ”ץ וויזניץ וויליאמסבורג.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius