שמעון וואלף האט געשריבן:יש"כ ר' בערל פאר עפענען די אשכול. איך האף אז איצט איז שוין קלאר די אלע זייטיגע זאכן און מ'קען אנהייבן דיסקוסירן די חלק הלכה.
נאר אביסול קריטיק.
ס'קוקט אויס אז די האסט אנגענומען פאר א פשטות אז א רב פון א שטאט קען איינטיילן פאר איינוואינער פון גלילות וויאזוי זיך צו פירן, דיין שאלה איז נאר ווי ווייט די גלילות מיט זיך. אבער הא גופא דארף מען קודם מברר זיין. מהיכי תיתי א רב קען אריינרעדן אפילו א גאס אוועק פון ווי מ'האט אים אויפגענומען?
איך מיין אז לתועלת הענין לאמיר אוועקפירן די שמועס פון קרית יואל און מ'עמיר ניצן נייטרא אלץ עקזעמפל. איינער וויל זיך אריבערציען קיין מאונט קיסקא און וויל וויסן טאמער ער וועט אויטאמאטיש זיין אינטער געווארפן אינטער נייטרא רב. וואס איז די הלכה?
שמעון וואלף: ייש"כ. ווען איך וועלל (אי"ה) .(כ'ווייס נישט אין דעם גילגול אדער אין נעקסטן) מאוון קיין נייטרא. וועלל איך מיך מוזן אונטערוווארפן צו די זמנים פון ערב שב"ק ומוצש"ק וואס דער לאקאלער מרא דאתרא און די קהילה וועללן באשליסן.
זיכער. דער רב וועט מיר (האפנטליך) נישט זאגן קיין דיעות וועלכע מצה מעהל איך זאלל ניצן אין די קניידלעך. אבער ער וועט און קען מיר יא זאגן א דיעה צו וועלכע זמנים איך מוז מיך האלטן. אויך. אויב איך האב עפעס א קאנסערוואטיוון ראביי וואס איך ווילל מכבד זיין מיט סידור קידושין וואס ס'איז א ספק אויב ער איז בקי בטיב גיטין וקידושין. אבער ער גייט א שיינע בוי-טיי מיט גלאנצעדיגע (ברוינע) שיך. וועט דער מרא דאתרא קענען מיך צוריקהאלטן פון עס טון.
יעצט צוריק צו קרית יואל והגלילות. איך מיין אז בלומינג גראוו איז א סאטמאר'ע שטעטל. געגרינדעט דורך סאטמאר'ע חסידים. וואס אלע סאטמאר'ע תלמידים וחסידים האלטן דעם זמן מוצש"ק ר"ת. אויך. ס'איז סמוך ונראה צו קר"י. קען נישט קומען א צווייטע גרופ פון לאמיר זאגן וויזשניצער חסידים וועלכע האבן אן אנדער'ן, פריער'דיגן זמן מוצ"ש. און איינפיהרן דעם נייעם זמן. אפילו נאר פאר זייערע חסידים.
אפילו ווען ס'וואלטן געווען נאך פראקציעס פון אנדערע חסידים. לאמיר זאגן בעלזא און סאדיגור. וועלכע האבן אן אנדער'ן זמן. מוזן זיי זיך צושטעללן צו דעם אפיציעללן, שטאטישן זמן. וואס אין דעם פאל איז עס ר"ת .איינגעפיהרט דורך דעם מייסד הקריה וגלילותיה...! ר' אהרן האט נישט געמאכט די תקנות פון זמן ר"ת. ער איז נאר א נאכפאלגער פונ'ם מייסד הקריה...!
אויב א וויזשניצער חסיד וועלכער האט שוין געדאוונט מעריב און געמאכט הבדלה וועט אנצינדן זיין (געפילטערטן) סמארט פאון ביי זיך אינדערהיים, וועלל איך (בלי"נ) גיין רעדן צו מהר"א אז ער זאלל נישט שיקן די וועד משמרת הצניעות והשבת צו איהם...!