פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב היינט באזוכט מיינע עלטערן אין וויליאמסבורג. כהאב געפארקט די קאר. און גערעדט אויפן טעלעפאון . און איך באמערק ווי א יונגע פארפאלק שפאצירט אויפן גאס. די מאן מיט א ברייטע הוט, בעיקטשע מיט א גארטל. קוקט אויס מעגליך פון א רבישע משפחה. די פרוי מיט א שפיצל. און זיי גייען אפגערוקט איינע פונעם צווייטן מיט אפאר פוס. און שפאצירן ח”ו נישט אינאיינעם.

אסאך מאל קען מען זעהן א פארפאלק שפאצירן אינאיינעם און זיי רעדן, שמועסן, און לאכן צווישן זיך- און מ’דערקענט אז זיי זענען ביידע אויף א גוטע פלאץ, זענען ביידע העפי, גליקלעך און צופרידן. אבער דא האט עס אויסגעקוקט פונקט פארקערט. די פרוי האט אויסגעזעהן צוזיין זייער פארזויערט און אנגעזעצט.

איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.

אבער פונקט ווי יעדער האט א רעכט צוטוהן וואס ער וויל. האב איך אויך א רעכט צוזאגן וואס איך וויל. און איך זאג אפילו איך געב אים די רעכטן דאס צוטוהן. און איך פארשטיי אז ער מיינט נאר גוטס. איז דאס א מוראדיגע טפשות און א פשוטע משוגעת. סהאט גארנישט מיט אידשקייט, סהאט נישט קיין שום מקור. סהעלפט נישט קיינעם. און סקען נישט זיין אז דאס איז די ווילן פון דער מלך מלכי המלכים.
פארקערט, דער אייבישטער וויל א מענטש זאל לעבן מיט זיין ווייב ווי א נארמאלע מענטש. ווען ער גייט מיט איר שפאצירן אויף די גאס זאל ער רעדן מיט איר, און פארברענגן מיט איר מיט געשמאקייט. א מענטש דארף זיין נאנט צוזיין ווייב, און נישט אוועקלויפן פון איר און זי זאל אים דארפן נאכלויפן אפאר טריט אינטער אים!

ווען איך זעה דאס, און די זעלבע די מוסלימענער פרויען וואס גייען צוגעדעקט אינגאנצן מיט די צוויי קליינע לעכער פאר די אויגן האב איך פשוט רחמנות אויף די מענטשען...

קיינער פון די אידישע רבנים און פון די אלע גרויסע מענטשען אין היסטאריע פון די אידישע רעליגיע האט זיך אזוי אויפגעפירט!
נישט רבי יוחנן בן זכאי. נישט הלל הזקן, נישט אביי ורבא. נישט רש”י, נישט די רמב”ם, נישט די בעש”ט, נישט די ווילנער גאון. קיינער נישט!
דאס איז נישט קיין פרומקייטן! דאס איז פשוטע משוגעתן און אבסעסיעס. סקומט נישט פון קיין געזונטע פלאץ. און ס׳מאכט אויסקוקן די רעליגיע ווי א קולט, זייער נעגעטיוו, זייער נעריש, זייער צוריקגעשטאנען. און האט נישט קיין שום פשט! גארנישט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.


ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נישט שפאצירן מיט׳ן ווייב צוזאמען איז איין זאך, גראדע פונעם אמרי חיים איז דא די ווערטל פון ניסן גייט מיט אייר (איר), אבער יא גיין אויפ׳ן גאס אויף דעם מאדנעם אופן וואס איך האב נאר געזעהן אין וויליאמסבורג ביי מאנכע איז טאקע עקלדיג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קאך_לעפל האט געשריבן:ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!

וועמען ווילסטו ערמארדן, נסים בלעק?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אין וויזניץ איז דאס פון די שטרענגסטע ענינים. איך גלייב אז ס'קומט נאך פון אהבת ישראל, דער לעצטער תלמידי בעש"ט וואס אלע רבי'ס מעגן זיך לערנען פון אים..

הגרא"ד פריעדמאן דערציילט, אז ווען מהר"א איז געווען שנה ראשונה אין בני ברק, האט ער שפאצירט מיט די רעביצין אין קרית וויזניץ.

דער אמרי חיים זצ"ל איז געווען אויבן אויפן טאראסע, האט ער אראפגעשריגן צו מהר"א: ניסן, ניסן! ר' אהרן קוקט ארויף און רופט זיך אן איך הייס נישט ניסן. זאגט דער אמרי חיים: אבער ניסן גייט צוזאמען מיט אי"ר...

----

דער רבי זי"ע האקט אריין מיט די זעלבע מעשה.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!

וועמען ווילסטו ערמארדן, נסים בלעק?


ערמארדן? שווארצע? בוזט משוגע אין גאנצן?
פארוואס מארדן שווארצע? זיי טוען עס שוין צווישן זיך, אין טשיקאַגאָ און אין סאן פראנסיסקא...
און אייגנטליך, וואס זענען די שווארצע אנדערש ווי די ווייסע? זענען זיי דען נישט באשאפן געווארן אין ג-ט'ס געשטאלט? קאליר פון די הויט פון א מענטש מאכט גארנישט אויס. א מענטש ווערט בלויז אפגעמאסטן לויט זיין כארקטער. מיר זענען נישט קיין ראסיסטישע דעמאקראטן וועלכע האבן ברוטאליש פארשקלאפט מענטשן מיט אנדערע הויט קאלירן ווי זיי.....
זעקס הונדרעט טויזענט טויטע זעלנער, האט אמעריקא באצאלט צו באפרייען די שקאלפן פון די רשעות'דיגע ראסיסטישע דעמאקראטן פון די דרום שטאטן....

[center]Declaration Of Independence[/center]

[left]We hold these truths to be self-evident, that all men are created equal, that they are endowed by their Creator with certain unalienable Rights, that among these are Life, Liberty and the pursuit of Happiness.[/left]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מפיל קינד האט געשריבן:אין וויזניץ איז דאס פון די שטרענגסטע ענינים.
גראדע היינט אין וויזניץ איז שוין כמעט קיינער נישט מקפיד אויף דעם משוגעת מיין איך, היינט האט די משוגעת געמופט קיין סקווירא און צו א געוויסע עלעמענט אין סאטמאר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

https://www.youtube.com/watch?v=fhQKhqnI_XU&t=1144s

דא קען מען הערן אז עס קומט פין ייטב לב. אז עס איז נישט חסידיש, און א שוחט וואס גייט שפאצירען מיט זיין ווייב דארף מען מעביר זיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין ליסקא איז דאס געווען ממש פון די הארבסטע... ס'איז ווערט צו כאפן א בליק אין הישר והטוב, ווי אויסגעשפראכן דער רבי רבי הערשלע ליסקער זי''ע איז געווען קעגן דעם וואס מאן און ווייב זאלן שפאצירן אינאיינעם - אפילו בימי טהרתה....
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

Re: פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?

שליחה דורך אמת וצדק »

ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבען, אויב קומסטו מיט די הנחה אז יעדער קען טוהן וואס ער וויל, נו מעג אויך גיין אויפן גאס אליין, איי זי קוקט נישט אויס צופרידען, ווער זאגט עס האט צוטוהן מיט דעם, אפשר איז די שלום בית דארט נישט אזוי גוט, און אנדערע ווערטער עס איז שייך צו גיין אויפן גאס באזונדער (ווייל אזוי איז זיין מנהג אבותיו) און נאכאלץ האבן א גוטע שלום בית.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך_לעפל האט געשריבן:איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.


ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!

קאך לעפל: דו מאכסט מיך לאכן. דו דארפסט געדענקען אז די שווארצע האבן אויכעט גאנס. ביי די שחורים איז עס אן ענין פון ..."סטאטוס"...Man. You packin' heat...!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

קאך_לעפל האט געשריבן:אין ליסקא איז דאס געווען ממש פון די הארבסטע... ס'איז ווערט צו כאפן א בליק אין הישר והטוב, ווי אויסגעשפראכן דער רבי רבי הערשלע ליסקער זי''ע איז געווען קעגן דעם וואס מאן און ווייב זאלן שפאצירן אינאיינעם - אפילו בימי טהרתה....


כמדומה לי אז ער רעדט בנוגע שוחטים. אבער די המון עם..?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אמת וצדק האט געשריבן:ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבען, אויב קומסטו מיט די הנחה אז יעדער קען טוהן וואס ער וויל, נו מעג אויך גיין אויפן גאס אליין, איי זי קוקט נישט אויס צופרידען, ווער זאגט עס האט צוטוהן מיט דעם, אפשר איז די שלום בית דארט נישט אזוי גוט, און אנדערע ווערטער עס איז שייך צו גיין אויפן גאס באזונדער (ווייל אזוי איז זיין מנהג אבותיו) און נאכאלץ האבן א גוטע שלום בית.


וואס איז די אויפטוה אז די מאן זאל לויפן אפאר טריט ווייטער און די פרוי זאל אים נאכלויפן?

וועמען העלפט דאס? וואס???

אוואדי מעג יעדער טוהן וואס זיי ווילן? אבער וואס איז פשט פונדעם? וועמען טוט מען טובה? דער אייבישטער? וואו שטייט דאס? פון וואו נעמט זיך דאס?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מפיל קינד האט געשריבן:אין וויזניץ איז דאס פון די שטרענגסטע ענינים. איך גלייב אז ס'קומט נאך פון אהבת ישראל, דער לעצטער תלמידי בעש"ט וואס אלע רבי'ס מעגן זיך לערנען פון אים..

הגרא"ד פריעדמאן דערציילט, אז ווען מהר"א איז געווען שנה ראשונה אין בני ברק, האט ער שפאצירט מיט די רעביצין אין קרית וויזניץ.

דער אמרי חיים זצ"ל איז געווען אויבן אויפן טאראסע, האט ער אראפגעשריגן צו מהר"א: ניסן, ניסן! ר' אהרן קוקט ארויף און רופט זיך אן איך הייס נישט ניסן. זאגט דער אמרי חיים: אבער ניסן גייט צוזאמען מיט אי"ר...

----

דער רבי זי"ע האקט אריין מיט די זעלבע מעשה.


קומט נישט פון די אהבת ישראל! קיינמאל נישט! די אהבת ישראל האט קיינמאל נישט געזאגט מזאל נישט שפאצירן מיט די ווייב! שקר!

דאס וואס דו זאגסט אז סאיז געוועהן די שטרענגסטע זאך אין וויזניץ מיינסטו לכאורה אין די צייטן פון די תורת מרדכי. אין וויזניץ אינדערהיים האט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם מיט דעם. ווער ס’פארשטייט וויאזוי אידישקייט אין רומעניע האט אויסעגגקוקט אין יענע צייטן וועט דיר זאגן די זעלבע זאך...

די מעשה מיט די אמרי חיים איז אמת. די אמרי חיים האט נישט געשריגן פון די טאראסע. ער האט אים דאס געזאגט מיט א שמייכל, כעין א ווערטל.

סקען זיין די אמרי חיים האט געהאלטן טאקע אז ס’פאסט נישט אז א רביש קינד זאל שפאצירן מיטן ווייב אין שיכון וויזניץ אבער סתם א עמך איד האט ער קיין פראבלעם נישט געהאט קיינמאל!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.


ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!


מ׳מעג טאקע פיינט האבן שווארצע. מ’מעג פיינט האבן יעדען איינעם. אבער רעדן אין פובליק דערוועגן. אדער מאכן פאליסיס אז זיי זאלן ליידן טאר מען נישט. אזויווי איך האב געשריבן באריכות אין אנדערע אשכול וועגן פרי ספיטש. אבער דאס וואס דיין צודרייטע פרעזידענט האט געטוהן און גערעדט אפען קעגן מינארעטיס און זיי באשמוצט- טאר מען נישט טוהן! דאס האבן די נאציס געטוהן און דאס איז א סכנה פאר די מענטשהייט!

א גאן מעג מען אויך האבן אויב סאיז מיט א קאנטראל- פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען איינער קויפט א קאר דארף ער נעמען לייסענס קודם און רעגעסטרירן די קאר ביי די שטאט. ווייל אז נישט קען עס באדראדען אנדערע. אז איינער קען נישט זעהן אזוי גוט אויף די אויגן און קען נישט ליינען קיין סיינס אויף די ראוד, זאל ער נישט טארן דרייווען. פונקט אזוי ווילן נישט די דעמאקראטן אז יעדער משוגענער זאל מעגן אריינשפאצירן אין וואלמארט און זיך איינהאנדלן א שיסער וואס קען זיין א סכנה פאר די אנדערע מענטשען. און פארדעם ווילן טאקע רוב נארמאלע, קלוגע, געלערענטע, ציוויליזירטע מענטשען אז אין אמעריקע זאל זיין געזעצן אז נישט יעדער וואס איז פאריקט אויף די נערווען זאל זיך קענען איינהאנדלן געווער און שיסן אומשולדיגע מענטשען... דאס הייסט “גאן קאנטראל”
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שייגאץ!
מ'טאר נישט פיינט האבן קיין שום מענטש אין ג-ט געשטאלט! פארשטאנטא?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יא! און ס'איז נישטא ווער ס'קען מיר איינטיילן, נישט צו רומפאשזירן מיט מיין ניין מילימעטער אוטומאטיק.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:שייגאץ!
מ'טאר נישט פיינט האבן קיין שום מענטש אין ג-ט געשטאלט! פארשטאנטא?



איך פארשטיי דו מאכטס נאר א ווערטל

אבער איך האב מורא א דו מיט דיינע קלוגע רעפובליקאנער ברודער פארשטייען עס טאקע נישט. ווייל דערווייל הער איך די זעלבע פזמון פון אלע רעכטע.

ביי די רעפובליקאנער ארבעט אלעס די “אלטע וועג” און זייערע פאליסיס איז געבעיסט אויף Authority (אויטאריטעט). ביי זיי איז די קאנסטיטוציע ממש “תורה מסיני” און דאס איז זייער “שלחן ערוך”.

אמת די founding fathers זענען געוועהן קלוגע געלערענטע מענטשען פאר זייער צייט. זיי האבן געמיינט גוטס. און קיינער לייקענט נישט אז אזא מענטש ווי בענדזשעמין פרענקלין איז געוועהן א חכם און האט געטוישט די וועלט אין אסאך וועגן. אבער יעדער מענטש נישט קיין חילוק ווי קלוג און געלערענט ער איז. קען מאכן געוויסע טעותים און האבן געוויסע בליינד-ספאטס.

פובליק פאליסיס האט גארנישט צוטוהן וואס דער האט געזאגט, און וואס יענער האט געזאגט. נאר אלע פובליק פאליסיס דארף זיין באזירט אויף ריינע לאגיק און מאטעמאטיק, וואס יעדער קען אליינס אין זיין מוח אויסרעכענען אז סלוינט זיך בעסער צוטוהן אזוי. און אז די וועג גייט זיין בעסער פאר די המון עם.

קיינער קען נישט דיקטירן אז מענטשען זאלן ליב האבן אדער פיינט האבן שווארצע אין זייער הארץ און אז דאס זאל זיין די official policy. נאר מקען אויסרעכענען אז ס’לוינט זיך נישט פאר רוב מענטשען אז מ’זאל זיך ארויס שטעלן קעגן א גאנצע מינארעטי און רעדן קעגן זיי אין פובליק ווייל אין היסטאריע האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען מ׳האט דאס געטוהן האט זיך עס גענעדיגט מיט א בלוט-באד!

פארשטייט זיך א קלוגע ציוויליזירטע מענטש כאפט גלייך אז אלע מענטשען און חיות זענען צאמגעשטעלט פון די זעלבע מאטעריאל און די וועלט באשטייט נישט נאר פון ווייסע Homo sapiens. נאר סאיז דא אסאך Variations פון לעבן און לייף וואס אלעס איז געשריבן מיט די זעלבע שפראך פון DNA און בעסיקלי צאמגעשטעלט פון carbon. און אלע לעבעדיגע באשעפענישן האבן ענדליכע געפילן צו אונז מענטשען.

פיינטשאפט צו א צווייטע מינארעטי קומט געווענטליך פון די “חיה׳שע אינסטינקט”. די קאץ הארגעט די מייז ווייל זיי זענען קלענער, די פיטבאל הונט הארגעט די קאץ, די לייב הארגעט די הונט. נישט געבעיסט אויף לאגיק נאר אלעס וועגן “פן ירבה” און פאר dominance and power.

א געלערענטע ציוויליזרטע מענטש פארשטייט אבער אז סלוינט זיך בעסער אז אלע מיני מענטשען אפגעזעהן זייער ראסע, רעליגיע, קולטור, קענען זיך לעבן זייט ביי זייט אין האַרמאניע און פאר די פרייז פון האבן אביסל טאלארענץ צו אנדערע עטנישע גרופעס און קולטורן וועט צום סוף זיין בעסער פאר יעדען איינעם.

אבער דאס קען נישט זיין די אפעציעלע פאליסי, אז א יחיד זאל נישט טארן אין זיין הארץ פיינט האבן א צווייטן! נישטא אזא זאך! נאר וואס יא, מקען אויפקלערן מענטשען, מקען זיי בעסער עדיוקירן און מחנך זיין, און זיי זאגן זייטס נישט קיין נערנים, האטס טאלארענץ פאר יעדע פאלק און סוועט צום סוף זיך לוינען. און דאס טוהן טאקע די ליבעראלע. אפשר טוהן זיי נישט קיין גוטע דזשאב מיט אויפקעלערן די מענטשען. אבער זיי פרובירן.

אינטערשטע שורה: יעדער געזעץ דארף מען קענען בעיקן מיט לאגיק נישט ווייל ס’שטייט ערגעץ געשריבן אזוי. און אדרבה ואדרבה אויב קענסטו מסביר זיין מיט לאגיק דיינע שיטות בין איך גרייט צוהערן און נאכמאל טראכטן. אבער דערווייל הער איך נאר פון רעפובליקאנער אז זייערע שיטות איז אויסגעהאלטן ווייל אזוי האט מען געטוהן “אמאליגע צייטן” אדער ווייל אזוי שטייט בפירוש געשריבן אין עפעס א דאקומענט- ביי מיר איז עס גארנישט מחייב. און סגייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס מענטשען וואס האבן געשטינקען פון פערדן צואה האבן געזאגט... נאר לאגיק און reason איז מיך מחייב!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: איך מיין אז ר' קלמן מארקס איז געווען א קלוגער איד (פאר ער האטציך געשמד'ט) און אזוי אויכעט ר' וועלוול לענין. און ספעציעל זיין תלמיד ר' יאסל דזשוגאשווילי. וועלכע האבן נאר אינזין געהאט די גוטס פון די פראלעטאריאט.

ר' יאסל דזשוגאשווילי (ימ"ש) איז געווען אזא פיינער מענטש. ער האט נאר געהאט זייער א שלעכטן הויפט פון די זיכעהייטס פאליציי. דער מאן פון די אישה חשובה מרת חנה פייגנבוים. אבער בפקודתו הקדושה איז מען (ב"ה) פטור געווארן פון איהם (וויאזוי, זאג איך נישט.). און דער פיינער מענטש און בעל מידות טובות ר' לייבל בעריא האט איבערגענומען די לייצעס. און ער האט געפיהרט די ארגאניזאציע ביד רמה. ער האט פארניכטעט אלע שונאים פון די רעוואלוציע. און ר'איז געווען זייער אן אפגעהיטענער (קאסמאפאליטאנער) איד. ער האט נישט ארויסגעקוקט פון זיינע ד' אמות. און ער האט אויסגעפיהרט דעם רצון פון זיין אויבערהאר מיט גרויס פלייס...!

איין טאג האט ר' יאסל (דזשוגאשווילי) אפגעמאכט אז מ'דארף (ח"ו) פטור ווערן פון די אידן. איז ער אויפגעקומען מיט א ברילליאנטענעם פלאן. מ'זאלל מאכן א בילבול אויף די (אידישע) דאקטוירים) אז זיי האבן געוואלט פארסמ'ען די הויפט פיהרערס פון לאנד. און דאס איבעריגע וועט שוין דער המון עם טון. מאכן (ח"ו) פאגראמען אויף אידן. און ווען זיי וועללן קומען שרייען צו די רעגירונג נאך הילף וועט מען זיי זאגן אז זיי זאללן (אלע) ארויפגיין אויף טרעינס וועלכע וועללן זיי פיהרן צו די מדבריות וואו ס'איז נישטא קיין הייזער אדער עסן...!

אבער דער אייבישטער האט געמאכט א נס. אז אום פורים האט ר' יאסל דזשוגאשווילי געכאפט א סטראוק. (יש אומרים אז ר' לייבל האט געהאט א יד דערינען). און 2 טעג נאכדעם איז ער געפגר'ט. און ר' לייבל האט איבערגענומען די לייצעס פון די רעגירונג. די ערשטע זאך וואס ער האט געטון איז, ער האט באפרייט אלע (אריבער 100) ארעסטיר'טע אידישע דאקטוירים...! ביז ר' נחום (ניקיטא) כרושטשעוו (אויך נישט קיין קליינער רוצח) האט איהם געהרג'עט...!
המשך יבוא, אי"ה...!
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

די גאסן זענען אזוי געפאקט, אפשר ווילן זיי פשוט וואקן מיט א צווייטנס ווייב.
.I got voices in my head.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שייגאץ!
מ'טאר נישט פיינט האבן קיין שום מענטש אין ג-ט געשטאלט! פארשטאנטא?



איך פארשטיי דו מאכטס נאר א ווערטל

אבער איך האב מורא א דו מיט דיינע קלוגע רעפובליקאנער ברודער פארשטייען עס טאקע נישט. ווייל דערווייל הער איך די זעלבע פזמון פון אלע רעכטע.

ביי די רעפובליקאנער ארבעט אלעס די “אלטע וועג” און זייערע פאליסיס איז געבעיסט אויף Authority (אויטאריטעט). ביי זיי איז די קאנסטיטוציע ממש “תורה מסיני” און דאס איז זייער “שלחן ערוך”.

אמת די founding fathers זענען געוועהן קלוגע געלערענטע מענטשען פאר זייער צייט. זיי האבן געמיינט גוטס. און קיינער לייקענט נישט אז אזא מענטש ווי בענדזשעמין פרענקלין איז געוועהן א חכם און האט געטוישט די וועלט אין אסאך וועגן. אבער יעדער מענטש נישט קיין חילוק ווי קלוג און געלערענט ער איז. קען מאכן געוויסע טעותים און האבן געוויסע בליינד-ספאטס.

פובליק פאליסיס האט גארנישט צוטוהן וואס דער האט געזאגט, און וואס יענער האט געזאגט. נאר אלע פובליק פאליסיס דארף זיין באזירט אויף ריינע לאגיק און מאטעמאטיק, וואס יעדער קען אליינס אין זיין מוח אויסרעכענען אז סלוינט זיך בעסער צוטוהן אזוי. און אז די וועג גייט זיין בעסער פאר די המון עם.

קיינער קען נישט דיקטירן אז מענטשען זאלן ליב האבן אדער פיינט האבן שווארצע אין זייער הארץ און אז דאס זאל זיין די official policy. נאר מקען אויסרעכענען אז ס’לוינט זיך נישט פאר רוב מענטשען אז מ’זאל זיך ארויס שטעלן קעגן א גאנצע מינארעטי און רעדן קעגן זיי אין פובליק ווייל אין היסטאריע האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען מ׳האט דאס געטוהן האט זיך עס גענעדיגט מיט א בלוט-באד!

פארשטייט זיך א קלוגע ציוויליזירטע מענטש כאפט גלייך אז אלע מענטשען און חיות זענען צאמגעשטעלט פון די זעלבע מאטעריאל און די וועלט באשטייט נישט נאר פון ווייסע Homo sapiens. נאר סאיז דא אסאך Variations פון לעבן און לייף וואס אלעס איז געשריבן מיט די זעלבע שפראך פון DNA און בעסיקלי צאמגעשטעלט פון carbon. און אלע לעבעדיגע באשעפענישן האבן ענדליכע געפילן צו אונז מענטשען.

פיינטשאפט צו א צווייטע מינארעטי קומט געווענטליך פון די “חיה׳שע אינסטינקט”. די קאץ הארגעט די מייז ווייל זיי זענען קלענער, די פיטבאל הונט הארגעט די קאץ, די לייב הארגעט די הונט. נישט געבעיסט אויף לאגיק נאר אלעס וועגן “פן ירבה” און פאר dominance and power.

א געלערענטע ציוויליזרטע מענטש פארשטייט אבער אז סלוינט זיך בעסער אז אלע מיני מענטשען אפגעזעהן זייער ראסע, רעליגיע, קולטור, קענען זיך לעבן זייט ביי זייט אין האַרמאניע און פאר די פרייז פון האבן אביסל טאלארענץ צו אנדערע עטנישע גרופעס און קולטורן וועט צום סוף זיין בעסער פאר יעדען איינעם.

אבער דאס קען נישט זיין די אפעציעלע פאליסי, אז א יחיד זאל נישט טארן אין זיין הארץ פיינט האבן א צווייטן! נישטא אזא זאך! נאר וואס יא, מקען אויפקלערן מענטשען, מקען זיי בעסער עדיוקירן און מחנך זיין, און זיי זאגן זייטס נישט קיין נערנים, האטס טאלארענץ פאר יעדע פאלק און סוועט צום סוף זיך לוינען. און דאס טוהן טאקע די ליבעראלע. אפשר טוהן זיי נישט קיין גוטע דזשאב מיט אויפקעלערן די מענטשען. אבער זיי פרובירן.

אינטערשטע שורה: יעדער געזעץ דארף מען קענען בעיקן מיט לאגיק נישט ווייל ס’שטייט ערגעץ געשריבן אזוי. און אדרבה ואדרבה אויב קענסטו מסביר זיין מיט לאגיק דיינע שיטות בין איך גרייט צוהערן און נאכמאל טראכטן. אבער דערווייל הער איך נאר פון רעפובליקאנער אז זייערע שיטות איז אויסגעהאלטן ווייל אזוי האט מען געטוהן “אמאליגע צייטן” אדער ווייל אזוי שטייט בפירוש געשריבן אין עפעס א דאקומענט- ביי מיר איז עס גארנישט מחייב. און סגייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס מענטשען וואס האבן געשטינקען פון פערדן צואה האבן געזאגט... נאר לאגיק און reason איז מיך מחייב!


צום וויפלטן מאל ליין איך דיינע תגובות (און אנדערע ליבעראל זאגערס) און ווער פשוט צומישט..!!
זאגן זאגט עטס צומאל אסאך קלוגע רייד, אבער ווען ס'קומט צו למעשה'דיגע פאליסיס זענטס ערגעץ ווי אויף די לבנה..

ס'איז קלאר אז די מערסטע מינאריטעטן לעבן אין דעמאקראטישע סטעיט'ס און נאך מער אין דעמאקראטישע סיטי'ס, און זייער מצב ווערט בכלל נישט בעסער, אדרבה זייער מצב ווערט ערגער און ערגער אין פארשידענע הינזיכטן.

אדרבה העלף מיר ארויס ווי אזוי מען העלפט מינאריטעטן, ווען:

-מען טוט כסדר באשמוצן, אונטעררייסן און סטראשען צו דיפאנדן די פאליציי קראפט וואס איז גאר וויכטיג אין די איננער סיטי'ס, בו בעת וואס כמעט קיין פיפס הערט מען נישט פון די אלע אומשולדיגע קרבנות וואס פאלן פון די פילע קריים דארט.

-מען טוט צווינגען עלטערן צו שיקן זייערע קינדער אין די שרעקליך שוואכע פאבליק סקולס אין די איננער סיטי'ס אנשטאטס פארלאנגען School choice.

-מען טוט איינפירן פראגראם נאך פראגראם וואס מאכט צודרייט שווער פון אראפגיין פון גאווערנמענט פראגראמס און זיך שטעלן אויף די פיס אליינס (אדרבה, מאך דו דעם חשבון ווער ענדיגט די יאר מיט מער געלט.. דער וואס מוטשעט זיך און פארדינט 70000 און צאלט טעקס דערויף, אדער דער וואס פארדינט בלויז 35000 און באקומט אלע ערליי פראגראמען ווי: מעדיקעיד, סעקשן 8, סנעפ, טעקס ריפאנדס וכו וכו וכו).

-מען טוט אקטיוו ענקאריזשן Low skilled אימיגרעישן אין די מאסן, וואס טוהן דערנאך דירעקט קאמפיטן מיט די היזיגע מינאריטעטן פאר Jobs.

-מען טוט כסדר העכער מאכן די פייער פון ראסע צוטיילונג, דורכן באשולדיגן אלע ווייסע (היינט שוין אויך אזיאנער...) אין עוולות וואס זיי האבן קיינמאל געטוהן.

און אזוי איז דא נאך און נאך..

ס'איז פשוט צום שטוינען ווי די זעלבע וואס גיבן זיך אן אז זיי שטיצן מינאריטעטן, פירן איין פאליסי נאך פאליסי וואס טוט נאר ערגער מאכן זייער Long term Future אויפן חשבון פון אפאר גוטע Pictures אויף די מינוט.

און פארשטייט זיך ווען רעפובליקאנער -אדער סיי ווער- טוהן פארלאנגען א טויש צו די פאליסיס ווערן זיי גאר ארונטער געריסן אלס ראסיסטן...

נישטא ווער ס'זאל לאכן.
אני-הק'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 11:11 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אני-הק' »

איך זאג נישט אז ס'איז אמאל געווען אזוי די נחלת הכלל, און אויך נישט אז איבעראל האבן זיך יראים אזוי געפירט, און אפילו אויך נישט אז ס'איז דא א מנהג ענין מקור להלכה חסידות ועוד אז מ'זאל זיך אנפאנגען אזוי צו פירן
אבער דאס איז זיכער דא, אז יענער בנשק"ל האט דאס נישט ארויסגעזויגן פון פינגער, ס'שטאמט פון ערגעץ, די מציאות פון אזא זאך, איז דא, נאך פון פריערדיגע, פריערע פון די פריערדיגע,
אין אמת'ן ס'מוז אפילו נישט זיין אז ס'איז געמאכט אפילו פאר אים, און מעגליך אז פאר אים און זיין רביצין וואלט געווען הייליגער יא צו שפאצירן צוזאמען מכמה טעמים, און ס'קען אפילו זיין אז נאך טויזענט זאכן וואס מ'וועט טענה'ן, אבער מ'קען נישט זאגן אז איינער טוט אזוי ווייל ער פילט אז דאס וויל דער אייבירשטער פון אים (אזוי ווי די פילסט אז דער אייבירשטער וויל פון דיר זאלסט האבן א סמארטפאון למשל, אדער זאלסט מקיים זיין כתשוקתך ולערב אל תנח ידיך, ועוד) איז ער פרומער פון גאט,
אני הק' - איך בין איך, און איך הייס הק', הייליג אדער קליין? דאס קענסטו אליינס אויסוועלן
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אני-הק' האט געשריבן:איך זאג נישט אז ס'איז אמאל געווען אזוי די נחלת הכלל, און אויך נישט אז איבעראל האבן זיך יראים אזוי געפירט, און אפילו אויך נישט אז ס'איז דא א מנהג ענין מקור להלכה חסידות ועוד אז מ'זאל זיך אנפאנגען אזוי צו פירן
אבער דאס איז זיכער דא, אז יענער בנשק"ל האט דאס נישט ארויסגעזויגן פון פינגער, ס'שטאמט פון ערגעץ, די מציאות פון אזא זאך, איז דא, נאך פון פריערדיגע, פריערע פון די פריערדיגע,
אין אמת'ן ס'מוז אפילו נישט זיין אז ס'איז געמאכט אפילו פאר אים, און מעגליך אז פאר אים און זיין רביצין וואלט געווען הייליגער יא צו שפאצירן צוזאמען מכמה טעמים, און ס'קען אפילו זיין אז נאך טויזענט זאכן וואס מ'וועט טענה'ן, אבער מ'קען נישט זאגן אז איינער טוט אזוי ווייל ער פילט אז דאס וויל דער אייבירשטער פון אים איז ער פרומער פון גאט,


מען קען יא..
וויאזוי ווייס איך? כ'האב געזעהן נאכברענגען פון אן אלטען ספר (געשריבן געווארן טויזנטער יאר צוריק) עפעס אזא לשון ווי "לא תספו על המצוה אשר אנכי מצוה אתכם".
פארשפארט