אינטערסאנטער האט געשריבן:הייסט אז ער געט אפיציעל רשות פאר זיין ברידער רז"ל אויב מען בעט נאר רשות? פלוצלינג געטוישט פאליסי?
גראדע שטייט עס אויס פון די ארוינים, די גאנצע פורים איסור און"שרעקליכער" חרם אויף די חתונות אין עטרת מייזעלס ווערט ארומגעטוישט יעדן טאג לויט די גיסטע פון דוד עקשטיין. אינטערסאנט אז אזעלכע הארבע חרמות זאל אזוי גרינג קענען ווערן אראפגענומען, דא עקסטענדט מען א היתר, דא נעמט מען עס אינגאצן אראפ, שפעטער לייגט עס דוד עקשטיין צוריק... פורים פורים לנו...
איך האב שוין איינמאל מסביר געווען קיינער האט קיינמאל געזאגט אז ווען רז''ל אדער סיי ווער ספעציפיש איז מסדר קידושין זאל זיין א מוראדיגע מכשול.
וואס דען? עס איז א תקנת הקדמונים אז א מרא דאתרא זאל האבן די אחריות פון די סידור קידושין'ס אין שטאט כדי מונע צו זיין פאטענציאלע פראבלעמען וואס קומען (פאקטיש) ארויס ווען יעדע בנש''ק אדער זיידע קען מסדר קידושין זיין ופשוט הוא, אדרבה ווער עס קען מיר מסביר זיין פארוואס עס זאל נישט ארויסקומען מכשולות ווען יעדע עם הארץ קען מס''ק זיין זאל ביטע ארויפקומען.
יעצט, צוליב וואס רז''ל איז געווען א חיה רעה כפשוטו און געמאלדן פאר אלע וואס האבן שוין געהאט קאנטראקטס אז מען מוז נעמען אים אליין פאר סידור קידושין, הוא ולא אחר, האט מהר''א געגעבן רשות פאר ביז ר''ח אלול וואס דאס דארף זיין בערך אלע חתונות וואס איז שוין געווען געבוקט.
סאו ס'קומט נישט דא אריין ''האהא וועלכע מכשולות איז דא יעצט? ווייל ווי געזאגט ס'נישט אז ווען רז''ל איז מס''ק געשעט עפעס (האפענטליך...) נאר די סידו''ק דארף זיין אינטער קאנטראל וואס די קאנטראל איז נישט פארלוירן געווארן מיטן געבן רשות ביז ר''ח אלול צוליב א אויסנאם סיבה.
לגבי די יעצטיגע חתונה איז די מעשה אז דא איז געקומען א גאר שטארקע מאוו מצד די משפחה וואס איך בין נישט זיכער אז זיי ווילן עס פארשפרייטן אין פאבליק און די חתונה איז שוין געווען געבוקט פון פאר די חאזעריי ממילא האט מען געגעבן רשות (איך האב עס געהערט פון איינעם פון מהר''א'ס שטוב דרייערס, אז איינער וויל שטארק קען איך שיקן פריוואט די דעטאלן)