הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.

זייער אימפרעסיוו!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

חתם סופר האט געשריבן:איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.

זייער אימפרעסיוו!!


וואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

שליחה דורך תוהו ובוהו »

וואלווי האט געשריבן:ואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?


אז א רבי'ש קינד זאל אפפערן צו צאלן פאר עפעס..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואלווי האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.

זייער אימפרעסיוו!!


וואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?

שיינע שריפט, שיין געשריבן, מענטשליך, פראפעשאנעל. וויפיל חסידישע יונגעלייט פון 27 קענען אזוי שרייבען?
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

אסאך.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

עפעס זוכט מרן החתם סופר אימפרעסיוונעסס פון אונטער די ערד אין דעם גאר פשוטן בריוו, לאמיר עם פארגינען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

באקומען אין וואטסעפ

רשעות אין באבוב
ווי דער קעפל שרייט, קומען די פאר שורות ארויסברענגען פאר דער וואס ווייסט נישט, און מיינט אז ער איז ב"ה א באבאווער חסיד וואס פירט זיך תחת דגלו פין רבינו שליט"א, און אלעס פירט זיך ווי עס באדארף צו זיין, און טאמער וועט אים אמאהל באטרעפען די רשעות פין די אמת'ר מנהיגים פין באבוב, רעדט זיך דער מענטש איין אז עס נישט קיין פראבלעם, ווייל עס איז דאך דא רבינו שליט"א, און ערגעסטען פאל וועט ער אריין גיין אל הקודש פנימה און זיך אויסרעדען דאס הארץ, און דער פראבלעם וועט ווינדערליך ווערען אויפגעלעזט. אוי, דער איינרעדעניש, דער רב וועט דיר נישט העלפען, טאמער וועסטו זיין א בעל מזל, וועט ער דיר זאגען אז ער וועט זיך אריין טוהן אין דער נושא, און צום סוף וועט ער זיך אפשאקלען, און זאגען אז ער קען זיך נישט שלאגען מיט די מנהל/ת קאקער/ס, ווייל זיי זענען נישט מסכים צו טוהן זייער ארבעט אויב מען גיבט זיי נישט פולע בעלות זיי זאלען קענען טוהן לפי מדת רשעתם, אבער געוועהנליך וועט איר צו דעם אויך נישט זוכה זיין, נאר צו א געהעריגע איגנארענץ וכו'.
און דער אמת'ר שאלה איז, פארוואס האבען מיר בוחר געוועהן אין דעם? האט קיינער נישט געזעהן דער מהלך מראש?
וועט קומען איינער און זאגען עס איז נישט דער רב אליין, עס איז דער, יענער, (מענדל קען מען דאך שוין נישט זאגן), איז לאמיר ענק נאך זאגען אן אלטע חסידישע ווארט, אתו עמו כלומר אליו, מען זאגט דער ווייב (ווער געדענקט נישט ביים רב ז"ל ווי דער הרבנית הצדקנית איז געוועהן דער פאנטשינג בעג), מען זאגט דער גבאי, אבער כלומר אליו, אלס איז אים אליין, ער איז שולדיג אין אלעם.
און אפילו אויב דער מעשה רשעות וואס איר הערט, וואס ווערען נתרבה ווי די שוואמען רח"ל, איז נישט דירעקט רבינו שליט"א, וויסען זאלט איר, און וויסען זאל ער, אז ער איז שולדיג אין אלעמען. אונז אלע, די סאביעקטען, די חסידים, די מערטשענדייז, זענען וואלנערבעל מענטשען, מענטשען וואס קענען זיך נישט באשיצען פין די רשעים אין טשארדזש, און ווען מען טוט אויסניצען מענטשן אין דעם מצב, איז עס א עוון בל יכופר, און אפילו ערגער פין עבודה זרה, די סאמע ערגסטע עבירה אין די תורה, וואס עס קומט מיתה אויף דעם, און נישט נאר פאר דער וואס איז עובר די עבירה, נאר אפילו פאר זייערע קינדער און אייניקלעך.
ואותו הרגת בחרב בני עמון, און דאס איז געוועהן דורך שליחות, און דורך תירוצים פין מורד במלכות, די אלע תירוצים מיינען גארנישט ווען מען ניצט אויס און מען פייניגט מענטשען וואס זענען וואלנערעבעל, מענטשען וואס האבען נישט צו וועמען צו שרייען, איז עס והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני, און דער אויבערשטען זאגט וחרה אפי והרגתי אתכם ונתתי וכו', קוקט אליין נאך דער ענדע פין דער פסוק.
די רשעים בראש, זענען לאו דוקא שלעכטע מענטשען אין אנדערע תחומים, זיי קענען ארום גיין מיט דער הנחה אז זיי זענען מוכרח צו טוהן די רשעות צוליב דער טובת הכלל, און זיי האבען דאך זייער ליב דער כלל, און ווער גיבט זיי דער לייסענס אנצוגיין מיט דער מעשה רשע? טראכט נישט ווייט, און איר וועט וויסען דער תשובה.
איז נעמט אייך ארויס א מוסר השכל, דער רבי אויף וועמען איר האט בטחון אז ער וועט אייך העלפען ווען עס קומט אייער עת צרה, איז נישט דא, נישט אינטרעסירט, און וועט נישט צולייגען זיין פינקי דיך צו העלפען ווען דער צייט קומט.
זייט מתפלל צום אויבערשטען אז די רשעים זאלען האבען א מפלה, יכרת ה' כל שפתי חלקות, און ווען איר זאגט תהלים אין אלול, און איר האט א פסוק וואס רעדט וועגען די רשעים, דערמאנט זיי ביי די נעמען, און זייט מתפלל אויף דער כבוד שמים וואס וועט נתרבה ווערען, ווען די מענטשען וואס פייניגען זייערע סאביעקטען וועלען האבען א מפלה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ניינטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 04, 2021 11:59 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל

שליחה דורך ניינטער »

וואס איז שוין געשען? מה חרי האף הגדול הזה?
תפארת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך תפארת »

חתם סופר האט געשריבן:.



פארקויפט געווארן נעכטען אויף אויקשען פאר איבער פיר אלפים! בשעת די בריוון פון זיין פאטער מהר"ש קאסט ארום פינף מאות.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

שליחה דורך צפור בודד »

חתם סופר האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.

זייער אימפרעסיוו!!


וואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?

שיינע שריפט, שיין געשריבן, מענטשליך, פראפעשאנעל. וויפיל חסידישע יונגעלייט פון 27 קענען אזוי שרייבען?
אויך א מענטשלעכער כת"י ביי לאטיינישע בוכשטאבן.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

די בריוו איז געגאנגען פאר איבער 5 ווען מ'רעכנט אריין די קאמישען וואס מ'דארף געבן אזוי ארבעטן אוקשענס
בריווען פון זיין טאטע אין ברידער גייען נישט פאר אזעלכע געלטער אסאך ווייניגער
ערשטע מאל וואס א בריוו פון א היינטיגע רבי גייט פאר אזעלכע נאמבערס
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווער האט עס געקויפט?
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

סנישט מעגליך צו וויסן ביי אוקשענס איז אלעס פרייוויט
זיך אנגעפאנגען ביי 100 דאללער און געענדיגט ביי אזא גרויסע סכום
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

קורקלענד האט געשריבן:ווער האט עס געקויפט?

איך קען נישט זיין נאמען, אבער ער האלט זיך פאר א שטיקל בעל תפילה.
פארשפארט