berlbalaguleh האט געשריבן:מאנימיינדעד: איך וועל דיר געבן איין תשובה צו דיינע 2 תגובות. איך וואוין נישט אין קרית יואל האביך נישט אלייינס געזעהן די מציאות, סיי פון די וויזשניצער יונגעלייט און סיי פון די ליטווישע משפחות וועלכע וואוינען אין קרית יואל.
דער פאקט אז ר' אהרן האט גארנישט רעאגירט איבער די זמנים פון די ליטווישע משפחות איז גאנץ זיכער ווייל זיי זענען דיסקרעט. זיי מאכן נישט קיין רעש און טומל. און די זמנים וואס זיי האלטן און טוען מלאכות פריער ווי דער זמן ר"ת איז אלס יחידים.
משא"כ ווען ס'קומט א גרופ פון חסיד'ישע יונגעלייט און זיי האלטן אפיציעל א פריער'דיגן זמן האט ר' אהרן א רעכט מוחה צו זיין אקעגן דעם. ווייל ס'קען זיין א מצב וואס דאס וועט צושטערן דעם זמן ר"ת ביי די סאטמאר'ע יונגעלייט אויך...!
בקיצור, איך שטוין פון דיין תמימות'דיגע נאאיווקייט פון אזא אפען מיינדעד מענטש ווי דו, איך האלט נאנט די גלילות עפאכע זייער נאנט פון צד מהר"א, איך קען אסאך נישט שרייבן, אבער אזוי ווי פישער וכת דיליה האט קיין אהנונג וואס לידערשיפ מיינט, איז ער ווי געווענליך פארפארן מיטן גיין אין קאפ אין וואנט און געלעבט אין דענייעל פאר 5 יאר, יעצט נאכן זיך דערזען מיטן פאקט אין פנים וואס מענטשן וויינען צו אים אז דו פארלירסט און ווארפסט אוועק די פיוטשער פון די גלילות איז געקומען די אויסברויך שרייען קאזאק הנגזל, די זעלבע בחינה ווי בני ברק וכדומה.. דער גבאי פישער לעבט נישט מיט'ן מציאות וואס רופט זיך רעאליטי!
אין כאן לא ר"ת ולא חילול שבת, אלא שרייען לוזער פאר די גאס אז איך בין שפעט און געלאזט לויפן די גאנצע גלילות עפאכע 5 יאר , והא ראיה זיי זענען שוין דא א יאר, ער איז געקומען בעטן רשות פאר די ישיבה, וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט?