האדמו''ר מהר''א מסאטמאר דערקלערט קריג מיט וויזניץ

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: האדמו''ר מהר''א מסאטמאר דערקלערט קריג מיט וויזניץ

שליחה דורך moneyminded »

*כי לו נא"ה כי לו יא"ה*

די הכרזה אין וויזניץ היינט פארן לייענען איז געווען: אז היות אונז וואוין מיר דא נעבן די שטאט קרית יואל וואס דער מייסד הרה"ק מסאטמאר זצ"ל האט איינגעפירט און געפאדערט צו האלטן דעם זמן מוצש"ק ויו"ט לשיטת ר"ת 72 מינוט נאך די שקיעה, ע"כ ע"פ הוראת כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט מען פון היינט אין ווייטער ביי אונז אויך מקפיד זיין אויף דעם, נישט צו טוהן קיין מלאכה במוצאי שבתות וימים טובים פאר דעם זמן.

אזוי אויך האט הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א גערעדט דערוועגן ביי די באטע ליל שב"ק, און האט בתו"ד געטייטשט אז אויף הקב"ה זאגט מען כי לו נא"ה כי לו יא"ה, ביז היינט האמיר געהאלטן שבת ביז 56 מינוט נאך די שקיעה כמספר נא"ה, יעצט געב מיר צו פארן אויבערשטן נאך 16 מינוט כמספר יא"ה, אינאיינעם וועט זיין, דאס האלטן שיטת ר"ת - 72 מינוט נאך די שקיעה א שבח פאר הקב"ה, כי לו נא"ה כי לו יא"ה.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די אשת פוטיפר שפיל וואס די זאליס טרייען יעצט צו פראדיצירן איז שרעקליך זיס

דעס וואס די זאליס האבן זיך צוגעשטעלט צו די זייט פון וויזניץ האט זיי יעצט געברענגט צום שרעקליכן נידערלאגע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאנצל: ס'איז דא א זיסער משל אויף דעם. מיט א געפארקטן טראק. און א איד וואס האט זייער שטארק געדארפט זאגן אשר יצר. אינמיטן די עבודה איז דער טראק אוועקגעפארן...!

איך האב גארנישט געזאגט...! לאל...!
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

איך האלט אז די וויזניצער חסידים וועלן נישט פאלגן זייער רבי מיט האלטן ר"ת. זיי ווייסן אז מ'האט דאס ארויף געצווינגן און ס'וועט נישט ארבעטן.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האלט אז די וויזניצער חסידים וועלן נישט פאלגן זייער רבי מיט האלטן ר"ת. זיי ווייסן אז מ'האט דאס ארויף געצווינגן און ס'וועט נישט ארבעטן.

איז דאך גוט...
אזוי קען יעדער האלטן אז זיי האבן געווינען, והכל על מקומו יבוא בשלום.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

איך פארשטיי נישט צו דעם תאווה פון געווינען.
לדעתי איז דאס קינדעריש.
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

לצנות אויפ'ן העכסטע גראד... :lol: :lol: :lol:


Screenshot 2021-08-23 160236.png


א"ר ירמיה אמר ר' שמעון בן לקיש שני תלמידי חכמים הנוחין זה לזה בהלכה הקב"ה מקשיב להן, שנאמר אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע:
גרויס שמחה און אנערקענונג ווען משלחת פון כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ וויליאמסבורג שליט"א גיבט איבער החלטה ברורה זיך צו פירן כשיטות הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל בגלילות קריתו הקדושה "קרית יואל"
תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם: לעצטן דאנערשטאג תצא איז אנגעקומען פערזענליכע רוף פון שלוחים פון וויזשניץ-וויליאמסבורג'ער רבי שליט"א, הלא המה הרב ר' הערש לייב ראזענבערג שליט"א מנהל מוסדותיו הק' אין וויליאמסבורג און הרב ר' יודא לייב לארענץ שליט"א מנהל הבית חינוך לבנות, וועלכע האבן באשטימט א באגעגעניש אויף צומארגנס עש"ק כי תצא, מיט די שלוחים וואס האבן געהאט איבערגעגעבן די בקשה פון תושבי העיר בשם ובשליחת פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א והגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, מטעם הנהגתה וכל תושביה פונעם עיר הקודש קרית יואל יצ"ו
דער באגעגעניש איז טאקע פארגעקומען פרייטאג אינדערפרי אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, פרעזידענט דקהל יטב לב קרית יואל יצ"ו, וואו די שלוחים האבן איבערגעגעבן פארן ראה"ק די קלארע פריידיגע באשלוס צו קעגנקומען ארגינעלע בקשה און איינשטעלן אינעם וויזשניצער ישיבה און צוקונפטיגער ביהמ"ד בגלילות קרית יואל אלע פסקים, הנהגות און גדרים פונעם מרא דאתרא כ"ק מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע מייסד הקרי', און ארויסהעלפן בעתיד מיט אלע צרכי שמירת חומות קדושת העיר תחת הנהגתו פון מרא דאתרא קדישא הדין כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, לשמור על קדושת מחנינו ועל הגחלת שלא תכוה
ערשטער אפיציעלער שריט אויסצופירן גינסטיגע החלטה וואס ברענגט רעספעקט און אנערקענונג ביי אלעמען, ווערט אויסגעפירט דעם לעצטן שב"ק, ווען עס ווערט אויסגערופן אן הכרזה אינעם וויזשניצער ביהמ"ד אין "בלומינגראוו", אז בפקודת כ"ק האדמו"ר שליט"א, וועט מען דא בגלילות העיר קרית יואל אננעמען דעם פסק פון הרה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל און נישט טון קיין מלאכות מוצ"ש בעפאר'ן זמן רבינו תם, כפסק המרא דאתרא ומנהג בני העיר
חסידי סאטמאר אומעטום, ובפרט תושבי קרית יואל והגלילות, נעמען אויף מיט שטארקע צופרידנהייט די גינסטיגע אנטוויקלונג אנבאלאנגט די שמירת שבת כהלכתה מבואו ועד צאתו, אויפ'ן זמן פון "שיטת רבינו תם" כדעתו וכרצונו העזה והברורה פונעם מייסד העיר ומרא דאתרא מרן הרה"ק מ'סאטמאר זיע"א.

ווי שוין ברייט באקאנט איז דער נושא ארויף אויפ'ן טיש אין די פארלאפענע תקופה, ווען עס איז אויפגעברענגט געווארן די ידיעה אז די חשוב'ע ישיבה און א צאל משפחות פון ק"ק וויזשניץ-וויליאמסבורג האבן קובע געווען משכנם אין די גלילות העיר קרית יואל, אינעם שכונת בלומינגראוו וואו עס וואוינען שוין הונדערטער תושבע העיר, זינט די שטאטישע גרעניצן האבן זיך פארשפרייט לארבע פינות בליעה"ר. דאס האט אויטאמאטיש געברענגט א שטארקע התעוררות צווישן חסידי סאטמאר, וועלכע האבן ארגינעל געזוכט אויפצונעמען די חשוב'ע נייע שכנים ביותרת הכבוד, אבער ווען ס'איז באקאנט געווארן אז עס קומט אריין א נייער מנהג בנוגע פסקו פונעם מרא דאתרא ומייסד העיר זי"ע וואס האט אנגענומען גאר שטארק להלכה גמורה דעם זמן רבינו תם, איז אנטשטאנען א שטארקער בקשה אז ס'זאל ווערן פארזיכערט אז עס קומט נישט ארויס חלילה קיין עגמת נפש און קיין פירצת חומות העיר ח"ו.

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם, האט דער סאטמארער רבי שליט"א אראפגעשיקט א בכבוד'דיגע משלחת פון רבני וראשי הקהלה, פארלייגן דעם נושא פון שמירת שב"ק ויו"ט כפי מנהג המקום וכפי רצון ודעת מייסדי'.

נאכפאלגנדיג האט דער סאטמארער רבי שליט"א ערווענט דעם נושא ביים שלחן הטהור ביומא דהילולא כ"ו אב, וואו ער האט ברייט מקיף געווען דעם געשפאנעם מצב בגלילות העיר, און אויסגעפירט מיט א האפענונג ותפלה להשי"ת אז דער ענין זאל ווערן מסודר, און מ'זאל קענען ווייטער אפהיטן די שטאט קרית יואל והגלילות עפ"י השקפתו ושיטתו וואס דער מרא דאתרא ומייסד העיר מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט און געוואלט עס זאל זיך אזוי פירן.

די בקשה בשם די טויזנטער בני העיר האט אצינד געברענגט א באגריסנדע רעאקציע מטעם ק"ק וויזשניץ וויליאמסבורג, וועלכע האבן אויסגעדרוקט גרייטקייט אויסצוארבעטן דעם ענין בדרכי נועם וישר, ווי ס'איז ספעציעל געקומען צום אויסדרוק ביים אפשטאט דעם נארוואס-פארלאפענעם ערש"ק כי תצא, פון א משלחת נכבדה בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-וויליאמסבורג שליט"א, צום שטוב פון הרבני החשוב ר' דוד עקשטיין הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב קרית יואל, וואו עס איז פארגעשטעלט געווארן די גרייטקייט צו קענען אויסארבעטן דעם נושא בדרכי שלום, ווי ס'איז דער וואונטש פון אלע תושבי העיר והגלילות.

די ראשי הקהילות האבן א שטיק צייט דיסקוסירט דעם נושא פון אלע אספעקטן, און ס'איז געווען צום באוואונדערן די ריינקייט לשם שמים פון אלע אנוועזנדע, ווי אזוי דער ענין ווערט אויסגעארבעט מיט א אמת'ן ווילן צו מסדר זיין דעם דיון אויף אן עמק השוה, על צד היותר טוב. די געמיינזאמע שמועסן האבן זיך דאן באצויגן איבער די טעכנישע פרטים וויאזוי צו פראקטיצירן די החלטות, וואס האט זיך שוין אנגעהויבן אויספירן מיט'ן אפיציעלער הכרזה דעם נאכפאלגענדן שב"ק תצא אינעם ביהמ"ד פון וויזשניץ אין בלומינגראוו, אז וויבאלד מען געפינט זיך בגלילות קרית יואל וועט מען האלטן דעם זמן רבינו תם מוצש"ק, און נישט טון קיין שום מלאכות ביז דאן כפי פסקו פונעם מייסד העיר.

אזוי איז אויך אויסגעשמועסט געווארן איבער א ווייטערדיגע פארשטענדעניש בס"ד צו יעדע נושא וואס פעלט זיך אויס צו היטן אויפ'ן כח הנהגת קדושת העיר, צו ארבעטן אינאיינעם אויף אן אופן וואס וועט מיט'ן אויבערשטנס הילף ברענגען די בעסטע רעזולטאטן פאר'ן עתיד הרוחני פון די הייליגע שטאט, צום צופרידנהייט פון די אריבער דרייסיג טויזנט בני העיר בליעה"ר, תלמידיו ותלמידי תלמידיו פונעם מייסד ומרא דאתרא מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, פאר וועם די פריידיגע אנטוויקלונג איז לנחת רוחו הטהורה.

האמת והשלום אהבו.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

ום ב' כי תבא תשפ''א

יעצט נאכמיטאג אום 3:00 איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א ארויסגעקומען קיין קרית יואל אויף א ביקור קודש בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י וויזניץ, ווי רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד, און מ'האט פארברענגט בידידות, בדברי תורה וחסידות, א לענגערע צייט.

רבינו שליט"א האט דערנאך מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו צום נייעם יאר, א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים, ולעומתו ברוך יאמרו מיט א ברכת השנה פאר רבינו שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט א מתנה, די ספרי לב אהרן אויף פרקי אבות. רבינו שליט"א האט דערנאך ארויסבאגלייט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביז צו די קאר.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ום ב' כי תבא תשפ''א

יעצט נאכמיטאג אום 3:00 איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א ארויסגעקומען קיין קרית יואל אויף א ביקור קודש בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י וויזניץ, ווי רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד, און מ'האט פארברענגט בידידות, בדברי תורה וחסידות, א לענגערע צייט.

רבינו שליט"א האט דערנאך מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו צום נייעם יאר, א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים, ולעומתו ברוך יאמרו מיט א ברכת השנה פאר רבינו שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט א מתנה, די ספרי לב אהרן אויף פרקי אבות. רבינו שליט"א האט דערנאך ארויסבאגלייט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביז צו די קאר.
בייגעלייגטע פיילס
66928e99-220d-4537-b5b7-619e4995d2c0.jpg
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב זייער הנאה פון די וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג. ווייל ער גייט אין די וועגן פון זיינע זיידעס. איך האב נישט קיין ספק שבעולם אז די אהבת ישראל און די אמרי חיים וואלטן געטוהן די זעלבע זאך. ווייל זיי זענען געוועהן קלוגער ווי זיך משוגע מאכן און זיך קריגן אויף שטותים. סאיז דא עכטע פראבלעמען אויף די וועלט, זיך קריגן פאר נערישקייטן? א קלוגע ערליכע מענטש זאגט, ביג דיעל וועל איך צולייגן אפאר מינוט צו שבת ווי איידער מאכן א מחלוקות און א פייער פאר גארנישט מיט נישט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: האדמו''ר מהר''א מסאטמאר דערקלערט קריג מיט וויזניץ

שליחה דורך moneyminded »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ום ב' כי תבא תשפ''א

יעצט נאכמיטאג אום 3:00 איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א ארויסגעקומען קיין קרית יואל אויף א ביקור קודש בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י וויזניץ, ווי רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד, און מ'האט פארברענגט בידידות, בדברי תורה וחסידות, א לענגערע צייט.

רבינו שליט"א האט דערנאך מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו צום נייעם יאר, א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים, ולעומתו ברוך יאמרו מיט א ברכת השנה פאר רבינו שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט א מתנה, די ספרי לב אהרן אויף פרקי אבות. רבינו שליט"א האט דערנאך ארויסבאגלייט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביז צו די קאר.
פארוואס איז דוד פארקאש אויסגעמעקט זיין פנים?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: האדמו''ר מהר''א מסאטמאר דערקלערט קריג מיט וויזניץ

שליחה דורך שארפןקאפ »

איך פערזענלעך מיין אז דער וויזניצער האט דא געווינען ער האט געוויזן איך בין נישט דא זיך צו שלאגן (ער וועט נאך ווערן ווי דער סקלענער אדער טאשער וואס אלע "סאטמארערע" וואס זענען נישט " סאטמארערע" וועלן זיך קוויטלען ביי אים)

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מ'קען שוין שליסן דאס אשכול?
אדער די קריג דא קעגן סאטמאר איז נאך ווייטער אין קראפט?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בד”וו קוקענדיג אויפן בילד זעהט מען בנו יחידו פון די וויזניצער רבי הרה”צ רבי חיים מאיר, איז אינטערסאנט צו באמערקן. סאיז כמעט נישטא קיין גרעסערע יחסן אויף די וועלט (אייניקלעך פון תלמידי הבעש”ט און חסידישע רבי׳ס) ווי ר’ חיים מאיר. איי וועט איר פרעגן, מיט וואס איז ער אנדערש ווי אלע האגער׳ס- רבי מאטעלעס אייניקלעך? ווייל דורך זיין מאמעס זייט איז ער אויך א צאנזער אייניקל.

לכאורה ר׳ מענדלע טייטלבוים פון וויליאמסבורג בן מוהר”א איז א גרעסערע יחסן ווי אים. זיין מאמע איז דאך א האגער און פון די אנדערע זייט איז צאנז און סיגוט. ר׳ חיים מאיר איז נישט קיין סיגוטער אייניקל און לכאורה נישט קיין אייניקל פון די ישמח משה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:מ'קען שוין שליסן דאס אשכול?
אדער די קריג דא קעגן סאטמאר איז נאך ווייטער אין קראפט?


כהאב א שאלה צו דיר? אויב איינער קוקט צו וויאזוי רבי אהרן האט זיך אויפגעפירט די לעצטע דרייסיג יאהר און ער האט א נעגעטיווע מיינוג קעגן אים מיינט דאס אז ער קריגט זיך מיט סאטמאר?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מיר ווייסן נישט גענוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט. אזוי פיל ווייסן מיר יא, אז צו די אויפירונג פונעם תורת מרדכי ז''ל, איז ער נישט צוגעקומען....
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:מיר ווייסן נישט גענוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט. אזוי פיל ווייסן מיר יא, אז צו די אויפירונג פונעם תורת מרדכי ז''ל, איז ער נישט צוגעקומען....


יא יא גוט געזאגט!!!

די גוטע חלק פון די תורת מרדכי איז געקומען ווייל ער איז געוועהן א וויזניצער אייניקל און זיך געקאכט אין די סבא קדישא. די קנאות און די נעגעטיווע חלק ווי זיך משוגע מאכן אויב איינער האט געמאכט א בילד איז געקומען פון זיין סאטמערער זייט... ווייל ער איז געוועהן א קנאי און געהאלטן רבי יואליש פאר איינע פון זיינע רביס.

קיין איין האגער פאר אים האט אמאל מוחה געוועהן ברבים אויף א צווייטן. רבי מאטעלע האט אלץ בחור פאר קורצע צייט געלערענט ביי רביה״ק מסאטמאר און זיך געהאלטן פאר א שטיקל תלמיד פון אים און ער איז די איינציגסטער האגער וואס האט זיך געקריגט מיט זיין אייגענע משפחה. די אהבת ישראל האט געהאט 8 ברידער אויסער אים און זיי האבן זיך אלע געלעבט בשלום. די אמרי חיים האט געהאט פיר ברידער חוץ אים (ווישעווער רב, דמשק אליעזר, מקור ברוך, און הרה״צ ר׳ שמואל אבא) זיי האבן זיך געלעבט ברודערלעך אינאיינעם. די לעצטער סערטער
רבי די חכמת אליעזר האט זיך געלעבט בשלום מיט זיין ברודער די ברכת משה איינער איז געוועהן די רבי און די צווייטער די ראש ישיבה
די היינטיגער אלע וויזניצער רביס זענען ממש די איינציגסטער גרויסע חסידות אויף די וועלט היינטיגער צייטן וואס קריגן זיך נישט ארום צווישן זיך און סאיז ממש ווי איין גרויסע חסידות אפילו מאנסי מיט בני ברק זענען זיך משדך צווישן זיך און לעבן באחדות און שטיצן די אנדערע רביס אויך.


פונקט די איין האגער וואס האט געהאט א טייטלבוים פאר א רבי האט זיך געקריגט...

יא יא You just proved my point!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

זיין ברודער האט זיך אויך געקריגט מיט זיין משפחה
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מצפצף האט געשריבן:זיין ברודער האט זיך אויך געקריגט מיט זיין משפחה


איה”נ. איך רעדט פון די גאנצע מהות, נישט נאר מחלוקות. די ישועות משה האט זיך טאקע פאר א שטיקל צייט געקריגט אבער ער האט נישט מוחה געוועהן אויף קיינעם ברבים- חוץ טאקע נאר אויף זיין ברודער מיט וועמען ער האט זיך געקריגט. ער האט נישט מקפיד געוועהן אויף קיין בילדער. און נישט אדאפטירט האלב פון די פרומע משוגעתן ווי זיין ברודער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

כוללנייעס ווערסיע. והבוחר יבחר


רבינו תם סאמעטוכע - כראנאלאגיע

די ווילעדזש אוו קרית דשאול האט די לאט אויף מאונטען קארנער 208, וויזשניץ האט געבעטן צו אפקויפן א קליין חלק צו בויען עפעס פאר די ישיבה.

ווען וויזניץ האט קאטעגאריש אפגעווארפן די פארלאנג צו שרייבן א בריוו אז אין בלומינגראוו זענען זיי זיך מתחייב צו האלטן דעם זמן רבינו תם לכל דבר, און זיך פולקאם אונטערווארפן אונטער די הנהגת העיר, האט דוד עקשטיין אנגעהויבן סטראשען אז אפגערעדט פון דעם וואס זיי גייען גארנישט באקומען פונעם שטח גייען זיי זיכער מאכן זיי צו לייגן פיסלעך אויף טריט און שריט ביז זיי גייען הייבן פיס.

די פארגאנגענע וואך איז דוד עקשטיין ארומגעלאפן זוכן פאר ר' הערש לייב ראזענבערג איבעראל נאך וואס ער האט אים מער נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן אבער ער האט נישט געקענט צוקומען צו אים.

פארגאנגענעם פרייטאג נאך די שמועס מיט סאטמאר רבי האט ר' הערש לייב מיט אנדערע חברי הנהלה קלארגעשטעלט פאר דוד עקשטיין אז זיי גייען נישט ארויסגעבן קיין שום מכתב, נאר בלויז אויסרופן אין ביהמ''ד ווי זיי האבן אפגעשמועסט מיט סאטמאר רבי שליט''א, אונז שיקן ביי זיי און אונז באקומען פערמיטס פון זיי, און אלע תושבי בלומינגראוו פירן זיך אויף זייער שיין צו אונז, אונז גייען טון וואס אונז ברויכן למען השלום, אבער מיר גייען זיך נישט לאזן דיקטירן פון די קרית יואל'ער הנהגה.

בצר לו האט דוד עקשטיין זיך דערזען אז די וויזשניצער האבן שוין באשלאסן און זענען אנטשלאסן זיך צו האלטן פעסט קעגן די דיקטאטורשאפט, האט ער זיך געבעטן אז כאטש איין זאך, וויזשניצער רבי זאל קומען אויף א באזוך ביי מהר''א, ער ברויך גארנישט איבער דעם ענין, אבער די ארונים זאלן מעגן שרייבן איבעראל אז דער וויזשניצער רבי האט זיך מתחייב געווען צו פולקאם צושטעלן אזוי זאלן זיי כאטש ארויסגיין אלץ געוואונער, זיי האבן אנגערופן צו וויזשניצער רבי אינדערהיים ווי דאס איז קאטעגאריש אפגעווארפן געווארן, זיי גייען נישט שפילן קיין געימס אויך נישט.
למעשה נאך לאנגע הפצרות פון דוד, און נאכן צוזאגן אז אויב דאס ווערט נאכגעגעבן געבן זיי אויף די גאנצע מערכה, איז באשטעטיגט געווארן אז וויזשניצער רבי גייט באזוכן מהר''א אין די קומענדיגע טעג און די ארונים גייען אויסרופן זיג.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

עס איז א פחד צו זען צו ווי בלינדע שנאה קען פירן א מענטש, ממש מען קען זיך צונאר לייגן פאר די גאנצע וועלט און ניטאמאל כאפן זיי ווי סטופיד זיי קוקן אויס.

ווען מהר''א איז ארויסגעקומען רעדן איבער שיטת ר''ת האט קיינער נישט געהאט קיין ספק אז די זאליס וועלן עס אראפרייסן יעדער האט געוואוסט אז זיי וועלן פארפירן אז מהר''א איז א בעל מחלוקה און זיי וועלן זיך אננעמען פאר וויזניץ.

נישט נאר דאס נאר יעדער קען גיי קוקן אפאר בלעטער ארויפציהר אין די סידור קידושין אשכול, גלייך נאך וואס עס איז באקאנט געווארן איבער די בריוו וואס מהר''א האט געשיקט בשתיקה - נאך פאר די דרשה -, זענען גלייך די זאליס ארויפגעשפרינגען אז מהר''א האט נישט קיין שום רעכט ארויפציצווינגען און פארלאנגען פון וויזניץ די סאטמארע זמן, ער וויל בלויז ווייזן אז ער איז בעה''ב,

און דאס אז טאקע די גאנצע צייט איבערגעחזרט געווארן נאכאמאל און נאכאמאל ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגן אינעם דערנעבענדיגע אשכול.

אבער מיטאמאל האט די ניגון זיך גענומען טוישן איינמאל און נאכאמאל.

קודם פרייטאג אינדערפרי האט מען נאך געזינגען מיטן אלטן ניגון אז מהרז''ל האט זיך געטראפן מיט וויזניץ און אים מחזק געווען ער זאל זיך נישט לאזן און ער זאל ווייטער אנגיין וויאזוי ער וויל.

א שעה שפעטער ווי נאר וויזניץ האט געמאלדן אז זיי שטעלן זיך צו הערט מען פליצלינג ''יא ס'געווען א טעות! מהרז''ל האט אים געזאגט נעכטן אז בפרהסיא זאל ער זיך צושטעלן''.

ווי נאר עס ווערט באקאנט אז מהאט גארנישט אויסגעריפן אין וויזניץ איבער בפרהסיא נאר פשוט אז אונז גיימיר זיך פירן אזויווי סאטמארע רבי זי''ע האט געוואלט, האט זיך עס פריש געטוישט אז ''אודאי! זמן ר''ת איז טאקע זייער וויכטיג און דעיס האט טאקע מהרז''ל פארלאנגט דאנערשטאג אבער מהר''א האט געוואלט אז ער זאל אינטערשרייבן דערויף וואס דעיס איז שוין נישט נארמאל''.

נאך אביסל שפעטער נאכן כאפן אז ווער ווייסט אפשר וועט טאקע וויזניץ שיקן א בריוו און אינטערשרייבן האט מען שוין געמוזט ארויסנעמען דער אור אלטן ספין אז מהר''א האט גאר פארלאנגט אז ער זאל אינטערשרייבן אז ער איז מקבל מרות פון מהר''א איבער אלע ענינים! און דעיס האט מהרז''ל געזאגט דאנערשטאג נאכט! אבער זמן ר''ת? אודאי פול פארס!

עטליכע טעג שפעטער: פריש! תיכף נאכן באזוך פון וויזניצע רבי ביי מהר''א וואס האט צווארפן אלע קארטן קומט ארויס נייעס ''יא מהר''א האט פארלאנגט אז און די קומענדיגע טעג מוז ער קומען באזוכן מהר''א (איי האסט דאך א מינוט צורק געזאגט אז וויזניץ פאלגט נישט מהר''א וועלכע גייט וואלגאריש נאר בלויז מהרז''ל? שוין א קשיא).

און עטס ווייסט וואס? די זאליס גלייבן עס! יעדע איינציגסטע ספין ווערט אנגענומען אן קיין שום קשיא! איי ס'שטימט נישט? איי פריער האסטו געזאגט פונקט פארקערט?

פרוביר נאר צו זאגן פאר אן ארויני אפילו האלב אזוינע ליגנטס גלייך וועט קומען די קשיא ''פון ווי ווייסטו? ווער איז דארט געווען און פארציילט? אדער מאך נישט משוגע, כ'האב נישט קיין נערוון צו דעי נארישע פייטס...

און עס אז נישט נאר יעצט, עס ציט זיך שוין אזוי פאר די לעצטע צענדליגע יארן ממש איינער געט א שיס אויס א מעשה און יעדע איינציגסטע זאלי קויפט עס אפ מיט התפעלות נישט קיין חילוק צו ס'מאכט סענס אדער נישט.

די בעסטע ביישפיל איז געווען ווען א שבת נאכן גרויסן כינוס כללי איז מהר''א געווען אויף שבת אין וויליאמסבורג און שבת נאכמיטאג האט ער פארגעלערנט פרק, און ממש א האלבע שעה נאכן זמן האט אנגעהויבן צירקילירן אז מהר''א האט געזאגט ביי פרק אז ''ב''ה אונז האמיר געהאט א גרויסע עולם ביים כינוס, אונז האמיר טאקע נישט אנגעפילט דעם גאנצן סטעדיום אבער די אנדערע צד האט אויך נישט אנגעפילט פאראיאר''!!!

אזויווי איר הערט! ממש דעי ווערטער! און יעדע זאלי האט עס געגלייבט מיטן פולסטן תמימות! קוקטס נאך די מעססעדשעס פון כולל נייעס!

ס'כאפט א פחד ווי שנאה איז ממש מעביר דעתו של אדם! מוועט גלייבן יעדע נאנסענס וואס א אפגעריסענע בחור שיקט ארויס אן אפילו א בלינק טון מיטן אויג, און ווען די ארויני זאגט אז ס'נישט אמת קומט א ''הא! קוק די ארוינים לייקענען עס, יעדן טאג דארפן זיי פארענטפערן זייער רביס דרשות!''

איך ווייס נישט וויאזוי די זאליס קענען אפילו פרובירן צו פארקויפן אז זיי מיינען דא עפעס לשם שמים אדער כבוד רביה''ק צו סיי וואס, אין די זעלבע צייט וואס זיי פרובירן ניטאמאל צו באהאלטן זייער פערזענליכע שנאה צו מהר''א, (איך וואלט זיי מדמה געווען צו די דעמאקראטישע פארטיי... ווער עס קען ביידע וועט צושטימען דערצו.)

שוין, אנטשולדיגט פאר די אריכות, נעקסט קעיס...
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אמת, די זאליס קענען נישט ספינען. זיי האבן זיך נישט דערלערנט דעם פאך, פארפאלן. זיי האבן נישט געהאט קיין שמואל ווידער וואס זאל זיי דאס אויסלערנען.

זיי דארפן זיך לערנען פון די אהרוינים. צום ביישפיל, די עטרת מייזעלס פרשה.

א. יעדער האט געקענסלט פון עטרת מייזעלס.

ב. יעדער טוישט צו די אוידאטוריום זאל.

ג. די זאליס געבן נישט צוריק דעפאזיטס.

ד. די זאליס טעראריזירן אז מ'מוז דארט חתונה מאכן.

ה. זיי געבן יא צוריק נאר די אהרוינים לאזן דארט חתונה מאכן.

ו. ביז אלול איז דא אויטאמאטיש רשות.

ז. פון ר"ח אלולאיז שוין נישטא קיין בוקינגס דארט.

ח. די בוקינגס פון נאך אלול איז מיט רשות.

ט. די חתונות פון אלול איז נאר דורך טעראר.

י. אלע ארוינישע זאלן צוזאמען האבן נאך מער חתונות.

יא. ס'איז פשוט די ביליגסטע זאל אין שטאט...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

יאפ! און אלע זאליס גייען יעצט גלייבן אז די ארוינים האבן טאקע פארקויפט דעי אלע ספינס..

איך האב נישט געגלייבט אז איך וועל אזוי שנעל קענען פראוון מיין פוינט
פארשפארט