יאסל ראקאווער האט געשריבן:די ווארט עקזיסטירט נישט. דאס אלעס.
א גוי ניצט לכאורה די ווארט אפאר טויזענט מאל א יאר. אבער אז א אפשערען, בר מצווה, יארצייט סעודה, כ"א כסליו איז א סעודה של מצווה און א בירטדעי פארטי איז נישטא, סעלברעיט מען טאקע נישט גארנישט. מ'איז מלאים כרימון מיט מצוות אבער ס'איז נישטא קיין individual celebration און אונזער לעקסיקאן.
די זעלבע צייט דארף ווען די גוי אדאפטירן די ווארט מזל טוב. Congratulations נעמט נישט איר פלאץ. לאמיר בייטן מיט זיי
מזל טוב!
לויט ווי אזוי איך פארשטיי דיינע ווערטער, זאגסט אז "עקזיסטירט נישט" מיינט נישט דווקא די ווארט אלס א לשון, נאר א ווארט אלס א מציאות. אבער אפי' דו מיינסט דוקא די ווארט אלס אן אויסדרוק, איז אויך נישט אויסגעשלאסן, עכ"פ, אז די אויסדרוק איז דא אפי' אן די זעלבע ווארט.
ווערטער און לשונות זענען בדרך כלל נישט קובע א מציאות, ספעציעל ווען זיי קראסען פון איין שפראך צו צווייטען. סעלעברעישאן איז אן עקספעריענס כאילו. ווען איינער צינדט ביי זיך אינדערהיים א יארצייט ליכט "איז עס" א סעלעברעישאן פון א מאורע. די זעלבע זאך איז ביי יום הולדת, אז מ'מאכט א לחיים אינדערהיים וכדו' "ווערט" דאס א סעלעברעישאן. נאך מער, אז א חרדי'שע יוד איז מחליט נישט צו מאכן א בירדעי פארטי, און אנשטאט דעם זאגט ער תהלים, איז דאס א סעלעברעישאן דורך פרעיאר, וואס דאס איז אויך איינע פון די אפיציעלע דעפענישאנס פון סעלעברעישאן, דהיינו א ריטועל ע"ש א געשעהניש. ס'האט געארנישט מיט יודען און גוים, אדער יחיד ווס. רבים. ס'איז סך הכל אז מ'געבט אן איינדערקענונג דורך עפעס א פעולה באיזה אופן שהוא.
די זעלבע זאך איז מיט קאנגרעטיולעשאנס, וואס די אפיציעלע דעפענישאן איז וואונטשען אדער אויסרומען, דהיינו מזל טוב, וואס איז אויך בעסיקלי א וואונטש. ווערטער מאכט נישט אויס למעשה, ווייל אין א יעדע שפראך איז בכל אופן די דעפענישאן די זעלבע, און מ'נוצט די זעלבע געדאנק סיי ביי יודען און גוים, סיי ביי יחיד ורבים, סיי ביי סעלעברעישאן און פייערן, און סיי ביי מזל טוב און קאנגרעטיולעשאנס.
נ.ב. דאס איז אפיציעלע דעפענישאנס פון די דערמאנטע ווערטער.