רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שאלה איז אבער וויפיל דער קאלעדש אינגערמאן פארדינט און וויפיל דער היימישער אינגערמאן פארדינט, ווי גרינג איז פאר׳ן קאלעדש אינגערמאן צו טרעפן א דשאב, פארהאנדעלן א גרעסערע געהאלט, באקומען א promotion, וכו׳. און בכלל, פארוואס האט דער וויליאמסבורגער דעוועלאפער געדארפט לויפן קיין מארין פארק צו טרעפן אן ארכיטעקט אויב ס׳דא אזויפיל אין וויליאמסבורג, לכאורה זענען דא געוויסע זאכן וואס נאר דער קאלעדש אינגערמאן קען טוהן. ווייסטו וואס, אויב איך וועל געדענקען וועל איך איהם פרעגן נעקסטע מאל איך טרעף איהם.
לגבי די באגאזש פון קאלעדש קענסטו אפשר מרחיב בדיבור זיין ווייל איך האב נישט קיין אהנונג פון וואס דו רעדסט, איך קען נישט כאפן וואסערע באגאזש איך האב צוגענומען פון קאלעדש.
דארפסט אויך רעכענען וואס דער דעגרי האט יענעם געקאסט. אויב האט ער שטודירט אן א אינקאם פינף יאר בעת ווען א אינגערמאן האט אנגעהויבן ארבייטן און זיך ארויפגעארבעט אין פינף יאר. ווער פארדינט מער. ווי ווייט איך פארשטיי איז אפי' פאר א שטודירטער א געהאלט פון מער ווי צוויי פופציג א יאר אויך נישט אזוי בנמצא, און אויב איינער איז דעטירמענד קען מען עס מאכן דא אן א דעגרי אויך. איך פערזענליך זעה נישט די גדולה פון א דעגרי אויב ס'איז נישט פאר דאקטעריי אדער צו פראקטיצירן געזעץ.