וועלט'ס בעלי תפילות

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

וועלט'ס בעלי תפילות

שליחה דורך חאצקל »

חזנים און זינגער זענען פאפולערע פיגורן פון וועמען ס'ווערט זייער א סך גערעדט, געשריבן און אנאליזירט אין פארשידענע פאבליקאציעס, זיי גיבן ארויס טעיפ'ס, גיבן קאנצערטן א.א.וו.
אנדערש איז אבער מיט בעלי תפילות, די וואס זענען נישט דוקה קיין חזנים, אבער דאווענען פארן עמוד מיט אן אויסגעריפענער בא'טעם'טקייט און זיסקייט (איך גיי נישט דא אריין גיין אין דעם חילוק פון א חזן אין א בעל תפילה, כ'מיין אז ס'איז מובן מאיליו) פון קיפקעס דא און דארט הערט מען אמאל רעדן דערוועגן אבער דאך איז עס נישט קיין אפיציעל אנערקענטער טעמא, ווארשינליך ווייל זייער פאך קאנצענטרירט זיך דוקא ביים עמוד און נישט אויף טעיפ'ס און אויף פלאטפארמעס מיט מוזיק הינטערוויילעכטץ, טראץ וואס פון די נגינה פון א גיטן בעל תפילה האט מען הנאה נישט ווייניגער ווי פון די נגינה פון א זינגער אויף א טעיפ, און זיין נגינה קען ארויס הייבן א דאווענען שבתים און ספעציעל ימים טובים אויף א געוואלדיגער פארנעם, און ווער רעדט נאך ימים נוראים.

איז לאמיר זיך נעמען איבער אזעלעכע בעלי תפילות וואס שם'ען אין א שטעטל אדער קהילה:

איך וועל דערמאנען ברוך אייזנבערג ע"ה וועלעכע איז גראדע זייער באקאנט געווען פון די קינדער טעיפ'ס, ער איז אויך געווען א גאר שיינער בעל תפילה.

דער פאפולערער אייזיק האניג הייסט אויך זייער א גיטער בעל תפילה

ירמי' דאמען וואס בעל תפילה'וועט אויך אויף טעיפ'ס איז דאך פאר יעדן באקאנט

מאיר ברוך קאהן, א שילוב פון בעל תפילה'שאפט און חזנות איז איבריג צו דערמאנען

ס'הייסט אז ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן דער סאטמארער דיין אין ווליאמסבורג איז א גיטער בעל נוסח און בעל תפילה, איך האב אים קיינמאל נישט געהערט, אבער כ'האט אזוי געהערט זאגן.

כ'באב געהערט אז אין אנטווערפן פלעגן זיין אויסגערופענע בעלי תפילות, פרץ לעפקאוויטש האט געהייסן דער שפוץ בעל תפילה לויטן סאטמארער אונגארישער געשמאק, און שאול הוטערער ע"ה האט געהייסן דער שפוץ בעל תפילה לויטן באבובער און גאליציאנער געשמאק. אויך ר' ברוך כהנא שליט"א איידעם פון ר' יעקל'ה מ'פשעווארסק איז געווען (און איז מעגליך נאך היינט אויך) א זעלטענער בעל תפילה.

וואס האט איר צו זאגן איבער בעלי תפילות?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ר' ברוך אייזענבערג ז"ל האב איך אליינס געהערט עטליכע מאל, ער איז געווען אן אויסערגעווענליכער שיינער בעל תפילה, איך קען דאס נישט פארגעסן.

עס איז ידוע אז ר' ירמי' דאמענ'ס פאטער פלעגט יארן לאנג דאווענען פארן עמוד (ער איז אויך געווען גאר א פיינער בעל תפילה) ימים נוראים, אין בעלזער שטיבל אין בני ברק, אויף רח' ירושלים, און ר' ירמי' פלעגט זיין דארט מיט אים צו זיין זיין משורר.

עס האט מיר אמאל פארציילט א איד וואס האט גארנישט מיט בעלזא, אז ער גייט אהין דאווענען יום כיפור, ווייל מיט אזא בעל תפילה און אזא משורר, פארגעסט ער בכלל אז ער פאסט.

פאר אידן וועלכע האבן ליב דעם סאטמאר'ער נוסח, בפרט דעם רבי זכיתויגןעלייני'ס קוועטש, איז ר' יחזקאל גאלד (מלפנים דומ"ץ סאטמאר מאנסי, ומלאחור אב"ד קהל שערי חסד) גאר א גוטער בעל תפילה, און אויך זייער שיין.

פון כמה אידן געהערט א דער פאפא רבי איז גאר א שיינער און ווארימער בעל תפילה (א פאפא'ער חסיד האט מיר אפילו אמאל געזאגט אז דאס איז די איינציגסטע כשרון וואס זיין רבי האט)

דער ספינקא'ר רבי ר' יעקב יוסף ווייס זצ"ל, איז געווען אן אויסנאם שיינער זיסער בעל תפילה, מיט א קול נעים מאוד, זייער שטארק, געשמאק, איך קען דאס גארנישט מסביר זיין. צווישן זיינע קינדער איז ר' נפתלי גאנץ א שיינער בעל תפילה, און ר' ישראל חיים (פון בני ברק) נאך בעסער, מאנכע זאגן גאר אז ער ענדלט גאר שטארק אין דעם טאטנ'ס דאווענען (איך קען נישט זאגן ווייל איך האב אים קיינמאל נישט געהערט).

דער ספינקא'ר רבי פון ירושלים ר' אברהם יצחק כהנא שליט"א איז גאר א שיינער בעל תפילה, זיין טאטע, ר' מרדכי דוד זצ"ל (א ברודער פון ר' ברוך פון אנטווערפן) איז אויך געווען, אבער דער זוהן איז נאך בעסער.

עד כאן וואס איך געדענק יעצט אויף די מינוט.
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

ר׳ יששכר גוטמאן און ר׳ יעקב אונגאר, זענען אויך ביידע באקאנט אלץ זייער גוטע בעלי תפילות ( חוץ פון זייער זינגען /חזנות),
און ביידע זענען זייער פיין.
!..If you go black, you'll never go back
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

האט איינער געזען די MP3 קאלעקשן פון בעלי תפילות אויף ימים נוראים?
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

איך וויל הערען פון עימיצער וואס האט געהאט די זכות צי הערן יוםטוב ערליך דאווענען ימים נוראים פארן עמוד. אדער אויב איינער האט עפעס ווידיאוס און דזשענעראל פון אים.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

הדד בן בדד האט געשריבן:פאר אידן וועלכע האבן ליב דעם סאטמאר'ער נוסח, בפרט דעם רבי זכיתויגןעלייני'ס קוועטש, איז ר' יחזקאל גאלד (מלפנים דומ"ץ סאטמאר מאנסי, ומלאחור אב"ד קהל שערי חסד) גאר א גוטער בעל תפילה, און אויך זייער שיין.


ס'איז דא וואס זאגן אז ר' מיכל פון ניקעלשבורג איז דאס בעסטע נאכזאגער פון סאקמיר רב. מ'קען דאס הערן ביי זיינע פורים טישן, און אויף די ניקלשבורג האטליין.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

סאטמארער רבי זצ"ל איז געווען באקאנט אלס הייליגער איד, ת"ח, א קליגער איד, א גרויסער מנהיג הדור, און אויך א רעדנער און דאווענער וואס נעמט איבער די ארומיגע. מיין שאלה איז נאר צו ער איז געווען א שיינע בעל תפילה, ד.ה. אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, צו עמיצער וואלט געווען אינטרעסירט אים צו הערן דאווענען אלס זיסקייט פון קול און נוסח (און נישט צוליב עקשען) אזוי ווי מ'ערווארטעט געווענליך פון א בעל תפילה?
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

היות מען קען נישט הערן די בעלי תפלות אויף קליפס רעדט מען דא אין די וועלט אריין. אויך יעדער ציבור האט אן אנדערע געשמאק, ביי יעדן חסיד איז דער רבי דער שענסטער בעל תפלה.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

למשל א סאטמארער חסיד וואס וועט מער גלייכן א סאטמארער גיטער בעל תפילה ווי למשל א באבובער גיטער בעל תפילה, וועט אבער אויך פארשטיין אז דער באבובער בעל תפילה איז א ספעציעלער בעל תפילה, נאר ער וועט מעגליך זאגן אז ס'איז נישט צו זיין געשמאק.

מיין שאלה איז צו ווען א פרעמדער איד זאל הערן דעם סאטמאערע רבי, צו ער וואלט אים בכלל באטיטלט אלס בעל תפילה?

אגב אז מ'רעדט פון רבי'שע בעלי תפילות האב איך זיך דערמאנט אז דער אמרי חיים האט אויך געהייסן א בעל תפילה נפלא. דער סקולענער רבי זצ"ל האט געהייסן א בעל תפילה אויף זיין שטייגער. אויך דער טאשער רבי שליט"א פלעגט צו זיין א בא'טעם'טער בעל תפילה נוסח זידיטשוב
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יואליש האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:פאר אידן וועלכע האבן ליב דעם סאטמאר'ער נוסח, בפרט דעם רבי זכיתויגןעלייני'ס קוועטש, איז ר' יחזקאל גאלד (מלפנים דומ"ץ סאטמאר מאנסי, ומלאחור אב"ד קהל שערי חסד) גאר א גוטער בעל תפילה, און אויך זייער שיין.


ס'איז דא וואס זאגן אז ר' מיכל פון ניקעלשבורג איז דאס בעסטע נאכזאגער פון סאקמיר רב. מ'קען דאס הערן ביי זיינע פורים טישן, און אויף די ניקלשבורג האטליין.


כ'האב שוין געהערט ביידע פון זיי, ר' יחזקאל גאלד און דער ניקלשבורגער.
ביידע זענען גאנץ שיין, אבער קיין איינער איז נישט גלייך צום סאטמאר רבי'ן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

משכיל האט געשריבן:היות מען קען נישט הערן די בעלי תפלות אויף קליפס רעדט מען דא אין די וועלט אריין. אויך יעדער ציבור האט אן אנדערע געשמאק, ביי יעדן חסיד איז דער רבי דער שענסטער בעל תפלה.

איך גלייב נישט אז אן ארויני וועט דיר זאגן אז זיין רבי איז א גוטער בעל תפילה, לעט אלאון דער שענסטער בעל תפילה.

איין מינוט, מיט זיי קען מען זיך נישט אויסרעכענען. נעווער מיינד.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זר. פליז, סטאפ!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שמעקעדיג האט געשריבן:זר. פליז, סטאפ!!

כאגעזאגט נעווער מיינד
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אה... נישט געכאפט.
נעווער דע לעס, כ'האב פארשטאנען דעם דזשוק, נאר ס'איז נישט אין פלאץ און נישט אין צייט..
וירח ה' את ריח הניחוח
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

חאצקל האט געשריבן:סאטמארער רבי זצ"ל איז געווען באקאנט אלס הייליגער איד, ת"ח, א קליגער איד, א גרויסער מנהיג הדור, און אויך א רעדנער און דאווענער וואס נעמט איבער די ארומיגע. מיין שאלה איז נאר צו ער איז געווען א שיינע בעל תפילה, ד.ה. אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, צו עמיצער וואלט געווען אינטרעסירט אים צו הערן דאווענען אלס זיסקייט פון קול און נוסח (און נישט צוליב עקשען) אזוי ווי מ'ערווארטעט געווענליך פון א בעל תפילה?

חצקאל, טיפע שאלה שאלת, און סי נישט דייקא אויפן סאטמארען רעבין זי"ע, נאר אויך לכאורה אויף אלע רעביס וואס זענען געווען שיינע בע"ת צוגלייך, א שטייגער ווי דער צעהלימער רבי זצ"ל וואס איז געווען באוואוסט אלץ גאר שיינע בע"ת, און נאך אנדערע אדמורי"ם וואס זענען געווען נודע אלץ שיינע בעלי תפלה, ווייל וויסן דארף מען אז א רבי וואס קען שיין דאווענען מיינט נישט אז "ס'גליטשט" זיך ארויס פון מויל א שיינע תנועה, נאר זיי האבן באמת געהאט א חוש און א געשמאק צו א שיין שטיקל נגינה/נוסח, סיז באקאנט אז דער סאטמארער רבי זי"ע האט מכבד געווען חזן יושע ווידער מיט א מי שברך, ער האט געגליכן די שיינע הנרות חנוכה, און ווען סיז איין יאר נישט געראטן, האט ער פארגעהאלטן ר' יקותיאל הערש'ן (ווערצבערגער) אז קומענדיגע יאר זאל זיין בעסערע ניגונים, רעדענדיג פןן ר' יקותיאל הערש, דארף מען ארויסברענגן ווי שטארק סאטמאר'ער רבי האט אים געגליכן צו הערן, מ'קען הערן אויפן טעיפ נאך 'עד ביאת שר שלום' ווי דער רבי רופט זיך אן 'יקותיאל הערש' (צו זינגען אודה, וואס ער פלעגט אלעמאל זינגען חוץ ווען צעהלימער רב איז געקומען צו ש"ס, האט די רבי אים מכבד געווען), דער 'יקותיאל הערש' אויסרופן פון רבי'ן האט א באזונדערן חן.

צוריק צו אונזער נושא, די אלע רבנים וואס האבן געקענט א שיין דאווענען, האבן באמת פארשטאנען דערצו אויך, דאס זעלבע מיטן פיטסבורגן רב ז"ל, די שיינע סליחות און הלל. נארוואס דען, א חלק פון די שיינקייט איז די "רעבישע חלק" וואס זיי לייגן אריין, דעם רעבישן קרעכץ, סאטמאר'ן רבי'ס תנועות, צעהלימער רבי'ס שיינע נוסח וויזאוי ער האט דאס שיין געדרייט, פיטסבורגער רבי'נס קרעכצן, דעעשע רבי'נס זיך צושרייען, דעיס איז אלעס אן אייגענארטיקייט וואס טאמער א הדיוט וועט דאס נאכזאגן וועט עס ווייט נישט האבן דעם זעלבן חן.

בקיצור, א רבי וואס דאווענט שיין איז א עקסטערע באגריף, און אן ספעציעלער מתנה פאר די באטרעפענדע חסידות. איך וואלט אפי' געזאגט אז א רבי וואס דאווענט שיין איז נאך שענער ווי א חזן אדער סתם שיינע בע"ת, און איך רעד מוזיק-ווייז.
סאו חצקאל, אויף דיין שאלה בעצם האבעך נישט קיין ענטפער, ווייל א רבי'שע שיינע בע"ת איז א אנדערע מין מציאות ווי א סתם בע"ת, ס'איז עפעס מער.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:זר. פליז, סטאפ!!

כאגעזאגט נעווער מיינד

ס'דא א "נעווער מיינד" קנעפל אויף א קאמפיוטער עס רופט זיך DELETE
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

סאטמאר רבי ז"ל איז קלאר געווען זייער א שיינע בעל תפילה היורד לחדרי בטן, געהאט א שטארקע זיסע קול און זייער גוט געזאגט נוסח,
ברך משה איז שוין געווען אביסל אינטערגעפאנפעט,
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

קווארטין, דו רעדסט מיט דעת
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

איך האב געהערט אז אין לונדון פאר איבער דרייסיג יאר צוריק איז געווען א גאר אויסעגעריפענער ימים נוראים בעל תפילה אין סאטמער בית המדרש לויט זייער געשמאק, וואס דער סאטמארער עולם האט זייער געגליכן, איך קען זיך נישט דערמאנען זיין נאמען.

אויך ר' שלמה טאגער ע"ה פון לונדון האט געהייסן א גאר גיטער בעל תפילה

טאמער איינער ווייסט עפעס מער אינפערמעישן, איז מכובד צו מרחיב זיין איבער זיי
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

אין בארא פארק איז דא א זעלטן שיינער בעל תפילה מיט לעצטן נאמען "בלייער", איך דערמאן זיך נישט זיין ערשטער נאמען, מענטשן זאגן אז ער איז א יחיד בדורו,

ווייסט איינער פון וועם איך רעד, און אויב יא, האט אים איינער געהערט?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קענסט גיין פון איין ביהמ"ד צום צווייטן, רובם ככולם נעמען היינט שיינע בעלי תפלה, ווער בחנם ווער פאר געלט...
וירח ה' את ריח הניחוח
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

קווארטין האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:סאטמארער רבי זצ"ל איז געווען באקאנט אלס הייליגער איד, ת"ח, א קליגער איד, א גרויסער מנהיג הדור, און אויך א רעדנער און דאווענער וואס נעמט איבער די ארומיגע. מיין שאלה איז נאר צו ער איז געווען א שיינע בעל תפילה, ד.ה. אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, צו עמיצער וואלט געווען אינטרעסירט אים צו הערן דאווענען אלס זיסקייט פון קול און נוסח (און נישט צוליב עקשען) אזוי ווי מ'ערווארטעט געווענליך פון א בעל תפילה?

חצקאל, טיפע שאלה שאלת, און סי נישט דייקא אויפן סאטמארען רעבין זי"ע, נאר אויך לכאורה אויף אלע רעביס וואס זענען געווען שיינע בע"ת צוגלייך, א שטייגער ווי דער צעהלימער רבי זצ"ל וואס איז געווען באוואוסט אלץ גאר שיינע בע"ת, און נאך אנדערע אדמורי"ם וואס זענען געווען נודע אלץ שיינע בעלי תפלה, ווייל וויסן דארף מען אז א רבי וואס קען שיין דאווענען מיינט נישט אז "ס'גליטשט" זיך ארויס פון מויל א שיינע תנועה, נאר זיי האבן באמת געהאט א חוש און א געשמאק צו א שיין שטיקל נגינה/נוסח, סיז באקאנט אז דער סאטמארער רבי זי"ע האט מכבד געווען חזן יושע ווידער מיט א מי שברך, ער האט געגליכן די שיינע הנרות חנוכה, און ווען סיז איין יאר נישט געראטן, האט ער פארגעהאלטן ר' יקותיאל הערש'ן (ווערצבערגער) אז קומענדיגע יאר זאל זיין בעסערע ניגונים, רעדענדיג פןן ר' יקותיאל הערש, דארף מען ארויסברענגן ווי שטארק סאטמאר'ער רבי האט אים געגליכן צו הערן, מ'קען הערן אויפן טעיפ נאך 'עד ביאת שר שלום' ווי דער רבי רופט זיך אן 'יקותיאל הערש' (צו זינגען אודה, וואס ער פלעגט אלעמאל זינגען חוץ ווען צעהלימער רב איז געקומען צו ש"ס, האט די רבי אים מכבד געווען), דער 'יקותיאל הערש' אויסרופן פון רבי'ן האט א באזונדערן חן.

צוריק צו אונזער נושא, די אלע רבנים וואס האבן געקענט א שיין דאווענען, האבן באמת פארשטאנען דערצו אויך, דאס זעלבע מיטן פיטסבורגן רב ז"ל, די שיינע סליחות און הלל. נארוואס דען, א חלק פון די שיינקייט איז די "רעבישע חלק" וואס זיי לייגן אריין, דעם רעבישן קרעכץ, סאטמאר'ן רבי'ס תנועות, צעהלימער רבי'ס שיינע נוסח וויזאוי ער האט דאס שיין געדרייט, פיטסבורגער רבי'נס קרעכצן, דעעשע רבי'נס זיך צושרייען, דעיס איז אלעס אן אייגענארטיקייט וואס טאמער א הדיוט וועט דאס נאכזאגן וועט עס ווייט נישט האבן דעם זעלבן חן.

בקיצור, א רבי וואס דאווענט שיין איז א עקסטערע באגריף, און אן ספעציעלער מתנה פאר די באטרעפענדע חסידות. איך וואלט אפי' געזאגט אז א רבי וואס דאווענט שיין איז נאך שענער ווי א חזן אדער סתם שיינע בע"ת, און איך רעד מוזיק-ווייז.
סאו חצקאל, אויף דיין שאלה בעצם האבעך נישט קיין ענטפער, ווייל א רבי'שע שיינע בע"ת איז א אנדערע מין מציאות ווי א סתם בע"ת, ס'איז עפעס מער.

HADAD get yourself a tape from the puppa ruv ztz"l. Megilah. Slichos & tell me your mevinas. Btw R' Buroch Eisnberg says mostly puppe ruv ztz" or R' duved boim a"h. !
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

משה גאלדבערג א מיטליעריגער באבובער חסיד פון אנטווערפן איז א וועלטס בעל תפילה, איך האב אים איינמאל זוכה געווען צו הערן, איך מיט די אלע ארומיגע וואס האבן אים געהערט זענען געשטאנען ממש פארגאפט פון זיין דאווענען
פארשפארט