אומאן ר"ה תשפ"ב
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
אומאן ר"ה תשפ"ב
לערנענדיג אינעם היינטיגן דף, סוכה ל"ג, די סוגיא פון יש דיחוי או אין דיחוי אצל מצוות. האב איך געטראכט ביי מיר צו אומאן ר"ה קען דינען ווי אן עקזעמפעל צו מ'פסקנט יש דיחוי או אין דיחוי אצל מצוות??
אומאן אידאך געווען פארמאכט פאראיאר מ'האט קיינעם נישט אריין געלאזט. אוודאי זענען געווען עטליכע מסירת נפש אידן וואס האבן געהאלטן אז דאס נישט אריין לאזן איז די זעלבע ווי בשעת השמד און מ'מוז זיך מוסר נפש זיין דערויף אזויווי ערקא דמסאני.
. אבער די שאלה איז נישט לגבי די געהויבענע מסירות נפש אידן, נאר לגבי די פשוטי המון עם. צו וויבאלד פאראיאר איז געווען א דיחוי אין מ'האט נישט געקענט אנקומען דארט, הייסט דאס דיחוי מעיקרא, און הואיל ואידחי אידחי? אדער ווי די גמ' בלייבט אין די מסקנא אז דיחוי מעיקרא לא שמיה דיחוי.
אדער קען עס אריין גיין אין די שאלה פון נראה ונדחה ווייל למעשה אויב וואלט מען ווען געפארן אסאך פריער וואלט מען עס ווען יא געקענט מאכן און דארט בלייבן אזוי ווי די ערקא דמסאני'שע אידן האבן געטוהן??
אזוי ליגענדיג אריינגעטוהן אינעם סוגיא מיט מיין קאפ איבערגעבויגן איבערן גמ' מיט די הינטערשטע עקן פון מיין בארד אריינגעשטעקט צווישן מיינע פאדערשטע ציינער. איז מיר אריין געקומען אין קאפ א פרישע שאלה צו אומאן ר"ה איז א מצות עשה שהזמן גרמא אדער נישט?
די צד אז יא, איז ווי מ'זעהט דאך אז נאר אויף ר"ה האט ר' נתן מעיד געווען אז זיין רבי האט מבטיח געווען ארויס צו שלעפן מיט די פאות פון גיהנם. פון די אנדערע זייט, קען מען אפשר קלערן צו בעצם דאס וואס זיין תלמיד ר' נתן האט מעיד געווען אויף זיין רבי'ן גייט נאר אן אויף ר"ה צו אויף אגאנץ יאר אויך?
לכאורה איז משמע פון דעם שטארקן לשון "ארויסציען מיט די פיאות פון גיהנם" אז בעצם איז א מצוה צו זיין דארט אגאנץ יאר. און דאס קען מען ארויסלערנען פון א קל וחומר פון ארץ ישראל, נאר דיו לבא מן הדין להיות כנידון און אז פון ארץ ישראל מעג מען ארויסגיין לחוץ לארץ פאר דריי וויכטיגע זאכן ללמוד תורה, לישא אשה און לצורך פרנסה מעג מען פון אומאן זיכער, קומט אויס לפי זה אז אז ס'נישט קיין מצות עשה שהזמן גרמא במילא איז עס אויך נישט א דיחוי מעיקרא און זיכער נישט קיין נראה ונידחי.
ס'נאך דא אסאך פשט'לך דן צו זיין איבער דעם אומאן סוגיא אבער דאס וועל איך איבערלאזן פאר מיינע חברים דא אין שטיבל.
דיסקלעימר!
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אומאן. הגם כ'האב שוין געהאט אפפערס פון חברים מיך אפילו אויסצוצאלן א בילעט, אבער כ'בין צו א באקוועמער מענטש, און כ'וויל זיין צוזאמען מיט פאמיליע און זעהט אויס אז נאך אלעמען קען איך מיך נאכאלץ נישט שיידן פונעם באקס, דעריבער זוך איך תירוצים.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk

- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
איי ווי ס'ציפט מיר ווען מ'רעדט פון אומן.....מיין רעבע לאזט נישט פארן אהין....
פארשטייט זיך אז ביי מיין חסידות דעדרוקט מען קיינעם נישט, מ'איז גאר אפען און מ'מישט זיך נישט אריין אין פריוואטע לעבנס, אדער וואס זאל מען טון אז אומן איז ממש א געפערליכע עוולה וואס מען קען נישט צולאזן.
פאשטייט זיך אונז צווינגען נישט קיינעם צו בלייבן דא, אבער אך און וויי אויב דו פיצט אפ. ביסט א כופר, ממזר, מעשיגענער פאר'ן האבן אזעלכע מחשבות בכלל.

- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: אומאן ר"ה תשפ"ב
אז מ'וועט ווייטער ספינען דיין ספין וועט לכאורה אויסקומען אז אויב איז דאס א מצוות עשה שהזמן גרמא דאן פארשטייט מען אז ס'נישט דא קיין חיוב פאר פרויען צו גיין (וכך עמא דבר)
אבער פון די אנדערע זייט האט ר' נחמן געזאגט אז ''ווער עס גלייבט אין גאט דארף קומען'' איז דאך עס א בפירוש'ע ריבוי אז אפילו פרויען דארפן קומען, איז וויאזוי קענען די רבנים זאגן אז פרויען זאלן נישט קומען!?
וועט מען דארפן זאגן אז די רבנים זענען חושש אויף א נדנוד מחשבה אז פרויען זענען מעגליך גלייך צו מענער וואס דאן איז מען דאך עובר אויפן לאו פון ''ולא תהיה כהנת ככהן, ופונדקית כפונדק'' ממילא קענען זיי עוקר דעם עשה פאר פרויען צו קומען בשב ואל תעשה כמבואר ביבמות (דרך אגב, דאכצעך זאגט נישט די גמרא דארט קיין מקור בכלל אז די תורה האט געגעבן א כח עוקר צו זיין, נאר די גמרא פטר'ט עס אפ מיט א ''שב ואל תעשה שאני''.. ואשרי המאמין)
אבער דאס איז נאר פאר א פרוי וואס געפונט זיך נישט אין אומאן אבער א פרוי וואס געפינט זיך אין אומאן טאר לכאורה נישט אוועקגיין.. וכך אני פוסק לכל האוקראיניות ששואלות אותי..
ור' נחמן יהיה בעוזרי שלא אגלה פנים בתורתו שלא כהלכה חלילה אמן כן יהי רצון.

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס זעהט אויס אז ס׳קומט אראפ צו ווי אזוי ״מ׳לערענט אפ פשט״ אין די גמרא (ברכות חי:) מעשה בחסיד אחד שנתן דינר לעני בערב ר״ה והקניטתו אשתו והלך ולן בבית הקברות וכו׳ ע״ש. והיינו, צי איז דאס אז ער איז געגאנגען לבית הקברות בערב ר״ה אליין אנע ווייב נאר וויבאלד הקניטתו, אדער ווייל פרויען גייען נישט סתם אזוי?…
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 123
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
- האט שוין געלייקט: 240 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
Re: אומאן ר"ה תשפ"ב
כמה תיקונים:
ארויס נעמען פון "שאול תחתית"
שוין געווען אסאך יארן וואס עס האבן זיך באטייליגט נאר א קבוצה מצומצמת ביים קיבוץ (אין די קאמיניסטישע צייטן) דאס מאכט עס נישט אלץ א דיחוי.
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

ועוד די ענין פון ארויס ציען פון שאול תחתית האט נישט מיט ראש השנה עס האט מיטן געבן צדקה און זאגן תיקון הכללי.
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני האט געשריבן:עס זעהט אויס אז ס׳קומט אראפ צו ווי אזוי ״מ׳לערענט אפ פשט״ אין די גמרא (ברכות חי:) מעשה בחסיד אחד שנתן דינר לעני בערב ר״ה והקניטתו אשתו והלך ולן בבית הקברות וכו׳ ע״ש. והיינו, צי איז דאס אז ער איז געגאנגען לבית הקברות בערב ר״ה אליין אנע ווייב נאר וויבאלד הקניטתו, אדער ווייל פרויען גייען נישט סתם אזוי?…
מי אני: ער איז געגאנגען צו די בית הקברות ווייל ער האט געוואלט זיין במנוחה און האבן התבודדות. ווייל נארמאל די מתים רעדן דאך נישט. ס'איז שא שטיל.אבער אין דעם פאל וואו ער האט געוואלט אוועקלויפן פון די רעדן...!
מ'לערנט ארויס דערפון אז די פרויען אפילו נאך זיי ווערן נפטר פלאפלען זיי אויך...!
That's my take on the story...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דיסקלעימר!
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אומאן. הגם כ'האב שוין געהאט אפפערס פון חברים מיך אפילו אויסצוצאלן א בילעט, אבער כ'בין צו א באקוועמער מענטש, און כ'וויל זיין צוזאמען מיט פאמיליע און זעהט אויס אז נאך אלעמען קען איך מיך נאכאלץ נישט שיידן פונעם באקס, דעריבער זוך איך תירוצים.
איך האב א סקווירער חבר וואס א ברעסלבער האט זיך אנגעטשעפעט אין איהם אז ער וויל איהם אויסצאלן א טיקעט קיין אומאן, וואס האסטו צו פארלירן? האט צו איהם יענער אויבערחכם גע׳טענה׳ט, האט ער איהם צוריקגעפאפפערט אויסצוצאלן שטיוול צו גיין דערמיט יעדן שבת. מארעל אוו די סטארי, יעדער זאל זיך האלטן זיינע גארבידש (BS = Belief System) ביי זיך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that