לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

[justify]טייערע חברים וידידים,
ווען וועלט איז געווען וועלט האב איך געהאט צייט צו שרייבן לאנגע מגילות אנגעפילט מיט פורים תורות און מיינע בויכ-שמערצן. אפגעזעהן צו מ'האט מסכים געווען צו נישט, ס'געווען לעבעדיג. ב"ה היינטיגע טעג בין איך א סאך מער פארנומען אום כ'האב ווייניגער צייט צו סאציאליזירן בכלל, ובפרט דא אין שטיבל, אבער יעצט איז א הכרח.
מ'האט מיר מכבד געווען ארויסצוהעלפן מיט א וויכטיגע צוועק און כ'האב געפילט אז די חברי הק"ש וואלטן נישט געוואלט פארפאסן די געלעגנהייט צו שטיצן אזא חשוב'ע צוועק. האב איך געמאכט א באזונדרע בלאט מיט מיין ניק (אויסער איינס מיט מיין ריכטיגע נאמען).
אויב ווייסט איר נאכנישט איבער שמעון הצדיק, דער ראש הישיבה פון ישיבת תורת אפרים – תלפיות און זיין הייליגע ישיבה, דאן גיבט א קליק אויפן לינק פונעם קאמפיין וועט איר זעהן אביסל פרטים.
בקיצור ממש. ווער עס קען רבי שמעון סעמפ פון דער נאנט וועט מעיד זיין אז עס זענען נישט פארהאן א סאך אזעלכע בדורנו. ער איז א איד וואס לעבט ניינציג פראצענט פון זיין לעבן פאר אנדערע אידנ'ס וועגן. א איש בין אנשים, טאלאנטפולע רעדנער, אויסערגעווענטליכע מחנך מיט א הארץ אזוי גרויס ווי עוג מלך הבשן. ער האט שוין אויפגעטון גדולות ונצורות ביי זיין ישיבה און אויך אין אנדערע ישיבות וואס האבן נאכגעמאכט געוויסע נקודות פון זיין ישיבה.
ער באלאנגט נישט צו קיין קהלה אדער מוסד, ער איז א שליח פון כלל ישראל, ובפרט פון כלל חסידים.
אויב ווילט איר וויסן סיי וואס איבער די ישיבה קענט איר מיר אנפרעגן אין אישי אדער דא, און איך וועל בל"נ ענטפערן ווען איך קום צוריק נאך די וויקענד.
מער אין ק"ש איבער דער ישיבה:
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=5990
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=4365
צו זעהן רבי שמעון אויף יוטוב:
https://www.youtube.com/channel/UCDo54o ... 9R7WobzDGg
יעצט א בקשה מעומק הלב.
עשה למעני
עשה למענך אם לא למעננו
עשה למען רבי שמעון הצדיק
עשה למען הגרש"י יאזעפאוויטש וואס איז דער קאפ אונטער דער ישיבה
עשה למען חינוך עם שכל ולב
עשה למען תינוקות של בית רבן
עשה למען העושים מעשים ואינם מסתפקים בידבורים בעלמא
עשה למען וועלכע סיבה איר ווילט אבער גיב שוין
גיב א סאך אדער גיב איין דאלער אבער זייט אייך ביטע משתתף מיט די גאנצע הארץ.
ובזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צו זעהן בתקומת ישראל מיט א סאך געלט און כל משאלות לבכם.
יישר כח מראש,
ידידכם הוגה[/justify]
.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הוגה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
א לייק איז גענוג אדער ס'מוז א קרעדיט קארד??
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:א לייק איז גענוג אדער ס'מוז א קרעדיט קארד??
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
ירא שמים יוצא ידי שניהם. אבער בדיעבד קען מען יוצא זיין אן א לייק אויך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:א לייק איז גענוג אדער ס'מוז א קרעדיט קארד??
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער: הלואי ואלט מען געקענט צאללן די עלעקטריק און געז ביללס מיט ..."לייקס פון קאווע שטיבל"...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה. איך האב אמאל געטון (עלעקטריק) ארבעט פאר א חשוב'ן איד. ר' גרשון דזשעיקאבסאן, ע"ה. דער אייגנטומער פון דעם ..."אלגעמיינער זשורנאל"... וועלכער האט בשעתו געמאכט ..."ברויט אויף הויזן"...! האט ער מיר געוואלט באצאללן מיט עדס פאר מיין ארבעט. האביך איהם געפרעגט אויב איך קען קויפן א פאר חלות און א באטל גרעיפ דזשוס אויף שבת אין גראסערי פאר זיינע עדס...! אויך האביך איהם געפרעגט אויב סוף וואך נעמט ער אהיים א פאר עדס.פון זיין צייטונג. אדער א טשעק...! לאל...!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
לול. איי לאוו יו בערל בעלעגלה!
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
חתם סופר האט געשריבן:וואס טוהט זיך מיט גילוי?
איך בין נישט זיכער וואס די קאמפיין פירער קענען זעהן אבער איך קען נאר זעהן וואס מ'פאוסט אין פאבליק. איך וואלט גע' עצהט אז דער וואס האט מורא משום גילוי זאל ליתר תוקף נישט לייגן די אימעיל אדרעס וואס טראגט זייער נאמען.
די גרעסערע שאלה איז אבער וואס וועט זיין מיט אזא חשוב'ע ישיבה? וואס וועט זיין מיט די הייליגע בחורים וואס לעכצן ס"ה צו די זעלבע זאך וואס מיר אלע דארפן, עקסעפטענס?
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
וואס איז דער פראבלעם? קאפי פעיסט די לינק, און גיי אריין דערין פרייוועטלי. העכסטענס אז דו ווילסט קענסטו צולייגן אלץ א רערפערנס @הוגה'ס עכטע נאמען און קיינער וועט נישט וויסן ווער דו ביסט אין באהעלטעניש! והכל על מקומו יבא בשלוםחתם סופר האט געשריבן:וואס טוהט זיך מיט גילוי?
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
הוגה האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:וואס טוהט זיך מיט גילוי?
איך בין נישט זיכער וואס די קאמפיין פירער קענען זעהן אבער איך קען נאר זעהן וואס מ'פאוסט אין פאבליק. איך וואלט גע' עצהט אז דער וואס האט מורא משום גילוי זאל ליתר תוקף נישט לייגן די אימעיל אדרעס וואס טראגט זייער נאמען.
.
פון דיך האב איך נישט מורא.... טאקע נאר פון די קאמפיין פירערס. זיי קענען דאך זעהן מיין קרעדיט קארטעל, ניין? (איך זיך נישט קיינעם צו אנשרעקן, פארקערט איך וויל געבן אבער איך וויל זיין זיכער אז ס'געשעהט נישט קיין גילוי)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
די security feature פון די קאמפיין וועבזייטלעך זענען זייער שוואך, און ס'איז פשוט פארוואס; קיינער גנב'ט נישט קיין קרעדיט קארטעלך צו געבן צדקה. און אפילו אויב יא, וועלן זיי עס אראפ נעמן פון די קאסע בעוד מועד. וואס האבן זיי שוין געגעבן פאר עס? א שכויעך אין פאבליק, וכו'
וועל איך ענק פארציילין אז איך האב געגעבן א נתונה משום כבוד @הוגה און די קרעדיט קארטעל אינפארמאציע וואס איך האב געגעבן איז אלעס געווען און מיין פאמיליע נאמען ראקאווער. ס'האט עס מקבל געווען בסבר פנים.

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ישעיה האט געשריבן:הוגה, ביי די ערשטע הודעה קען מען פארזעהן דעם פינטל, אפשר מאך עס bold.
העי! פופציג דאלער פער טשעפע. ס'נישט קיין פרי קאנטרי דא...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:וועל איך ענק פארציילין אז איך האב געגעבן א נתונה משום כבוד @הוגה און די קרעדיט קארטעל אינפארמאציע וואס איך האב געגעבן איז אלעס געווען און מיין פאמיליע נאמען ראקאווער. ס'האט עס מקבל געווען בסבר פנים.
יישר כח פארן מיטטיילן די אינפארמאציע. מ'דארף נישט געבען די עכטע נאמען אפילו פאר די קרעדיט קארד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]חברה. פאר דרייצן יאר צוריק האט רבי שמעון סעמפ מיר געבעטן צו ווערן די אדמיניסטראטאר פונעם ישיבה, אבער כ'האב נישט געהאט קיין שום אינטערעסע אין אזא פאסטן. האט ער מיר געלאדענט צו באזיכן די ישיבה ווען אימער איך וויל נאר, אן מודיע זיין פון פאראויס. אפאר טעג שפעטער האב איך טאקע באזוכט די ישיבה און נאך דריי שעה בין איך אזוי נתפעל געווארן אז איך האב אנגענומען די דזשאב אויפן פלאץ. כ'האב געפילט אז עס איז א זכייה צו העלפן אזא געוואלדיגע פלאץ. איך האב דארט געארבייט פאר דריי יאר אבער איך בין ביזן היינטיגע טאג אינוואלווד מיט די ישיבה און מיט די הייליגע תלמידים.
העלפט מיר ארויסהעלפן די הייליגע בחורים און ווארפט אריין דא אפאר דאלער כפי יכולתכם.
.[/justify]
העלפט מיר ארויסהעלפן די הייליגע בחורים און ווארפט אריין דא אפאר דאלער כפי יכולתכם.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]מה נשתנה?
איבער די נעקסטע טעג וועל איך פרובירן איבערגעבן אביסל פרטים און קליינע אנעקדאטן איבער דער חשוב'ע ישיבה און אזוי ארום וועט איר פארשטיין פארוואס איר ווילט עס שטיצן.
1) עס טוט אייך וויי די אלע לא נתקבלס? עס דרוקט אייך עד דיכדוכי של נפש? שטעלט אייך פאר ווי רידזשעקטעד דער בחור אליין פילט און וויאזוי זיין טאטע און מאמע פילן. רבי שמעון נעמט אן ווארים א יעדע בחור וואס וויל גיין אין ישיבה. רבי שמעון האט א וויזיע, עווענטואל וויל ער פארברייטערן זיין סיסטעם און אוועקשטעלן א (אזוי גערופענע) "געהעריגע" ישיבה, און אזוי איינגלידערן זיינע געוואלדיגע אויפטוענגן ביים ברייטערע המון עם. אבער עוד חזון וכו'.
2) א יעדע וועט מסכים זיין אז א סדר היום פון זיבן אזייגער צופרי ביז צען אזייגער ביינאכט פון נאר לערנען און דאווענען איז נישט געמאכט פאר אלע. א סאך דא וועלן אפילו האלטן אז ס'נישט געמאכט פאר (כמעט) קיינעם. דער ישיבה האט אויך אן אנגעפאקטע סדר היום מבקר עד הערב, אבער מען לערנט אלעס וואס עס פעלט זיך אויס צו לערנען צו קענען זיין א סוקסעספול מאן, טאטע, און סאסייעטי מעמבער. מען לערנט סאשעל סקילס. מען בויט די סעלף קאנפידענס דורך פאבליק ספיקינג, דאווענען פארן עמוד, ליינען אד"ג. יא, פאבליק ספיקינג איז אן אפיציעלע לימוד. דער בחור לערנט ריספאנסיביליטי דורכן טראגן די אחריות פונעם ישיבה (מער איבער דעם שפעטער). מען לערנט תולדות עם ישראל. מען לערנט אלעס ארום די מועדים וזמנים בהלכה והשקפה ובמעשה ידים(מער איבער דעם שפעטער).
https://www.dryveup.com/te/33743

[justify]א גרויסע יישר כח חשובע [tag]ראש הישיבה[/tag] (נישט פון דער ישיבה, פון אן אנדערע ישיבה) פאר אייער נתינה.
יישר כח [tag]שמחהלע קאפשטיק[/tag] פאר די נתינה און פאר די לאוו. די לאוו איז מיוטשועל.
א גרויסע יישר כח @BMG פאר די ברייטע נתינה און פארן זיך אידענטיפיצירן פאר מיר אז איך זאל מיך קענען באדאנקן געהעריג. You always put your money where your mouth is.
רבותי, נאך 58 דאלער אנצוקומען צו א גלאטע 500. ווער וויל האבן די זכייה?
.[/justify]
יישר כח [tag]שמחהלע קאפשטיק[/tag] פאר די נתינה און פאר די לאוו. די לאוו איז מיוטשועל.
א גרויסע יישר כח @BMG פאר די ברייטע נתינה און פארן זיך אידענטיפיצירן פאר מיר אז איך זאל מיך קענען באדאנקן געהעריג. You always put your money where your mouth is.
רבותי, נאך 58 דאלער אנצוקומען צו א גלאטע 500. ווער וויל האבן די זכייה?
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך אויך האט געשריבן:וויפיל בחורים לערנען כהיום אין די ישיבה?
איך קען נישט די פונקטליכע נומער היינט (כ'קען פרעגן) אבער די ישיבה איז אלעמאל געווען צאמגעשטעלט פון 25-40 בחורים צוטיילט אין 3 כיתות.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]
איינס פון די חידושים אין ישיבת תורת אפרים איז אז די בחורים בני 14-17 יאר אלט פירן די גאנצע ישיבה. קאכן, רייניגן, בדק הבית, ארדערן סופלייס, מנין, בעלי תפלה, דרשנים, וכו'. די ישיבה שטאב איז דארט צו סופארטן די בחורים, נישט זיי אונטערווישן. אפילו אויב עס פעלט אויס אראפ צו ברענגן א מומחה עפעס צו פאררעכטן, וועלן די בחורים לאדענען דער מומחה כדי אז ער זאל זיי ארויסהעלפן און אויסלערנען וויאזוי צו פאררעכטן.
די בעניפיטן דערפון זענען פילצאליג. דער בחור לערנט זיך כסדר אויס צו טון נאך און נאך זאכן. עס לערנט דער בחור צו טראגן אחריות און נישט לעבן ווי א פרא אדם. איר געדענקט אין ישיבה (קטנה) וויפיל הזיקות עס זענען געשעהן דורך בחורים? וויפיל מאל די חדר אוכל איז געווען אנגעחזרט? נישט ווען בחורים פירן די ישיבה. קיינער וויל נישט מזיק זיין ווען ער אדער זיין חבר וועט דארפן פאררעכטן. אויך גיבט עס א סענס אוו עקאמפלישמענט וואס גיבט א שטארקע סיפוק. א יעדע מענטש דארף סיפוק.
מער שפעטער.
https://www.dryveup.com/te/33743[/justify]
הוגה האט געשריבן:דער בחור לערנט ריספאנסיביליטי דורכן טראגן די אחריות פונעם ישיבה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
נו? ווער וויל אריינווארפן אפאר דאלער כפי יכולתכם. אחד המרבה ואחד הממעיט.
https://www.dryveup.com/te/33743
יישר כח [tag]המלוכה והממשלה[/tag], א איד וואס ווייטאגט פאר כלל ישראל