יוֹנָה מָצְאָה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
יוֹנָה מָצְאָה
[center]יוֹנָה מָצְאָה[/center]
"יוֹנָה מָצְאָה איז א גראָבער רָצְאָה!" פלעגט ר' יוֹנָה ליידן רדיפות שוין פון קינדווייז אָן.
אינצידענטלי, דער וְהָיָה כִּי יִצְעַק אֵלַי וואָס דער מלמד האָט אָנגעוואָרנט קעגן טשעפּען דעם יתום שלומי מאָשקאָוויטש'ן, כאָטש וואָס שלומי איז געווען א שלעגער און א בולי, דאָס האָט וואויל געהאָלפן. דער וְשָׁמַעְתִּי כִּי חַנּוּן אָנִי האָט אַריינגעבלאָזן א חיל־ורעדה אין די קישקעס פון תּינוֹקוֹת־של־בּית־רבּן — א פלייץ נאַסע הויזעלעך. גאָרנישט קען זיך פאַרמעסטן מיט א סטראַשע פון ווערן אָנגעקאַטעוועט לֹא עַל יְדֵי מַלְאָךְ, וְלֹא עַל יְדֵי שָׁלִיחַ, אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּכְבוֹדוֹ וּבְעַצְמוֹ.
יאָ, שלומי מעג טשעפּען יעדן אַנדערש אָבער קיינער טאָר נישט צוריק טון — יתוֹם־קאַרד! איי וְנָתְנוּ גייט ביידע וועגן? אָה־אָה־אָה! וְנָתְנוּ *פלעגט* גיין ביידע וועגן. מיט דער הילף פון יו. דזשעי. אָו. און היימישע עסקנים האָט מען ב"ה מצליח געווען צו פאַרוואַנדלען סיי וְנָתְנוּ און סיי הַכֵּה אין וואָן־וועי־סטריטס.
דער אימפּולס פון יוסטיץ האָט אָבער אויסגעצאַנקעט ווי א גוסס ווען דער מלמד האָט געוואָרנט איבערן הַמְּכַנֶּה שֵׁם לַחֲבֵרוֹ. דער חלק עולם־הבא האָט אָנגעהאַלטן דעם גלאַנץ אומגעפער אויף אַן אַנדערהאַלבן טאָג — דער גראָבער רָצְאָה איז צוריק אַריין אין שוואונג בְּיֶתֶר שְׂאֵת וּבְיֶתֶר עָז. די קינדער האָבן דעם יוֹנָה'לען גע'רודפ'ט אויך פאַרן מסור־קעצלען אַז מ'טשעפּעט אים.
— מאי בינייהו?
מיך פרעגסטו? וואָס ווייס איך! נישט אום שבת גערעדט, אפשר איז טרינקען בלוט אַביסל זיסער ווי א שטיקל עולם־הבא. דער רייץ נאָך ריעל־עסטעיט אין גן־עדן זיצט דאַכט זיך היפּש נידריג אויף דער פּריאָריטעט־ליסטע פון וועמפּייערס. משא"כ דער גרויסער פּאַסיק פון הוּא וְלֹא אַחֵר שמייסט אָן קיין דיסקרימינאַציע צווישן צדיק, רשע, תם, מועד; קימערט קנאַפּ צי א פּריאָריטעט־ליסטע עקזיסטירט בכלל.
און וואָס האָט דען צו דערלייגן אַזאַ עמיצער וועלכער גלוסט דווקא יאָ נאָך א חלק עולם־הבא אָבער איז פאָרט אַמאָל דורכגעפאַלן מיטן לוֹחש זיין אויף א מכּה. קען מען דען אָנווערן דעם חלק צוויי מאָל? (נעגאַטיוו x נעגאַטיוו, ווייסן מיר אין מאַטעמאַטיק = פּאַזיטיוו — אַן אינצענטיוו גאָר? קען עס גאָר זיין דער איינציגער וועג אַרויס פאַר אַזוינע עבירות אויף וועלכע ס'העלפן נישט קיין תשובה? אויב יאָ איז עס לכאורה דער לופּהאָל פונעם יאָרהונדערט).
די הימלישע יוריספּרודענץ אַליין איז נישט גענוג צו האַלטן קינדער אונטער קאָנטראָל. נישט יעדעס אינגל דרייט זיך אַרום מיט א שִׁוִּיתִי אויפן שפּיץ נאָז. מחנכים דאַרפן זיין פעאיג און אינטערעסירט צו אינפאָרסירן די געזעצן. די מלמד'ישע סיסטעם שטעלט אַראָפּ א זעראָ־טאָלעראַנץ צוגאַנג כּלפּי מצער זיין יתומים; שענקט אַף קרעפּל אַחַת צו דער גאַנצער כּינוי־פאַרצווייגעניש. די גאַנצע וואָרענונג איבערן הַמְּכַנֶּה שֵׁם לַחֲבֵרוֹ — א פאַרס! "אָל טאָלק; נאָ עקשאָן."
"אוי טשעפּענען, טשעפּענען, טאָר מען נישט, ווייל ס'איז א נעוויירע!" די מלמד'ישע כּינוי־רעאַקציע אין אינגערע כיתות האָט כאָטש געברומבלט מיט נגינה, הגם די קאָנצענטראַציע פון מלמד איז קלאָר געלעגן אין דער מְלִיקָה וואָס ער האָט בו בזמן אָפּגעראָכטן אויף א זאַפטיגן מאַראַנץ. פון כיתה ד' און העכער איז דאָס ברומעניש שוין אויך אַנטרונען געוואָרן. די גאַנצע רעאַקציע איז באַשטאַנען פון נישט מער ווי א הילכיגן ביס אינעם קאָצקע־צוקער. (אפשר נישט אַזוי נאַס, אָבער בערך אַזוי הויך אויב נישט העכער, און זיכער יאָ שאַרפער ווי דער אַוואָרד־ווינינג קראַך־פון־פּיקל).
תָּא חֲזִי דעם מלמד'ס קוקווינקל — גיסן פּעך און שוועבל אויף אים איז נישט קיין קונץ. אין דורכשניט איז כמעט יעדעס קינד אָדער א מְכַנֶה אָדער א מְכוּנָה. יעדער כּינוי־אינצידענט איז ווי נאָך א פּאָליס־רעפּאָרט איבער עפּעס א שאָפּ־ליפטינג. א יתום, רעלאַטיוו־גערעדט, איז אָבער א מילתא דלא שכיחא (אוי וואָלט איך יעצט געגאָסן פעפער אין דיין מויל… פרעג נאָר אָן ביי "ערבים" צי ס'איז א מילתא דלא שכיחא. כ'ווייס נישט אין וועלכער שול דו דאַווענסט, אָבער אין מיין שול קען ס'האַרץ צעגיין ביי קדיש־יתום, און…) א בחינה וויאַזוי אינסטאַנצן רעאַגירן צו א טעראָריסטישער אַטאַקע אָדער א משכונות־דראַמאַ.
ביי א שבת־התוועדות אין ישיבה־קטנה (פוֹנָה [פוֹי־נע] לָצְאָה האָט מען אים דאָרט גערופן), האָבן בחורימ'לעך קוים געקענט וואַרטן ביז דער פאַרשלאָפענער יוֹם־שַׁבָּתוֹן גרייכט אַהין. יוי האָבן זיי געשריגן, געטייטלט מיטן פינגער, און זיך געקאַטשעט פאַר געלעכטער. יוֹנָה'לע האָט געזונקען פאַר בושות — ס'פּנים האָט געפלאַקערט ווי דער טאָג אין פּלוין פון ממרא. ווייטער, אין ישיבה־גדולה האָט מען אים גערופן זוֹנָה פָּצְאָה און אפילו אין כולל, אינעם בית־ועד לחכמים, האָבן אים א הייפל געשמאַקע יונגעלייט גערופן עוֹנָה הָצְאָה … טייל האָבן צוגעלייגט א "כאָטש!"
ווער אָבער מיינט איר איז אויפגעשטאַנען תחית־המתים איינמאָל דער געוועזענער־נאָך־איצטיגער פּרעזידענט טראָמפּ האָט גע'כשר'ט קינדישע טשעפּערייען און זיי גאָר דערהויבן צו א לכתחילה צווישן דערוואַקסענע? יו געסט איט! יוֹנָה־מָצְאָה־גראָבער־רָצְאָה איז מער נישט באַגרעניצט צו די ענגע ראַמען פון תלמוד־תורה. דער כּינוי איז שוין היינט שגור בפי אֲנָשִׁים נָשִׁים וָטַף; בַּחוּרִים וְגַם בְּתוּלוֹת זְקֵנִים וּנְעָרִים. יונגעלייט אין כולל, ווייסע בערד אין בית־מדרש, ווייבער אויף "לינקט־אין," און ווער נישט. יוי. איז. עס. פאָני!
אָט איז א באַקאַנטער פענאָמען וואָס הויערט לויט עקספּערטן ביי די גרעניצן פון הוֹלְלוֹת. ס'איז דריי־פאַרטאָגס, די חתונה גרייכט שוין איר קנעכל, מ'האַלט שוין ביים כמעט־לעצטן מצווה־טענצל, אייער ענדלאָזער יאַגד נאָך א זויבער פּלאַסטיק־גלעזל צום לעמאָן־וואַסער גליטשט זיך שוין אַריין אין יאוש־טעריטאָריע, ווען פּלוצלינג …! דער מחותן פון טאַנצנדיגער משפּחה שלעפּט אַריין אין רינג אויך דעם אַנדערן מחותן — א שריט קלאַסיפיצירט אַלס ריין לפנים־משורת־הדין. ס'נעמט נישט לאַנג און כָּל זָכָר לְבֵית אֲבֹתָם לְמִשְׁפְּחֹתָם קרייזט שוין אויך אַרום אינעם זעלבן כּל־הנערים סנעק־פּעק אָל־אינקלוסיוו נאָן־ביינערי איקוועל־אָפּערטוניטי צד־פליסיגן רינג.
ממש אַזוי האָט פּאַסירט איינמאָל דער גראָבער רָצְאָה איז אַריינגעפאַלן אין אַן אִתְעָרוּתָא דְּהוֹלְלוּתָא. ער האָט אַריינגעשלעפּט אין רינג אויך דעם פוֹנָה לָצְאָה, זוֹנָה פָּצְאָה, און עוֹנָה הָצְאָה (מיט אַלע אירע קינדער…). פוֹנָה האָט אפילו אַראָפּגעכאַפט זוֹנָה'ס היטל און עס דערזעצט מיט עוֹנָה'ס שוויציגן שטריימל — אַלץ האָט זיך געבאָדן אין א לויטערן תּענוג.
ס'רינג איז אַרומגעקראָכן מיט א שנעלקייט פון פערציג טריט פּער שעה. שטריימלעך, היטן, קאַפּלעך, האַנט פון נעפיו פאַרנאָגלט אויפן הינטער־חלק פון פעטער, איין פאַרבליבענער ספּיקער, און א בדחן וואָס טוט א גאַנצע טובה אַז ער מורמלט אַריין אין מייק אַרום צוואָנציג פּראָצענט ווערטער פון ניגון, לסירוגין. לעולם וואָלט ער אויף די בא'חנ'טע בעקעלעך פון יענע קינדער געדאַרפט אַראָפּלאָזן צוויי געזונטע גוט־שבת'לעך. וואָס איז ס'קוויטשעכץ אין מייק וואָס? עפּעס א כּיתה־ג'־גאַט־טאַלאַנט פאַרמעסט פאַרן אויפגאַנג פון מאָרגנשטערן? הפקר־וועלט!
האָמיר שוין באַזוכט אין חדר און האָמיר אַריינגעטשעקט ביי א חתונה — יואב'ל, למאי נפקא מינה?
מאי נפקא מינה פרעגט איר? שופר של ראש־השנה! ווען איר גייט דעם יום־טוב נעמען אין האַנט דעם אומאָפּהעניגן שופר פון אָרטאָדאָקסישן אידנטום, וועט איר (האָפנטליך) אויך לייענען דעם צווייטן קאַפּיטל אין שפּאַנענדיגער דערציילונג "דער גרינער יֵצֶר־טוֹב." (הינטער די קוליסן שושקעט מען זיך אַז דער צווייטער שטייגט גאָר איבער דעם ערשטן…). דעם גלאָסאַר האָט מען געלאָזט גיין לחיים ולשלום און מ…
— נישטאָ קיין גלאָסאַר?
בְּדִיוּק! זאָרגט אייך אָבער נישט. ווי געזאָגט, אין ליכט פונעם קאָוויד־ניינצן קריזיס האָט מען זיך מתּחילה אָפּגעהאַלטן פון אַריינשטעלן ווערטער וועלכע קענען דעם לייענער זיין אומבאַקאַנט. דער גלאָסאַר איז אָבער נישט דער אורח־הכבוד פון דאָזיגן אשכול. וואָס/וועמען נאָך גייט איר דאָרט נישט טרעפן?
… דראָמראָל …
יאָסל ... וויינטרויב!
במקום יאָסל'ן וועט איר יוצא זיין די תקיעות דורך "יוֹנָה מָצְאָה'ן."
ס'פּשט? שטעלט אייך פאָר איר קענט זיך וועלן אייער אייגענעם נאָמען. אני הקטן, א שטייגער, וואָלט אויסגעקליבן מעקס מאָנרוי. (ס'הייסט פאַרוואָס? ווייל כ'גלייך דעם נאָמען און כ'האַלט אַז ס'איז זייער פּאַסיג. פּראָבלעם?). בכל אופן, ר' יוֹנָה מָצְאָה האָט נישט געקריגן אָט אַזאַ בחירה. (ברעיקינג ניוז! איך האָב אויך נישט. ווער האָט דען יאָ?). נאָך צוריק אין די ווינדלעך האָט ער זיך שוין געשעמט מיטן נאָמען טאַטע־מאַמע האָבן אָנגעהאָנגען אויף זיין נשמה. כ'גלייב אַז אויב איר האָט געלייענט ביז אַהער איז נישט אַזוי שווער צו פאַרשטיין פאַרוואָס. מילא אויפן לעצטן נאָמען, קיין סך טענות קען מען אויף די עלטערן נישט האָבן. יוֹנָה אָבער? אמת, דער זיידע האָט אַזוי געהייסן. נו, ובכן? אַביסעלע שכל? אַביסעלע געפיל?
די לעצטע כוואַליע רדיפות האָט געגרייכט א שטאַפּל וואָס ער האָט מער נישט געקענט דערהייבן. באַשלאָסן האָט ער אַז לפּחות דאָס שרייבווערק זיינס וועט ער אַריינשטעלן אונטער א פּסעוודאָנים — וויפיל איז דען דער שיעור צו ליידן? דִּבְּרָה לוֹ הָאִשָּׁה צו גיין מיט יאָסל וויינטרויב'ן.
— מַה עִנְיָן יוֹנָה וויינטרויב אֵצֶל יאָסל מָצְאָה?
העכער מיין פּעי־גרעיד צו ענטפערן. די גוטע נייעס: הרב [tag]מי אני[/tag] זיצט שוין אין זיין רעסקיו־העליקאָפּטער גרייט אָפּצוליפערן אַהער שווערע פּעקלעך פּשט רמז דרש וסוד.
און דאָ קום איך אַריין — הערט א מעשה! ס'שטעלט זיך אַרויס אַז דער עכטער יאָסל וויינטרויב נישט בלויז עקזיסטירט נאָר איז גאָר בייז אויף כוחות הלמאי יוֹנָה מָצְאָה שרייבט "דברי הבל ורוח" אונטער זיין נאָמען. (נישט קיין וויץ. ר' יוסף אשר וויינטרויב פון מאָנסי האָט געשיקט א בקשה צום "וועקער"... ).
דער יאָסל הָאֲמִתִּי האָט באַזונדער געקריגן היץ פון קאַריפּראַזינער חסידים. זיי האָבן אים געוואָלט "צעפליקן ווי די שאַלעשידעס־חלה פון רבי'ן." (זיינע ווערטער, נישט מיינע). איי פאַרוואָס? זאָל שוין זיין אַז יענער יאָסל איז דער יאָסל און דער יאָסל איז יענער יאָסל … ווער ס'האָט דאָך אָבער געלייענט דעם ערשטן קאַפּיטל ווייסט אַז דווקא רעדט מען דאָרט בשבחו פונעם קאַריפּראַזינער. שוין, א קשיא אויף חסידים. אפשר אַלץ וואָס זיי דאַרפן אין אמת'ן איז נישט מער ווי אַביסל חול־המועד ריידס און א דזשים, ווי די טאַליבאַנער. (ער ווייסט ניטאַמאָל וואָס ער האָט זיך איינגעשפּאָרט מיטן זיך ווענדן צום "וועקער" באַלד נאָכן ערשטן קאַפּיטל. ספּוילער: קאַריפּראַזינער חסידים וואָלטן אים געהאָנגען בחוצות העיר נאָכן לייענען דעם צווייטן …).
"סיז־ענד־דיסיסט!" האָט דער "וועקער" דערהאַלטן אַן אָלטימאַטום פון מעקס מאָנרוי'ן, דער לויער וואָס רעפּרעזענטירט דעם עכטן וויינטרויב'ן. יוֹנָה, ווי איר קענט זיך פאָרשטעלן, האָט נישט קיין לויערס — דאַרף נישט קיין לויערס. השׂגות פון היינטיגע יונגעלייט. האָבן זיך פענצי לויערס, סיז־ענד־דיסיסטן מיר — א נייע וועלט! געלאָפן איז יוֹנָה זיך שואל עצה זיין מיט זיין הייליגן רבי'ן אָן וועמען ער רירט זיך נישט טריט אָדער שריט.
"יאָסל וויינטרויב," דערקלערט דער צדיק מיט אַן אומצוויידייטיגן טאָן, "דער אַבסעלוט־ערגסטער פּסעוודאָנים וואָס האָט נאָר אַמאָל עקזיסטירט — פילייכט אפילו אין דער גאַנצער היסטאָריע פון פּסעוודאָנימען! אַזוי זאָגן מיר מענטשן. אַזוי הער איך."
יוֹנָה האָט שטאַרק הנאה געהאַט פון צדיק'ס טיפזיניגע דברי חיזוק. דער צדיק האָט זיך אָבער באַלד פאַרקירעוועט צו די שענדליכע אומרעכטן וואָס ווערן אָפּגעטון קעגן זיין הייליגקייט זעלבסט.
"יוֹנָה מָצְאָה איז א גראָבער רָצְאָה!" שפּעט דער צדיק און בייזערט זיך איבער דער חוצפּה פון א ראָצערל צו קלאָגן אויפן אייגענעם פּעקל צרות אַנשטאָט קלאָגן אויפן צער פון רבי'ן וואָס שמאַכט אין אומגעהייערע יסורים. "דווקא גלייך איך דעם כּינוי; ס'איז א טעריפיק כּינוי! קווייט־פרענקלי, א שאָד אַז איך בין נישט אויפגעקומען דערמיט. שִׁמְךָ נָאֶה לְךָ וְאַתָּה נָאֶה לִשְׁמֶךָ. ווען כ'וואָלט דיך אָבער געקענט אַלס קינד וואָלט איך בלי ספק אויפגעקומען דערמיט; אין פאַקט, כ'וואָלט אויפגעקומען מיט אפילו עפּעס בעסער. כ'האָב די בעסטע כּינוים!
"אָט אַזוי," דערקוויקט זיך דער צדיק פון יוֹנָה'ס טרערן. "הלוואי ווען דו ניצט ווען די טרערן צו קלאָגן אַנשטאָט אויפן גלות־השכינה. די ערגסטע פאַרברעכן און פאַרשוועכונגען וואָס איז נאָר אַמאָל דורכגעפירט געוואָרן פאַרן מענטשליכן אויג. קומסטו מיר דרייען א קאָפּ, פּסעוודאָנים שמסעוודאָנים."
"וַתֶחֱזֶינָה עֵינֵינוּ בְּשׁוּבְךָ לְטְוִיטֶר…" פאַרזיכערט יוֹנָה דעם צדיק אַז ער איז מתפּלל דריי מאָל א טאָג בדמעות־שליש — דער צער פון צדיק טוט אים פילפאַכיג מער באַנג. שוין חדשים וואָס ער שלאָפט נישט רואיג. (אויסער ווען ער ניצט "מיין קישן ...") יוֹנָה האָט דערציילט דעם רבי'ן אַז הגם ער און אַזוי אויך אַלע זיינע חברים לעכצן אַז ער זאָל זיך שוין אומקערן, דערקוויקן זיי זיך דערווייל אין גלות מיט די אייניגע עלים־לתרופה, די בינטלעך פּערל־רייד בחותמו־של־כהן־גדול וואָס ווערן אַריינגעגאָסן אינעם ווינט מפּעם לפּעם.
"זאָג מיר דעם אמת, יוֹנָה'לע," לאָזט זיך ביים צדיק אויף ס'האַרץ. א שיינענדיגע זון קריכט אַרויס פון דער טיפער כמורע; א פּאַטריאַרכאַליש שמייכעלע איבער די לעפצן. "מ'שמועסט אַז דו ביסט גאָרנישט אַזוי אומשולדיג געווען צוריק אין חדר. אַן אויסגעדריבלט ציצית־פּתיל זאָגט מען פלעגט ביי דיר אַרויסהענגען פון זיפּער — הע?"
"פעיק־ניוז!" לייקנט יוֹנָה קאַטעגאָריש. ער איז אָבער מודה מיט א פּאָר אויסגעלאָשענע אויגן אַז די הויזן פלעגן אים זיין גע'גט פון די שיך … אַז אָפט פלעגט דער פרישטאָג פון אינדערהיים נאָך זיצן אַרום די ברעגעלעך פון מויל … אַז אַן אויסגעדריבלט ציצית־פּתיל פלעגט אַרויסהענגען פון הינטן אַרום דעם העקל פון הויזן־טראַגער ...
"דערצייל מיר יוֹנָה'לע אַביסל מער וועגן יענעם העקל," רופט דער צדיק אַריין דעם רב הצעיר און חדב"ן, אַז זיי זאָלן אויך הערן. יוֹנָה גראָבט אַריין דעם קאָפּ אין דער ערד און דערציילט וויאַזוי ס'העקל האָט אַריינגעביסן נישט בלויז אין הויזן נאָר אויך אין די גאַטקעלעך. די גומקע פון הויזן־טראַגער האָט דערנאָך געמאַכט א שטיקל תּנופה און געשאַפט א באַדייטנדיג וועדזשי … "כ'קען זען פאַרוואָס ס'איז מיר זיך געקומען די אַלע רדיפות," ציטערט ביי יוֹנָה'ן אַרויס די שטימע פון אונטער דער רינענדיגער נאָז — "רבי! איך בין געווען שוואַך; איך בין געווען א לוזער."
"טרויעריג," לייג דער צדיק אַרויף יד־קדשו אויף יוֹנָה'ס פּלייצע — "זייער־טרויעריג!" דער צדיק וואָרנט אָבער קעגן אַריינפאַלן חלילה אין עצבות — "עצבות איז דאָס אַרגסטע, יוֹנָה'לע!"
"פּסעוודאָנימען זענען געמאַכט פאַר סאָקערס און לוזערס," האָט דער צדיק אים אָנגעוואונטשן א דרך צלחה — "כ'האָב נישט ליב קיין פּחדנים, יוֹנָה; כ'האָב נישט ליב שוואַך!"
יוֹנָה האָט נישט פאַרשטאַנען. ער האָט אָבער געהאַט אמונת צדיקים. ער איז אָנגעקומען אַהיים וְהִנֵּה הַזְּמִירוֹת לִקְרָאתוֹ. ממש א ראַנדאָמאַל מיש — יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ, איז דאָרט געשטאַנען. ער האָט שנעל גערופן ס'ווייב און קינדער מיטצוהאַלטן דאָס מוֹפת אין ריעל־טיים. "זאָג דו וואָס שטייט ווייטער," האָט ער געבעטן די אשת־חיל — וְשָׁם יָנוּחוּ יְגִיעֵי כֹּחַ!
איצט האָט ער פאַרשטאַנען פּשט אין רבי'נס ווערטער און אַז דער רבי איז געווען גערעכט. פון הימל וויל מען אַז ער זאָל דווקא שרייבן אונטערן עכטן נאָמען יוֹנָה מָצְאָה.
— אָל־קלער!
— קאַפּי?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אייזן!!!
ולפי״ז קען מען זאגן אז וועגן דעם… אהעם… ״ענדיגט״ זיך (״פרייליך״…) מס׳ יומא מיט הרואה קרי ביוה״כ (שענינו תשובה) אז מפיש חיי סגי ומסגי ע״ש. ״סגי ומסגי״ דאָבּל…
ווי אויך קען דאס פארענטפערן דעם מדרש פליאה אז לאחר חטא עץ הדעת האט אדה״ר געזאגט להקב״ה ״אכלתי ואוכל עוד״. והיינו, אז דאן איז ער געוואויר געווארן איבער בושת הערוה און ביי דעם איז דאך דאָבּל א מעלה…
דאס, לגבי נומערן און רעכענען, גייט צוזאמען מיט דעם:
והיינו, ווייל ווי דער מאטעמאטיקער דר. דזשאן עלען פּאָלוס האט זיך אפגערעדט ווייסט נישט די אלגעמיינע המון עם ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט בּעיסיק נומעריסי און סטאטיסטישע סקילס און ווי אזוי אפצושאצן די שאנס פון פאסירונגען (ער נוצט די שאנס פון זיין אין א טעראריסט אטאקע רח״ל). און וואס זאלן מיר אונז זאגן?
די ארטיקל דארף סתם אזוי צו זיין א וועיק-אָפּ קאָל קעגן די פראבלעם פון בּוּליִאיִנג (וואס די רבי שליט״א… איך מיין צו זאגן דעם פריערדיגן פרעזידענט אונזערע, איז געשלאגן מיט די מדה מגונה).
ולקיים אין מסרבין לגדול:
קען מען אפשר זאגן אז לגבי קענען אויסוועלן דאס טוישן נעמען ביי ״יוסף״ און ״יונה״ איז מען שוין מרמז דא דערין:
והיינו, לרמז צום ליבעראלן ווירד אז בנוגע אידענטיטעט (און נאמען) קען מען זיך אליין אויסוועהלן. יעצט, ביי ״יוסף״ טרעפן מיר אז ער האט זיך געטוישט במעי אמו רחל מנקיבה לזכר (ברכות ס.) און ביי אשת ״יונה״ טרעפן מיר (עירובין צו.) אז לגבי עולה רגל זיין האט זי גענומען די דזשענדער ראלע פון מענער…
וממילא אז ס׳גייט שוין פון דזשענדער פלוּאידיטי און ראלעס פון איש ואשה איז שטימט שוין ״וויינטרויב״ און ״מצאה״ אויך. והיינו, אז ביי קשר איש לאשה טרעפן מיר דאך (פסחים מט.) ״ענבי הגפן בענבי הגפן״ [״וויינטרויב״] ווי אויך (ברכות ח.) ״מצא או מוצא״…
יואב האט געשריבן:נעגאַטיוו x נעגאַטיוו, ווייסן מיר אין מאַטעמאַטיק = פּאַזיטיוו — אַן אינצענטיוו גאָר? קען עס גאָר זיין דער איינציגער וועג אַרויס פאַר אַזוינע עבירות אויף וועלכע ס'העלפן נישט קיין תשובה? אויב יאָ איז עס לכאורה דער לופּהאָל פונעם יאָרהונדערט.
ולפי״ז קען מען זאגן אז וועגן דעם… אהעם… ״ענדיגט״ זיך (״פרייליך״…) מס׳ יומא מיט הרואה קרי ביוה״כ (שענינו תשובה) אז מפיש חיי סגי ומסגי ע״ש. ״סגי ומסגי״ דאָבּל…
ווי אויך קען דאס פארענטפערן דעם מדרש פליאה אז לאחר חטא עץ הדעת האט אדה״ר געזאגט להקב״ה ״אכלתי ואוכל עוד״. והיינו, אז דאן איז ער געוואויר געווארן איבער בושת הערוה און ביי דעם איז דאך דאָבּל א מעלה…
דאס, לגבי נומערן און רעכענען, גייט צוזאמען מיט דעם:
יואב האט געשריבן:א יתום, רעלאַטיוו־גערעדט, איז אָבער א מילתא דלא שכיחא (אוי וואָלט איך יעצט געגאָסן פעפער אין דיין מויל… פרעג נאָר אָן ביי "ערבים" צי ס'איז א מילתא דלא שכיחא. כ'ווייס נישט אין וועלכער שול דו דאַווענסט, אָבער אין מיין שול קען ס'האַרץ צעגיין ביי קדיש־יתום, און…) א בחינה וויאַזוי אינסטאַנצן רעאַגירן צו א טעראָריסטישער אַטאַקע אָדער א משכונות־דראַמאַ.
והיינו, ווייל ווי דער מאטעמאטיקער דר. דזשאן עלען פּאָלוס האט זיך אפגערעדט ווייסט נישט די אלגעמיינע המון עם ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט בּעיסיק נומעריסי און סטאטיסטישע סקילס און ווי אזוי אפצושאצן די שאנס פון פאסירונגען (ער נוצט די שאנס פון זיין אין א טעראריסט אטאקע רח״ל). און וואס זאלן מיר אונז זאגן?
די ארטיקל דארף סתם אזוי צו זיין א וועיק-אָפּ קאָל קעגן די פראבלעם פון בּוּליִאיִנג (וואס די רבי שליט״א… איך מיין צו זאגן דעם פריערדיגן פרעזידענט אונזערע, איז געשלאגן מיט די מדה מגונה).
ולקיים אין מסרבין לגדול:
יואב האט געשריבן: מַה עִנְיָן יוֹנָה וויינטרויב אֵצֶל יאָסל מָצְאָה?
העכער מיין פּעי־גרעיד צו ענטפערן. די גוטע נייעס: הרב @מי אני זיצט שוין אין זיין רעסקיו־העליקאָפּטער גרייט אָפּצוליפערן אַהער שווערע פּעקלעך פּשט רמז דרש וסוד.
קען מען אפשר זאגן אז לגבי קענען אויסוועלן דאס טוישן נעמען ביי ״יוסף״ און ״יונה״ איז מען שוין מרמז דא דערין:
יואב האט געשריבן: אָט איז א באַקאַנטער פענאָמען וואָס הויערט לויט עקספּערטן ביי די גרעניצן פון הוֹלְלוֹת. ס'איז דריי־פאַרטאָגס, די חתונה גרייכט שוין איר קנעכל, מ'האַלט שוין ביים כמעט־לעצטן מצווה־טענצל, אייער ענדלאָזער יאַגד נאָך א זויבער פּלאַסטיק־גלעזל צום לעמאָן־וואַסער גליטשט זיך שוין אַריין אין יאוש־טעריטאָריע, ווען פּלוצלינג …! דער מחותן פון טאַנצנדיגער משפּחה שלעפּט אַריין אין רינג אויך דעם אַנדערן מחותן — א שריט קלאַסיפיצירט אַלס ריין לפנים־משורת־הדין. ס'נעמט נישט לאַנג און כָּל זָכָר לְבֵית אֲבֹתָם לְמִשְׁפְּחֹתָם קרייזט שוין אויך אַרום אינעם זעלבן כּל־הנערים סנעק־פּעק אָל־אינקלוסיוו נאָן־ביינערי איקוועל־אָפּערטוניטי צד־פליסיגן רינג.
והיינו, לרמז צום ליבעראלן ווירד אז בנוגע אידענטיטעט (און נאמען) קען מען זיך אליין אויסוועהלן. יעצט, ביי ״יוסף״ טרעפן מיר אז ער האט זיך געטוישט במעי אמו רחל מנקיבה לזכר (ברכות ס.) און ביי אשת ״יונה״ טרעפן מיר (עירובין צו.) אז לגבי עולה רגל זיין האט זי גענומען די דזשענדער ראלע פון מענער…
וממילא אז ס׳גייט שוין פון דזשענדער פלוּאידיטי און ראלעס פון איש ואשה איז שטימט שוין ״וויינטרויב״ און ״מצאה״ אויך. והיינו, אז ביי קשר איש לאשה טרעפן מיר דאך (פסחים מט.) ״ענבי הגפן בענבי הגפן״ [״וויינטרויב״] ווי אויך (ברכות ח.) ״מצא או מוצא״…
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: יוֹנָה מָצְאָה
כ'קען נישט מחליט זיין צו @מי אני לערנט מאטעמאטיק ווי א אגדה ספר, אדער א אגדה ספר ווי א שטיקל סייענס..
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
תוהו ובוהו האט געשריבן:כ'קען נישט מחליט זיין צו @מי אני לערנט מאטעמאטיק ווי א אגדה ספר, אדער א אגדה ספר ווי א שטיקל סייענס..
ייש״כ.
אז מ׳דערמאנט מאטעמאטיק און אגדה און מ׳האט גערעדט אין דעם ענין פון פארוואנדלען א נעגאטיוו צו א פאזיטיוו לגבי ר״ה ויוה״כ, האב איך געקלערט אז ווי ערווענט דא איז וויבאלד א נעגאטיוו טיימס א נעגאטיוו איז א פאזיטיוו קומט אויס אז די סקווער-רוּט פון א נעגאטיוו איז אן אימעדזשינערי נומער. און אז מ׳איז כופל דעם אימעדזשינערי נומער אויף זיך אליין 4 מאל, מ׳געבט דאס אן עקספאנענט פון 4, ווערט דאס צוריק צו א פאזיטיווע נומער.
דער חת״ס אין די דרשות לז׳ אב (תקפ״ט) זאגט אז מיום י׳ אב, שאז נשרף עיקר המקדש, ביז ר״ה, וואס דאן איז גדליה בן אחיקם גע׳הרג׳עט געווארן ונשלם ענין החורבן, איז 49 יום, דאס איז א ספירה לרעה נגד די 49 ימי הספירה בין פסח לעצרת לטובה ע״ש. נומעריקעלי קען מען דאס לפי״ז אנקוקען ווי די ימי הספירה זענען א פאזיטיוו 49 און די ימי ספירת החורבן זענען א נעגאטיווע 49 [(49-)]. און ביי ספירה ווייסן מיר אז ס׳איז שבע שבתות והיינו 7², וואס אז איך וויל צוריקומען להשורש געב איך דאס א סקווער רוט. דא אז איך געב עס די זעלבע סקווער רוט (7²)-√ וועט עס דאך זיין 7i. דאס מתקן צו זיין צוריק צו (פאזיטיוו) 7 דארף איך דאס געבן אן עקספאנענט פון 4. והיינו, ״ארבעה״ ראשי שנים הם… וואס דאס ענדיגט זיך ביי ר״ה וכדברי החת״ס.
און צו דאס מקשר זיין צום אשכול טרעפן מיר אז די פסוק זאגט (עמוס ב ו) כה אמר ה׳ על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו על מכרם בכסף וגו׳. וכידוע דרש׳נט מען דאס אז עס גייט ארויף אויף מכירת ״יוסף״. ולענינינו, אז ״מ׳פארקויפט אוועק [דעם נאמען] יוסף״ צו א נאמען וואס מען ליידט דערנאך כינויים דערויף וואס מ׳דרייט זיך ארויס דערנאך מיט ״לוּפּהוֺילס״ האיך שיועיל תשובה לגבם, וואס תשובה איז דאך דער ענין פון ימים נוראים ור״ה, און דאן איז דער ענין פון ״ארבעה לא אשיבנו״, מ׳געבט דעם i אן עקספאנענט פון ״ארבעה״ וואס דאס פארוואנדעלט דעם אימעדזשינערי ״לא״ אויף צוריק צו א נומער ממשי וכנ״ל…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: יוֹנָה מָצְאָה
די לעצטע פאר וואכן קןק איך שוין ארויס פאר עפעס א פרישן אשכול, נישט נאך א בחצרות חזיריי. און אזוי טשעק איך כאטשיג צוואנציג מאל א טאג, און גארנישט! אלע רייטן די זעלבע אלטע אשכולות וועגן מהר"א, סקריכט שוין ארויס פון די.....
פריער נעם איך ארויס מיין טעלעפאן און כדרכי בקודש, וויש איך מיין סקרין צו ק"ש און כ'זעה א קעפל יונה מצאה און @מי אני רעאגירט, האב איך געקלערט ביי מיר, שוין, מי אני האט געפונען עפעס אן אלטן אשכול וואס ליגט באגראבן טיף אין די אינטערערדישע קעלערן אין שטיבל און ער שטעלט שוין צוזאם עפעס א פיליזאפישע מאטעמאטישע חשבון וויאזוי יונה האט געקענט וואוינען אין די בויך פון די פיש פאר גאנצע דריי טעג אנע וואצעפ און קאווע שטיבל.
אבער ווי נאר כ'האב געפענט דעם אשכול באמערק איך אז די אשכול באלאנגט גאר צו אונזער באליבטן @יואב און נאך א פרישן אשכול! פשיהאא. באלד גיימער עס ליינען, אבער נישט סתם, דאס גייט זיין א חלק פון מיין ליל ששי שיעור.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk

- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ער’ נשר הזהב:
ס’טאקע נישט קיין אלטע ארטיקל פון בית קפה, אבער איך בין צוגעגאגאנגען צו מיין שופלאד סמוך למטתי און אפגעשטויבט דעם פריעדיגען וועקער [דער וועקער קומט צו זיין נעבן דאס בעט - ווייל וועמען וועקט מען אויב נישט קיין שלאפענדיגען...] און איבערגעלערנט נאכאמאל דעם זאפטיגען ארטיקל פון "דער גרינער יצר טוב" בטוב טעם ודעת אזש עס האט מיר געשאפט א מח’דיגען ארגעזם...
ס’טאקע נישט קיין אלטע ארטיקל פון בית קפה, אבער איך בין צוגעגאגאנגען צו מיין שופלאד סמוך למטתי און אפגעשטויבט דעם פריעדיגען וועקער [דער וועקער קומט צו זיין נעבן דאס בעט - ווייל וועמען וועקט מען אויב נישט קיין שלאפענדיגען...] און איבערגעלערנט נאכאמאל דעם זאפטיגען ארטיקל פון "דער גרינער יצר טוב" בטוב טעם ודעת אזש עס האט מיר געשאפט א מח’דיגען ארגעזם...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
און אויף דעם דארף מען טאקע ליינען די צווייטע חלק כדי צו האבן נאך אן ארגעזם און זיך קענען באנוצן מיט׳ן לוּפּהאָל…
***
די נוצרים זענען מפרש די געדאנק פון יונה במעי הדג אלס אן אלעגאריע לתחיית המתים [טייפּאַלאדזשי]. נו, איז דאס נישט וואס מ׳טוהט ווען מ׳רעאגירט אויף און מ׳ברענגט ארויף אן אלטן אשכול?…
***
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פריער נעם איך ארויס מיין טעלעפאן און כדרכי בקודש, וויש איך מיין סקרין צו ק"ש און כ'זעה א קעפל יונה מצאה און @מי אני רעאגירט, האב איך געקלערט ביי מיר, שוין, מי אני האט געפונען עפעס אן אלטן אשכול וואס ליגט באגראבן טיף אין די אינטערערדישע קעלערן אין שטיבל און ער שטעלט שוין צוזאם עפעס א פיליזאפישע מאטעמאטישע חשבון וויאזוי יונה האט געקענט וואוינען אין די בויך פון די פיש פאר גאנצע דריי טעג אנע וואצעפ און קאווע שטיבל.
די נוצרים זענען מפרש די געדאנק פון יונה במעי הדג אלס אן אלעגאריע לתחיית המתים [טייפּאַלאדזשי]. נו, איז דאס נישט וואס מ׳טוהט ווען מ׳רעאגירט אויף און מ׳ברענגט ארויף אן אלטן אשכול?…
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
און ווער ווייסט? אפשר קען מען גיין נאך מער אין די געדאנק פון i דא. והיינו, אז די געדאנק דא איז געווען כנ״ל אז מ׳קען טוישן די אידענטיטעט און אז עס איז פלוּאיד. דאס איז ענליך צו דעם אז מ׳באטראכט די געדאנק כאילו היא ממוצע צווישן א בּיינערי דיכאטאמיע.
יעצט, אונז האבן פריער אראפגעשטעלט אז די געדאנק איז בענין אז די נומער [49] איז מען צוגעקומען מעיקרא דורכ׳ן דאס סקווערן [וואס מ׳האט דערנאך געמאכט נעגאטיוו] און אז מ׳וויל צוריקגיין נאכדעם פארקערט ע״י סקווער רוט קומט מען צו צו i (טאקע בעצם 7i, אבער מ׳באציהט זיך דא צום חלק פון i). אז מ׳וועט אבער דערנאך נעמען דעם סקווער רוט פון i (סתם) גופא איז דאס די קאמפּלעקס נומער [וואס האט אן עכטע חלק און אן אימעדזשינערי חלק] פון (בערך) 0.707106781186548i ± 0.707106781186548. די נומער, וואס איז די זעלבע סיי ביים עכטן חלק און סיי ביים אימעדזשינערי חלק, איז די סיין און/אדער קאָסיין פון א 45⁰ דעגרי ענגעל. והיינו, די ענגעל וואס אן אלכסון וואס קומט ארויס פונקט ממוצע פון צוויי פּערפּענדיקולער קווים שתי וערב טוהט שאפן; וואס די צוויי פּערפּענדיקולער קווים שאפן א 90⁰ דעגרי ענגעל. וואס די ענין ״ממוצע״ צווישן בּיינערי איז וואס איז מרמז צום טויש אין נעמען. וואס די טויש איז מרומז אינעם פסוק ״ארבעה לא אשיבנו״ און אין תשובה בר״ה מהכינויים שגורם, וואס איז מרמז צו i כנ״ל…
יעצט, אונז האבן פריער אראפגעשטעלט אז די געדאנק איז בענין אז די נומער [49] איז מען צוגעקומען מעיקרא דורכ׳ן דאס סקווערן [וואס מ׳האט דערנאך געמאכט נעגאטיוו] און אז מ׳וויל צוריקגיין נאכדעם פארקערט ע״י סקווער רוט קומט מען צו צו i (טאקע בעצם 7i, אבער מ׳באציהט זיך דא צום חלק פון i). אז מ׳וועט אבער דערנאך נעמען דעם סקווער רוט פון i (סתם) גופא איז דאס די קאמפּלעקס נומער [וואס האט אן עכטע חלק און אן אימעדזשינערי חלק] פון (בערך) 0.707106781186548i ± 0.707106781186548. די נומער, וואס איז די זעלבע סיי ביים עכטן חלק און סיי ביים אימעדזשינערי חלק, איז די סיין און/אדער קאָסיין פון א 45⁰ דעגרי ענגעל. והיינו, די ענגעל וואס אן אלכסון וואס קומט ארויס פונקט ממוצע פון צוויי פּערפּענדיקולער קווים שתי וערב טוהט שאפן; וואס די צוויי פּערפּענדיקולער קווים שאפן א 90⁰ דעגרי ענגעל. וואס די ענין ״ממוצע״ צווישן בּיינערי איז וואס איז מרמז צום טויש אין נעמען. וואס די טויש איז מרומז אינעם פסוק ״ארבעה לא אשיבנו״ און אין תשובה בר״ה מהכינויים שגורם, וואס איז מרמז צו i כנ״ל…
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ובענין פון דעם אז מ׳וויל דא אן עקספּאנענט פון 4 אויף כדי צו שאפן דעם i צוריק צו א געהעריגע פּאזיטיוו, קען מען זאגן אז דאס גייט צוזאמען מיט וואס [tag]יואב[/tag] זאגט:
והיינו, ״וְנָתְנוּ״ און ״הַכֵּה״ זענען פּעלינדרוימס - מ׳קען עס ליינען די זעלבע אהין-און-צוריק. ווי געשריבן דא האט דער מאטעמאטיקער דר. גוסטאוווּס סימאנס קאנדזשעקטשורד אז אויב געבט מען פאר א נומער (וואס איז מער פון 1) אן עקספאנענט גרעסער פון 4 גייט די נומער וואס קומט אויס זיכער נישט זיין א פּעלינדרוים וואס מ׳קען ליינען די זעלבע אהין-און-צוריק. נו, איז דאך דאס דער רמז אז לגבי די כינוי שם, וואס וואלט געדארפט זיין מער חמור פון צוריקשלאגן אלס ״וְנָתְנוּ״ און ״הַכֵּה״ וואס זענען פּעלינדרוימס, וואס אויף דעם כינוי שם נוצט מען די לוּפּהוילס לתשובה בר״ה המרמז למספר i וואס ווערט נתקן מיט אן עקספאנענט פון 4, האט מען לעומת זה דארט ביים שלאפן מבטל געווען אט די פּעלינדרוים וואס אין מאטעמאטיקס ווערט דאס (אפשר) בטל בוודאי ווען די עקספאנענט פון א נומער איז מער פון 4…
יואב האט געשריבן:יאָ, שלומי מעג טשעפּען יעדן אַנדערש אָבער קיינער טאָר נישט צוריק טון — יתוֹם־קאַרד! איי וְנָתְנוּ גייט ביידע וועגן? אָה־אָה־אָה! וְנָתְנוּ *פלעגט* גיין ביידע וועגן. מיט דער הילף פון יו. דזשעי. אָו. און היימישע עסקנים האָט מען ב"ה מצליח געווען צו פאַרוואַנדלען סיי וְנָתְנוּ און סיי הַכֵּה אין וואָן־וועי־סטריטס.
והיינו, ״וְנָתְנוּ״ און ״הַכֵּה״ זענען פּעלינדרוימס - מ׳קען עס ליינען די זעלבע אהין-און-צוריק. ווי געשריבן דא האט דער מאטעמאטיקער דר. גוסטאוווּס סימאנס קאנדזשעקטשורד אז אויב געבט מען פאר א נומער (וואס איז מער פון 1) אן עקספאנענט גרעסער פון 4 גייט די נומער וואס קומט אויס זיכער נישט זיין א פּעלינדרוים וואס מ׳קען ליינען די זעלבע אהין-און-צוריק. נו, איז דאך דאס דער רמז אז לגבי די כינוי שם, וואס וואלט געדארפט זיין מער חמור פון צוריקשלאגן אלס ״וְנָתְנוּ״ און ״הַכֵּה״ וואס זענען פּעלינדרוימס, וואס אויף דעם כינוי שם נוצט מען די לוּפּהוילס לתשובה בר״ה המרמז למספר i וואס ווערט נתקן מיט אן עקספאנענט פון 4, האט מען לעומת זה דארט ביים שלאפן מבטל געווען אט די פּעלינדרוים וואס אין מאטעמאטיקס ווערט דאס (אפשר) בטל בוודאי ווען די עקספאנענט פון א נומער איז מער פון 4…
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
מי אני האט געשריבן:
ולפי״ז קען מען זאגן אז וועגן דעם… אהעם… ״ענדיגט״ זיך (״פרייליך״…) מס׳ יומא מיט הרואה קרי ביוה״כ (שענינו תשובה) אז מפיש חיי סגי ומסגי ע״ש. ״סגי ומסגי״ דאָבּל…
וועל, גאַראַנטירט מען דען נישט פון ר' ישמעאל'ן עולם־הבא אַזוי צוויי סעקונדעס בעפאָר רב דימי טשעקט אַריין פון מערבא מיט דיין דאָבל? אין אַזאַ פאַל וועט דער טשעפּעניאַק לויט אונזער סיסטעם בטעות מאַכן (חלק עולם־הבא)^3, און ס'וועט צוריק זיין נעגאַטיוו. (אויב לעבט ער איבער ס'יאָר…) ממילא מיין איך אַז דיין רמז אַרבעט נישט דאָ. ס'איז א פּראָבלעם.
אגב, כ'האָב בכוונה נישט געשריבן "צוויי נעגאַטיווס = פּאַזיטיוו," א טעות וואָס אידן ווי גוים צוגלייך מאַכן כּסדר. כ'האָב דווקא אַרויסגעשריבן "נעגאַטיוו 'x' נעגאַטיוו."(און כ'האָב אַרויסגעלייגט דעם לופּהאָל אין אַבסטראַקט. קען זיין אַז אָנווערן דעם חלק צוויי מאָל איז נישט טיימס. ס'ליגט אַן אחריות אויף יעדן בלוט־זויגער אַליין צו האַלטן חשבון ווען ער/זי קומט אָן צו א פּאַזיטיוו. כ'מיין, אין הימל האַלט מען זיכער חשבון. כ'זאָג נאָר אַז מ'קען נישט מאַכן קיין כלל אויף וויפיל בלוט ס'פאַרלאַנגט זיך צו זויגן. יעדער לויט זיין רעקאָרד אין חלקים +/־).
יתכן אָבער אַז א "בן" עולם־הבא איז לאו דווקא א "חלק" אין עולם הבא. א חלק מיינט זיצן ביים טיש; א בן־עולם הבא לאָזט מען שטיין אויף דער פּאָרענטשע צי וואָס. (מ'קען אויך זאָגן פאַרקערט).
ווי אויך קען דאס פארענטפערן דעם מדרש פליאה אז לאחר חטא עץ הדעת האט אדה״ר געזאגט להקב״ה ״אכלתי ואוכל עוד״. והיינו, אז דאן איז ער געוואויר געווארן איבער בושת הערוה און ביי דעם איז דאך דאָבּל א מעלה…
וואָס הייסט א מעלה אין דאָבל ביי בושת הערווה? דעמאָלט האָט ער זיך אָנגעטון רבינו־תמ'ס הינטער די הויזן?
והיינו, ווייל ווי דער מאטעמאטיקער דר. דזשאן עלען פּאָלוס האט זיך אפגערעדט ווייסט נישט די אלגעמיינע המון עם ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט בּעיסיק נומעריסי און סטאטיסטישע סקילס און ווי אזוי אפצושאצן די שאנס פון פאסירונגען (ער נוצט די שאנס פון זיין אין א טעראריסט אטאקע רח״ל). און וואס זאלן מיר אונז זאגן?
ולקיים אין מסרבין לגדול:
הערסט אויף …
והיינו, לרמז צום ליבעראלן ווירד אז בנוגע אידענטיטעט (און נאמען) קען מען זיך אליין אויסוועהלן. יעצט, ביי ״יוסף״ טרעפן מיר אז ער האט זיך געטוישט במעי אמו רחל מנקיבה לזכר (ברכות ס.) און ביי אשת ״יונה״ טרעפן מיר (עירובין צו.) אז לגבי עולה רגל זיין האט זי גענומען די דזשענדער ראלע פון מענער…
לאָל. בנשימה אחת ברענגסטו א ראיה פון א "נקיבה" צו "דזשענדער ראָלע" אונטערן שירעם פון היינטיגע ליבעראַלע ווירדן… וואו איז דער "אייגעלעך־עמאָדזשי" ווען כ'דאַרף אים? (אפשר איז דער מסלסל בשערו געווען דזשענדער ראָלע ביי יוספ'ן. שוין, כ'העלף דיך דאָ… )
אגב, און מסתם ווייסטו דאָס: יעדער זכר הייבט זיך אָן אַלס נקיבה במעי אמו, על כל פּנים, לפּחות אינעם פיזישן זין. קען אָבער זיין אַז ביי יוספ'ן האָט עס פּאַסירט אויך אין א גענעטישן זין, ס'הייסט דער צווייטער איקס־כראָמאָסאָם האָט זיך געביטן צו אַן איגרעק (Y). וואָס יוסף איז אָבער אומצוויידייטיג אַנדערש געווען פון יעדן איז דאָס קומען פונעם פינגער … (כ'פלעג אייביג מיינען אַז דער מקור פון ווייזן דעם פינגער במקום דעם פיי וואָרט איז ווי רש"י אין פּרשת בהעלותך זאָגט [בשם דעם מדרש תּנחומא] נאָך וואָס משה האָט געפרעגט צופיל קשיות: "הראה לו הקדוש ברוך הוא באצבע…" איצט אָבער קלער איך אז אפשר גאָר איז דער מקור יוספ'ס פינגער. ס'איז געוויס נתקשה געוואָרן. סיידן ער האָט געהאַט ED אויפן פינגער).
וממילא אז ס׳גייט שוין פון דזשענדער פלוּאידיטי און ראלעס פון איש ואשה איז שטימט שוין ״וויינטרויב״ און ״מצאה״ אויך. והיינו, אז ביי קשר איש לאשה טרעפן מיר דאך (פסחים מט.) ״ענבי הגפן בענבי הגפן״ [״וויינטרויב״] ווי אויך (ברכות ח.) ״מצא או מוצא״…
יאָ יאָ, זייער שיין. (שבע־ברכות vibes…)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אייזן אייזן אייזן!!!
וועט מען דאך טאקע דארפן צוקומען יעצט צו נאך איין דעגרי/פּאַוּער העכער, ^4, וואס דאס איז דאך וואס אונז הא׳מיר געשמועסט אויבן בנוגע מהפך זיין דעם i צוריק צו א פאזיטיוו…
איי געס סוֺי. אונז הא׳מיר דאך געזאגט שפעטער אז די רמז דא ווי אזוי ער האט זיך בכלל געקענט טוישן די נאמען/אידענטיטעט, וואס דאס איז דאך מכח און ברענגט ארויף דעם כינוי שם אויף וואס מ׳דארף דעם ״דאָבּל״ לוּפּהויל (וואס אגב אין ב״מ נח: שטעלט מען צאם דאס פארלירן עוה״ב/נישט עולה זיין מגיהנם ביי מכנה שם רע לחבירו מיט איסור ערוה [הבא על אשת איש]), איז דורך דעם געדאנק פון דזשענדער פלוּאידיטי. נו, דארט אין עירובין צו. בתוד״ה דילמא געבט ״רבינו תם״ גלייכבארעכטיגונג, אזא דזשענדער עקוואליטי וכו׳, צו פרויען ווי מענער לברך ברכה אף על מצות עשה שהזמן גרמא…
גערעכט גערעכט. אבער ס׳איז א ק״ו: ומה אז מ׳טרעפט ביים נאמען ״יוסף״ זיך טוישן **** ממש, איז כ״ש ביי דעם צו טוישן דזשענדער ואידענטיטעט…
גראדע דער תורי זהב פון ר׳ בנימין מזלאזיץ זאגט די קשר אז יוסף האט מסלסל געווען בשערו וכדומה אלס טבע אשה ווייל ער איז נתהפך געווארן במעי אמו מנקיבה לזכר ע״ש.
ס׳גייט נאך (אהעם…) טיפער. די פרקי דר׳ אליעזר (פמ״ח) רעכענט אויס די פינעף (עניני) אצבעות כביכול מהקב״ה לגבי וואס ער האט געוואוזן געמאכט. ער רעכענט נישט אויס אז הראהו המנורה באצבע (הגם עס קען זיין ווייל עס איז נישט מענין גאולה וואס איז די קאנטעקסט דארט. אבער פארוואס דאן רעכענט ער יא מחצית השקל?) ע״ש. ולפי גירסת החת״ס בתורת משה עה״פ זה יתנו איז מיט די בוהן האט ער כביכול געוואוזן פאר משרע״ה די מחצית השקל ע״ש. תוס׳ אין מנחות כט. ד״ה שלשה פרעגט פארוואס די גמרא דארט רעכענט נישט אויס אז נתקשה במחצית השקל והראהו מטבע של אש ע״ש. עס איז אפשר משמע דארט אז די גמרא נעמט נישט אָן אז דאס איז געווען ב(ענין )אצבע, נאר מטבע של אש הראהו. איז קען מען אפשר זאגן אז לפי די גמרא אין מנחות איז די מנורה וואס איז געווען באצבע אנשטאט די מחצית השקל וואס די פרקדר״א זאגט איז געווען באצבע - מיינענדיג אז הראת המנורה איז געווען באצבע הבוהן (לפי גירסת החת״ס); אפיק ועייל. יעצט, דער רבינו בחיי בסוף פ׳ צו זאגט אז די בוהן איז כנגד חוש הפה ע״ש. איז וועגן דעם האט מען געקלערט פון די רש״י ביי מנורה אז ״אצבע״ איז קעגן די ״פֵה״ ווארט…
איי, דאן איז עס דאך נישט די מיטעלסטע פינגער, נאר די בוהן?…
ועל פי פשט(?), מער ערענסט גערעדט, זאגט דאך דער רבינו בחיי דארט אז די מיטעלסטע פינגער איז כנגד חוש המישוש ע״ש. וואס דאס גייט דאך אין איינקלאנג מיט ערוה (לפי אריסטו), ועיין במו״נ ח״ג פ״ח ופמ״ט.
יא יא. און אונז הא׳מיר דאך געזאגט אז מ׳קומט דא צו צו ״7״i…
יואב האט געשריבן:וועל, גאַראַנטירט מען דען נישט פון ר' ישמעאל'ן עולם־הבא אַזוי צוויי סעקונדעס בעפאָר רב דימי טשעקט אַריין פון מערבא מיט דיין דאָבל? אין אַזאַ פאַל וועט דער טשעפּעניאַק לויט אונזער סיסטעם בטעות מאַכן (חלק עולם־הבא)^3, און ס'וועט צוריק זיין נעגאַטיוו. (אויב לעבט ער איבער ס'יאָר…) ממילא מיין איך אַז דיין רמז אַרבעט נישט דאָ. ס'איז א פּראָבלעם.
וועט מען דאך טאקע דארפן צוקומען יעצט צו נאך איין דעגרי/פּאַוּער העכער, ^4, וואס דאס איז דאך וואס אונז הא׳מיר געשמועסט אויבן בנוגע מהפך זיין דעם i צוריק צו א פאזיטיוו…
יואב האט געשריבן:וואָס הייסט א מעלה אין דאָבל ביי בושת הערווה? דעמאָלט האָט ער זיך אָנגעטון רבינו־תמ'ס הינטער די הויזן?
איי געס סוֺי. אונז הא׳מיר דאך געזאגט שפעטער אז די רמז דא ווי אזוי ער האט זיך בכלל געקענט טוישן די נאמען/אידענטיטעט, וואס דאס איז דאך מכח און ברענגט ארויף דעם כינוי שם אויף וואס מ׳דארף דעם ״דאָבּל״ לוּפּהויל (וואס אגב אין ב״מ נח: שטעלט מען צאם דאס פארלירן עוה״ב/נישט עולה זיין מגיהנם ביי מכנה שם רע לחבירו מיט איסור ערוה [הבא על אשת איש]), איז דורך דעם געדאנק פון דזשענדער פלוּאידיטי. נו, דארט אין עירובין צו. בתוד״ה דילמא געבט ״רבינו תם״ גלייכבארעכטיגונג, אזא דזשענדער עקוואליטי וכו׳, צו פרויען ווי מענער לברך ברכה אף על מצות עשה שהזמן גרמא…
יואב האט געשריבן:לאָל. בנשימה אחת ברענגסטו א ראיה פון א "נקיבה" צו "דזשענדער ראָלע" אונטערן שירעם פון היינטיגע ליבעראַלע ווירדן… וואו איז דער "אייגעלעך־עמאָדזשי" ווען כ'דאַרף אים? (אפשר איז דער מסלסל בשערו געווען דזשענדער ראָלע ביי יוספ'ן. שוין, כ'העלף דיך דאָ… )
גערעכט גערעכט. אבער ס׳איז א ק״ו: ומה אז מ׳טרעפט ביים נאמען ״יוסף״ זיך טוישן **** ממש, איז כ״ש ביי דעם צו טוישן דזשענדער ואידענטיטעט…
גראדע דער תורי זהב פון ר׳ בנימין מזלאזיץ זאגט די קשר אז יוסף האט מסלסל געווען בשערו וכדומה אלס טבע אשה ווייל ער איז נתהפך געווארן במעי אמו מנקיבה לזכר ע״ש.
יואב האט געשריבן:כ'פלעג אייביג מיינען אַז דער מקור פון ווייזן דעם פינגער במקום דעם פיי וואָרט איז ווי רש"י אין פּרשת בהעלותך זאָגט [בשם דעם מדרש תּנחומא] נאָך וואָס משה האָט געפרעגט צופיל קשיות: "הראה לו הקדוש ברוך הוא באצבע…"
ס׳גייט נאך (אהעם…) טיפער. די פרקי דר׳ אליעזר (פמ״ח) רעכענט אויס די פינעף (עניני) אצבעות כביכול מהקב״ה לגבי וואס ער האט געוואוזן געמאכט. ער רעכענט נישט אויס אז הראהו המנורה באצבע (הגם עס קען זיין ווייל עס איז נישט מענין גאולה וואס איז די קאנטעקסט דארט. אבער פארוואס דאן רעכענט ער יא מחצית השקל?) ע״ש. ולפי גירסת החת״ס בתורת משה עה״פ זה יתנו איז מיט די בוהן האט ער כביכול געוואוזן פאר משרע״ה די מחצית השקל ע״ש. תוס׳ אין מנחות כט. ד״ה שלשה פרעגט פארוואס די גמרא דארט רעכענט נישט אויס אז נתקשה במחצית השקל והראהו מטבע של אש ע״ש. עס איז אפשר משמע דארט אז די גמרא נעמט נישט אָן אז דאס איז געווען ב(ענין )אצבע, נאר מטבע של אש הראהו. איז קען מען אפשר זאגן אז לפי די גמרא אין מנחות איז די מנורה וואס איז געווען באצבע אנשטאט די מחצית השקל וואס די פרקדר״א זאגט איז געווען באצבע - מיינענדיג אז הראת המנורה איז געווען באצבע הבוהן (לפי גירסת החת״ס); אפיק ועייל. יעצט, דער רבינו בחיי בסוף פ׳ צו זאגט אז די בוהן איז כנגד חוש הפה ע״ש. איז וועגן דעם האט מען געקלערט פון די רש״י ביי מנורה אז ״אצבע״ איז קעגן די ״פֵה״ ווארט…
איי, דאן איז עס דאך נישט די מיטעלסטע פינגער, נאר די בוהן?…
ועל פי פשט(?), מער ערענסט גערעדט, זאגט דאך דער רבינו בחיי דארט אז די מיטעלסטע פינגער איז כנגד חוש המישוש ע״ש. וואס דאס גייט דאך אין איינקלאנג מיט ערוה (לפי אריסטו), ועיין במו״נ ח״ג פ״ח ופמ״ט.
יואב האט געשריבן:(שבע־ברכות vibes…)
יא יא. און אונז הא׳מיר דאך געזאגט אז מ׳קומט דא צו צו ״7״i…
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: יוֹנָה מָצְאָה
מי אני האט געשריבן:איי, דאן איז עס דאך נישט די מיטעלסטע פינגער, נאר די בוהן?…
אין 'איראן' נוצט מען טאקע דעם בוהן אנשטאט די אצבע..
https://www.google.com/search?q=thumb+u ... e&ie=UTF-8