יאנקל האט געשריבן:פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:א מענטש איז ביכולת צו צעברייטערן זיין מוח -- אויסציען זיין טראכט-גרעניצן. אבער דאס וועט מיינען אז די מחיצות זענען צעריקט געווארן. די גרעניץ -- א גרעניץ -- וועט אייביג זיין.
וואס געשעט ווען א מענטש פרואווט טראכטן ווייטער ווי זיין גרעניץ דערלויבט? עס געשעט גארנישט. ווייל ווי שטארק ער זאל פרובירן טראכטן און זיך מצייר זיין וואס עס קומט "נאך דעם", וועט ער עס מוזן טאן אין די גרעניצן פון זיין השגה. ער קען, ובכן, נישט טראכטן אינדרויסן פון זיין השגה. ער קען פרובירן אריינצווינגען אין זיין טראכטן עפעס וואס איז מחוץ זיינע השגות. אבער דאס מיינט אז ער איז ווייטער סטאק אין זיינע גרעניצן. ער טראכט דאך ווידעראמאל נאר וואס און וויאזוי זיינע השגות דערלויבן אים.
אמונה איז דאס געצייג וואס א מענטש האט די ברירה אפירצונעמען אויב וויל ער ווי-עס-איז זיך טראגן ווייטער ווי זיין מוח לאזט. אמונה איז נישט שכל. שכל איז דער מיטל וואס ברענגט דעם מענטש צו דער הכרה אז זיין מוח ווי זיינע השגות זענען באגרעניצט -- אז ווי ווייט ער גייט, זעט ער אז מען קען גיין נאך ווייטער. אמונה איז א זאך פאר זיך. עס איז דא א קאנצעפט וואס הייסט געפיל, עס איז פאראן אזא באגריף ווי שכל, און דאן איז דא א זאך וואס הייסט אמונה.
איך קען נישט משיג זיין דעם מין גערעדעכץ. וואס הייסט דאס אז אמונה איז נישט שכל? אויב איז עס נישט שכל, דאן וואס שטערט דיר אז דיין קינד האט נישט קיין אמונה? אויב איז עס שכל איז ניחא, ווייל דאן ברענט אין דיר דאס אז דיין קינד זעט נישט איין דעם אמת, אבער אויב אנערקענסטו אז עס איז נישט שכל, נאר עס איז אזא מעטאפיזישע גרעניץ-איבערגאנג פון אמונה, דאן וואס ווילסטו פון א צווייטן וואס האט זיך נישט דערטראכט צו דיין אבסטראקטיוון מהלך-המחשבה?
ווייל אמונה איז נישט נאר אן אבסטראקטיווען מהלך-מחשבה, עס איז אויך אן אינערליכע געפיל וואס שעפשעט און מורמלט אז דאס איז דער אמת.