וועלט'ס בעלי תפילות

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

וועלט'ס בעלי תפילות

שליחה דורך חאצקל »

חזנים און זינגער זענען פאפולערע פיגורן פון וועמען ס'ווערט זייער א סך גערעדט, געשריבן און אנאליזירט אין פארשידענע פאבליקאציעס, זיי גיבן ארויס טעיפ'ס, גיבן קאנצערטן א.א.וו.
אנדערש איז אבער מיט בעלי תפילות, די וואס זענען נישט דוקה קיין חזנים, אבער דאווענען פארן עמוד מיט אן אויסגעריפענער בא'טעם'טקייט און זיסקייט (איך גיי נישט דא אריין גיין אין דעם חילוק פון א חזן אין א בעל תפילה, כ'מיין אז ס'איז מובן מאיליו) פון קיפקעס דא און דארט הערט מען אמאל רעדן דערוועגן אבער דאך איז עס נישט קיין אפיציעל אנערקענטער טעמא, ווארשינליך ווייל זייער פאך קאנצענטרירט זיך דוקא ביים עמוד און נישט אויף טעיפ'ס און אויף פלאטפארמעס מיט מוזיק הינטערוויילעכטץ, טראץ וואס פון די נגינה פון א גיטן בעל תפילה האט מען הנאה נישט ווייניגער ווי פון די נגינה פון א זינגער אויף א טעיפ, און זיין נגינה קען ארויס הייבן א דאווענען שבתים און ספעציעל ימים טובים אויף א געוואלדיגער פארנעם, און ווער רעדט נאך ימים נוראים.

איז לאמיר זיך נעמען איבער אזעלעכע בעלי תפילות וואס שם'ען אין א שטעטל אדער קהילה:

איך וועל דערמאנען ברוך אייזנבערג ע"ה וועלעכע איז גראדע זייער באקאנט געווען פון די קינדער טעיפ'ס, ער איז אויך געווען א גאר שיינער בעל תפילה.

דער פאפולערער אייזיק האניג הייסט אויך זייער א גיטער בעל תפילה

ירמי' דאמען וואס בעל תפילה'וועט אויך אויף טעיפ'ס איז דאך פאר יעדן באקאנט

מאיר ברוך קאהן, א שילוב פון בעל תפילה'שאפט און חזנות איז איבריג צו דערמאנען

ס'הייסט אז ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן דער סאטמארער דיין אין ווליאמסבורג איז א גיטער בעל נוסח און בעל תפילה, איך האב אים קיינמאל נישט געהערט, אבער כ'האט אזוי געהערט זאגן.

כ'באב געהערט אז אין אנטווערפן פלעגן זיין אויסגערופענע בעלי תפילות, פרץ לעפקאוויטש האט געהייסן דער שפוץ בעל תפילה לויטן סאטמארער אונגארישער געשמאק, און שאול הוטערער ע"ה האט געהייסן דער שפוץ בעל תפילה לויטן באבובער און גאליציאנער געשמאק. אויך ר' ברוך כהנא שליט"א איידעם פון ר' יעקל'ה מ'פשעווארסק איז געווען (און איז מעגליך נאך היינט אויך) א זעלטענער בעל תפילה.

וואס האט איר צו זאגן איבער בעלי תפילות?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר