מורינו ורבנו האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ס'שטייט פון אריז"ל אז אויב מ'פארגיסט נישט קיין טרער ימים נוראים מיינט עס אז עפעס טויגט נישט מיט די מענטש. וואס קען מען טוהן אז מ'זאל יא פארגיסן א טרער?
פארגיסן טרערן.
דער אמת'ער געדאנק ווען טרערן קומען, איז ווען מען שפירט ווי נישטיג מען איז קעגן דעם אנדערן זייט. דעמאלס קומט טרערן!
טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן עטליכע מינוט, וואס דער אויבערשטער האט אלס געטון פאר דיר, ווי אזוי דו וואלסט נישט געקענט עקזיסטירן אן אים. טראכט אריין אביסל אין די שווערע מאמענטן וואס דו ביסט אריבערגעגאנגען דאס יאר, ווי אזוי דו ביסט געווען באזארגט אויף געוויסע געשיכטעס, ווי הילפסלאז דו ביסט געווען, און ווי אזוי אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט גוט און גראד. טראכט און גלויב אז דאס קומט פון באשעפער. עס וועט דיר קומען טרערן.
טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן עטליכע מינוט, ווי זינדיג דו ביסט, וויפיל עבירות דו האסט געטון פארן אויבערשטן (דאס איז שוין מער א ליטווישע געדאנק, אבער כשר ביי חסידים). ווי גרויס דער אויבערשטער איז און ווי קליין דו ביסט, ווי שטארק דו קענסט זיך נישט באהערשן און דו ביסט נישט אין דיינע הענט. טראכט אריין אז באמת ווילסטו נישט טון קיין עבירות, אבער דו קענסט נישט שטיין אין די גרויסע נסיונות. זיי מתפלל מעומקי לבבך אז דער אויבערשטער זאל דיר געבן די כוחות, דו זאלסט אים מער נישט מצער זיין (די עצה איז אויך גוט פאר הרב לכבוד). עס וועט דיר קומען טרערן.
טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן אין דיין שווערן מצב. די פלאגענישן און די פראבלעמען וואס נעמען (אפשר) ארום דיין משפחה אדער דיר זעלבסט. קוק זיך אום ווי הילפסלאז דו ביסט, ווי אזוי דו קענסט זיך נישט אליין העלפן. נאר דער אויבערשטער קען דיר העלפן און נאר ער קען דיר ארויסענעמן פון דעם מצב. דאוון צו אים, בעט זיך צו אים כבן המתחטא לפני אביו שבשמים. עס וועט דיר קומען טרערן.
דער צד השוה איז, אז טרערן קומען ווען מען איז זיך מתבונן ווי נישטיג און הילפסלאז און קליינקיק ביסטו קעגן דעם גרויסן אלמעכטיגן גאט פאר וועמען דו שטייסט. דעמאלס קומט טרערן.
(איר וועט אוודאי געדענקען, איינע פון מיינע ערשטע געשיכטעס דא אויף קאווע שטיבל, די ערשטע שבת נאך איך האב זיך איינגעשריבן דא, בשעת עס האט מיר געכאפט מחשבות פון קאווע שטיבל אינמיטן דאווענען, און איך האב זיך געטראפן וויינען בפני קהל ועדה. קוקט עס נאך און זעט די מעשה. וואס איז פשט פון די מעשה, פארוואס האב איך געוויינט? - ווייל איך האב זיך פלוצלינג געשפירט אזוי נישטיג און קליין, אז איך בין פארפארן מיט מיינע מחשבות אינמיטן דאווענען, פאר אן עולם אידן, איך האב זיך נישט באהערשט. דעריבער איז געקומען טרערן און געוויין.)
טרערן קענען קומען, ווען דו שטייסט און דו ביסט זיך מתבונן אין די העכערקייט פון די הייליגע זמנים אין וואו מיר שטייען. ווי גרויס די צייט איז, און ווי אומצוגרייט דיין נפש איז. שטיי און שטוין, ווי אזוי קען איך מקבל זיין די גרויסע אורות בשעת איך בין אזוי קליין. עס וועט דיר קומען טרערן פון אהבה ויראה.
די אנאליז אויף טרערן האט מיר מורא'דיג באנומען (כמעט ביז טרערן...). איך האב שטארק הנאה געהאט פון די טרעפליכע דיבורים און גוטע עצה.
אבער פון די אנדערע זייט. אויף מיין שאלה האב איך נאכנישט געהערט קיין עצה, אויסער דעם אז עס איז א ברייטע פעלד און אז יעדער איינער קען ענטפערן דערויף.
ביטע...