הגאון הצדיק רבי משה מנחם טירנויער דומ"ץ ור"י סאטמאר מונטריאל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

moneyminded האט געשריבן:סאיז טאקע זייער מסתבר אז דאס איז די סיבה פארוואס ער איז געגאנגען צו מהרזל,זייער אסאך האבן געמאכט די זעלבע חשבון אז מהר"א איז א שטארקע פירער און ער וועט זיך דארפן אינטערווארפען ,משא"כ מיט מהרזל איז א א פורים רב געווען בשעתו,מיינט עס אז ער קען אנגיין מיט זיין רעביסטיווע ,די זעלבע חשבון ווי זלמן לייב פילאפ /חיים דוד כ"ץ און אלע גרויסע טעות טיטלען וואס פראוואנען אייגענע רעביסטעווע ,ביי מהר"א איז נישט דא אין די גאנצע וועלט ווי איינער פירט רעביסטעווע אין זיין קהילה

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

זעהט אויס אז די בן אחותו פון בני ברק האט אנגענומען אז מהר"א איז אויך א פורים רב
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

מצפצף האט געשריבן:אויך בין איך נייגעריג וואס האט אים געמאכט טוישן זייטן?
ביי די פובליק סקול איז ער געווען שטארק פאר ב"מ/מהר"א, פארוואס איז ער אריבער צו מהרז"ל?

פאר ווער עס האט געקענט רבי משה מנחם איז נישט קיין ספק וואס זיין עיקר סיבה איז געווען.

ער איז געווען זייער שטארק פאר'ן ברך משה און ער האט געהאלטן אז עס איז א חוצפה נישט אנצונעמען וואס דער ברך משה האט געזאגט אז מען זאל אויפנעמען רז"ל אלס רב. דאס איז געווען זיין יסוד, און שפעטער איז ער געווארן נאך שטארקער פאר צד מהרז"ל ביי די קאורטס, און ווען ער האט זיך עטליכע מאל אריינגעלייגט צו מאכן שלום און איינגעזעהן אז ר אהרן האלט נישט דערביי, די אלע זאכן האט אים מער און מער געשטופט צו מהרי"י.

אבער זיין ערשטע יסוד איז געווען וויבאלד דער ברך משה האט אזוי געזאגט און געוואלט און רבי משה מנחם האט נישט געוואלט אננעמען אז מען האט אים איינגערעדט, ווי ער האט אפילו אמאל געזאגט אין זיינע ערשטע דרשות אנפאנג פאליטיק, אז אפילו לו יצוייר אז מען האט אים איבערגערעדט אבער וויבאלד היינט צוטאגס וויל דער רבי דער ברך משה אזוי איז אין אחר דבריו כלום.

איך גלייב אז טאמער וואלט ער געווען אן ארויני וואלט ער זיך שטארק אנגענומען פאר ר' אהרן אנטקעגן ר' חיים הערש מייזליש און ער וואלט געהאלטן די זעלבע זאך אז נישט קיין חילוק וואס די אינטערלאגע איז, אבער וויבאלד דער רבי פייערט פאר א געוויסע זאך איז א חוצפה און העזה זיך ארויסצושטעלן אנדערש אנטקעגן דעם רבי'ן.

ר' אהרן האט נישט היינט אזא געטרייער מענטש - ווי ר' משה מנחם איז געווען פאר'ן ברך משה - וואס זאל זיך ברבים אויפשטעלן און זיך אננעמען פאר אים. און וועגן דעם איז טאקע זיין ווארט אינגאנצן אויסגעשפילט ביי זיינע אייגענע חסידים
פארשפארט