Trust entity

הילף, עצות און טיפס
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

Trust entity

שליחה דורך Nanach »

איך האב שוין לאנג געהערט פון אזא מושג ווי א טראסט.
לויט ווי איך האב עס פארשטאנען קען מען עס אויך ניצן ווי א לאנג טערם עסקרא.
קודם אויב בין איך טועה אין דעם ביטע פארעכט מיר.
מיין שאלה איז אויב עפנט מען א טראסט מיט למשל 4 מעמבערס און 3 מאכן אפ צו עס דיסאלוון, און צוטיילן די געלט (פאר די צייט אדער עני טשעינדזש צו די טראסט) און די פערטע איז נישט מסכים.. איז עס אזויווי אן עסקרא וואס יעדער קען אפהאלטן אדער אזוי ווי א קארפ. וואס מען גייט נאך רוב?
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

א קארפארציע גייט נישט אייביג נאך רוב, און אן עסקראו דארף נישט אייביג יעדער זאל מסכים זיין.

עסקראו מיינט מען לייגט עס אריין ביי א שליש, ווען מען לייגט אריין געלט אין אן עסקראו שרייבט מען אן עסקראו עגרימענט וואס עס דארף פאסירן מען זאל קענען ארויסנעמען די געלט. אמאל קען עס זיין יעדער זאל מסכים זיין, אמאל איז עס פשוט עפעס א תנאי וואס דארף אויסגעפירט ווערן און דערנאך געבט מען די געלט נישט קיין חילוק ווער עס איז מסכים.

א קארפאראציע איז אן ענטיטי, און מען קען אפמאכן וויאזוי די דעסישענס פון די קארפאראציע גייט ווערן אפגעמאכט.

אויב מאכט מען א טראסט אקאונט ביי א שליש, איז עס טעכניש אן עסקראו. אויב פירט מען עס אליין קען מען עס פירן וויאזוי מען האט זיך אפגעמאכט עס צו פירן. און אלע צדדים דארפן טראסטן ווער עס האלט עס זיך צו האלטן צום פלאן.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:א קארפארציע גייט נישט אייביג נאך רוב, און אן עסקראו דארף נישט אייביג יעדער זאל מסכים זיין.

עסקראו מיינט מען לייגט עס אריין ביי א שליש, ווען מען לייגט אריין געלט אין אן עסקראו שרייבט מען אן עסקראו עגרימענט וואס עס דארף פאסירן מען זאל קענען ארויסנעמען די געלט. אמאל קען עס זיין יעדער זאל מסכים זיין, אמאל איז עס פשוט עפעס א תנאי וואס דארף אויסגעפירט ווערן און דערנאך געבט מען די געלט נישט קיין חילוק ווער עס איז מסכים.

א קארפאראציע איז אן ענטיטי, און מען קען אפמאכן וויאזוי די דעסישענס פון די קארפאראציע גייט ווערן אפגעמאכט.

אויב מאכט מען א טראסט אקאונט ביי א שליש, איז עס טעכניש אן עסקראו. אויב פירט מען עס אליין קען מען עס פירן וויאזוי מען האט זיך אפגעמאכט עס צו פירן. און אלע צדדים דארפן טראסטן ווער עס האלט עס זיך צו האלטן צום פלאן.

קודם א גרויסן שכוח פארן ענטפערן
און וואס געשעט ווען עס ווערט געהאלטן ביי אלע בענפישיעריס צוגלייך און א חלק ווילן זיך האלטן צום אפמאך (לאמיר זאגן אז מען וועט עס האלטן פארמאכט פאר 3 יאר) און די רוב וויל טוישן די ביי-לאוס (למשל אז מען זאל שוין יעצט צוטיילן)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אין די טראסט דאקומענטן קען מען אריינשרייבן אלע דעטאלן וויאזוי מ'וויל ס'זאל געפירט ווערן און ווער זאל זיין בארעכטיגט צו מאכן טוישונגן. רעדט צו א לאיער וואס טיט די זאכן.
פארשפארט