דער מקור פון ווערטלעך אין די אידישע (און אלגעמיינע) פאלקלאר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

דער מקור פון ווערטלעך אין די אידישע (און אלגעמיינע) פאלקלאר

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'זענען פארהאן ווערטלעך און זאגונגען וועלכע זענן מורגל בפי הבריות. און רוב מענטשן ווייסן נישט דעם מקור פון דעם. פון וואו נעמט זיך דאס ווערטל אדער זאגונג...?!

מיר וועללן דא פרובירן (בעז"ה) און מיט די הילף פון די חברי השטיבל ארויסצוברענגען דעם מקור פון די אלע ווערטלעך.

ווער ס'ווייסט פון ווערטלעך אדער אינטרעסאנטע דעפינישנס סיי אין די אידישע און ענגלישע/אמעריקאנער פאלקלאר ווערט געבעטן זיך משתתף זיין כיד ה' הטובה עליו.

ווער ס'האט ראיות פון וויקיפעדיע און אנדערע מקורות איז אויך גוט...!

והנה: דאס ווערטל..."האק נישט אין טשייניק"...! מילא, ווען איינער זאגט פאר זיין חבר..."האק נישט אין קאפ" קענמען נאך פארשטיין. אבער ווי קומט א..."טשייניק"... צו א קאפ...?!

נאר מ'דארף צוריקגיין א ביסל אין היסטאריע. אין רוסלאנד איז געווען א מנהג קדמונים, ספעציעל אין די גאר קאלטע געגנטן אזוי ווי סיביר, אז די רעגירונג האט אויפגעשטעלט א ריזיגן טאנק/קעסל מיט הייס וואסער. און די איינוואוינערס פון די שטאט זענען געקומען נעמען הייס וואסער פאר זייערע באדערפענישן. דאס האט די (גוטע און וואוילע) רעגירונג געטון נאך בימי הצארים...פריי פון אפצאל...! נאר א יעדער האט געדארפט מיטברענגען זיין אייגענעם טשייניקל. ס'איז געווען א לאנגע ליין. און א סאך מענטשן זענען געווארן לאנגווייליג (באורעד, בלע"ז). האבן זיי פאר לאנגווייליגקייט גענומען האקן אין זייערע טשייניקס. ווען איינער האט דאס געטון און ס'האט געשטערט דעם מענטש וואס איז געשטאנען הינטער איהם אין די שורה, האט ער זיך אנגערופן צו זיין חבר..."האק נישט אין טשייניק"...!

דאס איז לפענ"ד דער מקור פון דעם ווערטל. ס'דא נאך א סאך ווערטלעך און זאגונגען סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש/ אמעריקאניש. ווער ס'ווייסט פון נאך גוטע ווערטלעך אדער דעפינישנס און זייער מקור ווערט געבעטן אריינצורעדן...ייש"כ...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'דא א ווערטל וואס מ'זאגט אויף א געמאכטן תלמיד חכם אז ער איז א ..."תענית חלום"...! פון וואו נעמט זיך עס...?!

נאר אין שולחן ערוך (הלכות שבת) שטייט דאס פאלגנדע לשון..."לא יתענה ת"ח בשבת"... דאס מיינט צו זאגן אז מ'זאלל נישט פאסטן א תענית חלום אום שבת. אבער די ראשי תיבות זענען די זעלבע ווי..."תלמיד חכם"...! קענמען זיך טועה זיין אז ס'מיינט תלמיד חכם. אויב ס'האט די זעלבע ר"ת (נישט ר"ת גאטשעס) קען עס אויך ווערן פארטוישט...!
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

האק נישט אין טשייניק האט א מקור אין גמרא איך געדענק נישט יעצט ווי אבער סאיז עפעס אזוי א מימרא פון 3 מיני תלמידי חכמים אויף די שוואכסטע זאגט די גמרא איז כמאן שמשקשק אכמכא דמייא
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן נון: ייש"כ. דו מאכסט מיך זייער שטארק פרייליך מיט ברענגען א מקור פון די גמרא. ווען אונזערע היינטיגע סאפיסטיקירטע מענטשן וואלטן געוואוסט וויפיהל חכמה ס'ליגט אין די גמרא וואלטן זיי עס נישט אראפגעלייגט פון די הענט. אזוי ווי יענער ליטווישער בחור אדער יונגערמאן...!

ומעשה שהיה כך היה. א ליטווישער יונגערמאן (כ'מיין פון במ"ג) האט אמאל אנגעכאפט א משוגעת אז ער גייטציך שמד'ן רח"ל. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח פון שטעטל (בימים ההם איז געווען אזוי ווי ביי אידן איז געווען א רב איז ביי די גויים להבדיל געווען א גלח.). זיין חבר, אויס נייגעריגקייט איז מיטגעגאנגען מיט איהם. זיי קלינגען אין טיר. די רביצין/גלח'טע קומט ארויס און זי זאגט אז איהר מאן איז נישט יעצט אינדערהיים. ער קומט באלד. זי האט זיי פארבעטן אריינצוגיין אין ליווינג רום.

זיצנדיג און ווארטן, נעמט אונזער חתן דנן (ווער ס'האטציך געוואלט שמד'ן.) ארויס א קליין גמרא'לע און נעמט זיך לערנען. זאגט איהם זיין חבר..."דו ביסט צודרייט...?! דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא...?! ענטפערט ער..."ביטל טעירעה...! לאל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דא אן אלט ווערטל אויף ענגליש:..."The early bird gets the worm"...!

איבערגעטייטשט אויף אידיש ... די פייגל וואס שטייט אויף פריה האט/באקומט דעם ווערעמל...!
דאס איז א מוסר השכל אז ווער ס'שטייט אויף פריה (הייבט אן דעם טאג בזריזות) האט בעסערע שאנסן פאר הצלחה...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

:P ?So does that mean that the early worm gets eaten
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: דער מקור פון ווערטלעך אין די אידישע (און אלגעמיינע) פאלק

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

berlbalaguleh האט געשריבן:בן נון: ייש"כ. דו מאכסט מיך זייער שטארק פרייליך מיט ברענגען א מקור פון די גמרא. ווען אונזערע היינטיגע סאפיסטיקירטע מענטשן וואלטן געוואוסט וויפיהל חכמה ס'ליגט אין די גמרא וואלטן זיי עס נישט אראפגעלייגט פון די הענט. אזוי ווי יענער ליטווישער בחור אדער יונגערמאן...!

ומעשה שהיה כך היה. א ליטווישער יונגערמאן (כ'מיין פון במ"ג) האט אמאל אנגעכאפט א משוגעת אז ער גייטציך שמד'ן רח"ל. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח פון שטעטל (בימים ההם איז געווען אזוי ווי ביי אידן איז געווען א רב איז ביי די גויים להבדיל געווען א גלח.). זיין חבר, אויס נייגעריגקייט איז מיטגעגאנגען מיט איהם. זיי קלינגען אין טיר. די רביצין/גלח'טע קומט ארויס און זי זאגט אז איהר מאן איז נישט יעצט אינדערהיים. ער קומט באלד. זי האט זיי פארבעטן אריינצוגיין אין ליווינג רום.

זיצנדיג און ווארטן, נעמט אונזער חתן דנן (ווער ס'האטציך געוואלט שמד'ן.) ארויס א קליין גמרא'לע און נעמט זיך לערנען. זאגט איהם זיין חבר..."דו ביסט צודרייט...?! דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא...?! ענטפערט ער..."ביטל טעירעה...! לאל.
דיין מעשה דערמאנט מיך אנאנדערן מעשה, ווי צוויי בחורים זענען געווען פעדאפפ מיט אידישקייט און האבן אפגעמאכט צו מאכן א סוף דערצו. זיי האבן זיך אפגעשמועסט צו גיין פרעסן א טשיסבורגער ביי מעקדאנאלד אום שב"ק! ויהי היום, די צוויי קומען אריין דארט באשטעלן דעם טשיסבורגער, זענען גרייט אריין צו בייסן און איינער לייגט ארויף די האנט אויפן קאפ און מאכט ברכה, זאגט עם זיין חבר ביסט משוגע?! וואס מאכסטו א ברכה?! אוי, ענטפערט דער חבר, און זאגט שטיעלרהייט בשכמל"ו.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן::P ?So does that mean that the early worm gets eaten

רביה"ק זי"ע: איינער (אן עצלן) האט שוין געפרעגט די קשיא. ווייל ער האט זיך נישט געוואלט ארויסלערנען דעם מוסר השכל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'דא נאך א ווערטל וואס מ'זאגט נאך פון טאמאס עדיסאן. דער גרויסער חכם בגויים. ווען ער האט ארויסגעברענגט איינס פון זיינע עטליכע הונדערט אינווענשאנס. און מ'האט איהם געפרעגט ער זאלל זאגן דעם סוד פון זיין הצלחה. האט ער געענטפערט (אין ענגליש)..."The success of a new product (invention) is 10% in-SPIRATION and 90% per-SPIRATION"...!

דער פשט פון דעם ווערטל איז,, אז מצליח צו זיין מיט א גוטע איידיע דארף מען אבער זייער שטארק שוויצן דאס צו ערצייגן מיט ערפאלג...!

נ.ב.: ס'זענען געווען שמועות אז עדיסאן איז געווען אן אנטיסעמיט. אבער זיי שטעללן זיך ארויס צו זיין נישט ריכטיג. ווייל ס'זענען נישטא קיין שום ערנסטע סטעיטמענטס פון איהם וועלכע דרוקן אויס האס צו אידן...!

א שטיקל לימוד זכות קענמען זאגן אויף איהם. וויבאלד ער איז געווען אן אינווענטאר. און ער האט געדארפט א סאך אנקומען צו די טובות פון עשירים, האט ער זיך געחנפ'ט צו דעם פאטאלאגישן צורר ישראל, הענרי פארד, ימש"ו. האט ער אפשר אמאל געלאזט פאללן אן אנטיסעמיטישן סטעיטמענט. ווייל אויב ער וואלט עכט געווען אן אנטיסעמיט וואלט מען נישט געברענגט קיין שום מאמרים פון איהם...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:בן נון: ייש"כ. דו מאכסט מיך זייער שטארק פרייליך מיט ברענגען א מקור פון די גמרא. ווען אונזערע היינטיגע סאפיסטיקירטע מענטשן וואלטן געוואוסט וויפיהל חכמה ס'ליגט אין די גמרא וואלטן זיי עס נישט אראפגעלייגט פון די הענט. אזוי ווי יענער ליטווישער בחור אדער יונגערמאן...!

ומעשה שהיה כך היה. א ליטווישער יונגערמאן (כ'מיין פון במ"ג) האט אמאל אנגעכאפט א משוגעת אז ער גייטציך שמד'ן רח"ל. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח פון שטעטל (בימים ההם איז געווען אזוי ווי ביי אידן איז געווען א רב איז ביי די גויים להבדיל געווען א גלח.). זיין חבר, אויס נייגעריגקייט איז מיטגעגאנגען מיט איהם. זיי קלינגען אין טיר. די רביצין/גלח'טע קומט ארויס און זי זאגט אז איהר מאן איז נישט יעצט אינדערהיים. ער קומט באלד. זי האט זיי פארבעטן אריינצוגיין אין ליווינג רום.

זיצנדיג און ווארטן, נעמט אונזער חתן דנן (ווער ס'האטציך געוואלט שמד'ן.) ארויס א קליין גמרא'לע און נעמט זיך לערנען. זאגט איהם זיין חבר..."דו ביסט צודרייט...?! דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא...?! ענטפערט ער..."ביטל טעירעה...! לאל.
דיין מעשה דערמאנט מיך אנאנדערן מעשה, ווי צוויי בחורים זענען געווען פעדאפפ מיט אידישקייט און האבן אפגעמאכט צו מאכן א סוף דערצו. זיי האבן זיך אפגעשמועסט צו גיין פרעסן א טשיסבורגער ביי מעקדאנאלד אום שב"ק! ויהי היום, די צוויי קומען אריין דארט באשטעלן דעם טשיסבורגער, זענען גרייט אריין צו בייסן און איינער לייגט ארויף די האנט אויפן קאפ און מאכט ברכה, זאגט עם זיין חבר ביסט משוגע?! וואס מאכסטו א ברכה?! אוי, ענטפערט דער חבר, און זאגט שטיעלרהייט בשכמל"ו.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk


און דאס דערמאנט אן אנדערע מעשה.
א ליטטואק איז אטאקירט געווארען דורך א גוי וואס האט איהם געוואלט ל"ע הרגנ'ן. דער ליטוואק פאנגט אן ברוך באאאררראאאך אט אט את אתהה השם א מלךךך העילאםםם אששר קידשאנווו בעמיצוועיתאווו וציונו על קידוש השם
און פונקט קומט אן די פאליציי

און דער ליטוואק הייבט אן שרייען... נו נו ברכה לבטלה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דא א היכי תימצא. ס'זענען דא מענטשן וועלכע הייסן פאלאק. און זיי זענען גאר אונגארישע. נאכדעים איז דא מענטשן וועלכע הייסן אונגארישער. און זיי שטאמען פון פוילן...!

נאר דער תירוץ איז. אז דער וואס הייסט פאלאק, זיין זיידע האט עמיגרירט פון פוילן קיין אונגארן. האט מען געזאגט (אין ביהמ"ד) יוי קיק נאר דעים פאלאק..און דער וואס הייסט אונגארישער די זעלבע. מ'האט געזאגט (אין ביהמ"ד)...נא. זעה דעם אונגארישער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דא א ווערטל וואס מ'זאגט אויף אן עם הארץ...אז ער ווייסט נישט ..."מאי קא אמרה רביצן"...! אין מיינע צייטן אין חדר און ישיבה איז עס געווען זייער שטארק פאפולער...! פון וואו נעמט זיך עס? נאר. ס'איז דאך דא די באקאנטע מאמר חז"ל..."מאי קא אמרי רבנן"...האט מען געגעבן פאר אן עם הארץ צו זאגן די ווערטער אין רש"י (פון די גמרא). אין כתב רש"י איז א נו"ן (ניע"ן. פאר די עכטע אמעראצים.) מיט א צד"י זייער שטארק ענליך. וויבאלד ער איז דאך געווען אן עם הארץ האט ער עס געליינט אלס ..."מאי קא אמרי רבצן"...!

נ.ב.: איך האב נישט קיין פאנט מיט כתב רש"י. ווער ס'האט קען עס ארויפלייגן. צו זעהן דעם חילוק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן::P ?So does that mean that the early worm gets eaten

ריבה"ק זי"ע: דאס האט א פוילער יונגל געזאגט פאר זיין טאטע ווען דער טאטע האט איהם געזאגט מוסר אז ער זאלל אויפשטיין באצייטנס. האט ער געברענגט א ראיה אז ס'לוינט זיך נישט אויפצושטיין פריה. ווייל דער ווערימל וואס איז אויפגעשטאנען נאך פריער איז געווארן אויפגעגעסן...!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז דא א היכי תימצא. ס'זענען דא מענטשן וועלכע הייסן פאלאק. און זיי זענען גאר אונגארישע. נאכדעים איז דא מענטשן וועלכע הייסן אונגארישער. און זיי שטאמען פון פוילן...!

נאר דער תירוץ איז. אז דער וואס הייסט פאלאק, זיין זיידע האט עמיגרירט פון פוילן קיין אונגארן. האט מען געזאגט (אין ביהמ"ד) יוי קיק נאר דעים פאלאק..און דער וואס הייסט אונגארישער די זעלבע. מ'האט געזאגט (אין ביהמ"ד)...נא. זעה דעם אונגארישער...!

דאס איז דאך די פראבלעם מיט א רוסישער יוד . אינדערהיים אין רוסלאנד ווי ער איז געגאנגען האט מען עים גערופן דו דזיד! מיינט ער אז ווען ער גייט קימען אויף אמעריקא וועט זיך עס טוישן דערווייל א נעכטיגן טאג... מען רופט עים דער רוסקי
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאצקע ציקער: דו ביסט גערעכט. איך האב טאקע ליעב א יעדן איד. אן חילוק פון וואו ער שטאמט. ספעציעל די רוסישע אידן וועלכע וויללן זיין ערליך. ווער ס'באציעט זיך מיט ביטול צו א צווייטן איד איז טאקע אן עוולה...!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער: דו ביסט גערעכט. איך האב טאקע ליעב א יעדן איד. אן חילוק פון וואו ער שטאמט. ספעציעל די רוסישע אידן וועלכע וויללן זיין ערליך. ווער ס'באציעט זיך מיט ביטול צו א צווייטן מענטש איז טאקע אן עוולה...!


כ'האב פאראכטן דיין טעות הדפוס..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליעב צו וויסן: ייש"כ. נאר איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט אזא סאפיסטיקירטער, ליבעראלער וועלטליכער מענטש. קום וועלל איך דיך נעמען אויף א שפאציר צו עפעס א גרויסן און בארימטן האטעל אין וועסטשעסטער קאונטי. וואו דו וועסט דיך טרעפן מיט חשוב'ע איירישע גויים פון דעם שניט פון מר. דזשאוסעף קענעדי, ימ"ש. און זיי וועללן דיר שוין געבן אנצוהערן ווי חשוב זיי האלטן די אידעלעך. אפילו די ליבעראלע, וועלכע זענען זייער שטארק מקפיד בכבוד האדם. פון אלע שיכטן, קרייזן און שאטירונגען און עטנישטע אנגעהעריגקייטן...!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: ייש"כ. נאר איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט אזא סאפיסטיקירטער, ליבעראלער וועלטליכער מענטש. קום וועלל איך דיך נעמען אויף א שפאציר צו עפעס א גרויסן און בארימטן האטעל אין וועסטשעסטער קאונטי. וואו דו וועסט דיך טרעפן מיט חשוב'ע איירישע גויים פון דעם שניט פון מר. דזשאוסעף קענעדי, ימ"ש. און זיי וועללן דיר שוין געבן אנצוהערן ווי חשוב זיי האלטן די אידעלעך. אפילו די ליבעראלע, וועלכע זענען זייער שטארק מקפיד בכבוד האדם. פון אלע שיכטן, קרייזן און שאטירונגען און עטנישטע אנגעהעריגקייטן...!


די ווארט "ליבעראל" ווערט באניצט דורך פארשידענע סארט שטרעמונגען יעדער מיט זיינע אנשויאונגען...

איך בין זיכער נישט קיין א.ג. "פראגרעסיווער".. איך האלט זיי זענען די גרעסטע סכנה פאר יושר וצדק, און פאר די מענטשהייט בכלליות.

איך בין יא אן א.ג. "קלאסישער ליבעראל"..
-לעב און לאז לעבן.
-יעדער יחיד האט זיינע רעכטן וואס קיינער קען פון אים נישט צונעמען.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: ייש"כ. נאר איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט אזא סאפיסטיקירטער, ליבעראלער וועלטליכער מענטש. קום וועלל איך דיך נעמען אויף א שפאציר צו עפעס א גרויסן און בארימטן האטעל אין וועסטשעסטער קאונטי. וואו דו וועסט דיך טרעפן מיט חשוב'ע איירישע גויים פון דעם שניט פון מר. דזשאוסעף קענעדי, ימ"ש. און זיי וועללן דיר שוין געבן אנצוהערן ווי חשוב זיי האלטן די אידעלעך. אפילו די ליבעראלע, וועלכע זענען זייער שטארק מקפיד בכבוד האדם. פון אלע שיכטן, קרייזן און שאטירונגען און עטנישטע אנגעהעריגקייטן...!


די ווארט "ליבעראל" ווערט באניצט דורך פארשידענע סארט שטרעמונגען יעדער מיט זיינע אנשויאונגען...

איך בין זיכער נישט קיין א.ג. "פראגרעסיווער".. איך האלט זיי זענען די גרעסטע סכנה פאר יושר וצדק, און פאר די מענטשהייט בכלליות.

איך בין יא אן א.ג. "קלאסישער ליבעראל"..
-לעב און לאז לעבן.
-יעדער יחיד האט זיינע רעכטן וואס קיינער קען פון אים נישט צונעמען.


דעמאלטס ביזטו א קלאסישע ליבערטעריען

ליבעראלן לאזן נישט לעיבן, און זיי האלטן יא פון אוונקנעמען פריוואטע רעכטן
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט