דער מקור פון ווערטלעך אין די אידישע (און אלגעמיינע) פאלקלאר
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

ס'זענען פארהאן ווערטלעך און זאגונגען וועלכע זענן מורגל בפי הבריות. און רוב מענטשן ווייסן נישט דעם מקור פון דעם. פון וואו נעמט זיך דאס ווערטל אדער זאגונג...?!
מיר וועללן דא פרובירן (בעז"ה) און מיט די הילף פון די חברי השטיבל ארויסצוברענגען דעם מקור פון די אלע ווערטלעך.
ווער ס'ווייסט פון ווערטלעך אדער אינטרעסאנטע דעפינישנס סיי אין די אידישע און ענגלישע/אמעריקאנער פאלקלאר ווערט געבעטן זיך משתתף זיין כיד ה' הטובה עליו.
ווער ס'האט ראיות פון וויקיפעדיע און אנדערע מקורות איז אויך גוט...!
והנה: דאס ווערטל..."האק נישט אין טשייניק"...! מילא, ווען איינער זאגט פאר זיין חבר..."האק נישט אין קאפ" קענמען נאך פארשטיין. אבער ווי קומט א..."טשייניק"... צו א קאפ...?!
נאר מ'דארף צוריקגיין א ביסל אין היסטאריע. אין רוסלאנד איז געווען א מנהג קדמונים, ספעציעל אין די גאר קאלטע געגנטן אזוי ווי סיביר, אז די רעגירונג האט אויפגעשטעלט א ריזיגן טאנק/קעסל מיט הייס וואסער. און די איינוואוינערס פון די שטאט זענען געקומען נעמען הייס וואסער פאר זייערע באדערפענישן. דאס האט די (גוטע און וואוילע) רעגירונג געטון נאך בימי הצארים...פריי פון אפצאל...! נאר א יעדער האט געדארפט מיטברענגען זיין אייגענעם טשייניקל. ס'איז געווען א לאנגע ליין. און א סאך מענטשן זענען געווארן לאנגווייליג (באורעד, בלע"ז). האבן זיי פאר לאנגווייליגקייט גענומען האקן אין זייערע טשייניקס. ווען איינער האט דאס געטון און ס'האט געשטערט דעם מענטש וואס איז געשטאנען הינטער איהם אין די שורה, האט ער זיך אנגערופן צו זיין חבר..."האק נישט אין טשייניק"...!
דאס איז לפענ"ד דער מקור פון דעם ווערטל. ס'דא נאך א סאך ווערטלעך און זאגונגען סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש/ אמעריקאניש. ווער ס'ווייסט פון נאך גוטע ווערטלעך אדער דעפינישנס און זייער מקור ווערט געבעטן אריינצורעדן...ייש"כ...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'דא א ווערטל וואס מ'זאגט אויף א געמאכטן תלמיד חכם אז ער איז א ..."תענית חלום"...! פון וואו נעמט זיך עס...?!
נאר אין שולחן ערוך (הלכות שבת) שטייט דאס פאלגנדע לשון..."לא יתענה ת"ח בשבת"... דאס מיינט צו זאגן אז מ'זאלל נישט פאסטן א תענית חלום אום שבת. אבער די ראשי תיבות זענען די זעלבע ווי..."תלמיד חכם"...! קענמען זיך טועה זיין אז ס'מיינט תלמיד חכם. אויב ס'האט די זעלבע ר"ת (נישט ר"ת גאטשעס) קען עס אויך ווערן פארטוישט...!
נאר אין שולחן ערוך (הלכות שבת) שטייט דאס פאלגנדע לשון..."לא יתענה ת"ח בשבת"... דאס מיינט צו זאגן אז מ'זאלל נישט פאסטן א תענית חלום אום שבת. אבער די ראשי תיבות זענען די זעלבע ווי..."תלמיד חכם"...! קענמען זיך טועה זיין אז ס'מיינט תלמיד חכם. אויב ס'האט די זעלבע ר"ת (נישט ר"ת גאטשעס) קען עס אויך ווערן פארטוישט...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן נון: ייש"כ. דו מאכסט מיך זייער שטארק פרייליך מיט ברענגען א מקור פון די גמרא. ווען אונזערע היינטיגע סאפיסטיקירטע מענטשן וואלטן געוואוסט וויפיהל חכמה ס'ליגט אין די גמרא וואלטן זיי עס נישט אראפגעלייגט פון די הענט. אזוי ווי יענער ליטווישער בחור אדער יונגערמאן...!
ומעשה שהיה כך היה. א ליטווישער יונגערמאן (כ'מיין פון במ"ג) האט אמאל אנגעכאפט א משוגעת אז ער גייטציך שמד'ן רח"ל. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח פון שטעטל (בימים ההם איז געווען אזוי ווי ביי אידן איז געווען א רב איז ביי די גויים להבדיל געווען א גלח.). זיין חבר, אויס נייגעריגקייט איז מיטגעגאנגען מיט איהם. זיי קלינגען אין טיר. די רביצין/גלח'טע קומט ארויס און זי זאגט אז איהר מאן איז נישט יעצט אינדערהיים. ער קומט באלד. זי האט זיי פארבעטן אריינצוגיין אין ליווינג רום.
זיצנדיג און ווארטן, נעמט אונזער חתן דנן (ווער ס'האטציך געוואלט שמד'ן.) ארויס א קליין גמרא'לע און נעמט זיך לערנען. זאגט איהם זיין חבר..."דו ביסט צודרייט...?! דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא...?! ענטפערט ער..."ביטל טעירעה...! לאל.
ומעשה שהיה כך היה. א ליטווישער יונגערמאן (כ'מיין פון במ"ג) האט אמאל אנגעכאפט א משוגעת אז ער גייטציך שמד'ן רח"ל. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח פון שטעטל (בימים ההם איז געווען אזוי ווי ביי אידן איז געווען א רב איז ביי די גויים להבדיל געווען א גלח.). זיין חבר, אויס נייגעריגקייט איז מיטגעגאנגען מיט איהם. זיי קלינגען אין טיר. די רביצין/גלח'טע קומט ארויס און זי זאגט אז איהר מאן איז נישט יעצט אינדערהיים. ער קומט באלד. זי האט זיי פארבעטן אריינצוגיין אין ליווינג רום.
זיצנדיג און ווארטן, נעמט אונזער חתן דנן (ווער ס'האטציך געוואלט שמד'ן.) ארויס א קליין גמרא'לע און נעמט זיך לערנען. זאגט איהם זיין חבר..."דו ביסט צודרייט...?! דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא...?! ענטפערט ער..."ביטל טעירעה...! לאל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: דער מקור פון ווערטלעך אין די אידישע (און אלגעמיינע) פאלק
דיין מעשה דערמאנט מיך אנאנדערן מעשה, ווי צוויי בחורים זענען געווען פעדאפפ מיט אידישקייט און האבן אפגעמאכט צו מאכן א סוף דערצו. זיי האבן זיך אפגעשמועסט צו גיין פרעסן א טשיסבורגער ביי מעקדאנאלד אום שב"ק! ויהי היום, די צוויי קומען אריין דארט באשטעלן דעם טשיסבורגער, זענען גרייט אריין צו בייסן און איינער לייגט ארויף די האנט אויפן קאפ און מאכט ברכה, זאגט עם זיין חבר ביסט משוגע?! וואס מאכסטו א ברכה?! אוי, ענטפערט דער חבר, און זאגט שטיעלרהייט בשכמל"ו.berlbalaguleh האט געשריבן:בן נון: ייש"כ. דו מאכסט מיך זייער שטארק פרייליך מיט ברענגען א מקור פון די גמרא. ווען אונזערע היינטיגע סאפיסטיקירטע מענטשן וואלטן געוואוסט וויפיהל חכמה ס'ליגט אין די גמרא וואלטן זיי עס נישט אראפגעלייגט פון די הענט. אזוי ווי יענער ליטווישער בחור אדער יונגערמאן...!
ומעשה שהיה כך היה. א ליטווישער יונגערמאן (כ'מיין פון במ"ג) האט אמאל אנגעכאפט א משוגעת אז ער גייטציך שמד'ן רח"ל. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח פון שטעטל (בימים ההם איז געווען אזוי ווי ביי אידן איז געווען א רב איז ביי די גויים להבדיל געווען א גלח.). זיין חבר, אויס נייגעריגקייט איז מיטגעגאנגען מיט איהם. זיי קלינגען אין טיר. די רביצין/גלח'טע קומט ארויס און זי זאגט אז איהר מאן איז נישט יעצט אינדערהיים. ער קומט באלד. זי האט זיי פארבעטן אריינצוגיין אין ליווינג רום.
זיצנדיג און ווארטן, נעמט אונזער חתן דנן (ווער ס'האטציך געוואלט שמד'ן.) ארויס א קליין גמרא'לע און נעמט זיך לערנען. זאגט איהם זיין חבר..."דו ביסט צודרייט...?! דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא...?! ענטפערט ער..."ביטל טעירעה...! לאל.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'דא נאך א ווערטל וואס מ'זאגט נאך פון טאמאס עדיסאן. דער גרויסער חכם בגויים. ווען ער האט ארויסגעברענגט איינס פון זיינע עטליכע הונדערט אינווענשאנס. און מ'האט איהם געפרעגט ער זאלל זאגן דעם סוד פון זיין הצלחה. האט ער געענטפערט (אין ענגליש)..."The success of a new product (invention) is 10% in-SPIRATION and 90% per-SPIRATION"...!
דער פשט פון דעם ווערטל איז,, אז מצליח צו זיין מיט א גוטע איידיע דארף מען אבער זייער שטארק שוויצן דאס צו ערצייגן מיט ערפאלג...!
נ.ב.: ס'זענען געווען שמועות אז עדיסאן איז געווען אן אנטיסעמיט. אבער זיי שטעללן זיך ארויס צו זיין נישט ריכטיג. ווייל ס'זענען נישטא קיין שום ערנסטע סטעיטמענטס פון איהם וועלכע דרוקן אויס האס צו אידן...!
א שטיקל לימוד זכות קענמען זאגן אויף איהם. וויבאלד ער איז געווען אן אינווענטאר. און ער האט געדארפט א סאך אנקומען צו די טובות פון עשירים, האט ער זיך געחנפ'ט צו דעם פאטאלאגישן צורר ישראל, הענרי פארד, ימש"ו. האט ער אפשר אמאל געלאזט פאללן אן אנטיסעמיטישן סטעיטמענט. ווייל אויב ער וואלט עכט געווען אן אנטיסעמיט וואלט מען נישט געברענגט קיין שום מאמרים פון איהם...!

- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דיין מעשה דערמאנט מיך אנאנדערן מעשה, ווי צוויי בחורים זענען געווען פעדאפפ מיט אידישקייט און האבן אפגעמאכט צו מאכן א סוף דערצו. זיי האבן זיך אפגעשמועסט צו גיין פרעסן א טשיסבורגער ביי מעקדאנאלד אום שב"ק! ויהי היום, די צוויי קומען אריין דארט באשטעלן דעם טשיסבורגער, זענען גרייט אריין צו בייסן און איינער לייגט ארויף די האנט אויפן קאפ און מאכט ברכה, זאגט עם זיין חבר ביסט משוגע?! וואס מאכסטו א ברכה?! אוי, ענטפערט דער חבר, און זאגט שטיעלרהייט בשכמל"ו.berlbalaguleh האט געשריבן:בן נון: ייש"כ. דו מאכסט מיך זייער שטארק פרייליך מיט ברענגען א מקור פון די גמרא. ווען אונזערע היינטיגע סאפיסטיקירטע מענטשן וואלטן געוואוסט וויפיהל חכמה ס'ליגט אין די גמרא וואלטן זיי עס נישט אראפגעלייגט פון די הענט. אזוי ווי יענער ליטווישער בחור אדער יונגערמאן...!
ומעשה שהיה כך היה. א ליטווישער יונגערמאן (כ'מיין פון במ"ג) האט אמאל אנגעכאפט א משוגעת אז ער גייטציך שמד'ן רח"ל. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח פון שטעטל (בימים ההם איז געווען אזוי ווי ביי אידן איז געווען א רב איז ביי די גויים להבדיל געווען א גלח.). זיין חבר, אויס נייגעריגקייט איז מיטגעגאנגען מיט איהם. זיי קלינגען אין טיר. די רביצין/גלח'טע קומט ארויס און זי זאגט אז איהר מאן איז נישט יעצט אינדערהיים. ער קומט באלד. זי האט זיי פארבעטן אריינצוגיין אין ליווינג רום.
זיצנדיג און ווארטן, נעמט אונזער חתן דנן (ווער ס'האטציך געוואלט שמד'ן.) ארויס א קליין גמרא'לע און נעמט זיך לערנען. זאגט איהם זיין חבר..."דו ביסט צודרייט...?! דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא...?! ענטפערט ער..."ביטל טעירעה...! לאל.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
און דאס דערמאנט אן אנדערע מעשה.
א ליטטואק איז אטאקירט געווארען דורך א גוי וואס האט איהם געוואלט ל"ע הרגנ'ן. דער ליטוואק פאנגט אן ברוך באאאררראאאך אט אט את אתהה השם א מלךךך העילאםםם אששר קידשאנווו בעמיצוועיתאווו וציונו על קידוש השם
און פונקט קומט אן די פאליציי
און דער ליטוואק הייבט אן שרייען... נו נו ברכה לבטלה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז דא א היכי תימצא. ס'זענען דא מענטשן וועלכע הייסן פאלאק. און זיי זענען גאר אונגארישע. נאכדעים איז דא מענטשן וועלכע הייסן אונגארישער. און זיי שטאמען פון פוילן...!
נאר דער תירוץ איז. אז דער וואס הייסט פאלאק, זיין זיידע האט עמיגרירט פון פוילן קיין אונגארן. האט מען געזאגט (אין ביהמ"ד) יוי קיק נאר דעים פאלאק..און דער וואס הייסט אונגארישער די זעלבע. מ'האט געזאגט (אין ביהמ"ד)...נא. זעה דעם אונגארישער...!
נאר דער תירוץ איז. אז דער וואס הייסט פאלאק, זיין זיידע האט עמיגרירט פון פוילן קיין אונגארן. האט מען געזאגט (אין ביהמ"ד) יוי קיק נאר דעים פאלאק..און דער וואס הייסט אונגארישער די זעלבע. מ'האט געזאגט (אין ביהמ"ד)...נא. זעה דעם אונגארישער...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז דא א ווערטל וואס מ'זאגט אויף אן עם הארץ...אז ער ווייסט נישט ..."מאי קא אמרה רביצן"...! אין מיינע צייטן אין חדר און ישיבה איז עס געווען זייער שטארק פאפולער...! פון וואו נעמט זיך עס? נאר. ס'איז דאך דא די באקאנטע מאמר חז"ל..."מאי קא אמרי רבנן"...האט מען געגעבן פאר אן עם הארץ צו זאגן די ווערטער אין רש"י (פון די גמרא). אין כתב רש"י איז א נו"ן (ניע"ן. פאר די עכטע אמעראצים.) מיט א צד"י זייער שטארק ענליך. וויבאלד ער איז דאך געווען אן עם הארץ האט ער עס געליינט אלס ..."מאי קא אמרי רבצן"...!
נ.ב.: איך האב נישט קיין פאנט מיט כתב רש"י. ווער ס'האט קען עס ארויפלייגן. צו זעהן דעם חילוק...!
נ.ב.: איך האב נישט קיין פאנט מיט כתב רש"י. ווער ס'האט קען עס ארויפלייגן. צו זעהן דעם חילוק...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן::P ?So does that mean that the early worm gets eaten
ריבה"ק זי"ע: דאס האט א פוילער יונגל געזאגט פאר זיין טאטע ווען דער טאטע האט איהם געזאגט מוסר אז ער זאלל אויפשטיין באצייטנס. האט ער געברענגט א ראיה אז ס'לוינט זיך נישט אויפצושטיין פריה. ווייל דער ווערימל וואס איז אויפגעשטאנען נאך פריער איז געווארן אויפגעגעסן...!
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז דא א היכי תימצא. ס'זענען דא מענטשן וועלכע הייסן פאלאק. און זיי זענען גאר אונגארישע. נאכדעים איז דא מענטשן וועלכע הייסן אונגארישער. און זיי שטאמען פון פוילן...!
נאר דער תירוץ איז. אז דער וואס הייסט פאלאק, זיין זיידע האט עמיגרירט פון פוילן קיין אונגארן. האט מען געזאגט (אין ביהמ"ד) יוי קיק נאר דעים פאלאק..און דער וואס הייסט אונגארישער די זעלבע. מ'האט געזאגט (אין ביהמ"ד)...נא. זעה דעם אונגארישער...!
דאס איז דאך די פראבלעם מיט א רוסישער יוד . אינדערהיים אין רוסלאנד ווי ער איז געגאנגען האט מען עים גערופן דו דזיד! מיינט ער אז ווען ער גייט קימען אויף אמעריקא וועט זיך עס טוישן דערווייל א נעכטיגן טאג... מען רופט עים דער רוסקי
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

ליעב צו וויסן: ייש"כ. נאר איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט אזא סאפיסטיקירטער, ליבעראלער וועלטליכער מענטש. קום וועלל איך דיך נעמען אויף א שפאציר צו עפעס א גרויסן און בארימטן האטעל אין וועסטשעסטער קאונטי. וואו דו וועסט דיך טרעפן מיט חשוב'ע איירישע גויים פון דעם שניט פון מר. דזשאוסעף קענעדי, ימ"ש. און זיי וועללן דיר שוין געבן אנצוהערן ווי חשוב זיי האלטן די אידעלעך. אפילו די ליבעראלע, וועלכע זענען זייער שטארק מקפיד בכבוד האדם. פון אלע שיכטן, קרייזן און שאטירונגען און עטנישטע אנגעהעריגקייטן...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: ייש"כ. נאר איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט אזא סאפיסטיקירטער, ליבעראלער וועלטליכער מענטש. קום וועלל איך דיך נעמען אויף א שפאציר צו עפעס א גרויסן און בארימטן האטעל אין וועסטשעסטער קאונטי. וואו דו וועסט דיך טרעפן מיט חשוב'ע איירישע גויים פון דעם שניט פון מר. דזשאוסעף קענעדי, ימ"ש. און זיי וועללן דיר שוין געבן אנצוהערן ווי חשוב זיי האלטן די אידעלעך. אפילו די ליבעראלע, וועלכע זענען זייער שטארק מקפיד בכבוד האדם. פון אלע שיכטן, קרייזן און שאטירונגען און עטנישטע אנגעהעריגקייטן...!
די ווארט "ליבעראל" ווערט באניצט דורך פארשידענע סארט שטרעמונגען יעדער מיט זיינע אנשויאונגען...
איך בין זיכער נישט קיין א.ג. "פראגרעסיווער".. איך האלט זיי זענען די גרעסטע סכנה פאר יושר וצדק, און פאר די מענטשהייט בכלליות.
איך בין יא אן א.ג. "קלאסישער ליבעראל"..
-לעב און לאז לעבן.
-יעדער יחיד האט זיינע רעכטן וואס קיינער קען פון אים נישט צונעמען.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: ייש"כ. נאר איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט אזא סאפיסטיקירטער, ליבעראלער וועלטליכער מענטש. קום וועלל איך דיך נעמען אויף א שפאציר צו עפעס א גרויסן און בארימטן האטעל אין וועסטשעסטער קאונטי. וואו דו וועסט דיך טרעפן מיט חשוב'ע איירישע גויים פון דעם שניט פון מר. דזשאוסעף קענעדי, ימ"ש. און זיי וועללן דיר שוין געבן אנצוהערן ווי חשוב זיי האלטן די אידעלעך. אפילו די ליבעראלע, וועלכע זענען זייער שטארק מקפיד בכבוד האדם. פון אלע שיכטן, קרייזן און שאטירונגען און עטנישטע אנגעהעריגקייטן...!
די ווארט "ליבעראל" ווערט באניצט דורך פארשידענע סארט שטרעמונגען יעדער מיט זיינע אנשויאונגען...
איך בין זיכער נישט קיין א.ג. "פראגרעסיווער".. איך האלט זיי זענען די גרעסטע סכנה פאר יושר וצדק, און פאר די מענטשהייט בכלליות.
איך בין יא אן א.ג. "קלאסישער ליבעראל"..
-לעב און לאז לעבן.
-יעדער יחיד האט זיינע רעכטן וואס קיינער קען פון אים נישט צונעמען.
דעמאלטס ביזטו א קלאסישע ליבערטעריען
ליבעראלן לאזן נישט לעיבן, און זיי האלטן יא פון אוונקנעמען פריוואטע רעכטן
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein