אישתישבי האט געשריבן:עס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.
אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.
דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.
ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.
דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.
ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.
און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.
אזוי גייט עס אז בחורים דארפן אמאל דורך פאלן, אדער נעבעך זיי פאלן אמאל אדורך
האסט געמאכט א סערוועי ביי די בחורים צו יעדער פאלט דורך,
אפשר זענען דא א ריזיגע פראצענט וואס היטן זיך מנגיעת אותו מקום, און זיכער נישט קישו, און זיכער נישט הוצאה?????????
איך וועל פרעגן פארקערט, אפשר זענען דא א פראצענט וואס היטן זיך נישט אדער ווייל זיי האלטן נישט דערביי, אדער זייער יצר איז צו שטארק, אדער זיי כאפן נישט די פראבלעם, אדער זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן? אבער ריבו דריבו זענען נישט אזוי ווי די פראצענט??????????
אפשר איז טאקע דא צוויי וועלטן , ווי ביידע זייטן ווייסן נישט פון די אנדערע, די זייט וואס ליינט און שרייבט דא האבן נישט קיין אנונג אז ס'איז דא א חלק וואס האבן נישט קיין מגע ומשא מיט אינטערנעט און אזעלכע סייט'ס און טוען נישט משגל באיסור, און יענע חלק ווייסט נישט אז די וואס זעהן אינטערנעט און ווערן נתעורר מפעם לפעם בקרי בשעת'ן רוקן דעם מייזל, ביי זיי איז עס אן אנגענומענע נארמע.
איך פרעג נישט צום זאך, טאמער יא זאל מען אריינהאקן.