ענדליך נעכטן בין איך אנגעקומען צו קוקן די פילם The two popes וואס [tag]מי אני[/tag] האט רעקאמענדירט, וואס זאל איך זאגן, כ׳האב א שיינע פאר טרערן פארגאסן, כ׳האב מיך שוין לאנג נישט אזוי געטראפן אין א פילם, אפילו אין שטיסל האב איך מיך נישט אזוי געטראפן ווי דא. אנגעפאנגען מיט׳ן וויכוח אין אנפאנג, דער sore loser דשאוקער צום סוף ״אויף אלעם האסטו אן ענטפער!״
, ווי אויך די פאקט אז ווי שטארק זיי האבן נישט ליעב מיין צוגאנג און מהלך הפסק אבער ווען זיי דארפן וויכטיג א היתר אדער סתם הדרכה און זיי פילן ווי זיי טאפן א וואנט קומען זיי זיך בוקן
צו מיר . און ווען איך פארליר די געדולד זיך צו שלאגן און איך באשליס זיך אפצופעקלען און פערטיג זענען זיי, מיינע קעגנער לכאורה, די וואס איבערצייגן מיך צו בלייבן און נישט אויפגעבן די קאמף, זיי ווילן מיר אויסלערנען די קליינע אותיות און איך זאל עס נוצן צו שטופן די וואגן אין מיין ריכטונג. כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען וויאזוי דאס ארבעט, אויב האלטן זיי אז מ׳דארף טאקע א טויש פארוואס קענען זיי נישט זיין די וואס ברענגען עס? זעהט אבער אויס אז אזוי ארבעט די וועלט, וסדנא דארעא חד הוא. א מענטש ווערט אזוי צוגעוואוינט צו א סיסטעם אז ס׳איז איהם שווער צו טוישן טראץ וואס ער ווייסט אז ס׳איז ריכטיג. ווי אויך איז מיר זייער געפעלן די פראזע ״I didn't compromise, I just changed", איך זאג נאכמער, נישט נאר וואס איך האב נישט קאמפראמייזד, איך האב מיך ניטאמאל געטוישט, איך האב אלץ געזוכט דעם אמת און איך זוך עס ווייטער, ס׳האט זיך גארנישט געטוישט, סך הכל האב איך אמאל געמיינט אז דער אמת ליגט אין איין פלאץ און היינט ווייס איך אז דער אמת ליגט אין אן אנדערן פלאץ, און באמת זענען זיי אויך מודה דערצו נאר זיי קענען זיך נישט ברענגען לידי מעשה ווייל זיי זענען אזוי סטאק, כאמור.
#myLife
און אנבאלאנגט וואס רבי בנימין פרענקלין האט געזאגט פריער וועגן גלויביגע רעפארמיסטן, ס׳דא א גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון א קאנסערוואטיוו און די אמונה פון א רעפארמיסט. לאמיר נעמען לא תרצח פאר א ביישפיל, א קאנסערוואטיוו גלייבט (אפיציעל) אינעם בוך, וואס ס׳וועט שטיין דאס וועט ער גלייבן (פארשטייט זיך נאר ווען ס׳שטימט מיט זיין השקפה), ער גלייבט נישט אז מ׳טאר נישט הארגענען, ער גלייבט אינעם לא תרצח, פארשטייסט די חילוק? און דערפאר טאקע ווערט דער לא תרצח א דין אזא אפילו when it defeats its own porpose. דער רעפארמיסט ווידער איז פארקערט, ער גלייבט נישט אינעם לא תרצח, ער גלייבט אז מ׳טאר נישט הארגענען, די גאנצע לא תרצח אין וואס ער גלייבט איז נאר ווילאנג ס׳איז אינעם רוח פון ״נישט הארגענען״, און דערפאר קען זיך עס טאקע טוישן לויט די אומשטענדן, אפשר דורכ׳ן נישט מאכן abortion ״הארגעסטו״ די מאמע? מ׳דארף יעדע פאל עקסטער אין באטראכט נעמען.
די ביישפיל פונעם פילם איז וועגן גירושין, דער קאנסערוואטיוו גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ס׳שטייט אינעם בוך אז יאשקע האט געזאגט אז גירושין איז שלעכט. איי אויב גלייבסטו אז גירושין איז א שלעכטע זאך איז דאך מבטל זיין קידושין למפרע פונקט אזוי שלעכט? דארף מען צוטיילן כדלעיל, ער גלייבט נישט אז גירושין איז שלעכט, ער גלייבט אינעם פסוק וואס זאגט אז גירושין איז שלעכט, מבטל זיין קידושין האט נישט דעם דין ווייל ס׳שטייט נישט אין פסוק ממילא איז עס בסדר. דער רעפארמיסט ווידער גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ער גלייבט אז ס׳איז שלעכט, איז אויב די קירכע האט גע׳פסק׳נט אז מ׳קען מבטל זיין קידושין למפרע מוז זיין אז גירושין איז פונקט אזוי בסדר און מ׳מוז זאגן אז דער פסוק האט עפעס אנדערש געמיינט.