איז סייענס א סתירה צו רעליגיע
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
[left]The first gulp from the glass of natural sciences will turn you into an atheist, but at the bottom of the glass God is waiting for you
Attributed to Werner Heisenberg
Similarly
A little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to religion
Francis Bacon[/left]
Attributed to Werner Heisenberg
Similarly
A little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to religion
Francis Bacon[/left]
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני: איך האב געזעהן לעצטנס עטליכע קליפס וואו סייענטיסטן באשטעטיגן פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט די אלע זאכן וואס שטייען אין חומש און אין נ"ך. אז ס'וואלט געקענט געשעהן. לעומת די אמאליגע סייענטיסטן וועלכע האבן נישט נאר אפגעלייקנט די פארשידענע געשעענישן וואס ווערן דערציילט אין חומש. נאר געשפעט דערפון אז ס'איז (ח"ו) אויסגעטראכטע מעשיות...!
אויף איינס פון די רעפארטס זאגט דער בעל המימרא ממש איבער דעם פסוק וואס שלמה המלך ע"ה זאגט אין קוהלת..."אין כל חדש תחת השמש. ואין זיכרון לראשונים"... זאגט דער סייענטיסט און ער ווייזט אויף דורך ענדזשינירישע קאלקולאציעס אז די מענטשן פון דור הפלגה האבן געקענט בויען אזעלכע שטארקע ציגל וועלכע קענען האלטן די געוויכט פון מערערע טאנס.
אויך די צען מכות און קריעת ים סוף טוען זיי באשטעטיגן פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט...!
ס'נישט אז אונז דארפן א ראיה אז וואס ס'שטייט אין די תורה איז אמת . פשוטו כמשמעו...!

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מי אני האט געשריבן:[left]The first gulp from the glass of natural sciences will turn you into an atheist, but at the bottom of the glass God is waiting for you
Attributed to Werner Heisenberg
Similarly
A little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to religion
Francis Bacon[/left]
א שטארק געדאנק דאס, די זעלבע זאך קען מען אבער אויך זאגן פארקערט אויף לערנען תורה, אביסל תורה מאכט גלויביג, אז מ׳לערנט צופיל טויג שוין נישט...
נאר דער אמת איז אז ס׳ווענדט זיך פון וועם מ׳רעדט, איינער וואס לערנט פילאזפיע און סייענס ווייל ער האט ליעב צו פילאזאפירן און דרייען מיט׳ן פינגער אין סייענס וועט אין זיין זוך נאך די זאכן ווערן גלויביג ווייל נאר דארט וועט ער קענען זיך דערקוויקן זיין זעהל מיט ענדלאזע קאמפליקאציעס וואו מ׳קען פילאזאפירן, דרייען, און מאלן וואסער ביז ווילאנג דאס לעכטל ברענט נאך. די זעלבע זאך אויף פארקערט, איינער וואס לערנט תורה און הלכה פשוט ווייל ער גלייבט אין שכר ועונש און ער וויל ארויסקומען מיט די most simplified מהלך ווי מ׳קען ארויסנעמען דאס מקסימום שכר און די מינימום עונש וועט ער צום סוף צוקומען צו כפירה אין הלכה ווייל דאס איז די most simplified וועג. די חילוק צווישן רעליגיע און אתאיזם איז אט דאס, אתאיזם פרובירט ארויסצונעמען די מערסט simple ריינע אמת, רעליגיע פרובירט מאכן די מציאות ווי מער קאמפליצירט און ווי ווייניגער simple.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה"ק זי"ע: דאס קען אפשר זיין פשט פו די גמ' אין מס' בבא מציעא...."מפני מה חרבה ירושלים? על שלא ברכו בתורה תחילה...!
לכאורה איז שווער. איבער אזא רעלאטיוו קליינע עבירה קומט זיך אזא הארבער עונש...? נאר דער תירוץ איז אז אויב מ'זאגט נישט קיין ברכת התורה ווייזט אז מען איז נישט מחשיב לימוד התורה לשמה. נאר ס'איז סתם א שטודיע. א סייענס. דערפאר קומט זיך אזא הארבער עונש...!
לכאורה איז שווער. איבער אזא רעלאטיוו קליינע עבירה קומט זיך אזא הארבער עונש...? נאר דער תירוץ איז אז אויב מ'זאגט נישט קיין ברכת התורה ווייזט אז מען איז נישט מחשיב לימוד התורה לשמה. נאר ס'איז סתם א שטודיע. א סייענס. דערפאר קומט זיך אזא הארבער עונש...!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ומענין לענין באותו ענין איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דאס וואס דער נצי״ב זאגט בקדמת העמק; הקדמתו להעמק דבר:
און דאס איז ווי אזוי דר. מנחם פיש איז אים מפרש:
עס איז אויך אינטרעסאנט ווי ממש פריער שרייבט דער נצי״ב:
עס האט א שייכות מיט די אשכול ווייל דר. פיש איז טאקע מדמה דער נצי״ב דערין צו דר. קארל פּאַפּער׳ס הגדרה פון סייענס. ועיין ג״כ באשכול זו.
ונקל להבין כי כמו שאי אפשר לחכם בסתרי הטבע להתברך בלבבו כי עמד על כל סתרי הטבע (זולת שלמה המלך שעמד על כל הברואים ותכליתן ע״י סתרי תורה, כמ״ש בהעמק שאלה סימן קעא בס״ד) ולא עוד אלא אפילו מה שהעלה בחקירתו אם אין לו בחינה ברורה כי כך הוא יכול להיות שיבא רעהו או בדור שאחריו וחקרו באופן אחר ויסתור בנין הקודמו, ומכל מקום מצוה לחקור כל האפשר. כך אי אפשר לחוקר בטבע התורה ולעמוד על כל השינויים והנדרש שום לב ולומר כי הוא עמד על כולן, וגם מה שביאר אין הוכחה שכיוון לאמיתה של תורה ומכל מקום עלינו לעשות מה שבידינו.
און דאס איז ווי אזוי דר. מנחם פיש איז אים מפרש:
[left]To recall, both early modern Christian versions of the two books metaphor argue from the proven ability of suitably disposed readers to fathom the true meaning of Scripture to a promise of similar success to students of nature analogously disposed. Rabbi Berlin’s argument commences from exactly the same analogy, but runs in exactly the opposite direction, and with the opposite conclusion. Students of Torah, he argues, resemble students of nature (and not the other way around) not in the confidence they are justified to feel about their researches, but, on the contrary, in being persistently distrustful of the fruits of their efforts. This is because, just like scientists, students of Torah can never know if the understanding they have achieved is conclusive. Interpretations, convincing as they may be, will always be open to further questioning and to the challenge of alternative readings. More importantly, interpretations can never be proven true. The study of Torah resembles science, argues Rabbi Berlin, in that both undertakings lack criteria for determining either conclusiveness or truth!
According to Rabbi Berlin, Torah study and science are analogous because of the thoroughly pervading constructive skepticism that characterizes both undertakings. Unlike both early modern Christian accounts, for him, what religion and science have in common is a persistent uncertainty regarding the truth of their findings. Just as in science, so in the study of Torah, one can never boast knowledge of the truth, even locally. Torah is the revealed Word of God, of course, but interpreting Torah is always the work of human exegetes, and can, therefore, never transcend the boundaries of inconclusive human conjecture
. . .
he obviously draws the analogy between science and religious study with a view to promoting the latter, his text strongly suggests that in his opinion the perpetual uncertainty he associates with science and Torah study is not viewed as an impediment to their progress, but as the very reason for their great vitality and growth! Humbly aware of their own limitations, scientists and students of Torah become equally aware of those of their predecessors. Because they can never vouch for the truth and completeness of their researchers, all they can do is to criticize former efforts as best they can, with a view to presenting their own better alternatives, which in turn they genuinely hope their students will treat in similar fashion. Science and Torah–study, according to Rabbi Berlin, are both on-going, open-ended exercises in epistemic humility; consisting of creative, yet, at the same time, humbly self-doubting, cycles of keen trial and imaginative error[/left]
עס איז אויך אינטרעסאנט ווי ממש פריער שרייבט דער נצי״ב:
שכמו שעל חכמי אוה״ע החוששים לכבוד אלקים מצוה לחקור בחכמת הטבע שהוא הבריאה שבזה נותנים כבוד להקב״ה וכמו שביארנו בשירת האזינו (דברים לב מ) עה״פ כי אשא אל שמים ידי ואמרתי חי אנכי לעולם והוא בכלל הפסוק אשר ברא אלקים לעשות היינו לבאר ולחדש בטבע הבריאה כל האפשר. כך עלינו מי שיש לו יכולת מצוה לחקור בעומק לשון התורה
עס האט א שייכות מיט די אשכול ווייל דר. פיש איז טאקע מדמה דער נצי״ב דערין צו דר. קארל פּאַפּער׳ס הגדרה פון סייענס. ועיין ג״כ באשכול זו.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
למען הדיוק וואס מ׳מיינט איז אז די סייענטיפיק מעטאדע טוהט אלס מער און מער שטארקן א מאדעל/היפאטעזיע/טעאריע/הסבר וואס מ׳האט ווייל עס האלט אויס און שטימט מיט די אבזערוואציעס און עקספּערימענטן וואס מ׳מאכט. דעריבער טאקע במשך הדורות ווערן טאקע טעאריעס/מאדעלן אלס מער סוּפּערסיִדעד באיזה אופן [צב״ש דזשיאוֺסענטריזם צו היִליִאוֺסענטריסם, ניוּטאָניִען מעכאניקס אין גראוויטי צו רעלאטיוויטי, וכהנה וכהנה]; די שפעטערע שטימען נאך בעסער און ברייטער מיט זיי אא״וו (ועיין כאן). וממילא ווייסט מען אז דאס זעלבע וועט פאסירן ווייטער אויך [צב״ש מ׳איז גאנץ זיכער אז אויף עפעס אן אופן דארף דאס צו פאסירן מיט רעלאטיוויטי/קוואנטום מאדעל זיי צו מאכן שטימען איינע מיט די אנדערע וכדומה].
ועכ״כ אז דער פילאזאף מישעל דע מאנטעין האט טאקע גענוצט די פענאמענאן אויף אן אטאקע קעגן דאס שטארקייט און גלויבונג אין ״סייענס״. דא קומט שוין אויך בכלל אריין קוהן׳ס פּאראדיים שיפט געדאנק אין די פילאזאפיע פון סייענס.
ווי געברענגט דא זאגט דאס דר. דזשאן שעלענבערג לגבי סיי רעליגיע און סיי סייענס: מ׳דארף אין אכט נעמען דאס געוואלד צייט וואס אונז האבן נאך אינעם עתיד פאר׳ן מענטשליכן מין (אויב גיי׳מיר נישט עקסטינקט), און פונקט אזוי ווי אונזער הבנה אין דאס אלעס האט זיך אזוי געוואלדיג דראסטיש געטוישט אינעם געוואלד צייט פונעם עבר, וועט לכאורה פונקט אזוי פאסירן אין אזא געוואלד צייט-אפשניט אינעם עתיד.
ועכ״כ אז דער פילאזאף מישעל דע מאנטעין האט טאקע גענוצט די פענאמענאן אויף אן אטאקע קעגן דאס שטארקייט און גלויבונג אין ״סייענס״. דא קומט שוין אויך בכלל אריין קוהן׳ס פּאראדיים שיפט געדאנק אין די פילאזאפיע פון סייענס.
ווי געברענגט דא זאגט דאס דר. דזשאן שעלענבערג לגבי סיי רעליגיע און סיי סייענס: מ׳דארף אין אכט נעמען דאס געוואלד צייט וואס אונז האבן נאך אינעם עתיד פאר׳ן מענטשליכן מין (אויב גיי׳מיר נישט עקסטינקט), און פונקט אזוי ווי אונזער הבנה אין דאס אלעס האט זיך אזוי געוואלדיג דראסטיש געטוישט אינעם געוואלד צייט פונעם עבר, וועט לכאורה פונקט אזוי פאסירן אין אזא געוואלד צייט-אפשניט אינעם עתיד.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מי אני האט געשריבן:עס איז מערקווידיג אנצוווייזן אז עס געווען אין דאס לערע פון היסטאריע [היסטאריאגראפיע] א פּאראדיגמע וואס מען האט גערופן דאס קאנפליקט טעזע. דאס איז אז מ׳דארף באטראכטן דאס היסטאריע פון סייענס אין א פרעימווארק וואו עס איז אונטערגעקומען און געווען אין א כסדר׳דיגע קאנפליקט מיט די אלגעמיינע רעליגיעזע גלויבונגען וכו׳ פון יענע תקופה. היינט-צו-טאג אבער איז מען אין דעם פעלד מער גענויגט צו א קאמפּלעקסיטי טעזע וואו די רילעישענשיפ צווישן די צוויי איז צומאל געווען מער ניואנסד וכו׳.
דר. טעד דעיוויס מאכט אויך א חילוק בתוך די קאנפליקט טעזע אליין - ״ווייך״ אדער ״הארט״. ״ווייך״ באדייט אז גראדע האט זיך אויסגעשטעלט אין היסטאריע אז פראגרעס אין סייענס איז געווען מנוגד צום אפטייטש פון רעליגיע/גלויבונג אינעם זעלבן עפאכע. ״הארט״ באדייט א פילאזאפישע טענה אז בשעת סייענס איז מיסודה פּראגרעסיוו און זוכט אויפצודעקן דאס ריכטיגקייט אפילו ווען עס איז בניגוד צו וואס עס איז אָנגענומען וכו׳ איז רעליגיע ביסודה אַבּסקורטענטיסט און זוכט אָנצוהאלטן דאס פריערדיגע און אונטערדרוקן נייע אויפקומענישן ומדע וכו׳.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
נישט ממש.
הגם רעליגיע זאגט אז זיי האלטען אהן אלטע, טוישט זיך עס פונקט ווי מדע.
אונז גלייבען נישט היינט אין דער זעלביקער ווי אפילו הונדרעט יאר צוריק.
אפילו דער מושג פין גאט האט זיך געטוישט צענליגער מאל ביי אונז אידן.

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: איז סייענס א סתירה צו רעליגיע
היסטאריע האט געשריבן:אפילו דער מושג פין גאט האט זיך געטוישט צענליגער מאל ביי אונז אידן.
למשל?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איה״נ. טשעינדזש איז אינעוויטעבּל אפילו בתוך די דאקטרינעס וואס זענען בפירוש מנוגד צו אט דעם פענאמענאן.
וואס ער מיינט איז אז לפי די ״הארטע״ טעזע איז אז די אידעאל פון רעליגיע ביסודה מורא׳דיג רעזיזטענט צו טויש, הגם עס ווערט כסדר געשלעפט צו טויש אין אירע פארמולאציעס בע״כ - דאס זעה׳מיר טאקע פון וואס דו שרייבסט ״הגם רעליגיע זאגט אז זיי האלטען אהן אלטע״. משא״כ די אינסטיטוט און אידעאל פון סייענס גופא אלס אן ענדעוואָר איז דייקא וועלקאָמינג צו דעם בקום ועשה.
מיינענדיג, גענומען פון א גאר פּאַוּערפול בּיִאיִנג בפועל תחת זמן ומקום, צו לגמרי טרענסענדענט ומופשט מחומר וצורה וואס מ׳קען ניטאמאל באגרייפן. רילעיטעדלי האט זיך דאס געטוישט פון פּאַליִטעאיזם [מערערע געטער פון וואס הקב״ה איז איינע] צו הענאָטעאיזם [וואו מ׳דינט איין ג-ט פון צווישן אנדערע געטער וואס מ׳האלט עקזיסטירען אויך, ווייל ער איז ״שטערקער״ וכו׳; מ׳האלט אנדערע האבן א רעכט צו דינען אנדערע] צו מאנאלאטרי [וואו הגם מ׳האלט אנדערע געטער עקזיסטירן ממש טאר מען נאר דינען איין ג-ט] צו מאנאטעאיזם [וואו עס עקזיסטירט בכלל נאר איין ג-ט] צו פּאַנענטעאיזם (וואס איז אליינס א מאדיפיקעישאן פון פּאַנטעאיזם וואו ג-ט איז נאטור) [וואו ג-ט/אלקות איז בתוך יעדעס אספּעקט פון נאטור און איז אויך למעלה הימנו].
גאר גאר גאר אָווערסימפּליפייד כמובן.
היסטאריע האט געשריבן:נישט ממש.
הגם רעליגיע זאגט אז זיי האלטען אהן אלטע, טוישט זיך עס פונקט ווי מדע.
אונז גלייבען נישט היינט אין דער זעלביקער ווי אפילו הונדרעט יאר צוריק.
אפילו דער מושג פין גאט האט זיך געטוישט צענליגער מאל ביי אונז אידן.
איה״נ. טשעינדזש איז אינעוויטעבּל אפילו בתוך די דאקטרינעס וואס זענען בפירוש מנוגד צו אט דעם פענאמענאן.
וואס ער מיינט איז אז לפי די ״הארטע״ טעזע איז אז די אידעאל פון רעליגיע ביסודה מורא׳דיג רעזיזטענט צו טויש, הגם עס ווערט כסדר געשלעפט צו טויש אין אירע פארמולאציעס בע״כ - דאס זעה׳מיר טאקע פון וואס דו שרייבסט ״הגם רעליגיע זאגט אז זיי האלטען אהן אלטע״. משא״כ די אינסטיטוט און אידעאל פון סייענס גופא אלס אן ענדעוואָר איז דייקא וועלקאָמינג צו דעם בקום ועשה.
ברוינשטיין האט געשריבן:למשל?היסטאריע האט געשריבן:אפילו דער מושג פין גאט האט זיך געטוישט צענליגער מאל ביי אונז אידן.
מיינענדיג, גענומען פון א גאר פּאַוּערפול בּיִאיִנג בפועל תחת זמן ומקום, צו לגמרי טרענסענדענט ומופשט מחומר וצורה וואס מ׳קען ניטאמאל באגרייפן. רילעיטעדלי האט זיך דאס געטוישט פון פּאַליִטעאיזם [מערערע געטער פון וואס הקב״ה איז איינע] צו הענאָטעאיזם [וואו מ׳דינט איין ג-ט פון צווישן אנדערע געטער וואס מ׳האלט עקזיסטירען אויך, ווייל ער איז ״שטערקער״ וכו׳; מ׳האלט אנדערע האבן א רעכט צו דינען אנדערע] צו מאנאלאטרי [וואו הגם מ׳האלט אנדערע געטער עקזיסטירן ממש טאר מען נאר דינען איין ג-ט] צו מאנאטעאיזם [וואו עס עקזיסטירט בכלל נאר איין ג-ט] צו פּאַנענטעאיזם (וואס איז אליינס א מאדיפיקעישאן פון פּאַנטעאיזם וואו ג-ט איז נאטור) [וואו ג-ט/אלקות איז בתוך יעדעס אספּעקט פון נאטור און איז אויך למעלה הימנו].
גאר גאר גאר אָווערסימפּליפייד כמובן.
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: איז סייענס א סתירה צו רעליגיע
טוישונגען זענען פארגעקומען אויך נאך מתן תורה?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
צו ריִפרעימען די שאלה איז עס ״צי עס זענען פאָרגעקומען טוישונגען נאכ׳ן אָננעמען מאנאטעאיזם״? איז דאס דאך אויסגעשמועסט געווארן פון דארט צו פּאַנענטעאיזם, אבער אפילו בלא זה איז אינעם ערשטן פאראגראף הא׳מיר אָנגערירט אויפ׳ן טויש אין קאַנסעפּשאן פון הגשמה לאי-הגשמה (וידוע הרמב״ם והראב״ד בהל׳ תשובה פ״ג ה״ז). ווי אויך דאס פון אחדות הגמור והפשוט אא״וו.
דאס איז אָן דאס אריינגיין אין די אקטועלע היסטאָריסטי פון מתן תורה אא״וו. ווי אויך, אפילו לפי״ז זעה׳מיר דאך אין נ״ך אז מ׳האט דאך על הכלל ״נישט געפאלגט״ און נישט אָנגענומען מאנאטעאיזם - עבדו עבודה זרה.
***
במשנתו של דר. אליעזר גולדמן.
דאס איז אָן דאס אריינגיין אין די אקטועלע היסטאָריסטי פון מתן תורה אא״וו. ווי אויך, אפילו לפי״ז זעה׳מיר דאך אין נ״ך אז מ׳האט דאך על הכלל ״נישט געפאלגט״ און נישט אָנגענומען מאנאטעאיזם - עבדו עבודה זרה.
***
במשנתו של דר. אליעזר גולדמן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
petrishke האט געשריבן:ווען מ'פארשטייט גענוי אלעס פון סייענס, הייסט דאס נישט גלויבן, ווייל וואס איז שייך גלויבן ווען מ'זעט...
אלא מאי, אז מ'קען נישט מיט סייענס דעקן גלויבן אויך.
ס'איז אבער מערקווירדיג אז די גרעסטע הארץ און מח דאקטוירים אין טעקסאס ווען זיי האבן געזעהן א קעיס פון א פרוי וועלכע איז געווען מער ווי צוואנציג יאר אין א קאומא און זי האט זיך נאכדעם דערוועקט. האבן זיי אלע מודה געווען אז סייענס קען נאר גיין ביז א געוויסן פונקט. נאכדעם מוז מען זיך אנווענדן אין די נפלאות הבורא...!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער באקאנטע דייטשע דיכטער און דענקער יאָהאַן גאָטע האט געשריבן, "דער וואס האט וויסענשאפט און קונסט האט שוין אויך רעליגיע. ווער עס האט זיי נישט דארף רעליגיע." אין די לעקציע [45:12-46:22] איז דר. איוואן שזעלעני מפרש די מימרא (ובמשנתו של זיגמונד פרויד) אז עס ברענגט ארויס אז דער וואס פארמאגט די חכמות האט שוין בעצם די מטרה פון רעליגיע, והיינו צו געבן מיינונג ומשמעות צום לעבן. משא"כ דער וואס פארמאגט דאס נישט האט נישט קיין ברירה און מוז האבן רעליגיע אויף דאס צו ערגענצן.
(וידוע הגמרא בנדרים מא. און דאס גייט צוזאמען מיט דרכו של הרמב"ם וואס זוכט צאמצושטעלן רעליגיע מיט דעת וחכמה; דעם (תהלים קיא י, משלי ט י) ראשית חכמה יראת ה'.)
(וידוע הגמרא בנדרים מא. און דאס גייט צוזאמען מיט דרכו של הרמב"ם וואס זוכט צאמצושטעלן רעליגיע מיט דעת וחכמה; דעם (תהלים קיא י, משלי ט י) ראשית חכמה יראת ה'.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
ווי מער וויסענשאפט מען האט, ווייסט מען ווי ווייניג מען ווייסט. ווי מער חכמה דו האסט, אלס וויכטיגער דארפסטו רעליגיע... דיין חכמה געבט דיך ווייניגער מיענונג, ווייל דו ווייסט ווי נישטיג דאס איז כלפי קונה זיין חכמה בשלימותו.מי אני האט געשריבן:דער באקאנטע דייטשע דיכטער און דענקער יאָהאַן גאָטע האט געשריבן, "דער וואס האט וויסענשאפט און קונסט האט שוין אויך רעליגיע. ווער עס האט זיי נישט דארף רעליגיע." אין די לעקציע [45:12-46:22] איז דר. איוואן שזעלעני מפרש די מימרא (ובמשנתו של זיגמונד פרויד) אז עס ברענגט ארויס אז דער וואס פארמאגט די חכמות האט שוין בעצם די מטרה פון רעליגיע, והיינו צו געבן מיינונג ומשמעות צום לעבן. משא"כ דער וואס פארמאגט דאס נישט האט נישט קיין ברירה און מוז האבן רעליגיע אויף דאס צו ערגענצן.
(וידוע הגמרא בנדרים מא. און דאס גייט צוזאמען מיט דרכו של הרמב"ם וואס זוכט צאמצושטעלן רעליגיע מיט דעת וחכמה; דעם (תהלים קיא י, משלי ט י) ראשית חכמה יראת ה'.)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ולפי״ז איז דאס די/א פשט אין די מימרות איך האב צוגעברענגט אויבן:
(און ווי געשריבן ווערט עס א סינטעטיס ומזג פון די חכמה און רעליגיע צוזאמען ווי די חכמה ווערט די רעליגיע ממש און נישט נאר ״במקומה״.)
והיינו, אז ווען מ׳האט און מ׳הייבט אָן באקומען אביסל מדע, וואו מ׳איז נאכנישט געקומען צו די הכרה אין אלס וואס מ׳קען נישט, האט מען גענוג מיִניִנג אָן דעם. אבער ווען מ׳קומט צו צו מער, וואס דאן קומט מען ווי מער צו צו די הכרה אינעם אייגענעם שפלות און וואס מ׳קען אלס נישט, דאן ווערט מען צוריק רעליגיעז וכו׳ ומכח דעם מיִניִנג וואס פעהלט.מי אני האט געשריבן:The first gulp from the glass of natural sciences will turn you into an atheist, but at the bottom of the glass God is waiting for you
Attributed to Werner Heisenberg
Similarly
A little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to religion
Francis Bacon
(און ווי געשריבן ווערט עס א סינטעטיס ומזג פון די חכמה און רעליגיע צוזאמען ווי די חכמה ווערט די רעליגיע ממש און נישט נאר ״במקומה״.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
ולפי”ז יש לפרש הפסוק (דברים ד, ו) כמין חומר. ושמרתם ועשיתם כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה. וידוע מה שהקשו למה יאמרו העמים דישראל הם עם חכם ונבון אחר שישמעו כל החוקים האלה, מהו השייכות? וגם דלכאורה יש חוקים שהם כנגד חכמה ותבונה.
ובאמת אתי שפיר, דהעמים יתמהו היות דישראל הם עם חכם ונבון למה הם עושין את כל החוקים האלו. דהא מי שיש לו חכמה אין צריך לרעליגיע. ובודאי הטעם, דישראל הם חכמים כל כך, וכבר הגיעו להתכלית הידיעה שלא נדע, ולכן הם שומעין ועושין כל החוקים האלה, וממזגים החכמה עם הרעליגיע. וזהו מה שאמר משה, היות שאתם עם חכם ונבון, ואם אתם ישמרו ויעשו החוקים הלאה, העמים יבינו דאתם כבר השיגו תכלית החכמה.