א טאטעס דילעמא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

א טאטעס דילעמא

שליחה דורך שארפןקאפ »

זיץ איך נעכטן ביי א שיעור, די מגיד שיעור זאגט איך וויל ענק פארציילן א מעשה איך וויל הערן וואס ענק וואלטן געטאן

געווען איז א אינגערמאן לאמיר אים אנרופן ראובן 30 יאר אלט וואס וואוינט אין וויליאמסבורג אין א צוויי בעדראמדיגע דירה מיט ניין קינדער ב"ה ער ארבעט פון 8-6 צו צו שטעלן פאר זיין געזינדל פאר אפאר נישטגע דאלארן קוים וואס די רענט קען ער באצאלן זיין ווייב אעז אפילו געצווונגען צו אַרבעטן פון 10-4 צו אן פילן די איבעריקע באדזעט, אין מזל טוב זיין ווייב איז נאר וואס געגעבן געבארט צו זייער10טע קינד, זיצט ער איןדי האלוועי פון שפיטאל אין טראכט רבוש"ע די האסט מיר געגעבן א הערליכע מתנה מיין טייערע ליבע קינד, אבער ווי אזוי וועל איך קענען מחנך זיין אזוי סאך קינדער מיט אזוי ווייניג צייט וואס איך האב? ווי אזוי וועל איך צושטעלן אז עס זאל זיי גארנישט פעלן מיט ווי געדרוקט דאס בערזל איז?
אזוי פארטיפט אין זיינע געדאנקען שפאצירט ער ארויף אין אראפ די שפיטאל קארידארן, אינדערמיט באגעגנט ער א איד וואס זעט אויס זייער צעבראכן, זאגט דער יונגערמאן צום צעבראכנער איד עס איז דא א מאמר חז"ל דאגה בלב איש יסחנה לאחרים לאמיך אן פאנגען פארציילט ער אים זיינע הילפלאזע געדאנקען, פארציילט אים דער אי איך האב א פארקערטע פראבלעם ווי די איך בין א גרויסער עושר איך וואוין אין בארא פארק איך האב א גרויסע קאמפאניע וואס פארט פון זיך אליין סא איך דארף נאר ארבעטן אפאר שאה א טאג, א הויז האב איך א פאלאטץ נאר ליידער בין איך נארוואס ארויסגעקומען פונעם דאקטער מיט א פיינעל דייעגנויז אז ליידער וועט קיין קינדער אנצופילן דאס הויז נישט זיין, די 2 פרעמדע אין פראבירן זיך צו מחזק זיין איינע דעם צוויייטן,
אזוי רעדנדיג ריפט זיך דער עושר אן ווייסט וואס איך האב אן אייצע וואס וועט העלפן ביידע פון אינזערע פראבלעמען, איך וועל דיר שרייבן א טשעק פון 15 מיליאן דאלאר די וועסט מיר געגעבן דיין פריש געבארן קינד איך בין גרייט צו מחנך זיין דאס קינד אויף סיי וועלכע וועג די ווילסט ווי אויך זיך צו צו שטעלן סיי וועלכע טנאָים די וועסט וועלן ,


איין מינוט!!!איין מינוט!!! לאמיר צוריק קומען צום רעאליטעט, לאמיר דיר פרעגן וואס וואלסטו געטון אין די אינגערמאנן'ס שיך? וואלסט אוועק געגעבן דיין קינד? אדער נישט?

איך מיין אז די צד נישט אוועק געגעבן דארף נישט הסברה.... וואס הייסט די האסט דאך אזוי שטארק ליב דיין זוהן ווי אזוי קענסטו עם אוועק געבן

אבער פארוואס זאלסטו יא אים אוועק געגעבן?
גאנץ פשוט די ווייסט אז די וועסט אים נישט קענען געבן אלס וואס ער דארף ווייל די האסט נאך 9 אנדערע קינדער וואס די דארפסט צעטיילן דיין געלט אין צייט .... משא"כ ביים עושר וועט אים גארנישט פעלן דער עושר וועט יא קענען זיך אפגעבן מיט דאס קינד וויל ער האט נישט קיין אנדערע, קיין געלט פעלט אים נישט! אויב אזוי טאקע ווייל די האסט אים אזוי שטארק ליב, ווילסטו דאך אז ער זאל האבן די בעסטע לעבן שייח, דאס וועט ער נישט באקומען ביי דיר! נאר ביים עושר!

וואס וואלסטו געטאן אין פארוואס?
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

מעשים בעל יום אז מענטשן גיבן אוועק די קינדער ווייל זיי זענען נישט פינאַנציעל סטאביל
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: א טאטעס דילעמא

שליחה דורך שארפןקאפ »

נישט אין אינזער וועלט!!

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די איינרעדעניש אז עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר זייער קינד איז טאקע נישט מער ווי דאס, אן איינרעדעניש, ווען עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר זייער קינד וואלטן זיי איהם בכלל נישט אראפגעברענגט אויף דעם וועלט ווייל נוח לו לאדם שלא נברא, צו וואס פעלט אויס פאר׳ן קינד די גאנצע מעשה? נאר וואס דען, די סיבה פארוואס מענטשן האבן קינדער איז ווייל זיי פילן ווי זייערע קינדער זענען אן extension פון זייער אייגענע מציאות, זיי ווילן האבן קינדער וואס זאלן ווייטער פארשפרייטן זייערע גענעס און אלעס וואס זיי שטעלן פאר מיט זיך. מענטשן ווילן דאס בעסטע פאר זייער קינד ווייל זיי ווילן דאס בעסטע פאר זיך און זיי זעען זיך אין זייער קינד (און זעלבסטפארשטענדליך אז ווען דאס קינד וואקסט אויף און די עלטערן וועקן זיך אויף פון זייערע זיסע חלומות ווערט געשאפן אסאך resentment, ואכמ״ל), ווי אויך קומט שטארק אריין די פאקטאר פון די מענטשליכע באדערפעניש צו דארפן זיין א געבער אפגעזעהן צו דער מקבל דארף עס טאקע האבן צו נישט. איז וואס זאג איך? א טאטע וואס גייט נאך זיינע פאטערליכע געפילן - די זעלבע געפילן וואס האבן איהם געמאכט האבן דאס קינד in the first place - וואלט אויף קיין פאל נישט אוועקגעגעבן דאס קינד זיינס, אפילו אויב ס׳וועט זיין בעסער פאר׳ן קינד, די ביידע פארטערליכע באדערפענישן פון זיך אויסשפרייטן און זיין א געבער קענען נאר צושטאנד קומען ווען ער דער טאטע איז דער וואס איז מחנך און גיבט פאר׳ן קינד. אוודאי זענען דא עלטערן וואס קענען זיך אויפהייבן העכער זייערע מענטשליכע אינסטינקטן און טון וואס איז טאקע דאס בעסטע פאר׳ן קינד און איהם אויפגעבן פאר adoption פון זייער אייגענעם ווילן, אבער אזעלכע עלטערן וועלן געווענליך נישט האבן דאס קינד in the first place, מתחילה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?

אוודאי זענען יעדן טאג דא קינדער וואס ווערן אויפגעגעבן פאר adoption, אבער דאס קומט געווענליך ווען די עלטערן האבן ממש נישט איין צווייטער אויסוואל (אדער ווען דאס קינד איז געבוירן בטעות), די שאלה דא איז דאך ווען דער טאטע האט יא די אויסוואל צו האלטן דאס קינד, ווען ער האט נישט דעם אויסוואל איז דאך די גאנצע שאלה איררעלעוואנט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

שארפןקאפ האט געשריבן:נישט אין אינזער וועלט!!

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

טאטעס איז נישט קיין עקסקלוסיוו זאך.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אין א געזעלשאפט ווי מ'האט חתונה און מ'ברענגט אראפ קינדער פאר כל מיני סיבות נאר נישט ליבע (אין מיינסטנס פעלער) איז פארקויפן א קינד (וועם מען דארף ווען 'ליב' האבן) אויך נישט אפגעפרעגט.. א רחמנות אויפ'ן קינד נעבעך. זאל ער נאר האפן אז דער גביר האט נישט קיין חרטה אויף מאנכע פון די תנאים, שפעטער אין ס'לעבן פון דעם קינד... מען האט שוין דאס אויך געהערט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווי אויך שטעל איך מיך פאָר אזא מעשה מאכט זיך אזוי זעלטן אז ס'איז א רחמנות אויף די אלע הונדערטע אנדערע אינגעלייט וואס מיטשען זיך אויף פרנסה מיט גרויסע משפחות אין וועמען דו בלאזט אומזיסט אריין א פאלשע האפענונג. פארוואס קענען נישט מגידי שיעורים פארציילן טעגליכערע, פשוטערע און מער רעלעיטעבל מעשהלעך?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: א טאטעס דילעמא

שליחה דורך שארפןקאפ »

טייערע אידן טראכטס אביסל טיפער!! די מגיד שיעור האט געוואלט ארויסברענגען א פוינט!! די עיקר שאלה איז נישט וואס די וואלסט געטון? נאר פארוואס וואלסטו עס געטון ?!

אין עס איז נישט א עכטע מעשה נאר א געדאנק עקספערימענט "thought experiment "בלע"ז

(אין אנדערע ווערטער וואס איז עכטע ליבשאפט? גראדע האט ער פרובירט צו ארויסברענגען אז דער טאטע וואס געט אוועק דאס קינד האט נישט עכט ליב דאס קינד אבער איך האלט פארקערט)

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

כרחם אב על בנים רחם השם על יראיו...

פארן פעלד מארשאל פון דוד המלך, גענעראל יואב יואב בן צרויה האט דאס פסוק זייער שטארק געגבערט. נעמליך פארוואס פארגלייכט דוד המלך דאס רחמנות פונעם באשעפער אויף די גאטפארכטיגע אידן דוקא צו א טאטע און נישט צו די מאמע? א מאמע האט דאך באשיינפערליך מער רחמנות אויף אירע קינדער ווי דער שטרענגער טאטע?
עס האט אים אזוי שטארק געגבערט אזש ער באשלאסן אז ער גייט דאס אליינס אויספראבירן:
ער האט זיך אויסגעטאן זיין מיליטערישער מונדיר, און ער האט זיך אנגעטאן אלגעמיינע ציווילע קליידער. ער האט זיך אראפגעלאזט צו א קליין שטעטל אין דרום פון גליל.
דארט האט געוואוינט א ארימע פאמיליע, דער טאטע רבי תנחום, די מוטער זלפה, אינאיינעם מיט זייערע צען ליכטיגע קינדער.
דער פעלד מארשאל קלאפט אן אין טיר, און די באשיידענע זלפה מאכט אויף די טיר.
אייער מאן איז אין שטוב? פרעגט דער פעלד מארשאל... ניין! ער ארבייט ביטער שווער אויפן פעלד, ענטפערט זלפה. איך קען אריינקומען? פרעגט יואב... זייער גערן! ענפערט זלפה.
די צוויי זענען זיך פארגאנגן אין א אנגענעמענע שמיעס איבער א הייס גלעזעל טיי. דורכאויס די דיסקאסיע האט זלפה זיך זייער שטארק אויסגערעדט פאר יואב איבער די שווערע פינאציאלע לאגע אין שטוב. און דער גענעראל האט שטארק מיטגעקרעכצט מיט די ליידנדע אידנע וואס לעבט נעבאך אין אזעלכע שווערע אומשטענדן. מיטאמאל האבן די אויגן פונעם גענעראל אויפגעבליצט... כ'האב א פארשלאג פאר דיר, פארקויף מיר איינע פון דיינע קינדער פאר א קנעכט, בלויז ביז ער וועט עלטער ווערן, און דאן גיב איך דיר מיין ווארט אז איך וועל אים אומקערן צו דיר געזונט און פריש, האט דער גענעראל איר פארשפראכן. און מיט די געלט וועסטו קענען שפייזן דיין הויזגעזונט מיט א ברייטקייט פאר א לאנגע וויילע. זלפה האט ערשט שטארק געקווענקלט, אבער נאך לאנגע איבעררעדענישן פון יואב האט זי מיט א שווער הארץ צוגעשטימט, און דער קליינער יונתן - אדער ווי מ'האט אים גערופן מיט ליבשאפט יוני, איז פארקויפט געווארן אלס א קנעכט צו יואב.
שפעטער אין אווענט האט זיך דער טאטע אומגעקערט פון פעלד - אינגאנצן פארשוויצט און פארפלאגט, נאך א טאג פון רוקן-ברעכנדע ארבייט אויפן הייסן פעלד, אונטער די ברענעדיגער הייסער זון. די געטרייע זלפה האט אים באלד אפגעוואשן די בארפעסע באלאטיגע פיס, און זי האט באלד דערלאנגט דאס אווענט ברויט צום טיש. דער טאטע מאכט הויך א המוציא, און ער הייבט אן אויפצושניידן דאס ברויט, ער צושניידט דאס ברויט אויף צוועלף אייניגע טיילן - יעדער באקומט בלויז איין ברויטל. ווי דערשטוינט איז רבי תנחום געווארן, ווען ער האט זיך דערזען מיט איין איבעריגער ברויטל... ער קוק זיך אים ביים טיש, און ער באמערקט גלייך ווי דער קליינער יוני איז נישט אויף זיין באשטומט ארט. וואו איז יונתן? פרעגט דער פאטער א פארווינדערטער... הא... יוני? מאכט זיך זלפה אינגאנצן טעמעוואטע... ער איז ביי די מלכיה פאמיליע, ער האט זיך ווארשיינליך פארשפילט מיט מיטן קליינעם אחימעץ... אוי וועט ער כאפן מיטן רימען ווען ער קומט אהיים זאגט דער טאטע א בייזער... ס'טייטש? פארפאסן אווענט ברויט? וואו האט מען דען געהערט אזאנס? שוימט ער פאר כעס....
די צייט לויפט... נאך א שטונדע... נאך א שטונדע... יונתן באווייזט זיך נישט. רבי תנחום האט אנגעהויבן שמעקן אז עפעס איז נישט אינדערארדענונג... ער האט גענומען זיין ווייב זלפה אויף א שטרענגע קרייץ פארהער... ס'האט נישט גענומען לאנג ביז זלפה האט זיך געבראכן, און זי האט אויסגעבראכן אין א שטרומישער געוויין... און זי אים פארציילט וואס ס'האט ווירקליך פאסירט מיט יונתן... און נאר דאס האט איר אויסגעפעלט...
רבי תנחום איז געבליבן שטיין ווי געלעימט, ער איז געווען גענצליך ווערטער-לאז... מיטאמאל האבן זיך די קולות אנגעהויבן... וואס? מיין זון האסטו פארקויפט פאר א קנעכט? האט זיין שטימע געדינערט מיט צארן...
ווען ער האט זיך עטוואס בארואיגט, זאגט ער פאר זלפה: מיט דיר וועל איך מיך שוין שפעטער אפרעכענען. אצינד זאגט מיר נאר פארוועם דו האסט אים פארקויפט, און וואו איך קען יענעם טרעפן.
אנגעלאנדט מיט די נויטיגע אינפארמאציע, גארטלט רבי תנחום זיך אן מיט זיין שווערד, און לאזט זיך באלד ארויס אויפן גאס אפיר צו זיכען יואב.
ער קומט אן צום אנגעגעבנעם אדרעס, ער קלאפט אויפן טיר, און יואב באווייזט זים ביים טיר. יא? מיט וואס קען איך אייך העלפן? יא! איר קענט מיר העלפן, גיב מיר זאפארט צוריק מיין זון וועם דו האלסט פאר א קנעכט, זאגט רבי תנחום. יואב מאכט זיך טעמעוואטע, און זאגט פארן צושטורעמטער פאטער: אנשולדיגט רבי איד, איך קען אייך נישט העלפן, געשעפט בלייבט געשעפט, איך האב אפגעקופט יונתן פון זיין מיטער אויף א לעגאלע וועג, און איר קענט זיך גיין פון דאנעט... און ער קראכט צו דאס טיר אויף רבי תנחום אין פנים. אונזער רבי תנחום פלאנירט אינגאנצן נישט אויפצוגעבן, און ער נעמט זיך זעצן אויפן טיר מיט אלע זיינע קרעפטן...יואב מאכט ווידער אויף די טיר, און ווידערהאלד פאר רבי תנחום: רבי איד, ס'איז א שאד אויף אייער פלאג, כ'האב אייך שוין געזאגט געשעפט בלייבט געשעפט... רבי תנחום טראכט נישט קיין צוויי, ער ציעט ארויס זיין אויסגעשלייפטער שווערד פון שיידל, און ער שטעלט עס צו צו יואב'ס הארץ, און זאגט: רבי איד, אז איר גיבט מיר נישט זאפארט צוריק מיין זון פליעט איר שוין ארויף צום גן עדן... דער העלדישער יואב האט זיך קנאפע דערשראקן, און ער האט ארויסגעצויגן זיין שווערד. אזוי זענען די צוויי געשטאנען אייער קעגן צווייטן מיט אויסגעשליפטע שווערדן, מ'האט געקענט טאפן דאס געשפאנטקייט אין די לופט...
רבי תנחום האט באנומען די ערענסטקייט פון די סיטואציע, און ער רופט זיך אן צו יואב מיט א צובראכענע שטימע. רבי איד אדער גיי איך אייך הרג'נען אדער קענט איר מיך הרג'נען... איך טרעט נישט אפ פון דא, אן מיין יונתן...

אה האט יואב זיך אנגערופן... איצט פארשטיי איך שוין גוט וואס דוד המלך זאגט אין תהילים: כרחם אב על בנים רחם השם על יראיו... דוקא א טאטע און נישט קיין מאמע...

וואס איך נעם ארויס פון די געשיכטע איז ווי פאלגענד:
א מאמע האט טאקע זייער רחמנות אויף איר קינד, אבער אונטער שווערע אומשטענדן וועלן זיך אירע געפילן שטארקן איבער איר רחמנות. ווי מיר מיר זעען ווי דער נביא זאגט אין זיין קלאג-ליד: אם תאכלנה נשים פרים, עללי טפחים... די מאמעס נישט די טאטעס. א טאטע וועט זיך לאזן הרג'נען פאר זיין קינד, און זיינע געפילן וועלן קיינמאל נישט זיך איבערשטארקן איבער זיין רחמנות...

אזוי מיין איך...
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: א טאטעס דילעמא

שליחה דורך שארפןקאפ »

@קאך לעפל אינזער מעשה איז אנדערש מיט איין זאך א עס איז א טובה פארן קינד צו אויף וואקסן אין א בעסערע שטוב מש"כ ביי די מעשה פון יואל איז עס נישט!

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך זעע נישט די צווישנשייד:

א טאטע וועט נישט אויפגעבן זיין קינד מיטן גוטן ווילן קיינאמל נישט! אפגעזען צוליב סיי וועלכע אורזאך.
דאקעגן א מיטער, פילייכט יא. זעלבספארשטענליך, אונטער אומהויערע שווערע אומשטענדן.

און איך ווייסט נישט פון דעם יואל צוזאגן...
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: א טאטעס דילעמא

שליחה דורך שארפןקאפ »

זייער גיט אט דאס איז וואס איך וויל אויס שמיסן


יעדער פאר שטייט אז א טאטע וואס האלט פאר אריינגעשיקט ווערן אין גאז קאמער מיט זיין קינד אין איינער קימט צו אים, אין זאגט אים, איך קען ראטעווען דיין קינד, אין דער טאטע זאגט ניין, אז די טאטע האט נישט עכט ליב זיין קינד, וויל ליבשאפט איז אסך מאל אויך אוועק וואקען פון יענעם אויב עס איז "לטובת" דעם וואס די האסט ליב

דאס איז די זעלבע אין אונדזער סיטואציע פארן אויב פארן קינד איז בעסער אויף צו וואקסן נישט ביי דיר, אין די זאגסט ניצן איך וויל אים האלטן דאן האסטו אים נישט ליב! די האסט זיך ליב!!! (ווייל די וועסטו זיך בענקען אין זארגען אין פילן שלעכט אין די ווילסט אוווידען די געפילן)


Sorry יואב

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

קאך_לעפל האט געשריבן:כרחם אב על בנים רחם השם על יראיו...

פארן פעלד מארשאל פון דוד המלך, גענעראל יואב יואב בן צרויה האט דאס פסוק זייער שטארק געגבערט. נעמליך פארוואס פארגלייכט דוד המלך דאס רחמנות פונעם באשעפער אויף די גאטפארכטיגע אידן דוקא צו א טאטע און נישט צו די מאמע? א מאמע האט דאך באשיינפערליך מער רחמנות אויף אירע קינדער ווי דער שטרענגער טאטע?
עס האט אים אזוי שטארק געגבערט אזש ער באשלאסן אז ער גייט דאס אליינס אויספראבירן:
ער האט זיך אויסגעטאן זיין מיליטערישער מונדיר, און ער האט זיך אנגעטאן אלגעמיינע ציווילע קליידער. ער האט זיך אראפגעלאזט צו א קליין שטעטל אין דרום פון גליל.
דארט האט געוואוינט א ארימע פאמיליע, דער טאטע רבי תנחום, די מוטער זלפה, אינאיינעם מיט זייערע צען ליכטיגע קינדער.
דער פעלד מארשאל קלאפט אן אין טיר, און די באשיידענע זלפה מאכט אויף די טיר.
אייער מאן איז אין שטוב? פרעגט דער פעלד מארשאל... ניין! ער ארבייט ביטער שווער אויפן פעלד, ענטפערט זלפה. איך קען אריינקומען? פרעגט יואב... זייער גערן! ענפערט זלפה.
די צוויי זענען זיך פארגאנגן אין א אנגענעמענע שמיעס איבער א הייס גלעזעל טיי. דורכאויס די דיסקאסיע האט זלפה זיך זייער שטארק אויסגערעדט פאר יואב איבער די שווערע פינאציאלע לאגע אין שטוב. און דער גענעראל האט שטארק מיטגעקרעכצט מיט די ליידנדע אידנע וואס לעבט נעבאך אין אזעלכע שווערע אומשטענדן. מיטאמאל האבן די אויגן פונעם גענעראל אויפגעבליצט... כ'האב א פארשלאג פאר דיר, פארקויף מיר איינע פון דיינע קינדער פאר א קנעכט, בלויז ביז ער וועט עלטער ווערן, און דאן גיב איך דיר מיין ווארט אז איך וועל אים אומקערן צו דיר געזונט און פריש, האט דער גענעראל איר פארשפראכן. און מיט די געלט וועסטו קענען שפייזן דיין הויזגעזונט מיט א ברייטקייט פאר א לאנגע וויילע. זלפה האט ערשט שטארק געקווענקלט, אבער נאך לאנגע איבעררעדענישן פון יואב האט זי מיט א שווער הארץ צוגעשטימט, און דער קליינער יונתן - אדער ווי מ'האט אים גערופן מיט ליבשאפט יוני, איז פארקויפט געווארן אלס א קנעכט צו יואב.
שפעטער אין אווענט האט זיך דער טאטע אומגעקערט פון פעלד - אינגאנצן פארשוויצט און פארפלאגט, נאך א טאג פון רוקן-ברעכנדע ארבייט אויפן הייסן פעלד, אונטער די ברענעדיגער הייסער זון. די געטרייע זלפה האט אים באלד אפגעוואשן די בארפעסע באלאטיגע פיס, און זי האט באלד דערלאנגט דאס אווענט ברויט צום טיש. דער טאטע מאכט הויך א המוציא, און ער הייבט אן אויפצושניידן דאס ברויט, ער צושניידט דאס ברויט אויף צוועלף אייניגע טיילן - יעדער באקומט בלויז איין ברויטל. ווי דערשטוינט איז רבי תנחום געווארן, ווען ער האט זיך דערזען מיט איין איבעריגער ברויטל... ער קוק זיך אים ביים טיש, און ער באמערקט גלייך ווי דער קליינער יוני איז נישט אויף זיין באשטומט ארט. וואו איז יונתן? פרעגט דער פאטער א פארווינדערטער... הא... יוני? מאכט זיך זלפה אינגאנצן טעמעוואטע... ער איז ביי די מלכיה פאמיליע, ער האט זיך ווארשיינליך פארשפילט מיט מיטן קליינעם אחימעץ... אוי וועט ער כאפן מיטן רימען ווען ער קומט אהיים זאגט דער טאטע א בייזער... ס'טייטש? פארפאסן אווענט ברויט? וואו האט מען דען געהערט אזאנס? שוימט ער פאר כעס....
די צייט לויפט... נאך א שטונדע... נאך א שטונדע... יונתן באווייזט זיך נישט. רבי תנחום האט אנגעהויבן שמעקן אז עפעס איז נישט אינדערארדענונג... ער האט גענומען זיין ווייב זלפה אויף א שטרענגע קרייץ פארהער... ס'האט נישט גענומען לאנג ביז זלפה האט זיך געבראכן, און זי האט אויסגעבראכן אין א שטרומישער געוויין... און זי אים פארציילט וואס ס'האט ווירקליך פאסירט מיט יונתן... און נאר דאס האט איר אויסגעפעלט...
רבי תנחום איז געבליבן שטיין ווי געלעימט, ער איז געווען גענצליך ווערטער-לאז... מיטאמאל האבן זיך די קולות אנגעהויבן... וואס? מיין זון האסטו פארקויפט פאר א קנעכט? האט זיין שטימע געדינערט מיט צארן...
ווען ער האט זיך עטוואס בארואיגט, זאגט ער פאר זלפה: מיט דיר וועל איך מיך שוין שפעטער אפרעכענען. אצינד זאגט מיר נאר פארוועם דו האסט אים פארקויפט, און וואו איך קען יענעם טרעפן.
אנגעלאנדט מיט די נויטיגע אינפארמאציע, גארטלט רבי תנחום זיך אן מיט זיין שווערד, און לאזט זיך באלד ארויס אויפן גאס אפיר צו זיכען יואב.
ער קומט אן צום אנגעגעבנעם אדרעס, ער קלאפט אויפן טיר, און יואב באווייזט זים ביים טיר. יא? מיט וואס קען איך אייך העלפן? יא! איר קענט מיר העלפן, גיב מיר זאפארט צוריק מיין זון וועם דו האלסט פאר א קנעכט, זאגט רבי תנחום. יואב מאכט זיך טעמעוואטע, און זאגט פארן צושטורעמטער פאטער: אנשולדיגט רבי איד, איך קען אייך נישט העלפן, געשעפט בלייבט געשעפט, איך האב אפגעקופט יונתן פון זיין מיטער אויף א לעגאלע וועג, און איר קענט זיך גיין פון דאנעט... און ער קראכט צו דאס טיר אויף רבי תנחום אין פנים. אונזער רבי תנחום פלאנירט אינגאנצן נישט אויפצוגעבן, און ער נעמט זיך זעצן אויפן טיר מיט אלע זיינע קרעפטן...יואב מאכט ווידער אויף די טיר, און ווידערהאלד פאר רבי תנחום: רבי איד, ס'איז א שאד אויף אייער פלאג, כ'האב אייך שוין געזאגט געשעפט בלייבט געשעפט... רבי תנחום טראכט נישט קיין צוויי, ער ציעט ארויס זיין אויסגעשלייפטער שווערד פון שיידל, און ער שטעלט עס צו צו יואב'ס הארץ, און זאגט: רבי איד, אז איר גיבט מיר נישט זאפארט צוריק מיין זון פליעט איר שוין ארויף צום גן עדן... דער העלדישער יואב האט זיך קנאפע דערשראקן, און ער האט ארויסגעצויגן זיין שווערד. אזוי זענען די צוויי געשטאנען אייער קעגן צווייטן מיט אויסגעשליפטע שווערדן, מ'האט געקענט טאפן דאס געשפאנטקייט אין די לופט...
רבי תנחום האט באנומען די ערענסטקייט פון די סיטואציע, און ער רופט זיך אן צו יואב מיט א צובראכענע שטימע. רבי איד אדער גיי איך אייך הרג'נען אדער קענט איר מיך הרג'נען... איך טרעט נישט אפ פון דא, אן מיין יונתן...

אה האט יואב זיך אנגערופן... איצט פארשטיי איך שוין גוט וואס דוד המלך זאגט אין תהילים: כרחם אב על בנים רחם השם על יראיו... דוקא א טאטע און נישט קיין מאמע...

וואס איך נעם ארויס פון די געשיכטע איז ווי פאלגענד:
א מאמע האט טאקע זייער רחמנות אויף איר קינד, אבער אונטער שווערע אומשטענדן וועלן זיך אירע געפילן שטארקן איבער איר רחמנות. ווי מיר מיר זעען ווי דער נביא זאגט אין זיין קלאג-ליד: אם תאכלנה נשים פרים, עללי טפחים... די מאמעס נישט די טאטעס. א טאטע וועט זיך לאזן הרג'נען פאר זיין קינד, און זיינע געפילן וועלן קיינמאל נישט זיך איבערשטארקן איבער זיין רחמנות...

אזוי מיין איך...

נשתנו הטבעים
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

זאת התורה לא תהא מוחלפת....
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

קאך_לעפל האט געשריבן: ווי מיר מיר זעען ווי דער נביא זאגט אין זיין קלאג-ליד: אם תאכלנה נשים פרים, עללי טפחים... די מאמעס נישט די טאטעס. א טאטע וועט זיך לאזן הרג'נען פאר זיין קינד, און זיינע געפילן וועלן קיינמאל נישט זיך איבערשטארקן איבער זיין רחמנות...

אזוי מיין איך...

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל אפשר ווען א טאטע עסט אויף זיין קינד איז נישט אזא חידוש, משא"כ די מאמע וואס וואלט עס אויף קיין פאל נישט געטון איז אסאך א גרעסערע חידוש.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

שטארקע חומר למחשבה. איך טראכט מען דארף אויך אריינעמען די ענין פון דעלעגעיטן. רוב מענטשן ווילן נישט גרינג איבערגעבן סענסיטיווע ארבעט פאר אנדערע, ווייל זיי טראכטן אז קיינער וועט עס נישט טון אזוי גוט ווי זיי אליין. (מיט רעכט צו נישט).

אויך, מיינע געפילן צו מיינע קינדער זענען אנדערש ווי סיי וואס איך האב אמאל געפילט, און איך וואונדער מיר אויב א פרעמדער קען אויפבויען די זעלבע זאך. אפילו אויב א פרעמדער קען נישט, בלייבט נאך אלס צו טראכטן וואס האט א גרעסערע אפעקט אויפן קינד, די שטארקע אהבה פון די ביילאגישע טאטע, אדער די אלע מעגליכקייטן פון די עושר.

פארשטייט זיך מען דארף אנערקענען אז א גרויס חלק פארוואס אונז האלטן די קינדער נאנט איז פאר סעלפיש סיבות, ליידער קען מען אפילו זען עלטערן וואס קענען זיך נישט אפשאקלען פון די קינדער וואס זענען שוין גרויס, אפילו אויף אן אופן וואס איז קלאר נישט קיין טובה פארן קינד.


אויך קען מען טראכטן פון א מעשה וואס גייט אביסל אנדערש, אן עושר אפפערט געלט פאר א משפחה וואס פלאנט נישט צו האבן נאך א קינד, זיי זאלן באשאפן א קינד ספעציעל פאר אים, און ער וועט זיי געבן געלט פאר אלע קינדער וואס זיי האבן שוין. וואס טוט מען אין אזא פאל?
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

קאך_לעפל האט געשריבן:איך זעע נישט די צווישנשייד:

א טאטע וועט נישט אויפגעבן זיין קינד מיטן גוטן ווילן קיינאמל נישט! אפגעזען צוליב סיי וועלכע אורזאך.
דאקעגן א מיטער, פילייכט יא. זעלבספארשטענליך, אונטער אומהויערע שווערע אומשטענדן.

און איך ווייסט נישט פון דעם יואל צוזאגן...



ממש שטותים.
מעשים בכל יום אז טאטעס וואקן אוועק פון זייערע קינדער, און בעיבי מאמעס, און קוקן קיינמאל נישט צוריק.
נישט קיין טשיילד סעפפורט, נישט קיין אינטערעסע אין וויזיטעישאן, א.א.וו.
.I got voices in my head.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

איך האב נישט געליינט דעם גאנצן אשכול, נאר דא און דארט צווישן די שורות.

צו מיר איז געקומען א איד מיט א שאלה, דאס איז א מעשה שהיה וואס איז באמת געשען.

דער איד האט א זוהן מיט וועמען ער מוטשעט זיך, זייענדיג ADHD, דער איד האט זיך שטארק געמוטשעט מיט אים, ער האט אים איבערגעקערט דאס הויז און אים ממש געמאכט בושות, אז ער האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט אים (בנוסף לזה אז ס'האט געשטערט דעם חינוך פון די אנדערע קינדער, און די שטוב איז געפארן אויף רעדער).

איין טאג קומען צו אים ארויף צוויי עסקנים, זיי ווילן רעדן מיט אים. די רעדע איז געווען, איבער א צווייטער איד, א חשוב'ער איד פון א יאר פופציג בערך, וואס די דאקטוירים האבן אויפגעגעבן אויף אים (אויף איר - בעסער געזאגט), אז ער קען קיין קינדער נישט האבן. יענער זוכט אריינצונעמען א קינד אין שטוב, אפילו מיט א פראבלעם, אז ער זאל אויפציען א קינד. עסקנים זענען גרייט געווען צוזאמענצושטעלן א האלבן מיליאן דאלער, אז דאס קינד זאל ארויסגיין פון יענעם שטוב און אריינגיין אין דעם קינדערלאזע שטוב.

אויסצוקלארן דעם פיקטשער, להבהרת הענינים. די צוויי אידן האבן זיך עטוואס געקענט (נישט נאנט, אבער פון זען וכו'), דער יונגל האט שוין באוויזן צו מאכן א קשר מיטן קינדערלאזן, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט לתועלת, וויבאלד יענער האט געהאט וועלטס צייט זיך אפצוגעבן מיט דעם יונגל, בשעת דער טאטע איז א פארנומענע טאטע פון א קינדער געבענשטע שטוב.

קומט דער טאטע פרעגן, צי ער זאל אוועקגעבן דאס קינד אינגאנצן. אינדערהיים וועט ווערן רואיג און צופרידן, מען וועט קענען מחנך זיין די איבעריגע קינדער על מי מנוחות. ווייטער פאר דעם קינד וועט אויך ווערן גוט, רואיג און צופרידן. יענער וועט זיך קענען אפגעבן מיט אים אינגאנצן. און אינדערזייט וועט ער פארדינען א האלבן מיליאאן דאלער. מען דארף באטאנען אז דער טאטע האט זיך געמוטשעט און געהאט חובות, אזוי אז א האלב מיליאן איז נישט געווען קיין קליין געלט ביי אים.

נו, וואס וואלט איר געענטפערט דערויף?

...
נאכן דורכקלערן האב איך מייעץ געווען נישט צו פארשיקן דעם קינד (די שיקולים און מחשבות דערויף, וועל איך לאזן פאר א צווייטן מאל).

פון די מעשה איז שוין אריבערגעגאנגען פינף יאר. וואו האלטן יעצט די ענינים?

דער קינד איז היינט "דער" מצוין פון ישיבה, א גאר חשוב'ער בחור, א בעל השגה, א למדן מיט אלע גוטע מעלות, א בחור וואס יעדער קוקט ארויף אויף אים, יעדער וויל לערנען מיט אים און זיך געפינען אין זיין סביבה, ער איז א שטאלץ פאר זיין משפחה. און איך ווייס פערזענליך אז אידן האבן אן אויג אויף דער בחור, ווען ער וועט קומען אין די יארן (דער בחור איז געווען אויף מעדיקעישן, און איז שוין יעצט אויפן וועג אראפ, נאך אביסל וועט ער שוין זיין נאך די מעדעקעישן). נאך א גוטע נייעס איז דא, אז דער טאטע איז ב"ה ארויסגעקראכן פון זיין שווערן פינאנציעלן פראבלעם, איך וועל נישט זאגן אז ער איז אן עושר, אבער ער האט זיך גאנץ כמעשה מסדר געווען.

ווייטער דער קינדערלאזער איד, איז געבליבן קינדערלאז. ער האט למעשה קיינעם נישט אריינגענומען אין שטוב. דער אויבערשטער זאל אים אויך אויפרעכטן.

...

לאמיר הערן, וואס וואלט איר מייעץ געווען, ווען איינער קומט אייך פרעגן אזא שאלה?
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך וואלט געזאגט ער זאל לאזן זיין זון וואוינען מיט יענעם פאר א פראבע פון אפאר וואכן און זעהן וויאזוי עס ארבייט זיך אויס.
(אויב קען ער טאקע מער נישט לעבן אזוי.)
ער זאל אוודאי נישט אננעמען קיין געלט דערפאר אדער מאכן זיין זון פאר עפעס א ביזנעס דיעל, נאר עס זאל זיין ריין פאר זיין זון'ס טובה.
.I got voices in my head.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

בת קול האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:איך זעע נישט די צווישנשייד:

א טאטע וועט נישט אויפגעבן זיין קינד מיטן גוטן ווילן קיינאמל נישט! אפגעזען צוליב סיי וועלכע אורזאך.
דאקעגן א מיטער, פילייכט יא. זעלבספארשטענליך, אונטער אומהויערע שווערע אומשטענדן.

און איך ווייסט נישט פון דעם יואל צוזאגן...



ממש שטותים.
מעשים בכל יום אז טאטעס וואקן אוועק פון זייערע קינדער, און בעיבי מאמעס, און קוקן קיינמאל נישט צוריק.
נישט קיין טשיילד סעפפורט, נישט קיין אינטערעסע אין וויזיטעישאן, א.א.וו.

וכן להיפוך. מאמעס וואס וואקן אוועק און קומען נאר צוריק צו קענען פייטן קעגן די טאטע.

די טאטעס וואס קוקן נישט צוריק איז עס עפי"ר ווייל זיי זוכן נישט צו ליידן פון די מאמעס וואס טיילן אויס דאס גיהנום אין געריכט פאר די טאטעס, כידוע. ואכמ"ל.

ס'גייט ביידע וועגן.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

מפיל קינד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:איך זעע נישט די צווישנשייד:

א טאטע וועט נישט אויפגעבן זיין קינד מיטן גוטן ווילן קיינאמל נישט! אפגעזען צוליב סיי וועלכע אורזאך.
דאקעגן א מיטער, פילייכט יא. זעלבספארשטענליך, אונטער אומהויערע שווערע אומשטענדן.

און איך ווייסט נישט פון דעם יואל צוזאגן...



ממש שטותים.
מעשים בכל יום אז טאטעס וואקן אוועק פון זייערע קינדער, און בעיבי מאמעס, און קוקן קיינמאל נישט צוריק.
נישט קיין טשיילד סעפפורט, נישט קיין אינטערעסע אין וויזיטעישאן, א.א.וו.

וכן להיפוך. מאמעס וואס וואקן אוועק און קומען נאר צוריק צו קענען פייטן קעגן די טאטע.

די טאטעס וואס קוקן נישט צוריק איז עס עפי"ר ווייל זיי זוכן נישט צו ליידן פון די מאמעס וואס טיילן אויס דאס גיהנום אין געריכט פאר די טאטעס, כידוע. ואכמ"ל.

ס'גייט ביידע וועגן.



ס'גייט נישט ביידע וועגן אויפן זעלבן פארנעם.
וויאזוי וואקט א מאמע אוועק פון א בעיבי וואס ליגט ביי איר אין גוף?
רוב מאל בלייבט דאס קינד די מאמעס אחריות פשוט ווייל זי האט נישט צופיל ברירות.

אזויפיל טאטעס מיטן תירוץ- איך ווייס ניטאמאל אויב דאס קינד איז מיינס...
פרויען קענען דאס קיינמאל נישט ניצן אלץ אן אויסרייד.
.I got voices in my head.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די איינרעדעניש אז עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר זייער קינד איז טאקע נישט מער ווי דאס, אן איינרעדעניש,
ווען עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר זייער קינד וואלטן זיי איהם בכלל נישט אראפגעברענגט אויף דעם וועלט ווייל נוח לו לאדם שלא נברא, צו וואס פעלט אויס פאר׳ן קינד די גאנצע מעשה?
נאר וואס דען...,

פאוואלע ...
פאר מיר גייען צי "די נאר וואס דען"

שטעל דיך אפ!
אויב ביסטו גרייט צי זאגן דאס איז אן איינרעדעניש קענסטו פינקט אזוי זאגן עלטערען ווילן באמת יא וואס איז בעסטע פאר זייער קינד נאר זיי האבן אן איינרעדינישט זייער קינד וועט נישט זיין קיין "נוח לו לאדם שלא נברא" אדער מאכן זיי בכלל נישט די חשבון
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

בת קול האט געשריבן:ס'גייט נישט ביידע וועגן אויפן זעלבן פארנעם.
וויאזוי וואקט א מאמע אוועק פון א בעיבי וואס ליגט ביי איר אין גוף?
רוב מאל בלייבט דאס קינד די מאמעס אחריות פשוט ווייל זי האט נישט צופיל ברירות.

אזויפיל טאטעס מיטן תירוץ- איך ווייס ניטאמאל אויב דאס קינד איז מיינס...
פרויען קענען דאס קיינמאל נישט ניצן אלץ אן אויסרייד.

פריער האב איך געמיינט איך פארשטייט וואס דו שרייבסט, נאר איך האלט אנדערש.

יעצט זע איך אז איך פארשטיי ניטאמאל וואס דו זאגסט... איי'עם סארי.
פארשפארט