פארוואס בין איך גראב?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

פארוואס בין איך גראב?

שליחה דורך היסטאריע »

איך עס אפילו נישט אסאך. איך זעה אייביג אנדערע עסן מער פין מיר, און זיי זענען דינטשיק.

אינדערפרי ביי תיקון, עס איך אסאך מאל צוויי דריי טשיז דעלקלעך, און אפשר צוויי גלעזלעך ברוינפן, אבער יענער עסט מער.
ביי פרישטיק, עס איך נאר צוויי בעיגלס (איין פלעין און איין עווריטינג) (פת שחרית) איינס מיט אייער איינס מיט טונא, אמאהל עס איך אביסל סעריעל מיט מילך. און כדי זיך צו האלטען געזונט כאפ איך א באנאנא.
מיטאג, ווען איך קום פין כולל, מאך איך מיר פיינע פיצא אדער פאלאפעל באלס מיט טחינה (יויש איז דעיס גוט), און צוליב שאלות פין המוציא וואש איך מיר אויף א כזית אדער צוויי פין ברויט. ביי מיטאג מוז איך טרינקען גינגער עיל סאדא, כדי צו העלפען פארדייען דאס עסן און אוועק נעמען דער טעם פין מויל.
קומט נאכטמאל עס איך נאר וואס מיין בעלעבאסטע גרייט צו, אמאהל טשיקען אמאהל פיינע פרענטש ראסט, מיט פיינע קארטאפל אמאהל געבאקען אמאהל געבראטען, מיט פיינע סטירינג בינס א אדער אנדערע געזונטע נארהאפטיגע ירקות. אסאך מאל גיבט מיין אידענע אויך א פיינע ווארעמע קוגעל, מלא טעם.
ביינאכט עס איך אמאהל פאטעטא טשיפס אמאהל פרעטסעלס, חוץ ווען איך גיי אויף א שמחה.
דאס איז אפילו נישט אסאך, ווייל איך שפיר הונגעריק אסאך מאהל.

האב איך לעצטנס געהערט אז אין ילקוט שטייט אז פאר א מענטש ווערט געבוירן זאגט מען אויב ער וועט זיין גראב אדער נישט. עס מוז זיין וועגן דעם.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי האט יענער געזאגט, אין אוישוויץ איז קיינער נישט געוועהן גראב.... 8-)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס האט אסאך צו טון מיט די נאטורן פון דעם מענטש, מיט זיין מעטאבאליזם, יארגאנג, און נאך.

איך קען אויך מענטשן וואס עסן מער פון מיר און זענען דארער ווי מיר.

אפשר קען פליקער אריינקומען קלאר (אוי עס בענקט!).
וירח ה' את ריח הניחוח
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: פארוואס בין איך גראב?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@היסטאריע: דיין ארטיקל איז דיין תירץ!
רוב זאכן וואס דו רעכענסט אויס פון דיין טאג טעגלכע דיעטע זענען קארבס קארבס און נאכאמאל קארבס, קוים אביסעל פראטין און בכלל נישט קיין רויע וועדזשעטעיבעלס! און סתם פיינע פרישע קאלטע וואסער, מאן דכר שמי'.

אלזא, אויב ווילסט אפפאלן איבעריגע פונט, און נאכאלץ שפירן זאט, און האבן פיינע פרישע ענערגיע, דאן וועסטו מוזן טוישן דיין דיעטע. די ערשטע פאר טאג וועסטו עס שפירן, אבער נאכדעם וועט עס ווערן א צווייטע נאטור ביי דיר, און דער טויש וועט זיך האבן שטארק געלוינט. דו וועסט שפירן אסאך בעסער, מלא ענערגיע, און דיין מויל וועסטו נישט מוזן זיס מאכן מיט גינגער עיל סאדא כדי אוועק צו נעמען דעם שלעכטן טעם, ווייל ס'גייט האבן א גוטן טעם.

והנה, דער ערשטער סטעפ דיינער איז צו ארויס צו שניידן אלע דזשאנקס וואס דו האסט אויסגערעכנט, פאטעיטא טשיפס, פרעצעל, בייגל, טשיס דעלקעלך, ברוינפן, סיריעל און קוגל. די אלע זאכן זענען קארבס, וואס די גוף האט נישט קיין שום הנאה דערפון, חוץ די צינג און די גומען בשעת'ן עסן, גיבט נאר צו עקסטערע פונט וואס מ'ליידט נאר דערנאך, שווערער צו וואקן, אנטוהן די שטרימפ אינדערפרי, און דער מענטש ווערט נאר פארקנעכטעוועט פאר זיינע איבעריגע פונט.

די צווייטע זאך איז, געדענק אריינצוברענגן פרישע קאלטע וואסער אין דיין קערפער, נישט קאפי, קאוק, אראנדזש דשזוס, אדער אנדערע זיסע משקאות אפילו ס'שטייט דערויף 100% נעטשוראל! נאר פשוט'ע פרישע וואסער, אכט ביז צען גלעזעלך וואסער א טאג.

די דריטע זאך, טוה ערזעצן דיינע קארבס מיט פראטין, דהיינו, אנשטאט די פאטעיטא טשיפס, פרעצעלס, עס ניסלעך. יא פיינע פרישע רויע ניסלעך אדער אפילו טריקן געבראטענע ווי מאנדלן, פינאטס, פיסטעטשיאוס, מאקאדעמיע, פילבערטס און העזלנאטס וכדומה, ניסלעך פארמאגן אסאך ווייטעמינען, גאר א גוטן טעם, זעטיגט. און יא, ניסלעך פארמאגן אסאך קאלאריעס, ספעציעל די וואס זענען געבראטן אין אויל (נישט רעקאמאנדירט) אבער זיי פארמאגן אסאך פייבער וואס טרייבט ארויס די אפפאל פונעם קערפער, אנדערש ווי די קארבס וואס דו האסט אויסגערעכנט וועלכע קלעבן צום גוף מיט עקשנות און מאכן זיכער ס'זאל מקוים ווערן דעם פסוק ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה.

אויכעט ברענג אריין ווי מער רויע וועדזשעטעיבעלס אין דיין דיעטע, הן די בעיסיק ווי אוגערקעס, טאמעיטא, פעפער, ראמעין לעטוס. און הן די וואס מאנכע קאכן ווי למשל קאלאראבי, טוירניפס, מייערן, סעלערי, קרויט, סטרינג ביענס, סנוי פיעס קאליפלאוער, בראקעלי. מאנכע קאכן דאס טאקע אפ און ניצן עס פאר סייד דישעס, אבער די זענען גאר געשמאק אין טעם רויערהייט און זענען גאר געשמאק צו קייען, געבן א גוטן פארלענגערטן טעם אין מויל ווי אויך פארמאגן זיי גאר אסאך ווייטעמינען און היפש אסאך פייבער. גוט צו עסן פאר א צושפייז און ווי אויך פאר א נאש.

פרוכט איז אויך גוט אבער נישט צופיהל, ווייל רוב פרוכט פארמאגן אסאך צוקער, טאקע נייטראלע צוקער, אבער נאכאלץ. א צוויי דריי פרוכט דורכן טאג איז גוט, די בעסטע אויב קען מען עס עסן אויף א ליידיגע מאגן דאן באקומט דער מענטש דאס בעסטע ארויס דערפון.

פראטין קענסטו עסן אלע מינים, סיי ווי דבר הבא מן החי, אייער, מילך, טשיס, יוגערט ספעציעל די גריק יוגערט, דייקא די וואס פארמאגן פעט, נישט די וואס פארמאגן זירא פעט, עפעס א נייע מין ערפינדונג די זירא פעט! א מין משוגעת! די פעטן פון די מילך זענען געזונט. פיש. פלייש מכל המינים, טשיקן, טורקי, און בהמה, פרענטש ראוסט וכדומה אבער פרוביר זיי נישט צו פרעיגלן אין אויל, נאר באקן אדער גרילן. און סיי די פראטין וואס וואקסן ווי ניסלעך, בונדלעך אדער געוויסע גרעינס ווי קינווא.

יעצט מיט די אלע אויסגערעכנטע געשמאקע עסן קענסטו אויסשטעלן גאר רייכע מעניוס פאר דריי מאל א טאג, פרישטאג לאנטש און נאכטמאל פלוס דריי סנעקס דורכ'ן טאג. קענסטוך וואשן צופרי פאר פת שחרית, נאר אנשטאט עסן צוויי בייגלס, עס צוויי רעפטלעך פראנצויז האלוויט ברויט אדער קענסטו שאפן א זויערטייג ברויט, ס'גאר גוט אין טעם און אויך לייכט אויף די מאגן. קענסט מלפת זיין די פת מיט טונא אדער אייער, עס צו רויע וועדזשעטעיבעלס און טרינק צו א הייסע גלאז טיי (אן ציקער), דאס גייט דיך לכאורה זאט מאכן, אבער זיכער מאכן אויס הונגעריג. שפעטער ווען דו שפירסט שוין מער הונגעריג פרוביר צו כאפן א סנעק, ניסלעך, פרוכט, רויע וועדזשעטעיבעלס אאו"ו, שטעל אויס דיין טאג לויט דעם סדר. וועסט נישט ארויף צאלן דערויף, וועסט גוט שפירן.

אויך איז א גאר גוטע און וויכטיגע זאך צופרי פאר די טרינקסט דיין פרישע הייסע קאווע, זאלסטו טרינקן כאטשיג א צוויי גלעזעלך וואסער, נישט סעלצער נאר פשוט'ע וואסער, אויב קען עס זיין ווארעם איז נאך בעסער.

אויך איז וויכטיג צו מאכן איבונגן כאטשיג פיר מאל א וואך, און ס'מוז נישט זיין אין א דשזים, מיט שווערע איבערגעטריבענע וועיטליפטס נאר ס'קען אויך זיין א שנעלע וואק און איין צו, פאר צוואנציג מינוט א טאג. טוה אן גוטע סניקערס און זיי מקיים דעם כל עצמותי תאמרנה!

נאכן עסן די אלע געזונטע עסן און נישט אנדערע דזשאנקי עסן, און זיך מסדר זיין דעם טאג, און מאכן די נויטיגע מינימום איבונגן, וועלן מיר פארהאנדלען וועגן דעם ילקוט!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

אז דיט ביסט שוין יא גראב טרייסט דיך כאטש אז אמאליגע צייטן איז גראבקייט געווען א מעלה, מער די שיינע מענטשן זענען געווען די גראבע.

די גמרא אין שבת רעכנט אויס צוווישן די פרויען צורינגען א צורינג מיט א נאמען פומעם שורש "חנק" די גמרא זאגט אז מען רעדט פון א געוויסן טיכל וואס די פרויען פלעגן ארומבינדן זייערע העלזער ביז די פלייש פלעגט ארויסקומען פון די זייטן, די מפרשים זענען מסביר אז זיי האבן דאס ספעציעל געטון אויסצוקוקן דיקער וויבאלד די דיקקייט פונעם מענטש האט אסאך געזאגט איבער זיין עשירות, א מאגערער מענטש איז געווען א ארעמען.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

היסטאריע האט געשריבן:איך עס אפילו נישט אסאך. איך זעה אייביג אנדערע עסן מער פין מיר, און זיי זענען דינטשיק.

אינדערפרי ביי תיקון, עס איך אסאך מאל צוויי דריי טשיז דעלקלעך, און אפשר צוויי גלעזלעך ברוינפן, אבער יענער עסט מער.
ביי פרישטיק, עס איך נאר צוויי בעיגלס (איין פלעין און איין עווריטינג) (פת שחרית) איינס מיט אייער איינס מיט טונא, אמאהל עס איך אביסל סעריעל מיט מילך. און כדי זיך צו האלטען געזונט כאפ איך א באנאנא.
מיטאג, ווען איך קום פין כולל, מאך איך מיר פיינע פיצא אדער פאלאפעל באלס מיט טחינה (יויש איז דעיס גוט), און צוליב שאלות פין המוציא וואש איך מיר אויף א כזית אדער צוויי פין ברויט. ביי מיטאג מוז איך טרינקען גינגער עיל סאדא, כדי צו העלפען פארדייען דאס עסן און אוועק נעמען דער טעם פין מויל.
קומט נאכטמאל עס איך נאר וואס מיין בעלעבאסטע גרייט צו, אמאהל טשיקען אמאהל פיינע פרענטש ראסט, מיט פיינע קארטאפל אמאהל געבאקען אמאהל געבראטען, מיט פיינע סטירינג בינס א אדער אנדערע געזונטע נארהאפטיגע ירקות. אסאך מאל גיבט מיין אידענע אויך א פיינע ווארעמע קוגעל, מלא טעם.
ביינאכט עס איך אמאהל פאטעטא טשיפס אמאהל פרעטסעלס, חוץ ווען איך גיי אויף א שמחה.
דאס איז אפילו נישט אסאך, ווייל איך שפיר הונגעריק אסאך מאהל.

האב איך לעצטנס געהערט אז אין ילקוט שטייט אז פאר א מענטש ווערט געבוירן זאגט מען אויב ער וועט זיין גראב אדער נישט. עס מוז זיין וועגן דעם.


איינער זאגט מיר אז ער האט געהאט געפערליכע שמעאצען אין די פיס און ער איז שוין געוועהן ביי אסאך דאקטורים און קיינער האט איהם נישט געקענט העלפען. ביז מען האט איהם געשיקט צו אן אלטען דאקטער וואס האט איהם גוט אינטערזוכט און געזאגט אז דער פראבלעם איז נישט מיט די פיס דער פראבלעם איז מיט'ן מויל.

אלע גראבע מענטשען זאגן אז זיי עסען נישט קיין סאך יענער עסט מער
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: פארוואס בין איך גראב?

שליחה דורך החוקר »

@דער גאלדענער אדלער און @פאלאצ'ינטא איך מיין איר האט ביידע פארפאסט די נקודה פון @היסטאריע
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

דערמאנט מיר אז אמאל האט איינער גערופען דעם מעקעניק און זיך באקלאגט אז לעצטענס ווערן זיינע בגדים איינגעשרינקט נאכן וואשען, ער זאל בודק זיין וואש-מאשין
דער מעקעניק האט איהם געענפערט "דער פראבלעם איז נישט ביי די וואש מאשין דער פראבלעם איז אין די פרידזשידער..."
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

החוקר האט געשריבן:@דער גאלדענער אדלער און @פאלאצ'ינטא איך מיין איר האט ביידע פארפאסט די נקודה פון @היסטאריע


פארוואס זאגסטו אויס
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: פארוואס בין איך גראב?

שליחה דורך החוקר »

וואס האב איך אויסגעזאגט? איך האב זיי סך הכל מעורר געווען צו טראכטן אביסל טיפער ווי אויבערפלעכליך.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

איך בין בטבע גראדע א דאַרער, און איך נעם געווענטליך נישט צו קיין סך וואג אפילו אויב איך עס אסך. אבער איך האב אנדערע מאגן פראבלעמען.
לעצטנס האב איך געהערט א גוטע ווארט:
אסך ערגער ווי דאס וואס וואס דו עסט,
קען שאַטן פאר דיין געזונט:
וואס ס׳עסט דיר...
סך הכל אויב מיר האבן צופיל סטרעס אין טאג טעגליכן לעבן, קען עס גורם זיין ערנסטע פראבלעמען מיט׳ן פארדייען דאס עסן. און אין אזא פאל העלפט נישט קיין סאך געזונטע עסן ווייל אויב דער פארדייאונגס סיסטעם איז צובראכן איז עס א פראבלעם פאר די געזונטע עסן אויך.
איך האב לעצטנס געטראפן א ספעציאליסט וואס העלפט מיר אסך ארויס סיי לגבי די סטרעס און סיי צו העלפן לעזן די מאגן אישאָס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: איך זעה אז דו ביסט א גלענצענדער ניוטרישאניסט, בחסד עליון. איך טריי צו פאלגן דיינע עצות. אבער איך האב איין בקשה צו דיר. זיי מוחל נעם ארויס פון די שעדליכע ליסט 2 זאכן וואס זענען בגדר פיקוח נפש ביי מיר...בראנפן און קעז דעלקעלעך...!

בד"וו. מיך האט געמיינט דער בריוו שרייבער צום פענע און בלאט ווען ער האט געשריבן מיט א (גערעכטע) טענה. אז היות דער גבאי אין שול געט נישט אכטונג אז ס'זאלל בלייבן קעז דעלקעלעך ווען איינער געט תיקון, פאר די ערליכע אידן וועלכע דאווענען בכוונה און שטאאט. און ביז זיי ענדיגן דאווענען האט שוין א יעדער צוכאפט די קעז דעלקעלעך. ניין. איך בין נישט צווישן די וואס דאווענען זייער ערליך און שטאאט. נאר פון די אוכלי טשיעז דעלקעלעך...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
בד"וו. מיך האט געמינט דער בריוו שרייבער צום פענע און בלאט ווען ער האט געשריבן מיט א (גערעכטע) טענה. אז היות דער גבאי אין שול געט נישט אכטונג אז ס'זאלל בלייבן קעז דעלקעלעך ווען איינער געט תיקון, פאר די ערליכע אידן וועלכע דאווענען בכוונה און שטאאט. און ביז זיי ענדיגן דאווענען האט שוין א יעדער צוכאפט די קעז דעלקעלעך. ניין. איך בין נישט צווישן די וואס דאווענען זייער ערליך און שטאאט. נאר פון די אוכלי טשיעז דעלקעלעך...!


אויף דעים האט די נער מכל האדם שוין געשריבען אין משלי קהל'ס.
"ענדערש דאווענען שנעל און טראכט פונעם אייבערשטען, ווי דאווענען שטאט און טראכטן פון טשיז דעלקעלעך"
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: איך האלט אז דער (הומאריסטישער) בריוו איז געהעריג אויפגעמאכט דורך דעם עדיטאר פון בלאט. אזוי ווי רש"י זאגט אז א קלוגער באנקירער (שולחני הזה) ווען ער האט נישט קיין ביזנעס. קיינער קומט נישט צו איהם אויפטוישן געלט, גייט ער ארויס און זוכט ביזנעס. דער עדיטאר אין פענע צום בלאט האט איינגעזעהן אז ס'קומען נישט אריין קיין (עכטע) בריוון האט ער (מיט זיין געבענטשטן דמיון) אויפגעמאכט א מעשה'לע. ווייל איך גלייב נישט אז ס'זאלל זיך טרעפן אן ערוואקסענער מענטש, און נאך דערצו א פרומער, זאלל זיין אזוי אריינגעזינקען אין די (קינדערישע) תאוות האכילה...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איך האלט אז דער (הומאריסטישער) בריוו איז געהעריג אויפגעמאכט דורך דעם עדיטאר פון בלאט. אזוי ווי רש"י זאגט אז א קלוגער באנקירער (שולחני הזה) ווען ער האט נישט קיין ביזנעס. קיינער קומט נישט צו איהם אויפטוישן געלט, גייט ער ארויס און זוכט ביזנעס. דער עדיטאר אין פענע צום בלאט האט איינגעזעהן אז ס'קומען נישט אריין קיין (עכטע) בריוון האט ער (מיט זיין געבענטשטן דמיון) אויפגעמאכט א מעשה'לע. ווייל איך גלייב נישט אז ס'זאלל זיך טרעפן אן ערוואקסענער מענטש, און נאך דערצו א פרומער, זאלל זיין אזוי אריינגעזינקען אין די (קינדערישע) תאוות האכילה...!


Seeing is believing
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קהל'ס נער האט געשריבן:אויף דעים האט די נער מכל האדם שוין געשריבען אין משלי קהל'ס.
"ענדערש דאווענען שנעל און טראכט פונעם אייבערשטען, ווי דאווענען שטאט און טראכטן פון טשיז דעלקעלעך"


כ'האב פרובירט ביידע, דאווענען שנעל, און טראכטן וועגען טשיז דעלקעלעך.

ס'האט זיך אויסגעארבעט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט